☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » טעות הדפוס? רצון שמים הוא, וינהגו כן!

טעות הדפוס? רצון שמים הוא, וינהגו כן!

18 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2729

געפילטע פיש » זונטאג יאנואר 13, 2013 2:27 pm

· #79528
טעות הדפוס? רצון שמים הוא, וינהגו כן!
אריינבליקענדיג ביי לכה דודי אינעם עלים לתרופה (נ"א עלים לטריפה), בין איך ערשוינט געווארן זעענדיג דעם שטיקל.
(בעיקר די לעצטע פאראגראף)


קומט אויס אז אויב מ'זעט א טעות הדפוס אין א ספר, און אויב אנדערע האבן שוין מעתיק געווען דעם טעות, איז א סימן אז פון הימל האט מען געוואלט די טעות זאל געשען.
ווער וויל מיך העלפן זוכן נאך טעותי הדפוס? איך וויל פרעגן דעם הגרש"ק גראס (כבודו במקומו מונח) אויב ער וואלט ביי א טעות שיוצא ממנו קולא אויך אזוי געזאגט.

יידל » זונטאג יאנואר 13, 2013 2:40 pm

· #79532
ער שרייבט דאך קלאר "רצון שמים הוא *שיחמירו* וינהגו כן". און צום עצם ענין, ס'איז בכלל נישט זיין חידוש. כידוע האט דער חזון איש געהאט אקוראט די זעלבע צוגאנג צו טעותי הדפוס און ספרי הראשונים.

געפילטע פיש » זונטאג יאנואר 13, 2013 2:47 pm

· #79537
יידל
ער שרייבט דאך קלאר "רצון שמים הוא *שיחמירו* וינהגו כן". און צום עצם ענין, ס'איז בכלל נישט זיין חידוש. כידוע האט דער חזון איש געהאט אקוראט די זעלבע צוגאנג צו טעותי הדפוס און ספרי הראשונים.

די עמפאסיס האסטו צוגעלייגט, אבער ער מיינט צו פארענטפערן פארוואס ער האט געשריבן אפאר וואכן צוריק אז ס'איז "אסור", און ער זאגט נישט אז ס'איז א טעות און ס'טאקע נאר א חומרא, נאר ער פסק'נט אזוי "להלכה ולמעשה".

לגבי די חזו"א, האט ער זיך באנוצט מיט טעותי הדפוס לקולא אויך?

יידל » זונטאג יאנואר 13, 2013 4:34 pm

· #79573
וועט מען דארפן פרעגן הרב גראס, וואס זיין כוונה איז געווען.

לגבי די חזו"א - יא ער גייט לקולא און לחומרא. בעיסיקלי וואס ער זאגט איז אז איינמאל א ראשון איז געווארן קאנאנאזירט קען מען שוין נישט קומען נאכדעם אויפווייזן פון כתבי ידות אז די גירסא איז א טעות וכדו'.

דולה ומשקה » זונטאג יאנואר 13, 2013 4:56 pm

· #79579
דער מונקאטשער איז שוין פארנומען מיט דעם ספר 'פאר יצחק' שעשה אפר תחת פאר.
דער ספר פאר יצחק שרייבט בשם הה"ק מזידיטשוב אז די גאנצע ענין אז די בכורים דארפן פאסטן ערב פסח, דאס שטאמט פון א טעות,
דאס וואס שטייט (בטור ושו"ע או"ח סימן ת"ע א') "שהבכורים צריכים להתענות בערב פסח, הוא טעות סופר, וצריך לומר להתענג".
דער מנחת אלעזר שרייבט דערויף (מהדורא חמישאה אות ט): "ובדברי תועבות כאלו יכולים לעקור ח"ו כלומר לעבור על כל התורה כולה ולומר על הכל שהוא טעות סופר".

דאס גייט ביידע וועגן הן לחומרא והן לקולא

היימישער ליטוואק » זונטאג יאנואר 13, 2013 5:08 pm

· #79581
א קורצע הוספה צו דעם זעהר-אינטערסאנטן שמועס. עס איז נישט נאר דאס אז דער פרמ"ג און משנ"ב ועוד "האבן דאס שוין ג'פסק'נט" ממילא קען מען שוין נישט צוריקדרייען. נאר, בעיקר, ווייל מיר זעהן אז די גדולי הפוסקים האבן פארשטאנען מסברא אזוי ווי דעם (פארגרייזטן) אליה רבה. ממילא אפילו אהן דעם מקור איז אבער גבליבן זייער דעת תורה און סברא.

