☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » קענען די תלמידים ומנהיגים וואס הרבי מסאטמאר האט פראדוצירט

קענען די תלמידים ומנהיגים וואס הרבי מסאטמאר האט פראדוצירט

54 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2758
בלאט: 1 2

בונעס איירעס » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 3:31 pm

· #80558
קענען די תלמידים ומנהיגים וואס הרבי מסאטמאר האט פראדוצירט
סאטמאר אין אלגעמיין צייכענט זיך אויס מיט א גאר וויכטיגע סוד פון סוקסעס וואס אט דאס איז א גרויס חלק וואס האט איר געגעבן די יכולת צו וואקסן אנע באגרענעצונגען וואס קיין שום אנדער מקום האט נישט אויף אזא פארנעם:

דאס שעצונג פאר אירע תורה אטאריטען און רבנים ואדמורי"ם וואס קלאמערן זיך אויף זייער דרך.

אין אלע צייטן האט סאטמאר געגעבן פאר אירע תורה ריזן, און רבנים, אומאפיציעלע כוחות הנהגה אינעם קרייז זעלבסט, אזאך וואס איז ווילד-פרעמד פאר א נישט סאטמארן, איך וויל שוין לאנג קענען פון דערנאנט פילע פון די הונדערטער גאר וואוילע און אסאך פון זיי גאר דערהויבענע אידן בני עליה און גאונים, עובדי ה', רבנים, אדמורים, מנהיגי קהילות קדושות, מורה צדק, משפיעים, אזעלכע וואס מיר גרויסן זיך מיט זיי יעדן טאג, וואס די סאטמארע אימפעריע האט פראדוצירט (אדער אזא איינער וואס האט אנבאלאנגט נאר דארט) במשך השנים על אדמת אמעריקא.

יעדער עקסטער פון זיי מיט זייין אייגענארטיגן אבער ארויסשטארנדיגן גלאנץ, און יעדער מיט זיין "יוניקנעס" און מיט זיינע כוחות, וואס ער האט צו פארקויפען פאר זיינע אנהענגער פאר זיינע ידידים ומעריצים.

איין נקודה פון פראנאויס:

פארשטייט זיך אז נישט יעדער איז געאייגענט אדער מיטשטימיג, מיט יעדן פון אט די גרויסע רשימה, ווייל יעדער תכונות הנפש פון יעדן מענטש וואס ג-ט ברוך הוא באשאפט איז אנדערש, אין פארשידענארטיג, אין יעדער האט זיין שורש נשמה און נייגונגען פון זיין תכונת הנפש צו וואס א סארט מנהיג משפיע ער ציעט. איינער גלייכט א קיצוני, א צווייטער גלייכט א יחסן, א דריטער גלייכט דייקא א בעל בתיש'ען שיינער איד, א פערטער גלייכט מער אן עובד סטיל, אין צום פיפטען רעד מער איינער וואס קען געזונט לערנען, א גרויס חלק גלייכען איינער וואס שמייכעלט צו אים אפי' ער פארקויפט גארנישט אויסערדעם שמייכעל, פילע וועלן גלייכען איינער וואס וויינט און יאמערט ביי די תורות, אן אנדער שיכט גלייכט ענדערש איינער וואס שרייט מיט קולות אין ווארפט זיך מיט גאנצען קערפער ביי זיינע דרשות ענדערש ווי וויינען, א גרויסע פראקציע גלייכט איינער וואס מאכט נאך מרן מסאטמאר ז"ל, און אזוי גייט די ליסט פון די אויסוואל פון סארטן תכונות הנפש וואס זענען פארהאנען.

אבער ב"ה סאטמאר איז אזאנס גרויס אז יעדער (כמעט) טרעפט דארט זיינס וואס ער גלייכט און אזא איינס וואס רעד צו זיין נשמה.

און אלע פון די געהויבענע בני עליה האבן ב"ה פילע נאכפאלגער און שעצער וואס באגרייפן צו שעצן זייער עבדות, און זייער אפער פאר זייער רוחניות/גשמיות סערוויס.

נאכאמאל, נעמט אין קענטעניס אז מאנכע קענען ארויסקריכן פון גלייך געוויכט ווען ער זעט עפעס וואס געפעלט אים נישט פון אלע צדדים, איך בעט אייך בתחנונים גיסט נישט קיין העיט, אנגעגעסנקייט און בלינדע שנאה, בלויז פאר דעם ווייל איינער פון די האבן בסך הכל "איין איינציגן" מיינונגס-פארשידענהייט מיט אייך היות ווער זאל מעגן זיין הרבי מסאטמאר היינט צו טאג, אדער בכלל נישט קיין איינס.

נאך איין גאר וויכטיגע נקודה וואס איך האב מיך שוין געלערנט לאנג צוריק, אז דער רב/דומ"ץ וואס איר זעט פון דרויסען איז נישט דער וואס עס דאכט זיך דיר ער איז באמת, מענטשן שטעמפלען אפ אסאך מאל ווייל ער זוכט צו גרויסען א צווייטען אויף די גרויסע ליסט, מיט חשבונות, און איר קויפט דאס אן וויסענדיג יענעמס חשבונות בכלל (רוב פון דעם איז א קנאה געשלינגעכטס), אלזא איר קענט נישט רעדן אדער קענען דעם רב פאר איר קומט נישט און א נאנטען פארבינדונג מיט אים און צוקוקענדיג זיינע פירונגען.

און צו איך ליבע פריינט די נישט סאטמארע ליינער צו פארשטיין אביסל פון וואס מיר רעדן וואס איז די גדולה פון שיינע אידן און א מקום. און ווער ברויך דאס בכלל?
אויב ליינט איר דעם תגובה גייט איר באגענען אסאך זאכען וואס גייט אייך נישט שמעקן צוליב איר סוקסעשיען באגריף איבער די פאפולאריטעט פון דעם גרעסטן קרייז (פון איין מין) אויף די היימש אידישע וועלט, וויסען זאלט איר, אלע זענט איר פונקט אזעלכע פיינע זיסע אידן ווי די סאטמארע!! איר האט אייערע מעלות און סוקסעסען, וואס קען אפילו זיין אז מיר זענען מיט יענע גוטע מידה געשלאגן.

נאר איר ברויכט אין קענטעניס נעמען איין פונדאמענטואלע חילוק איז פארהאנען צווישן "אלע חסידותן" און "סאטמאר" וואס איר ווילט נישט כאפען אדער נישט דערהערן..
(וואס דאס איז א גרויס חלק צוליב דעם וואס מיר גייען רעדן אין דעם אשכול, די רבנים שיינע אידן אין סאטמאר גופא נישט די סאטמארע רביים) אז היות "אלע" חסידותן'ען סיי וועלכע פו די גרעסטע ביז די קלענסטע, זענען בסך הכל א "חסידות", א מקום, א קרייז, מיט איר מספר מענטשען מיט א גבול, "סאטמאר" איז נישט קיין "חסידות בכלל" דאס איז א "אידישע וועלטס אימפעריע" גאר אן אנדער באגריף אינגאנצן, און פארדעם ווערט איר שרעקליך פרוסטרירט ווען איר זוכט אייער חסידות נאנטצושטעלן צו סאטמאר און עס גייט נישט, איר קענט בשום אופן נישט נאנט קומען צו זייערע נומבערס און זייער פאפולערן וואוקס קע"ה (איך רעד פוו סאטמאר אלגעמיין) ווען איר טוט דאס שטעלט איר זיך נישט צו צו א זאך וואס איז אויף איין באגריף בכלל מיט אייערס, ממילא בעט איך אייך ווערט נישט גערעגט, אין גיסט נישט אומציענדע באגריסונגען, וואס קומט נישט פון רעאליטעט. (די קנאה געפילן לאזט און אנדערע אשכולות, אויב מעגליך ביי צימעס'ן אין קאווע שטיבל).

און דער חילוק און באגריף איז אויך דער תירוץ אויב פרעגט איר צו וואס רעדן נאר פון די סאטמארע שיינע אידן? דאס איז פארבינדן מטעם דעם חילוק פונעם דיפערענץ אינעם באגריף "סאטמאר" און אלע "אנדערע מקומות". ביי אונז פארנעמט גאר א גרויסען שעצונג צו אונזערע גרויסע לייט דיינים/רבנים, ווייל עס איז א "אידישע אימפעריע" און נישט קיין "חסידות אימפעריע" און סיי וואס עס האט מיט ערליך אידישקייט אויף אונזער דרך, ווערט געשעצט און ארויפגעקוקט, און איבערהויפט פאר די פני העדה וואס ווערט צוגעטיילט גרויסע קוואנטומס פאויער, אפילו ער איז נישט די רבי אליינס, משא"כ ביי אלע אנדערע מקומות און אלגעמיין איז נאר די רבי הייליג און ארויפגעקוקט, א דומ"ץ איז נאר א שוואנץ אונטער דעם רבינס אימפעריע, און מען מאכט זיכער אז א שיינער איד זאל קלאר וויסן אז ער איז נישט צופיל מער פון א פשוט'ען איד, ביי אונז זענען זיי א חלק פון אונזער אידישקייט און א כבוד פאר אונזערע רביס צו האבן וואס מער פון זיי ביי זיך.

