☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » ספרים און ביכער » ספרי מחקר

ספרי מחקר

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2765

שלזינגרוביץ » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:42 pm

· #52019
ספרי מחקר
אפגעטיילט פון דעם אשכול.

כ'זע אז אפילו אין וויליאמסבורג בהאנדלט מען ביכער פון אזעלעכע וולעכע זיינן נישט קיין שומרי תורה ומצוות אין אפילו פון עלרים און ערל'טעס. פרעגט זיך די פראגע קען איך ברענגען דא א חיבור וולעכער ס'איז געשריבן געווארן אלץ א דאקטאראט טעזיס אויף יידישע עניינים אין דעם העבריישן אוניברסיטעט? כ'מיין אז ווען דער מחבר וואלט געלעבט א הונדערט יאר צוריק וואלט מען אים אנגערופן א 'משכיל'.

לאדיך אפ » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 1:24 pm

· #52049
ברענג, און שרייב צו אז פאר 100 יאר צוריק וואלט ער געווען א משכיל (אדער א איטאליענישע חכם אדער א תורה עם דרך ארץ'ניק)

שלזינגרוביץ » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 1:46 pm

· #52068
א נייער מחקר אויף מדרש פרדר
כ'וויל רעדן וועגן א נייע חיבור וועלכער פארשט דעם באוואוסטן מדרש פרקי דר' אליעזר. (ס'איז פאראן א באזונדער אשכול וואס האנדלט מיט די הוצאה פון זכרון אהרן, אבער נישט דאס איז איצטער מיין ציל).

דער חיבור איז דן וועגן די כתבי יד און נאך פארשידענע עניינים פונעם אויבנדערמנטער מדרש מיטן נאמען: 'פרקי דרבי אליעזר: נוסח, עריכה ודוגמת סינופסיס של כתבי היד. דער חיבור איז געווען ארגינעל א דאקטאראט טעזיס וולעכער האט ערשינען מיט צוויי יאר צוריק, און ממש איצט איז דער מחקר ארויס דורך 'יד יצחק בן צבי' צוזאמען מיט דעם קרייז תלמוד פונעם העברעיישן אונווערסיטעט אין ירושלים אונטער דעם סיריע: 'סדרת עבודות דוקטור נבחרות'.

איינע פון די גאר אינטערעסאנטע עניינים וועלכע האבן געכאפט מיין אויג איז דער צוולפטער פרק אין דעם מחקר, וולעכער הייסט" 'חידושי הלכה ומסורות לא רבניות המשתקפות בחיבור'. דער מחבר טענה'ט אז ס'געפונן זיך אין פרקי דרבי אליעזר עטליכע טראדיציעס וולעכע שטימן נישט מיטל די הלכות פון חז"ל. אויב דער פארשער איז גערכעט איז דאס גאנץ משונהדיק מאדנע. מיר ווייסן זייער גוט אז דער חיבור איז אנגענומען געווארן אין גאנץ כלל ישראל. און פלוצעם אזא טענה?!

יידל » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 2:21 pm

· #52085

יאיר » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 2:41 pm

· #52109
שלזינגרוביץ
כ'מיין אז ווען דער מחבר וואלט געלעבט א הונדערט יאר צוריק וואלט מען אים אנגערופן א 'משכיל'.


איך ווייס נישט ווי אזוי ס'גייט אין ארצינו הקדושה, אבער ביי אונז רופט מען 'משכיל' יעדער איינער וואס איז מפקפק אויף עפעס וואס מען האט געטון אינדערהיים פאר די מלחמה, פון איינער וואס גלייבט אין עוואלוציע, ביז איינער וואס מאכט מציצה בכלי און עסט פיש שבת מיט א גאפל. איך מיין אבער אז אמאל איז אויך אזוי געווען, פיל פון די ערליכע רבנים היינט וואלטן געהייסן א משכיל אמאל, נעמט למשל ר' שלמה יהודה ראפאפארט, א תלמיד חכם מופלג און מדקדק בקלה כבחמורה, האט ער זיך פארדינט צו שטיין אויף דעם זעלבן מדרגה ווי אנדערע משכילים ווי יוסף פערל וועלכע האבן געזוכט אויסצורייסן אידישקייט. דעריבער דארפט איר קלאר שטעלן וואספארא סוג משכיל ער איז.

יאיר » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 2:48 pm

· #52115
דא קענט איר זען פון אליעזר טרייטל אליין ווי ער איז דן איבער די נושאים נאך איידער זיין ספר איז ארויסגעקומען. ביטע הרב שלזנגרוביץ, אויב איר קענט געבן נאך עטליכע אזעלכע דוגמאות וועל איך אייך דאנקבאר זיין. איך זע נאר נישט וואס איז די גרויסע וואונדער לויט די אנגענומענע מסורה אז דער מחבר איז רבי אליעזר בן הורקנוס, רבי אליעזר איז דאך געווען א תנא, פארוואס האט ער נישט געמעגט זיין מחולק מיט די אנגענומענע הלכות היינט צוטאגס. אפילו לויט די חוקרים אז עס איז פון אסאך שפעטער איז מסתם אריינגעלייגט אלטע מדרשים.

יידל » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 3:32 pm

· #52150
יאיר
דא קענט איר זען פון אליעזר טרייטל אליין ווי ער איז דן איבער די נושאים נאך איידער זיין ספר איז ארויסגעקומען. ביטע הרב שלזנגרוביץ, אויב איר קענט געבן נאך עטליכע אזעלכע דוגמאות וועל איך אייך דאנקבאר זיין. איך זע נאר נישט וואס איז די גרויסע וואונדער לויט די אנגענומענע מסורה אז דער מחבר איז רבי אליעזר בן הורקנוס, רבי אליעזר איז דאך געווען א תנא, פארוואס האט ער נישט געמעגט זיין מחולק מיט די אנגענומענע הלכות היינט צוטאגס. אפילו לויט די חוקריםאז עס איז פון אסאך שפעטער איז מסתם אריינגעלייגט אלטע מדרשים.

דיין ערשטע לינק איז די 6 בלאט פון די אשכול צו וועלכע איך האב שוין אויבן געלינקט.

שלזינגרוביץ » דינסטאג אקטאבער 16, 2012 4:00 pm

· #52173
אויב אזוי האט טרייטל מיר גאר נישט איבערגעלאזט, ער האט פארפירט דארטן מיט מער ווי דרייסיק עמודים איבער זיינע חידושים אויף די לענג און די ברייט. אבער יא א משכיל נישט א משכיל איך קען גוט אט דעם יידן און זיין משפחה: ער האט חשובע קרובים און וויליאמסבורג. גם ברוך יהיה.

smartinof » מאנטאג מערץ 18, 2013 12:16 pm

· #98142
אונבורסטית בר אילן איז ארויסגעקומען מיט א נייע בוך אויך הרב שלמה זלמן אוירבאך דער שרייבער איז א תלמיד פון בנימין (בני) בראון דער מחבר פון בוך "החזון איש" זייער גוט געשריבען
📎 20194b.jpg