געפילטע פיש » זונטאג יאנואר 13, 2013 6:01 pm

· #79596
זייער פיין און וואויל, (ווי אזוי ספעלט מען וואויל איינמאל פאר אלעמאל?) אבער וואלטן זיי דען "פארשטאנען" אזוי אנעם גרייזיגן אליה רבה?

יידל » זונטאג יאנואר 13, 2013 6:03 pm

· #79597
(וואויל איז וואויל געספעלט).

געפילטע פיש » זונטאג יאנואר 13, 2013 9:17 pm

· #79656
כ'ווייס נישט, it didn't feel right, אבער אז וואויל איז וואויל, זאל זיין אזוי.

יתרו » זונטאג יאנואר 13, 2013 9:20 pm

· #79659
דאכט זיך אז דער ווארט וואלט געדארפט געשריבן ווערן אזוי "ווויל, נאר ווייל מען שרייבט נישט דריי וואוואין אין א צו לייגט מען אריין אן אלף אינדערמיט.

יאיר » זונטאג יאנואר 13, 2013 9:27 pm

· #79662
דולה ומשקה
דער מונקאטשער איז שוין פארנומען מיט דעם ספר 'פאר יצחק' שעשה אפר תחת פאר.
דער ספר פאר יצחק שרייבט בשם הה"ק מזידיטשוב אז די גאנצע ענין אז די בכורים דארפן פאסטן ערב פסח, דאס שטאמט פון א טעות,
דאס וואס שטייט (בטור ושו"ע או"ח סימן ת"ע א') "שהבכורים צריכים להתענות בערב פסח, הוא טעות סופר, וצריך לומר להתענג".
דער מנחת אלעזר שרייבט דערויף (מהדורא חמישאה אות ט): "ובדברי תועבות כאלו יכולים לעקור ח"ו כלומר לעבור על כל התורה כולה ולומר על הכל שהוא טעות סופר".

דאס גייט ביידע וועגן הן לחומרא והן לקולא

דאס איז עפעס אנדערש, דער זידיטשובער האט דאס געזאגט מדעת עצמו מכח סברא (המכונה רוח הקודש), האט דער מנחת אלעזר געזאגט אז מיט אזעלכע סברות קען מען זאגן אויף יעדן דריטן ווארט אז עס איז א טעות סופר. (אגב, ער האט מגיה געווען דעם אריגינעלער מקור אין מסכת סופרים, אויף דעם שולחן ערוך וואלט מען עס געקענט גאר גרינג אפפרעגן אדער מברר זיין)
לגבי דעם חזון איש, איך מיין אז עס איז נישט נוגע צו דעם ענין וז"ל אגרות ח"א לב:
חזון איש
ואם אמנם לפעמים נהנים מהכת"י לנקות השיבושים המתהוים במשך הזמן, אבל דבר שיצא מיד כל רבותינו בלי שום פקפוק, חלילה להרוס כמעט שלא ראיתי תועלת להגיע אל האמת ע"י הגירסאות שמחפשים מהגניזות, רק כולם תועלת לעוות משפט ולעקם את האמת, וראוי היה לגונזם, שההפסד יתר על השכר'

מ'זעט קלאר פון זיינע ווערטער אז ער האט נישט געהאלטן פון כתבי ידות אין א פאל וואס, א. אלע ראשונים ואחרונים האבן אזוי אנגענומען בלי שום פקפוק, און מ'קען נישט גיין משנה זיין סדרי בראשית, ב. ווען מ'קראצט אפיר א פארווארפענע גירסא וואס איז בכלל נישט ברור אז דאס איז די ריכטיגע. ביידע אופנים זענען כמובן נישט נוגע אין דעם פאל פון אן אפענע טעות סופר אין אן אחרון וואס גראדע האט דאס דער משנה ברורה מעתיק געווען. אנטשולדיגט, כ'האב פארגעסן, אויך עלים לתרופה האט עס געדרוקט.