און נאך א סוד העל איך אייך אנפארטרויען דאס איז די סוד פון זייער די סאטמארערס הצלחה, די חכמה פון נישט מאכן באגרעניצט דאס פלאץ פון נאר איין מין תכונות הנפש וואס דאס איז די רבי, אנשטאט דעם איז געווען די מהלך פון הרבי מסאטמאר צו לאזען יעדן תכונת הנפש טרעפן דאס זייניגע מיטן דערלאזען אנדער גוטע אידן אינעם קרייז אליינס פראווענען זייער רעביסטעוועלע, אזוי האט יעדער געטראפן איינעם וואס ער גלייכט, אזוי האט דאס געהאט א מקום צו וואקסען אנע באגרעניצונגען, פארשטייט זיך אז ביי אונז איז אויך די רבי די גרעסטער מיט די פאויער און הנהגה, אבער מ'טיילט צו פאר חשובע רבנים אויך א גרויס חלק. (איר וועט דאס קיינמאל סיי ווי נישט פארשטיין)

אלזא ווערט נישט בייז אדער צוהיצט העכער די גראד מיט קינדישע באמערקונגען מיר זיכען דא צו שרייבן פאר ווער עס וויל זיי קענען און ער ווער עס שעצט זיי ממילא מיר זיכן נישט מיט דעם אשכול אייך צו קאנווינסען זיי צו שעצען בכלל.. דאס אלעס יישר כח פון פארנאויס

מיר וועלן באריכטן טייל פון זיי און צולייגען צו יעדעם א שורה צוויי פון זיין "יוניקנעס" און זיין אייגענארטיגען מהלך, און נאטור, און זיינע כוחות בפרט, איך שרייב די ליסט מיט וויפיל אינפארמאציע איך ווייס פון יענעם, איך זאג קלאר איך הייב נאר אן די ליסט, סאיז זיכער אז איך לאז אויס מער פון וויפיל איך ברענג יא, מסיבה אזוי ווי געשריבען אז סאטמאר איז א וועלטס אימפעריע אין איך קען נישט קענען יעדן, פארשטייט זיך איר לייגט צו וועם איר קענט פון די נאנט, אדער אויב איך שרייב יא איימיצן און איך שרייב ווייניג פון זיינע מעלות, און זיינע כוחות, אדער איך ווייס נישט זיין בעקגראונד די זאכען וואס ער איז "יוניק", דאן אדרבה, קומט אריין לייגט עס צו, לאזט אונז לערנען איבער דעם רב'ס מעלות, און זיינע כוחות, אפשר וועט איינער זיך באגעגענען מיט זיין תכונות הנפש און א סארט וואס רעדט צו זיין נשמה, און טרעפן נאך א גוטן יוד אויף די מאפע פון סאטמאר,

אבער מאכט זיכער אז מקען זיך נישט אנהענגען אויף אייער תגובה אויף א נעגאטיווען פארנעם!

בדחן » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 3:38 pm

· #80562
בונעס איירעס
און דער חילוק און באגריף איז אויך דער תירוץ אויב פרעגט איר צו וואס רעדן נאר פון די סאטמארע שיינע אידן? דאס איז פארבינדען
מטעם דעם חילוק פונעם דיפערענץ אינעם באגריף "סאטמאר" און אלע "אנדערע מקומות" ביי אונז פארנעמט גאר א גרויסען שעצונג צו אונזערע גרויסע לייט דיינים/רבנים, ווייל עס איז א "אידישע אימפעריע" און נישט קיין "חסידות אימפעריע" און סיי וואס עס האט מיט ערליך אידישקייט אויף אונזער דרך, ווערט געשעצט און ארויפגעקוקט, און איבער הויפט פאר די פני העדה וואס ווערט צוגעטיילט גרויסע קוואנטומס פאויער, אפילו ער איז נישט די רבי אליינס, משא"כ ביי אלע אנדערע מקומות און אלגעמיין איז נאר די רבי הייליג און ארויפגעקוקט און נישט א דומ"ץ איז נאר א שוואנץ אונטער דעם רבינס אימפעריע, ביי אונז זענען זייי א חלק פון אונזער אידישקייט און א כבוד פאר אונזערע רביס צו האבן וואס מער פון זיי ביי זיך.

און נאך א סוד העל איך אייך אנפארטרויען דאס איז די סוד פון זייער די סאטמארערס הצלחה, די חכמה פון נישט מאכען באגרעניצט דאס פלאץ פון נאר איין מין תכונות הנפש וואס דאס איז די רבי, אנשטאט דעם איז געווען די מהלך פון הרבי מסאטמאר צו לאזען יעדן תכונת הנפש טרעפן דאס זייניגע מיטן דערלאזען אנדער גוטע אידן אינעם קרייז אליינס פראווענען זייער רעביסטעוועלע, אזוי האט יעדער געטראפן איינעם וואס ער גלייכט, אזוי האט דאס געהאט א מקום צו וואקסען אנע באגרענעצונגען, פארשטייט זיך אז ביי אונז איז אויך די רבי די גרעסטער מיט די פאויער און הנהגה, אבער מעטיילט צו פאר חשובע רבנים אויך א גרויס חלק. (איר וועט דאס קיינמאל סיי ווי נישט פארשטיין)


א רזיגע לאנגע תגובה, זיכער האט עס אסאך ארבייט און זיך, כה לחי

אבער.... עס איז דא א ערנסטע חשש אז די ביסט שוין פון די משה'ליך דור, א דור וואס ווייסט נישט ווי אזוי סאטמער האט אמאל אויסגעזען.

קרעקער » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 3:52 pm

· #80568
נאר תלמידים ביז תשכ"ח אדער אויכט נאכדעם?

מורינו הרב » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 4:04 pm

· #80569
וואס עפעס? - אויך תלמידים פון ברך משה...

איר קענט נישט די תלמידים וואס מאכן נאך דעם ברך משה אויפן האר, פארקויפן די שיטה פונעם רבי'ן דער ברך משה, און דער עולם קלעבט... מען האט א שטארקע געפיל צום ברך-משה, און יעדער וואס פארמאגט עפעס אן ענליכקייט, אדער קען אים נאכמאכן, שטראמט מען צו אים.

אה, די געוואלדיגע כוחות פונעם ברך משה...

בונעס איירעס » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 4:04 pm

· #80570
קרעקער
נאר תלמידים ביז תשכ"ח אדער אויכט נאכדעם?


סיי ווער סאיז משפיע מהודו אויפן אידענטום.. אין אידן קלאמערן זיך צו אים אדער זיין הלכה,

מעג זיין איינער וואס לעבט שוין נישט אבער מע דענקט אים נאך אדער מרעדט נאך פון אים יזכרם לטובה בין הצדיקים ואנשי אמת

איך וועל אנהייבן די רשימה פשוט נישט צו צעגערען

אנהייבן וועל איך מיט צוויי גרויסע גאר געשעצטע אדמורים הגם זיי זענען נישט (געווען) אינעם סאטמארן חיידער ממש איינער אפשא יא אבער דער צווייטער זיכער נישט אבער דאך א תלמיד און זאגט אז ער האט מקבל געווען און דורך גערעדט יעדע מין הנהגה'אישן ענין מיט מרן ז"ל

כבוד קדושת האדמו"ר מוויניץ שליט"א הרה"צ רבי מרדכי הגר יאריך ימים
האט אפשר מקבל געווען פון מרן זצ"ל דאס ענין פון קנאות און זאגען וואס ער האלט, זיך אנפייפען אפי' מען וועט האלטען אז ער איז יצא מדעתו צומאל, קען זיין דאס חלק הנהגה אויך, ווי נישט ווי פירט ער איינע פון די שטערקסטע חסידותען ווי די חסידים האלטען באמת פונעם רבין נישט געמאכטערהייט, אדער צוליב כבוד פונעם גזע

ויבלחט"א כבוד קדשות האדמו"ר רבי אברהם יצחק קאהן זצ"ל מתולדות אהרן
האט אפשר מקבל געווען דאס קאך אין ברען פארן אויבערשטען מיט א דאווענען, און זאגען גאנץ גוטע דברי תורה מיטן סאטמארן נוסח. (דאנט געט מיר ראנג קיינער קען נישט נאכמאכען די הייליגע תורות אבער א מעין איז דאך אלץ פארהאנען)

בונעס איירעס » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 4:06 pm

· #80571
..

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 4:20 pm

· #80574
איך האב אדורכגעליינט דעם וואונדערבארן נושא האשכול וואס איר פרובירט דא אראפצולייגן. נאר איך זעה אז איר רעדט בכלל נישט צו מיר. הגם איך באלאנג נישט דירעקט צו סאטמאר האב איך גרויס הערצה (און ח"ו נישט קיין שמץ פון שנאה אדער ברוגז). פארוואס איך האלט מיך צו מיין רבי און חסידות איז, חוץ פון דעם וואס מיין טאטע איז נאך געפאהרן צום זיידע פון'ם היינטיגן רבי. אויך ווייל כ'האב מיך איבערצייגט אז די רבי איז אן איש אמת וואס טוט גמילות חסדים אויף א באהאלטענעם וועג אן דעם וואס די וועלט זאל וויסן. און אזוי אויך זיין זון וואס איז באמת א ירא שמים און בעל מידות. און א גרויסער ת"ח. איך האב ליב ביידע רבי'ס פון סאטמאר און האף אויף דעם טאג וואס ס'וועט זיין שלום אין חסידות. ס'איז אבער דא איין חסידות וואס די הנהגה שטערט מיר יא אביסל. ווייל דער רבי נעמט נישט קיין שום אחריות אויף קיין איינס פון די נעגאטיווע מעשים וואס ווערן געטון בשמו ולכבודו.

