☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » שפראך און גראמאטיק » האטס גע'פועל'ט אלעס גוטס / פועל אלעס גוטס

האטס גע'פועל'ט אלעס גוטס / פועל אלעס גוטס

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2738

יידל » מאנטאג יאנואר 14, 2013 12:42 pm

· #79790
האטס גע'פועל'ט אלעס גוטס / פועל אלעס גוטס
ווען מ'גייט אריין מיט א קוויטל צו רבי'ן, ווען מ'פארט אויף מקומות הקדושים אדער סתם אזוי ווען מ'זאגט א קאפיטעל תהלים קען מען הערן מענטשן וואונטשן, "פועל אלעס גוטס!". עס איז אפילו דא א ניגון דערויף, "האטס געפועלט אלעס גוטס אלעס גוטס, האטס געפועלט אאאאלעס גוטס!" לאמיר זיך אפשטעלן א רגע און אריינטראכטן אין די באדייט פון דעם זאץ. די ערשטע העלפט איז נאך גאנץ כמעשה. אויב זאגט מען "פועל אלעס גוטס", איז דער ווארט "פועל" גאנץ אין פלאץ. די "האטס גע'פועל'ט" ווערסיע איז יא אביסל צריך בירור. לכאורה וואלט געווען גראמאטיש-ריכטיג צו זאגן "ענק זאלן האבן גע'פועל'ט", אדער "טוטס פועל'ן", אדער "פועל'טס". אבער וואס מיר שטערט בעיקר איז די צווייטע העלפט: "אלעס גוטס". וואספארא מין גערעדאכטס איז דאס? ממה נפשך! אויב מיינט מען צו זאגן אז מען זאל אויס'פועל'ן אלע גוטע זאכן, און "גוטס" איז א קאנטראקציע פון "גוטע זאכן", דאן וואלט מען ווען געדארפט זאגן "אלע גוטס". ווידעראום אויב מיינט מען צו זאגן אז אלעס וואס מען פועל'ט זאל זיין גוט, וואלט די ריכטיגע וועג דאס צו זאגן געווען "אלעס גוט", נישט אזוי? וואס איז די באדייט פון דעם מאדנעם "אלעס גוטס"?

געפילטע פיש » מאנטאג יאנואר 14, 2013 2:14 pm

· #79808
קען זיין אז גוטס איז נישט קיין לשון רבים פון גוט, נאר א שם דבר פון גוט. אזוי ווי "נאר נישט קיין ערגערס", אדער "קיין שלעכטס".

לאדיך אפ » מאנטאג יאנואר 14, 2013 3:09 pm

· #79818
ערגערס און שלעכטס זענען נישט קיין שם דברס נאר לשון רבימס.

געפילטע פיש » מאנטאג יאנואר 14, 2013 4:20 pm

· #79837
אויב אזוי וואלט מען געדארפט זאגן "קיינע שלעכטס"?
און וואס איז "וואס זאגסטו עפעס גוטס"? אויך א לשון רבים?

קאווע טרינקער » מאנטאג יאנואר 14, 2013 8:36 pm

· #79902
אולי קומט דאס "אלץ גוטס", כלומר תמיד טוב

ברסלבער » מאנטאג יאנואר 14, 2013 8:56 pm

· #79910
קאווע טרינקער
אולי קומט דאס "אלץ גוטס", כלומר תמיד טוב

עיין וויקיפידיע - פוילן די אפטייטש פון פוילן איז א גלייכער פלאץ. (אין דער חסידישער וועלט איז באקאנט דער טייטש: פועל ישועות, אלץ גוטס). היינט אויף פויליש: פאָלסקא (טייטש: לאנד פון פעלקער).

משה געציל » מאנטאג יאנואר 14, 2013 11:53 pm

· #79960
זאג נאר יידל דו לערנסט אפשר אין דעם א.ג. תורה ברורה חומש? זייט ווען האט אידיש כללים? (קרעדיט: י.מ. סופר, הרב ? טויב, ועוד).

דולה ומשקה » מאנטאג פעברואר 11, 2013 3:02 pm

· #86100
גע'פועל אלעס גוטס איז אז דאס וואס מ'האט מתפלל געוועהן ביים קבר זאלען משפיע זיין 'אלעס גוטס'
פועל אלעס גוטס, איז לדוגמא ערב יום כיפור, אז דאס וואס מ'גייט יעצט מתפלל זיין זאל ברענגען אלעס גוטס.