יתרו » זונטאג יאנואר 13, 2013 9:43 pm

· #79673
בדרך אגב איך מיין אז דאס איז דאס ערשטע אשכול וואס געפילטע עפענט.

היימישער ליטוואק » זונטאג יאנואר 13, 2013 10:50 pm

· #79693
געפילטע פיש
זייער פיין און וואויל, (ווי אזוי ספעלט מען וואויל איינמאל פאר אלעמאל?) אבער וואלטן זיי דען "פארשטאנען" אזוי אנעם גרייזיגן אליה רבה?

נו, דאס איז שוין געגריבלט. ער זאגט נישט אז עס איז א חיוב זיך אזוי צופירן, אבער עכ"פ אלס חומרא, היות למעשה האבן כמה פוסקים פארשטאנען אזוי, דערפאר יש מקום להחמיר. אבער אוודאי יש הרבה מקומות להקל.... וק"ל וק"ל, ודוק.

יאיר » זונטאג יאנואר 13, 2013 11:06 pm

· #79697
ליטוואק, ווען ער וואלט געזאגט מכח סברא אזוי ווי דו זאגסט, וואלט נאך גוט געווען, אבער צו מחדש זיין א האר אויפשטעלדנן חידוש אז אויב ס'איז געשען א טעות סופר און מען האט עס בטעות מעתיק געווען איז א "סימן מן השמים" אז מען דארף זיך אזוי פירן, קען ברענגען צו שרעקליכע מכשולות, וד"ל.

היימישער ליטוואק » זונטאג יאנואר 13, 2013 11:21 pm

· #79703
הוא אשר דיברתי, עס איז נישט "האר אויפשטעלנד". ווען יא, וואלטן די פוסקים דאס נישט אנגענומען טראצדעם וואס דער אליה רבה שרייבט דאס. דאס איז דאך מיין פוינט.
לגבי דעם סימן מן השמים, בין איך מסכים מיט דיר 150%. באקומסט א לייק.

יאיר » זונטאג יאנואר 13, 2013 11:23 pm

· #79705
דער חידוש אז א טעות סופר ווערט א פתקא מן שמיא איז האר אויפשטעלנד, נישט אז מען מעג נישט הערן מוזיק עשרה בטבת.

געפילטע פיש » זונטאג יאנואר 13, 2013 11:27 pm

· #79706
יתרו
בדרך אגב איך מיין אז דאס איז דאס ערשטע אשכול וואס געפילטע עפענט.

איך מיין אז נישט, אבער קען זיין.
היימישער ליטוואק
געפילטע פיש
זייער פיין און וואויל, (ווי אזוי ספעלט מען וואויל איינמאל פאר אלעמאל?) אבער וואלטן זיי דען "פארשטאנען" אזוי אנעם גרייזיגן אליה רבה?

נו, דאס איז שוין געגריבלט. ער זאגט נישט אז עס איז א חיוב זיך אזוי צופירן, אבער עכ"פ אלס חומרא, היות למעשה האבן כמה פוסקים פארשטאנען אזוי, דערפאר יש מקום להחמיר. אבער אוודאי יש הרבה מקומות להקל.... וק"ל וק"ל, ודוק.

אהא, איך מיין אז ווען די טעות סופר וואלט געווען אז עשרת ימי תשובה זאל מען אויך נישט הערן קיין מוזיק וואלטן זיי אויך אזוי "פארשטאנען" אבער דאס מאכט עס נאך נישט הלכה, נישט יעדע זאך וואס מ'קען פארשטיין ווערט אוטאמאטיש הלכה.
און דאס אז ס'איז נאר לחומרא בעלמא, האב איך שוין געזאגט, אז מתחלה האט ער געשריבן אינעם עלי אורח רובריק אז ס'איז אסור, יעצט קומט ער אין עלי הגיון פארענטפערן די קושיא פון טעות סופר מיט א מן השמים, אבער ער ציט נישט צוריק פון זיין פריערדיגע לשון איסור.

היימישער ליטוואק » זונטאג יאנואר 13, 2013 11:27 pm

· #79707
יאיר - יו אר רייט 👍 (נא נוטריקון אינטענדעד...)