בונעס איירעס » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 4:28 pm

· #80575
berlbalaguleh
איך האב אדורכגעליינט דעם וואונדערבארן נושא האשכול וואס איר פרובירט דא אראפצולייגן. נאר איך זעה אז איר רעדט בכלל נישט צו מיר. הגם איך באלאנג נישט דירעקט צו סאטמאר האב איך גרויס הערצה (און ח"ו נישט קיין שמץ פון שנאה אדער ברויגז). פארוואס איך האלט מיך צו מיין רבי און חסידות איז, חוץ פון דעם וואס מיין טאטע איז נאך געפאהרן צו'ם זיידע פון'ם היינטיגן רבי. אויך ווייל כ'האב מיך איבערצייגט אז די רבי איז אן איש אמת וואס טוט גמילות חסדים אויף א באהאלטענעם וועג אן דעם וואס די וועלט זאל וויסן. און אזוי אויך זיין זון וואס איז באמת א ירא שמים און בעל מידות.און א גרויסער ת"ח. איך האב ליב ביידע רבי'ס פון סאטמאר און האף אויף דעם טאג וואס ס'וועט זיין שלום אין חסידות. סאיז אבער דא איין חסידות וואס די הנהגה שטערט מיר יא אביסל. ווייל דער רבי נעמט נישט קיין שום אחריות אויף קיין איינס פון די נעגאטיווע מעשים וואס ווערן געטון בשמו ולכבודו .


איך זעי איך בין גאר גערכט געווען איך האב דאס מיט א סיבה איינגערינגעלט

בונעס איירעס
(איר וועט דאס קיינמאל סיי ווי נישט פארשטיין)


מיר ווילן דא נישט רעדן קיין איין ווארט פון די חשובע אדמורים לבית סאטמאר, מיר רעדן נאר פון די רבנים, דיינים, משפיעים, אונערהאלב סאטמאר אימפעריע

משכיל » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 4:32 pm

· #80577
מען קען ענטפערען אויף דעם ארטיקעל מיט א גאנץ ספר, אבער די צוויי רבי'ס זיינען געווארען רבי'ס ווייל זיי זיינען געווען ממלא מקום פון זייער טאטען - שווער, לאמיר פשוט פרעגען, פין די אלע טויזענטער וואס זיינען אדורך די סאטמארער ישיבה וואס פארא פאצענט זיינען יראים ושלמים וכו', און לאמיר דאס צוגלייכען צו אנדערע חסידישע ישיבות, גור בעלזא ווישניץ קלויזענבורג רוזין פאפא נייטרא וכו' ?י

דעתי הענייה » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 4:40 pm

· #80578
אוי איז דא צורעדן....

קודם כל, איין זאך וועט יעדער מיט אפענע אויגן מודה זיין, כבוד בואנעס איירעס, איז א ריכטיגער סאטמערער מיט די פולע איבערצייגונג, אז סאטמאר איז די גרעסטע שטערקסטע, בכמות ובאיכות... צו דאס איז אמת צו נישט, לאז איך יעדען מחליט זיין....

אז מען רעדט יא פון די סאטמערע איבערצייגונג אין סאטמאר מיט רבינו הקדוש (נישט רבי יהודה הנשיא, ער האט נאר געהאט דעם טיטל פאר 1600 יאר...) בראש, וויל איך דערציילען א מעשה, און איך שרייב פולע נעמען, יעדער איז מכובד נאכצוגיין די מעשה.
איך האב געהערט פון הרב הערשל כהנא, מו''ץ מכון להוראה אין מאנסי, אז ווען זיין שוואגער הרב פילאפף האט נאכן חתונה געהערט זיין זיידען הרה''ק מפשעווארסק זצ''ל (א נקודה וועגן אים, טראץ זיין גרויסע נאמנות צו סאטמארער רב, ווי לאנג בעלזע רב האט געלעבט האט ער נישט גערופן און נישט געשריבן רבי אויף סאטמארער רב) רעדן בגדלותו פון בעלזער רב, האט ער, אלס סאטמארער, זיך אנגערופן, נא מען האט שוין געהערט אזוינס, סאטמארער רב איז דען נישט געווען אזוי גרויס? הרה''ק מפשעווארסק האט זיך צושמייכלט, און אים גארנישט גענטפערט, ווען ער איז ארויס רופט ער זיך אהן צו ר' הערשל דער נער, וואס איז בכלל דער פארגלייך? בעלזער רב איז געווען כולו אין הימל, וד''ל.

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 4:42 pm

· #80579
ענטפער צו בונע סיירעס
ילמדינו רבינו. איך פארשטיי טאקע נישט. וויאזוי איז מיין האבן א שייכות צו אן אנדער'ן אדמו"ר אדער חסידות א סתירה צו די חשוב'ע יונגעלייט וואס מ'לויפט זיי נאך אין סאטמאר. דער בראך אין א סאך חסידות'ן איז אז מ'נעמט א מענטש א בשר ודם און מ'פארגעטערט איהם. איך בין בעיקר נאר מיט מיין רבי'ן ווייל איך זעה זיין אמת'דיג יראת שמים (אויף ואס איך קען געבן א סאך ביישפילן) און זיינע מידות טובות. נישט וועגן א לעיבל אדער א סטעמפל.

בונעס איירעס » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 5:24 pm

· #80587
ווייסט איר וואס לאמיר ווארפען אפאר נעמען (אין מוקדם ומאוחר) (דערווייל פארט עס ניקסט אינעם ריכטונג וואס איך האב געוואלט)
איך האב געוואלט פשוט א שטיקל אנצקלפדיה איבער די רבנים דיינים משפיעים תלמידי סאטמאר
מיט יעדענס בייאגראפיע קורץ דערנעבן, ביטע עפעס אנדערש אויסער דעם עפענט א צווייטס, יישר

רבי יצחק אייזיק אייכנשטיין מגאלאנטא

רבי מנחם זכרי' זילבער מפריימאן

רבי סיני האלבערשטאם מזימיגראד

רבי מאיר טודרוס זילבער מיאוואזשנא

רבי יחזקאל רוטה מקארלסבורג

רבי יצחק אייזיק הוראוויץ מספינקא

רבי דוד אייכנשטיין מבורשטין

רבי חיים מערץ מתולעת יעקב

רבי אביגדור דניאל פיש מהאדס

רבי יהושיע העשיל ביק ממעזביש

רבי יואל מארגענשטערן משארמאש

רבי אליקים געציל בערקאווויץ דומ"ץ מונרו

רבי ישראל חיים משנה פרידמאן ראב"ד

רבי זלמן לייב פילעפף דומ"ץ

רבי משה מנחם טירנויער דומ"ץ מונטריאל

רבי יוסף חיים גרינוואלד מגיד

רבי ישעי' אנשיל וויייס מגיד

רבי אלעזר הורוויץ מבאלקעני אברכים

האדמורים מבית לאבין - זידיטשוב

רבי אהרן גד כ"ץ מקאפיש

רבי שלמה יודא וויינבערגער מפאיע

רבי משולם פאלאטשעק ממגד יודא

רבי ישראל דוד הארפענעס מישראל והזמנים

רבי חיים דויד ווייס דומ"ץ אנטווערפען

רבי שמואל דויד קרויז מאודווארי

רבי יחאיל מעכל לעבאוויטש מניקלשבורג

רבי יצחק לעבאוויטש מוואודרידזש

רבי יוסף מאיר מאיער מליזענסק

רבי ישראל חיים הוראוויץ דומ"ץ מאנטשעסטר

רבי חזקאל גאלד ממונסי

רבי זיידא לעיזר זאב ראזנבוים מקרעטשנעיף

רבי אהרן טובי' שפיץ מסערעט

רבי חיים רובין מראפשיץ

רבי ארי לייביש ראטענבערג מפארשעי

רבי אברהם אביש הוראוויץ מספינקא

רבי נפתלי הוראוויץ מקראלי

רבי עזראיל מאיר קאהן מסענדזשארץ

רבי משה אהרן רייך מפשעווארסק

רבי בערל כ"ץ מדושינסקי

בדחן » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 5:26 pm

· #80588
דעתי הענייה
איך האב געהערט פון הרב הערשל כהנא, מו''ץ מכון להוראה אין מאנסי, אז ווען זיין שוואגער הרב פילאפף האט נאכן חתונה געהערט זיין זיידען הרה''ק מפשעווארסק זצ''ל (א נקודה וועגן אים, טראץ זיין גרויסע נאמנות צו סאטמארער רב, ווי לאנג בעלזע רב האט געלעבט האט ער נישט גערופן און נישט געשריבן רבי אויף סאטמארער רב) רעדן בגדלותו פון בעלזער רב, האט ער, אלס סאטמארער, זיך אנגערופן, נא מען האט שוין געהערט אזוינס, סאטמארער רב איז דען נישט געווען אזוי גרויס? הרה''ק מפשעווארסק האט זיך צושמייכלט, און אים גארנישט גענטפערט, ווען ער איז ארויס רופט ער זיך אהן צו ר' הערשל דער נער, וואס איז בכלל דער פארגלייך? בעלזער רב איז געווען כולו אין הימל, וד''ל.


