☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » פאעזיע » גראמען

גראמען

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #272

שמואל הלוי » דינסטאג מערץ 27, 2012 10:29 am

· #3099
גראמען
איך בין יעצט אין די גיסטע
גראמען צו שרייבן
די חוש אביסל אויסרייבן
איך האף אז איך האב רשות פון באריסטא

ווי אויך רשות וויל איך בעטן פון דזשאווע
און פון די צוויי גבאים
די ממונים און אחראים
און מר אדמין ראש הנהלת הקאווע

אצינדער אז הרשות נתונה לנו
כאטשיג לא שמענו ולא ראינו
אבער אזוי טוה איך גלייבן
וועל מיר טאקע שוין אנהייבן

שוין אדורך עטליכע וואכן
זינט איך בין אהערגעקראכן
מתחילה האב איך זיך דערשראקן
איך האב תיכף געוואלט ארויסוואקן

די תגובות זענען נישט געווען אינגאנצן אזוי איי איי
עס האט מיר געטוהן זייער וויי
חסידישע אינגעלייט האבן געשריבן פראסט און געמיין
ניבול פה ושאר דברים אסורים אזוי אומריין

דערווייל האט זיך אנדערש געטוהן ארויסשטעלן
היינט צוטאגס איז ממש א נחת איך טוה קוועלן
עס האט זיך גענצליך געטוישט די אטמאספערע
מען שרייבט נאר ערליכע זאכן נישט קיין ניבול פה ולשון הרע

בלייבט נאר איבער צו וואונטשן א ברכה
'קאווע שטיבל' זאל מצליח זיין אלף פעמים ככה
מעלה מעלה וואקסן און שטייגן און בליען
און די שכינה זאל דא רוען

משה געציל » מיטוואך מערץ 28, 2012 2:48 pm

· #3303
Re: גראמען
הערליך אין שיין,
מלא חן,
זייער גוט געטוהן ארויס ברענגען,
וואו געשמאק דער קאווע שטיבעל האט זיך געטוהן פארמירען.

קיפ איט אפ נאך און נאך,
כאטשיג איינס א וואך,
מיר וועלען אלע הנאה האבען,
ווען אין גוסטע פון גראמען,
וועט שמואל נאכמאל ווערען.

שמואל הלוי » זונטאג אפריל 15, 2012 4:46 pm

· #4672
Re: גראמען
ווידעראמאל האט מיר געכאפט די גיסטע
א אינערליך קול פארלאנגט "שרייבן מוזטו"
ניין ניין ס'איז נישט קיין דיבוק וואס שרייט
ניטאמאל א צפרדע וואס קרייט

אומר ועושה איך וועל טוהן צום דבר
עילאה גבר
איך וועל פאלגן שנעל און געשווינד
ווי א וואויל פאלגזאם קינד

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/379">viewtopic.php?f=4&t=379</a><!-- l -->