וד"ל מיינט אז די מעשה איש שקר, אויך מיינט עס צו זאגן אז אז דער שרייבער ווייסט עס אז איז שקר, דערפאר שרייבט ער צו וד"ל,
ערגעץ אנדערש איז דא א אשכול וואס איז מסביר וואס די מאטיווען פון א שרייבער איז בשעת ער שרייבט א מעשה וואס ער ווייסט קלאר אז עס איז שקר, ווי אזוי דער שרייבער פילן זיך צופרידען נאכדעם,

כ"ז כתבתי אן אריינגיין בנושא האשכול, וואס מען זעט קלאר אז דער וואס האט עס געעפענט איז מן הסתם גאר יונג, און ווייסט נישט נאר פון תש"ס און ארויף, ווי איך האב שוין אויבן מעיר געווען.

בונעס איירעס » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 5:32 pm

· #80591
בדחן
וואס מען זעט קלאר אז דער וואס האט עס געעפענט איז מן הסתם גאר יונג, און ווייסט נישט נאר פון תש"ס און ארויף, ווי איך האב שוין אויבן מעיר געווען.



קודם אויף וואס בויעט איר איייער השערה אז דער פותח האשכול קען נאר פון תש"ס און ווייטער? איך מיין איר וואלט אויך ווען געמעגט צולייגען דעם וד"ל, זאלן זיי וויסן אז איר זאגט ליגענט.

און אדרבה, איר זענט פון דעם דור הקודם וואס שרייבען אויפן אינטערנעט? נאאא גיבט אונז איבער וואס איר ווייסט פון פאר די דריטע וועלט מלחמה נאך אין די תש"נ יארן.

היסטאריקער » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 5:39 pm

· #80594
די פאלגענדע זענן נישט סאטמארע תלמידים
רבי יהושיע העשיל ביק ממעזביש

ררבי ישראל חיים משנה פרידמאן ראב"ד

רבי ישעי' אנשיל וויייס מגיד
רבי ישראל דוד הארפענעס מישראל והזמנים
רבי שמואל דויד קרויז מאודווארי
רבי ארי לייביש ראטענבערג מפארשעי

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 5:42 pm

· #80596
א הערה צו בדחן
פארוואס איז געדרינגען אז ווען איינער שרייבט "וד"ל" איז די מעשה ליגנט. אפשר ווען ער זאל שרייבן וז"ל וואלט מען געקענט זאגן אז ער זאגט אדער שרייבט ליגנט. ווייל דאס איז ראשי תיבות. ו זאגט ליגנט.

שמעקעדיג » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 5:44 pm

· #80597
תיקון טעות. ר' "חיים לייבוש" מפארשעי.
בערל. וואס מיינט בונע סיירעס?

בונעס איירעס » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 5:50 pm

· #80600
היסטאריקער
רבי יהושיע העשיל ביק ממעזביש

ררבי ישראל חיים משנה פרידמאן ראב"ד

רבי ישעי' אנשיל וויייס מגיד
רבי ישראל דוד הארפענעס מישראל והזמנים
רבי שמואל דויד קרויז מאודווארי
רבי ארי לייביש ראטענבערג מפארשעי


יישר פאר די הערה פון ווי קומען זיי אויב איר ווייסט

איך מיין נישט דייקא נאר וואס האבן געלערענט אין סאטמאר ישיבה, נאר אויך די וואס זענען נאר סאטמארע גענויגטע אין שיינע אידן אויך דארט, האב איך זיי דערמאנט, און אזוי איז מיט אלע אנדערע

(קוקט אינעם פתיחה דרשה פונעם אשכול) 

משכיל » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 5:55 pm

· #80603
בדחן
דעתי הענייה
איך האב געהערט פון הרב הערשל כהנא, מו''ץ מכון להוראה אין מאנסי, אז ווען זיין שוואגער הרב פילאפף האט נאכן חתונה געהערט זיין זיידען הרה''ק מפשעווארסק זצ''ל (א נקודה וועגן אים, טראץ זיין גרויסע נאמנות צו סאטמארער רב, ווי לאנג בעלזע רב האט געלעבט האט ער נישט גערופן און נישט געשריבן רבי אויף סאטמארער רב) רעדן בגדלותו פון בעלזער רב, האט ער, אלס סאטמארער, זיך אנגערופן, נא מען האט שוין געהערט אזוינס, סאטמארער רב איז דען נישט געווען אזוי גרויס? הרה''ק מפשעווארסק האט זיך צושמייכלט, און אים גארנישט גענטפערט, ווען ער איז ארויס רופט ער זיך אהן צו ר' הערשל דער נער, וואס איז בכלל דער פארגלייך? בעלזער רב איז געווען כולו אין הימל, וד''ל.


וד"ל מיינט אז די מעשה איש שקר, אויך מיינט עס צו זאגן אז אז דער שרייבער ווייסט עס אז איז שקר, דערפאר שרייבט ער צו וד"ל,
ערגעץ אנדערש איז דא א אשכול וואס איז מסביר וואס די מאטיווען פון א שרייבער איז בשעת ער שרייבט א מעשה וואס ער ווייסט קלאר אז עס איז שקר, ווי אזוי דער שרייבער פילן זיך צופרידען נאכדעם,

כ"ז כתבתי אן אריינגיין בנושא האשכול, וואס מען זעט קלאר אז דער וואס האט עס געעפענט איז מן הסתם גאר יונג, און ווייסט נישט נאר פון תש"ס און ארויף, ווי איך האב שוין אויבן מעיר געווען.


איך האב געהערט א ענליכע מעשה פון א פארלעסליכען איד ר.י.א.ז. וואס האט עס אליינס געהערט פון ר' איציקל ווען דער פאפער רב איז איהם געקומען באזוכען אהיים קומענדיק נאך פארברענגען שבועות ביים בעלזער רב זצ"ל,

משכיל » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 5:57 pm

· #80604
אגב ר' בונעס איירעס עס זעהט אויס אז דו ווייסט נישט וואס טוט זיך אין די וועלט,י

מתוך שבחו אתה בא לידי גנותו, די ווייסט וויפיל אזעלע און אסאך שענערע איז דא ביי אנדערע קרייזען, י

קוקענדיג די ליסטע זעה איך אזעלעכע וואס רוב חכמתם קומט פון די פרעמד, און אפאר וואס זיינען פלעינע עם הארצים מיט ברייטע ביבער היטן,י

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 5:58 pm

· #80606
שמעקעדיג
תיקון טעות. ר' "חיים לייבוש" מפארשעי.
בערל. וואס מיינט בונע סיירעס?

דאס זעלבע וואס "בונעס איירעס". דאס נעמט דיך פן א ווארט אויף ספאניש "בוענאס איירעס" Buenos Aires. וואס מיינט "גוטע לופט" און איז אויך די הויפטשטאט פון ארגענטינע, פון ווי מר. בונעס איירעס קומט.

כרמי » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 6:16 pm

· #80611
ס'מערסטע וואס איר מיר געפאלן איז "סאטמאר" איז נישט קיין "חסידות בכלל" דאס איז א "אידישע וועלטס אימפעריע"
אזוי זינגען שוין די סאטמארע אידן יארן, און אזוי האט אפשר געוואלט דער הייליגער סאטמארער רב זצ"ל
פאקט: סאטמאר איז היינט - אדער לכה"פ פרובירן זיי צו זיין - א חסידות פונקט ווי א צווייטער.
---
נאך א נקודה: משפיעים זענען דא לרחצה אין אנדערע חסידות'ער אויך, ביסט אמאל געווען ערשעץ אנדערש אז דו ווייסט אזוי קלאר? כ'פרעג נאר, נישט קיין טענות וכדו, אפשר נישט מיט קיין אייגענע בתי מדרשים, אבער דאס איז דער "חילוק" פון רעספעקט און נישט רעספעקט?
---
אדורכבליקדיג די ליסטע פון אריבער 40 רבנים, וויפיל קענען באמת לערנען?

יידל » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 6:19 pm

· #80614
ליידער האב איך נישט געטראפן אין סאטמער עפעס וואס זאל רעדן צו מיין נשמה. נישט אז כ'באשולדיג סאטמאר דערינען, ס'קען גאנץ מעגליך זיין אז מיין נשמה איז דער פראבלעם.

בונעס איירעס » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 6:57 pm

· #80623
מיסטער משכיל איר גייט מיר אביסל אויף די אייער שאלעכטץ.. מיט אייערע אומבחנטע איינזייטיגע העסליכע צילען
אייער מטרה איז וואויל באקאנט און שטארק מעקבאר, ביטע הייבט אויף אייער אונטערשטען אין גייט אריבער צו צומעס מיר וועלן אייך דאנקבאר זיין, און מיר וועלן אפי' שמוסען געמיטלעך מיט אייך דארט אויך, צום ווידער זעין!!

פאר די וואס פרעגן איבער מיין וויסענשאפט אינדרויסן פון סאטמאר, אגב דאווען איך נישט און קיין סאטמארע שול ווי לאנג די יאר איז, איך האב געלערנט אין פילע פרעמדע ישיבות איבער די וועלט, און מיינע קינדער לערנען אויך נישט און סאטמאר.

יידיל היקר איך וועל אייך פארטרויען א גאר גרויסען סוד.. איך פערזענליך ניץ נישט קיין איינעם פון די אויבענדערמאנטע, נישט מיין שמאטע דיין איז א סאטמארער, און נישט מיין נפשיותדיגען הונגער פיטער איך מיט איינעם פון זיי, אבער איך ווייס זיי צו שעצען פאר וואס זיי זענען. דאס אלעס!

יידל » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 7:20 pm

· #80628
אודאי שעץ איך זיי פאר וואס זיי זענען. אבער איך מיין אז נישט דאס איז געווען דיין כוונה מיט דעם אשכול.

בונעס איירעס » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 7:23 pm

· #80629
יידל
אודאי שעץ איך זיי פאר וואס זיי זענען. אבער איך מיין אז נישט דאס איז געווען דיין כוונה מיט דעם אשכול.


יא יא אט דאס איז געווען מיין כוונה, קוק אויפן קריאת שם האשכול "קענען" ווי זוי פארשטייט איר דאס?

יידל » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 7:58 pm

· #80643
אלץ קעפל זענט איר טאקע גערעכט.

atmybest » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 8:14 pm

· #80651
בונעס איירעס
מיסטער משכיל איר גייט מיר אביסל אויף די אייער שאלעכטץ.. מיט אייערע אומבחנטע איינזייטיגע העסליכע צילען
אייער מטרה איז וואויל באקאנט און שטארק מעקבאר, ביטע הייבט אויף אייער אונטערשטען אין גייט אריבער צו צומעס מיר וועלן אייך דאנקבאר זיין, און מיר וועלן אפי' שמוסען געמיטלעך מיט אייך דארט אויך, צום ווידער זעין!!

פאר די וואס פרעגן איבער מיין וויסענשאפט אינדרויסן פון סאטמאר, אגב דאווען איך נישט און קיין סאטמארע שול ווי לאנג די יאר איז, איך האב געלערנט אין פילע פרעמדע ישיבות איבער די וועלט, און מיינע קינדער לערנען אויך נישט און סאטמאר.

יידיל היקר איך וועל אייך פארטרויען א גאר גרויסען סוד.. איך פערזענליך ניץ נישט קיין איינעם פון די אויבענדערמאנטע, נישט מיין שמאטע דיין איז א סאטמארער, און נישט מיין נפשיותדיגען הונגער פיטער איך מיט איינעם פון זיי, אבער איך ווייס זיי צו שעצען פאר וואס זיי זענען. דאס אלעס!


בארואיג זיך בונעס. ער זאגט פשוט וואס יעדער נארמאלע מענטש האלט.

אונז, יודן זענען אויפגעוואקסן מיט א באשעפער. אונז ווייסן אז מען מסר'ט נישט אא'וו.

סאטמאר איז די נידריגסטע זאך וואס די וועלט האלט אין זיך...

יאיר » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 8:19 pm

· #80653
די תלמידים ומנהיגים וואס די קרעטשניף אימעפעריע האט פראדוצירט
איך בין א דורכגעווייקטער קרעטשניפער חסיד מבטן אמי, גלמי ראו עיניך, נאך איידער איך בין געבוירן האב איך שוין געזען מיט מיין ספעציעלן ליכט אויפ'ן קאפ אז קרעטשניף שיינט אין אלע עולמות. נאכדעם ווען איך בין געבוירן, איך האב געטרינקען מיין מאמע'ס מילך, האב איך זיך דאס איבערצייגט נאכאמאל, אז אזוינע מילך קען מען נאר זייגן ביי אן עכטע קרעטשניפע חסידית'טע, איך פלעג קוקן מיט רחמנות אויף די בעיביס וואס דארפן זייגן פשוט'ע מילך פון א סאטמארע פרוי. איך בין געווארן אביסל עלטער, האב איך געזען די פייערלענדזשערס פון קרעטשניף, מיינע אויגן זענען ארויסגעשפרינגען פון די לעכער, אזעלכע לייטס און סייערינס וועט איר נישט טרעפן אין ערגעץ, אפילו נישט אין סאטמאר.

נאכדעם האב איך באקומען די הייסע קוגל, אוי די קוגל. דער טעם גן עדן פון די קוגל וואס איז געווארן אנגעהייצט אין גיהנום אליין קען מען גארנישט מסביר זיין, עס איז מעין עולם הבא, דער געוואלדיגער קדושה וואס ליגט אין די קוגל. ווער רעדט נאך ווען איך האב קענענגעלערנט דעם קרעטשניפער רבי אליין און זיינע הייליגע תלמידים, איך זאג אייך אזעלכע צדיקים נסתרים האט ער נאך נישט געזען אין אייער לעבן. איך רעד שוין נישט פון די גדולי התורה וואס געפינען זיך אין די גאנצע וועלט און האבן געטרינקען פון די קרעטשניפער קוואל, נאר אפילו די פשוט'ע חסידים זענען וואויל באקאנט אלס דורכגעווייקט מיט תורה אמונה חסידות וואס דו ווילסט נאר. איך ווייס אז פאר די סאטמארע וועט דאס נישט שמעקן, זיי וועלן אפילו נישט פארשטיין וואס איך זאג, אבער קרעטשניף איז די שענסטע, די בעסטע, די מעכטיגסטע, הייליגסטע, וואוילסטע, ליכטיגסטע חסידות. עס איז אידישקייט אליין געגעבן געווארן אויפ'ן בארג סיני.

פאקטיש איז קרעטשניף בכלל נישט קיין חסידות, עס איז א וועלטס אימפעריע! עטס קענטס ענק באגראבן פאר בושה!

קרעטשניף, קרעטשניף! קומטס אויף מיין זייט! ווער ס'איז אויף די קרעטשניפע זייט זאל זיך אנרופן, און מיר וועלן גיין אין א מלחמת חרמה קעגן די וואס גנב'ענען צו די טיטל פון וועלטס אימפעריע און זענען מועל בהקדש פאר זייער אייגענע געברויכן!

משכיל » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 9:01 pm

· #80661
איך וואלט עקספעקטעט פון אזא וועלטליכען מענשט ווי די צו ענטפערען צום ענין, י

גוטע פינטעלך » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 10:33 pm

· #80675
בונעס איירעס


און נאך א סוד העל איך אייך אנפארטרויען דאס איז די סוד פון זייער די סאטמארערס הצלחה, די חכמה פון נישט מאכן באגרעניצט דאס פלאץ פון נאר איין מין תכונות הנפש וואס דאס איז די רבי, אנשטאט דעם איז געווען די מהלך פון הרבי מסאטמאר צו לאזען יעדן תכונת הנפש טרעפן דאס זייניגע מיטן דערלאזען אנדער גוטע אידן אינעם קרייז אליינס פראווענען זייער רעביסטעוועלע, אזוי האט יעדער געטראפן איינעם וואס ער גלייכט, אזוי האט דאס געהאט א מקום צו וואקסען אנע באגרעניצונגען, פארשטייט זיך אז ביי אונז איז אויך די רבי די גרעסטער מיט די פאויער און הנהגה, אבער מ'טיילט צו פאר חשובע רבנים אויך א גרויס חלק. (איר וועט דאס קיינמאל סיי ווי נישט פארשטיין)

בונעס דער סוד איז נישט ריכטיג, און סאטמאר ביז תשל"ט האט מען זייער באגרענציט דאס פלאץ, הן כפשוטו מען האט געארבעט צו פארשיקען פון זייער פלאץ - וומס"ב - יעדן רב אפילו פון די עלטרע רבנים ואכמ"ל, דאס איז געקומען בעיקר פון די פאליטשע פירערשאפט ווי למשל ר' ל"פ, און אויך האט מען באגרענציט בכל מין אופן אלע יונגע (לייט און בחורים) זיי זאלען זיך נישט אליינס מפענח זיין, עס איז באקאנט אז דער רבי ז"ל האט נישט געהאלטען פון מאכען קובצים אדער אפילו חיבורים מען האט אלעס אנגעקוקט ווי גאוה, איך ווייס נישט אויב דאס איז געקומען פון רבי'ן אליין אדער פון רנ"י מייזעלס, ווייל ער האט געמאכט אזא ווינט.
און נאך תשל"ט האט זיך אביסל אויפגהערט די אלע אונטערדרוקענישען פון יחידים הרוצים להתעלות בתורה, אבער די רבני ואדמור"י הקהלות מיינעך אז מען האט ווייטער אונטערדריקט.
יעצט מיט די ביידע סאטמער'ס אהה ממש אמחיה יעדער אינגערמאן האט פרייהייט סיי באמת און שטייגן און מחבר זיין ספרים וכו', און סיי זיך דערקלערן רב רבי וכו' וכו'. ביי די זאליס אביסעל מער פריי און ביי די ארונים אביסל ווייניגער וויבאלד עס איז דא א גרויסע רבי.

און בד"וו מיין איך אז די האסט פארגעסען איינע פון די גרעסטע מפורסמים בעולם התורה הכללי וואס ברענגעט די מערסטע כבוד פאר סאטמער, ה"ה הרב הגאון רבי שמעי' גרינבוים שליט"א, אוי מיר געדענקען נאך די גוטע צייטען און די מ' יארען ווען ער האט פארגעלערנט חומש רש"י און גרויסען ביהמ"ד ראדני אויפ'ן ארון הקודש און דאס גאנצע דעמאלטס'דיגע ביהמ"ד איז געווען מלא זקנים ונערים זיך געקאכט פשט און פסוק חומש ורש"י, און ער האט דאן געפענט פאר די וועלט די פסוקי התורה מיט רש"י.

לעמיל » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 11:10 pm

· #80682
און וואס איז מיט ר יוסף חיים גרינואלד? אויך א תלמיד ?

berlbalaguleh » פרייטאג יאנואר 18, 2013 12:46 am

· #80704
לעמיל
און וואס איז מיט ר יוסף חיים גרינואלד? אויך א תלמיד ?

אזוי זאגט בונעס. נאר די וועלט האלט אנדערש. למשל ר' יושע העשיל ביק איז אפילו נישט געגאנגען קיין שטריימל ביז א פאר יאר צוריק. ס'איז דא א באקאנטע מעשה ווי ער האט אנגעשריגן א יידענע וואס האט געפיהרט א בעיבי קערידזש מיט'ן עירוב. האט זי איהם צוריקגעענטפערט אז אלטע בחורים טארן נישט רעדן צו פרויען.

לעמיל » פרייטאג יאנואר 18, 2013 1:06 am

· #80708
berlbalaguleh
לעמיל
און וואס איז מיט ר יוסף חיים גרינואלד? אויך א תלמיד ?

אזוי זאגט בונעס. נאר די וועלט האלט אנדערש. למשל ר' יושע העשיל ביק איז אפילו נישט געגאנגען קיין שטריימל ביז א פאר יאר צוריק. ס'איז דא א באקאנטע מעשה ווי ער האט אנגעשריגן א יידענע וואס האט געפיהרט א בעיבי קערידזש מיט'ן עירוב. האט זי איהם צוריקגעענטפערט אז אלטע בחורים טארן נישט רעדן צו פרויען.

רעדן טאר מען נישט, שרייען יא

בונעס איירעס » פרייטאג יאנואר 18, 2013 1:07 am

· #80710
גוטע פינטעלך
בונעס איירעס


און נאך א סוד העל איך אייך אנפארטרויען דאס איז די סוד פון זייער די סאטמארערס הצלחה, די חכמה פון נישט מאכן באגרעניצט דאס פלאץ פון נאר איין מין תכונות הנפש וואס דאס איז די רבי, אנשטאט דעם איז געווען די מהלך פון הרבי מסאטמאר צו לאזען יעדן תכונת הנפש טרעפן דאס זייניגע מיטן דערלאזען אנדער גוטע אידן אינעם קרייז אליינס פראווענען זייער רעביסטעוועלע, אזוי האט יעדער געטראפן איינעם וואס ער גלייכט, אזוי האט דאס געהאט א מקום צו וואקסען אנע באגרעניצונגען, פארשטייט זיך אז ביי אונז איז אויך די רבי די גרעסטער מיט די פאויער און הנהגה, אבער מ'טיילט צו פאר חשובע רבנים אויך א גרויס חלק. (איר וועט דאס קיינמאל סיי ווי נישט פארשטיין)

בונעס דער סוד איז נישט ריכטיג, און סאטמאר ביז תשל"ט האט מען זייער באגרענציט דאס פלאץ, הן כפשוטו מען האט געארבעט צו פארשיקען פון זייער פלאץ - וומס"ב - יעדן רב אפילו פון די עלטרע רבנים ואכמ"ל, דאס איז געקומען בעיקר פון די פאליטשע פירערשאפט ווי למשל ר' ל"פ, און אויך האט מען באגרענציט בכל מין אופן אלע יונגע (לייט און בחורים) זיי זאלען זיך נישט אליינס מפענח זיין, עס איז באקאנט אז דער רבי ז"ל האט נישט געהאלטען פון מאכען קובצים אדער אפילו חיבורים מען האט אלעס אנגעקוקט ווי גאוה, איך ווייס נישט אויב דאס איז געקומען פון רבי'ן אליין אדער פון רנ"י מייזעלס, ווייל ער האט געמאכט אזא ווינט.
און נאך תשל"ט האט זיך אביסל אויפגהערט די אלע אונטערדרוקענישען פון יחידים הרוצים להתעלות בתורה, אבער די רבני ואדמור"י הקהלות מיינעך אז מען האט ווייטער אונטערדריקט.
יעצט מיט די ביידע סאטמער'ס אהה ממש אמחיה יעדער אינגערמאן האט פרייהייט סיי באמת און שטייגן און מחבר זיין ספרים וכו', און סיי זיך דערקלערן רב רבי וכו' וכו'. ביי די זאליס אביסעל מער פריי און ביי די ארונים אביסל ווייניגער וויבאלד עס איז דא א גרויסע רבי.

און בד"וו מיין איך אז די האסט פארגעסען איינע פון די גרעסטע מפורסמים בעולם התורה הכללי וואס ברענגעט די מערסטע כבוד פאר סאטמער, ה"ה הרב הגאון רבי שמעי' גרינבוים שליט"א, אוי מיר געדענקען נאך די גוטע צייטען און די מ' יארען ווען ער האט פארגעלערנט חומש רש"י און גרויסען ביהמ"ד ראדני אויפ'ן ארון הקודש און דאס גאנצע דעמאלטס'דיגע ביהמ"ד איז געווען מלא זקנים ונערים זיך געקאכט פשט און פסוק חומש ורש"י, און ער האט דאן געפענט פאר די וועלט די פסוקי התורה מיט רש"י.


קודם שלום עליכם איך מוז אייך זאגען איר זענט דער ערשטער ווי איך זעי האט איר ארויס מיין נקודה בכלל, וואס מיין ציל איז דא אין דעם אשכול, די אלע תגובות ביז אהער מיין איך האט קיינער נישט געכאפט וואס איך ציל בכלל, איבער דעם וואס איר זאגט בנוגע ביז תשל"ט, איז אין די תש"מ און תש"נ יארן געווען פיל ארגער.. אין בכלל דיסקוטירן דעם נושא וויל איך נישט דא, אבער ס'איז זיכער איר האט א נקודה וואס מקען דיסקוטירן, די תי' באופן שטחי איז פשוט, יא מען האט זיך געדארפט צושטעלן אין ווער עס האט זיך צוגעשטעלט האט מען געלאזט גרויס ווערן, און איז נאך היינט אזוי ביי ביידע, אדער ביי אלע דריי פראקציעס אין סאטמאר.

יעצט איבער הגאון רבי שמעי' גרינבוים שליט"א אהה זענט איר גערעכט!!! טאקע א גרויס כבוד פאר אונז אזא איד... אזא גאון מופלג, איך ווייס נישט ווי עס איז מיר ארויסגעפלויגען פון קאפ זיין באליבטען נאמען, ווען איך אליינס הער אים כמעט יעדע וואך, זיין חומש רש"י אויפן אייפאד, איך באלעק מיר די פינגער, וואו ער טוט דאס גאנצע שווערע ארבייט פאר מיר, איך לערן יעדע וואך דעם חומש רש"י אין ס'איז נאך גרינג אויך, און ווי יעדעס ווארט שטימט מיט עפעס א מין קלארקייט אינעם פסוק, מיט זיין אבנארמאלען קלארען מהלך ווי ער שטימט אריין יעדעס אות אויף זיין פלאץ, עס זאל זיין אויסגעהאלטען מיט אלע ראשונים, מפרשי התורה,

אהההה ווי געשמאק איז דאס צו הערן רבי שמעי' מיט א טעלער טשולענט ליל שישי, און צוגיין צום שבת קודש קענענדיג די סדרה פון די וואך, עס איז באמת א גוט געפיל,
און איך בין אים טאקע דאנקבאר פאר דעם יעדע וואך עקסטער. 

געהערט האב איך אויך אז דער וויזניצער רבי שליט"א ממונסי זייט ער איז אביסל פארעלטערט און די ראיה איז אים שוואך לערנט ער דורך דעם חומש מיט רש"י יעדע וואך טאקע מיט רבי שמעי'ס שיעורים, איך גלויב אויב ער האט געמאכט דעם אויסוואל איז דאס טאקע דער בעסטער אויסוואהל פאר א אינגערמאן וואס וויל קענען חומש מיט רש"י וואס איז גאר א געשמאקער לימוד אפי' פאר למדנים!

משה געציל » פרייטאג יאנואר 18, 2013 1:19 am

· #80714
בונעס איירעס
נאר איר ברויכט אין קענטעניס נעמען איין פונדאמענטואלע חילוק איז פארהאנען צווישן "אלע חסידותן" און "סאטמאר" וואס איר ווילט נישט כאפען אדער נישט דערהערן..
(וואס דאס איז א גרויס חלק צוליב דעם וואס מיר גייען רעדן אין דעם אשכול, די רבנים שיינע אידן אין סאטמאר גופא נישט די סאטמארע רביים) אז היות "אלע" חסידותן'ען סיי וועלכע פו די גרעסטע ביז די קלענסטע, זענען בסך הכל א "חסידות", א מקום, א קרייז, מיט איר מספר מענטשען מיט א גבול, "סאטמאר" איז נישט קיין "חסידות בכלל" דאס איז א "אידישע וועלטס אימפעריע" גאר אן אנדער באגריף אינגאנצן, און פארדעם ווערט איר שרעקליך פרוסטרירט ווען איר זוכט אייער חסידות נאנטצושטעלן צו סאטמאר און עס גייט נישט, איר קענט בשום אופן נישט נאנט קומען צו זייערע נומבערס און זייער פאפולערן וואוקס קע"ה (איך רעד פוו סאטמאר אלגעמיין) ווען איר טוט דאס שטעלט איר זיך נישט צו צו א זאך וואס איז אויף איין באגריף בכלל מיט אייערס, ממילא בעט איך אייך ווערט נישט גערעגט, אין גיסט נישט אומציענדע באגריסונגען, וואס קומט נישט פון רעאליטעט. (די קנאה געפילן לאזט און אנדערע אשכולות, אויב מעגליך ביי צימעס'ן אין קאווע שטיבל).

אנטשולדיגט מיר ר׳ בונעס איירעס, אז מען פאנגט אן דעם שמועס אויף אזא מהלך קען מען זיך נישט רעזעווירן די רעכטן אז נאר איך מעג זאגן און בעטן פון יעדעם זיך צוהאלטען דערצו.
מיין בליק איבער די חילוק פון סאטמאר און אנדערע חסידות׳ן איז גענוי וואס דו האסט דא געשריבען; שטעל מיך נישט אריין אינעם זעלבן קאטעגאריע ווי דיך ווייל איך בין אסאך גרעסער, פרומער, הייליגער, וכו׳. בנוסח בעלזא ״הישן״.

בדחן » פרייטאג יאנואר 18, 2013 1:22 am

· #80715
ה
בונעס איירעס
גוטע פינטעלך
בונעס איירעס


און נאך א סוד העל איך אייך אנפארטרויען דאס איז די סוד פון זייער די סאטמארערס הצלחה, די חכמה פון נישט מאכן באגרעניצט דאס פלאץ פון נאר איין מין תכונות הנפש וואס דאס איז די רבי, אנשטאט דעם איז געווען די מהלך פון הרבי מסאטמאר צו לאזען יעדן תכונת הנפש טרעפן דאס זייניגע מיטן דערלאזען אנדער גוטע אידן אינעם קרייז אליינס פראווענען זייער רעביסטעוועלע, אזוי האט יעדער געטראפן איינעם וואס ער גלייכט, אזוי האט דאס געהאט א מקום צו וואקסען אנע באגרעניצונגען, פארשטייט זיך אז ביי אונז איז אויך די רבי די גרעסטער מיט די פאויער און הנהגה, אבער מ'טיילט צו פאר חשובע רבנים אויך א גרויס חלק. (איר וועט דאס קיינמאל סיי ווי נישט פארשטיין)

בונעס דער סוד איז נישט ריכטיג, און סאטמאר ביז תשל"ט האט מען זייער באגרענציט דאס פלאץ, הן כפשוטו מען האט געארבעט צו פארשיקען פון זייער פלאץ - וומס"ב - יעדן רב אפילו פון די עלטרע רבנים ואכמ"ל, דאס איז געקומען בעיקר פון די פאליטשע פירערשאפט ווי למשל ר' ל"פ, און אויך האט מען באגרענציט בכל מין אופן אלע יונגע (לייט און בחורים) זיי זאלען זיך נישט אליינס מפענח זיין, עס איז באקאנט אז דער רבי ז"ל האט נישט געהאלטען פון מאכען קובצים אדער אפילו חיבורים מען האט אלעס אנגעקוקט ווי גאוה, איך ווייס נישט אויב דאס איז געקומען פון רבי'ן אליין אדער פון רנ"י מייזעלס, ווייל ער האט געמאכט אזא ווינט.
און נאך תשל"ט האט זיך אביסל אויפגהערט די אלע אונטערדרוקענישען פון יחידים הרוצים להתעלות בתורה, אבער די רבני ואדמור"י הקהלות מיינעך אז מען האט ווייטער אונטערדריקט.
יעצט מיט די ביידע סאטמער'ס אהה ממש אמחיה יעדער אינגערמאן האט פרייהייט סיי באמת און שטייגן און מחבר זיין ספרים וכו', און סיי זיך דערקלערן רב רבי וכו' וכו'. ביי די זאליס אביסעל מער פריי און ביי די ארונים אביסל ווייניגער וויבאלד עס איז דא א גרויסע רבי.

און בד"וו מיין איך אז די האסט פארגעסען איינע פון די גרעסטע מפורסמים בעולם התורה הכללי וואס ברענגעט די מערסטע כבוד פאר סאטמער, ה"ה הרב הגאון רבי שמעי' גרינבוים שליט"א, אוי מיר געדענקען נאך די גוטע צייטען און די מ' יארען ווען ער האט פארגעלערנט חומש רש"י און גרויסען ביהמ"ד ראדני אויפ'ן ארון הקודש און דאס גאנצע דעמאלטס'דיגע ביהמ"ד איז געווען מלא זקנים ונערים זיך געקאכט פשט און פסוק חומש ורש"י, און ער האט דאן געפענט פאר די וועלט די פסוקי התורה מיט רש"י.


קודם שלום עליכם איך מוז אייך זאגען איר זענט דער ערשטער ווי איך זעי האט איר ארויס מיין נקודה בכלל, וואס מיין ציל איז דא אין דעם אשכול, די אלע תגובות ביז אהער מיין איך האט קיינער נישט געכאפט וואס איך ציל בכלל, איבער דעם וואס איר זאגט בנוגע ביז תשל"ט, איז אין די תש"מ און תש"נ יארן געווען פיל ארגער.. אין בכלל דיסקוטירן דעם נושא וויל איך נישט דא, אבער ס'איז זיכער איר האט א נקודה וואס מקען דיסקוטירן, די תי' באופן שטחי איז פשוט, יא מען האט זיך געדארפט צושטעלן אין ווער עס האט זיך צוגעשטעלט האט מען געלאזט גרויס ווערן, און איז נאך היינט אזוי ביי ביידע, אדער ביי אלע דריי פראקציעס אין סאטמאר.


איך האב דיר דאס שוין געשריבען אינעם ערשטען תגובה פינעם אשכול - נאך בעפאר דו האסט געטוישט די קעפל פינעם אשכול אינאיינעם מיט די גאנג פינעם אשכול - איך האב געקוואט די זעלבע שטיקעל, און דיר געזאגט אז ווי עס זעט אויס ביסטע פון די יונגע משה׳ליך און דו ווייסט נישט ווי אזוי סאטמער האט אויסגעזען דעמלאטס ( ששש.. מעגליך אויך נישט היינט..)

משכיל » פרייטאג יאנואר 18, 2013 1:37 am

· #80719
ווי מער מען שרייבט דא ווערט סאטמאר מעהר מבוזה, האט שכל דא איז נישט קיין סאטמארער בית המדרש,י

בונעס איירעס » פרייטאג יאנואר 18, 2013 1:50 am

· #80726
בדחן
איך האב דיר דאס שוין געשריבען אינעם ערשטען תגובה פינעם אשכול - נאך בעפאר דו האסט געטוישט די קעפל פינעם אשכול אינאיינעם מיט די גאנג פינעם אשכול - איך האב געקוואט די זעלבע שטיקעל, און דיר געזאגט אז ווי עס זעט אויס ביסטע פון די יונגע משה׳ליך און דו ווייסט נישט ווי אזוי סאטמער האט אויסגעזען דעמלאטס ( ששש.. מעגליך אויך נישט היינט..)


ווער ווייסט דען נישט? ווער עס וויל פרעגט זיך נאך ביי די עלטערע? נאכען אנפרעגן א מספר ווייסט מען אלעס! פארדעם שרייב איך עס איז א דיסקוסיע אבער נישט דא

טוישען פון וואס רעד איר? אין איך האב געבעטן דענסמאל איר ווייסט היטוריה פון פאר מיין מוטער האט מיך געקענט פארוואס שווייגט איר?

גוטע פינטעלך » פרייטאג יאנואר 18, 2013 10:44 am

· #80765
הוספה צום ליסט:

הגאון הרב שלמה יעקב יאזעפאוויטש שליט"א, וואס וואוינט היינט און מאנסי און איז רב אין עפעס א געגנט.

ער איז נישט אזוי באקאנט אבער איך מיין אז ער איז פון די גרעסטע בקיאים בכל התורה ממש דהיינו נגלה ונסתר, פרד"ס, ער האט מייסד געווען די ש"ס כולל 'ים התלמוד' און וומס"ב. ווי אויך איז ער שטארק בקי בכל חכמות העולם, און האט א ברייטען מהלך המחשבה. אבער איך מיין אז זיין חכמה איז נישט פראדוצירט געוווארען אין סאטמאר, נאר אפילו ער האט געלערנט אין סאטמאר איז ער אזוי אויפגעוואקסען.

[ער איז געווען א שטארקער ידיד מיט הגאון ר' עמרם מלכיאל ווייס ז"ל פון ק"י, (וואס וואלט אויך ראוי געווען אויך די ליסט) וואס האט אויך געהאט א גרויסע ידיעה בחכמות העולם. תנצב"ה.].

[און אז משרייבט שוין פון ר' עמרם מלכיאל דערמאנט זיך פון זיין שכן און בית עולם הגאון ר' זעליג שפילמאן ז"ל, מי שלא ראה התמדתו ביחד עם ענוותנותו לא ראה התמדה מידיו. אבל לדאבונינו אין עוד איתנו.

מחבר געווען ספר 'פתורא דשבתא' וואס דאס ווייזט לכאורה נישט אויף זיין גדלות, עיקר גדלותו זיין זכירה בעל פה שולחן ערוך וכל הנו"כ, לא מחמת הגוטע קאפ שלו אלא מחמת התמדתו. תנצב"ה].

קאווע טרינקער » פרייטאג יאנואר 18, 2013 11:14 am

· #80773
גוטע פינטעלך

הגאון הרב שלמה יעקב יאזעפאוויטש שליט"א, וואס וואוינט היינט און מאנסי און איז רב אין עפעס א געגנט.

ער איז נישט אזוי באקאנט אבער איך מיין אז ער איז פון די גרעסטע בקיאים בכל התורה ממש דהיינו נגלה ונסתר, פרד"ס, ער האט מייסד געווען די ש"ס כולל 'ים התלמוד' און וומס"ב.

צווישען די אויבענדערמאנטע ליסט, פארשטייט זיך

בונעס איירעס » פרייטאג יאנואר 18, 2013 11:43 am

· #80779
גוטע פינטעלך
הוספה צום ליסט:

הגאון הרב שלמה יעקב יאזעפאוויטש שליט"א, וואס וואוינט היינט און מאנסי און איז רב אין עפעס א געגנט.

ער איז נישט אזוי באקאנט אבער איך מיין אז ער איז פון די גרעסטע בקיאים בכל התורה ממש דהיינו נגלה ונסתר, פרד"ס, ער האט מייסד געווען די ש"ס כולל 'ים התלמוד' און וומס"ב. ווי אויך איז ער שטארק בקי בכל חכמות העולם, און האט א ברייטען מהלך המחשבה. אבער איך מיין אז זיין חכמה איז נישט פראדוצירט געוווארען אין סאטמאר, נאר אפילו ער האט געלערנט אין סאטמאר איז ער אזוי אויפגעוואקסען.

[ער איז געווען א שטארקער ידיד מיט הגאון ר' עמרם מלכיאל ווייס ז"ל פון ק"י, (וואס וואלט אויך ראוי געווען אויך די ליסט) וואס האט אויך געהאט א גרויסע ידיעה בחכמות העולם. תנצב"ה.].

[און אז משרייבט שוין פון ר' עמרם מלכיאל דערמאנט זיך פון זיין שכן און בית עולם הגאון ר' זעליג שפילמאן ז"ל, מי שלא ראה התמדתו ביחד עם ענוותנותו לא ראה התמדה מידיו. אבל לדאבונינו אין עוד איתנו.

מחבר געווען ספר 'פתורא דשבתא' וואס דאס ווייזט לכאורה נישט אויף זיין גדלות, עיקר גדלותו זיין זכירה בעל פה שולחן ערוך וכל הנו"כ, לא מחמת הגוטע קאפ שלו אלא מחמת התמדתו. תנצב"ה].



איר קענט דאך יא די ליסטע נאא האלט אייך נישט צוריק...

רבי זעליג זכרונו לברכה... אהה... מען דערמאנט זיך די קורצע תקופה לערנעדיג אין די ישיבה ה"ק בק"י טאקע א תלמוד חכם עצום ומופלג בעל מכמני התורה ממש, און אלעס מיט אזא רואיגן פשטות עצומה, אן א שום צובלאזעניש... זיין אצילות'דיגען שפאציר דורך דעם לאנגען ביהמ"ד מיטן אלטן הוט אויף די שטערן, מיט די רויטליכע קאלטענעס בארד, גארנישט הא טאים נישט אינטערסריט א חוץ אביסל תורה ויראה, סהאט יעדער געקוקט מיט א שעצונג אט דא גייט א יוד וואס זיין קאפ איז איבערגעפליט מיט כל התורה.

איך דענק מע זעמיר אריין זיך פארהערן בשר וחלב האט ער פארהערט גאנצעטע סימנים מיט די נושא כלים, און האט ניטאמאל געפענט דעם שולחן ערוך כאטש זיין קאנצערטראציע איז געווען אויף הלכות שבת, אין אויף וואס דער ספרים זיינע איז געשטעלט!!

געווען א געשליפענער בריליאנט וואס מיען טרעפט גאר ווינציג אויף דער אלגעמיינער גאס

אויף אזעלכע תלמידי חכמים ויראי השם שרייען מיר אלע חבל על דאבדין ולא משתכחין... (משתכחין האט צוויי טיישטען די צוויטע איז אז מען פארגעסט זיי נישט אזוי שנעל)

רבי עמרם מלכיאל ז"ל א ריכטיגע דמות פון א סאטמארן שוין בעל הבית, נישט קיין רב און נישט קיין דיין, אבער א תלמיד חכם, ויר"ש, והצנע לכת, וואס גרויסע לייט האבן זיך פאר אים געקענט פארשטעקען און באדע צימער!!

דעתי הענייה » מוצ"ש יאנואר 19, 2013 9:19 pm

· #80826
קאווע טרינקער
גוטע פינטעלך

הגאון הרב שלמה יעקב יאזעפאוויטש שליט"א, וואס וואוינט היינט און מאנסי און איז רב אין עפעס א געגנט.

ער איז נישט אזוי באקאנט אבער איך מיין אז ער איז פון די גרעסטע בקיאים בכל התורה ממש דהיינו נגלה ונסתר, פרד"ס, ער האט מייסד געווען די ש"ס כולל 'ים התלמוד' און וומס"ב.

צווישען די אויבענדערמאנטע ליסט, פארשטייט זיך

איך בין מחולק!!!!
נישט נאר אויף די ליסטע, נאר אין די וועלט!!!!
איך האב שוין גערעדט מיט אסאך תלמידי חכמים, אבער אזוינס צו גאט און צו לייט, א בקי אין יעדער מקצוע אין די תורה, און בד בבד, א בקי אין השקפה, אבער מיט א להפליא'דיגע קלארקייט און אפענקייט, א בקי אין אלה חכמות העולם, אלע רעליגיעס, און נאך דעם אלעם א גאלדען הארץ וואס איז נישט בנמצא.
איך בין נישט מגזם אויב רוף איך אים א קליינער ר' שמעונלע זעליחובער.

אבער, ער קען נישט אנגערופן ווערן סאטמאר....

גוטע פינטעלך » זונטאג יאנואר 20, 2013 10:58 am

· #80972
דעתי הענייה יעצט האסט די ריכטיג עובר געווען אויף 'גילוי אריות' הטרם תדע אז עס איז אסאך ערגער פון גילוי ע', איך האב געשריבען ברמיזה און די ביסט מגלה.

קאווע טרינקער » זונטאג יאנואר 20, 2013 11:14 am

· #80975
מחולק אויף וואס?
וואס דו ביסט מגלה דא האב איך שוין געוואוסט. - (יתכן אז כ'האב עס געהערט פון דיר וכו').
זייענדיג א סאטמאר'ע מיט ידיעות מחוץ לד' אמות מאכט אים נאך נישט פאר "די גרעסטע בקי"!
וואס יא?
אזויווי כ'האב געשריבן, אז "צווישען תלמידי רבינו" קען ער מיט רעכט ווערן פארעכענט פאר די גרעסטע בקי אין "סוגיות" וואס זענען נישט געלערענט געווארן אין "סענסט סטריט". ושנינו לדבר אחד נתכוונו.

בד"וו, לויט די כתבה אין משפחה (ענגליש) די וואך איבער די מלכות-סאטמאר-בעדפאורד, קען מען צולייגן אויף די ליסטע דא, צווישען די תלמידים וואס רבינו הק' האט מסמיך געווען להוראה, הרב חיים דוד כץ. - אזוי שרייבט ער, על אף וואס די יארן שטימען נישט.

לשוא הכיתי » דינסטאג יאנואר 22, 2013 9:31 pm

· #81622
דעתי הענייה
קאווע טרינקער
גוטע פינטעלך

הגאון הרב שלמה יעקב יאזעפאוויטש שליט"א, וואס וואוינט היינט און מאנסי און איז רב אין עפעס א געגנט.

ער איז נישט אזוי באקאנט אבער איך מיין אז ער איז פון די גרעסטע בקיאים בכל התורה ממש דהיינו נגלה ונסתר, פרד"ס, ער האט מייסד געווען די ש"ס כולל 'ים התלמוד' און וומס"ב.

צווישען די אויבענדערמאנטע ליסט, פארשטייט זיך

איך בין מחולק!!!!
נישט נאר אויף די ליסטע, נאר אין די וועלט!!!!
איך האב שוין גערעדט מיט אסאך תלמידי חכמים, אבער אזוינס צו גאט און צו לייט, א בקי אין יעדער מקצוע אין די תורה, און בד בבד, א בקי אין השקפה, אבער מיט א להפליא'דיגע קלארקייט און אפענקייט, א בקי אין אלה חכמות העולם, אלע רעליגיעס, און נאך דעם אלעם א גאלדען הארץ וואס איז נישט בנמצא.
איך בין נישט מגזם אויב רוף איך אים א קליינער ר' שמעונלע זעליחובער.

אבער, ער קען נישט אנגערופן ווערן סאטמאר....


ער האט פיינט סאטמאר! מיטן "אלטן רבי'ן" כלשונו

טאקע א ידען, אבער היבש איינגערעדט אין זיך זעלבסט.

יואליש » דינסטאג יאנואר 22, 2013 9:33 pm

· #81623
ער איז היבש פארקאכט אינעם אלטן רעבי'ן.

משכיל » מיטוואך יאנואר 23, 2013 8:00 pm

· #81939
פארגעסען הרב נחום ראזענבערג שליט"א א מח עצום, א פה מפיק מרגליות

קאווע טרינקער » מיטוואך יאנואר 23, 2013 8:09 pm

· #81941
בדוקא אויסגעלזאט, די רשימה איז בעיקר פון כ"ק'ס.

משכיל » דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 9:12 am

· #82072
קאווע טרינקער
בדוקא אויסגעלזאט, די רשימה איז בעיקר פון כ"ק'ס.


א שוואכע תירוץ

ער קען מער לערנען ווי א גרויסע טייל פון די ליסטע
בלאט: 1 2