☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » ספרים און ביכער » זאל זיין געלעבט - מנשה לוסטיג

זאל זיין געלעבט - מנשה לוסטיג

54 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2707
בלאט: 1 2

מנשה לוסטיג » דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 7:58 am

· #78931
זאל זיין געלעבט - מנשה לוסטיג
<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=zohIRxC-1nA">http://www.youtube.com/watch?v=zohIRxC-1nA</a>

boxcover » דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 6:34 pm

· #79092
בוך טעמע
[ציטאט אראפגענומען]

כ'האף אז נישט פון די זיבן יאר טורמע פאר סקווערער צינדער...

מנשה לוסטיג » דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 6:44 pm

· #79098
ווי איז נאך דא א בעסערע ענטפער פאר אלע פראגעס, וואס קאסט, וואס רעד זיך עס, וויפיל בלעטער, וואס ווען ווי.. גיי קויף עס, אדער על כל פנים גיי אין סטאר און קוק עס אן. וועסטו האבן אלע תירוצים.
איין זאך בעט איך שטארק! קיינער זאל נישט זאגן איך האב געבעטן עס קויפן.. ווער עס וויל - באצאלן! און שפירט אז ס'איז עהם אינטערעסאנט, 'מעג' עס קויפן..

קאווע טרינקער » פרייטאג יאנואר 11, 2013 11:10 am

· #79219
לכבוד מנשה.
איך האב געקויפט דעם בוך, אין "ספרים" געשעפט.
איך האב זיך געאיילט איר צו קויפן נאך איידער ס'ווערט (וויאזוי ווערט דאס?) אן "איסור".

מנשה'לע טייערע, איר ווילט אוודאי הערן פיעד-בעק, איז אזוי.
כ'האב עס נאך נישט געליינט, און איך ווייס נישט ווען כ'גיי האבן צייט דערפאר, אפשר די קומענדיגע ניטל.

איך האב עס געקויפט פשוט צו שטיצען די UPCOMING HASIDIC SPRING אז יעדע יחיד קען זיין א מחבר פון א בוך, מ'דארף נישט קיין הסכמה, קיין הקדמה, א בילד פונעם מחבר, נישט לפי סדר הפרשיות, ניטאמעל א שכוח פאר אלע מחותנים און זייערע קינדער, - סתם, שרייבעריי אין דער וועלט אריין. יא, ס'איז דא כשרונות ביי אונז אויך, מ'לאזט זיי נאר נישט דאס ארויסגעבן נאר אין א באגרענעצטע פארום.
ס'צייט דער עולם זאל נעמען די STEP, און זיך לאזן וואויל גיין..

אבער פון די ביסעלע וואס כ'האב געליינט האב איך הנאה געהאט ווי די בלענדסט אריין לשונות פון זוהר/חסידישע ספרים אין אידישע זאצן. אויך האב איך הנאה געהאט פון דיין חידוש אז א JOKE דארף נישט קיין 3 פינטעלעלך... 2 איז אויך גענוג..

ברסלבער » פרייטאג יאנואר 11, 2013 11:23 am

· #79221
קאווע טרינקער
איך האב עס געקויפט פשוט צו שטיצען די UPCOMING HASIDIC SPRING אז יעדע יחיד קען זיין א מחבר פון א בוך, מ'דארף נישט קיין הסכמה, קיין הקדמה, א בילד פונעם מחבר, נישט לפי סדר הפרשיות, ניטאמעל א שכוח פאר אלע מחותנים און זייערע קינדער, - סתם, שרייבעריי אין דער וועלט אריין. יא, ס'איז דא כשרונות ביי אונז אויך, מ'לאזט זיי נאר נישט דאס ארויסגעבן נאר אין א באגרענעצטע פארום.
ס'צייט דער עולם זאל נעמען די STEP, און זיך לאזן וואויל גיין..

גערעכט!

נו אפשר זאל זיך איינער באמיען און צאמנעמען די אלע שיינע תגובות און מאמרים טאקע פון אונזער קאווע שטיבל, און ארויסגעבן א בוך
איך האלט אז עס וועט זיין א גוד-גאינג אייטעם.
האט איינער א פארשלאג פאר גוטע נאמען פארן ספר?

קאווע טרינקער » פרייטאג יאנואר 11, 2013 11:27 am

· #79223
אדרבה, לקראת דעם פייערונג פונעם יארצייט, ברוך השם, איז אפשר כדאי צו מאכן א "קובץ", א נאמען? לכאורה "פון ק"ש ביז ק"ש".

ברסלבער » פרייטאג יאנואר 11, 2013 11:37 am

· #79229
כ'מיין אז די וועבערמאן סומאטוכע זאל מען מאכן אין א עקסטערע באנד,
אזוי אז אויב עס וועט ארויסקומען אן איסור זאל עס זיין נאר אויף חלק ב'.

אוהב דעת » פרייטאג יאנואר 11, 2013 12:47 pm

· #79247
קאווע טרינקער
אדרבה, לקראת דעם פייערונג פונעם יארצייט, ברוך השם, איז אפשר כדאי צו מאכן א "קובץ", א נאמען? לכאורה "פון ק"ש ביז ק"ש".

i

מנשה לוסטיג » פרייטאג יאנואר 11, 2013 2:42 pm

· #79269
קאווע טרינקער
לכבוד מנשה.
איך האב געקויפט דעם בוך, אין "ספרים" געשעפט.
איך האב זיך געאיילט איר צו קויפן נאך איידער ס'ווערט (וויאזוי ווערט דאס?) אן "איסור".

מנשה'לע טייערע, איר ווילט אוודאי הערן פיעד-בעק, איז אזוי.
כ'האב עס נאך נישט געליינט, און איך ווייס נישט ווען כ'גיי האבן צייט דערפאר, אפשר די קומענדיגע ניטל.

איך האב עס געקויפט פשוט צו שטיצען די UPCOMING HASIDIC SPRING אז יעדע יחיד קען זיין א מחבר פון א בוך, מ'דארף נישט קיין הסכמה, קיין הקדמה, א בילד פונעם מחבר, נישט לפי סדר הפרשיות, ניטאמעל א שכוח פאר אלע מחותנים און זייערע קינדער, - סתם, שרייבעריי אין דער וועלט אריין. יא, ס'איז דא כשרונות ביי אונז אויך, מ'לאזט זיי נאר נישט דאס ארויסגעבן נאר אין א באגרענעצטע פארום.
ס'צייט דער עולם זאל נעמען די STEP, און זיך לאזן וואויל גיין..

אבער פון די ביסעלע וואס כ'האב געליינט האב איך הנאה געהאט ווי די בלענדסט אריין לשונות פון זוהר/חסידישע ספרים אין אידישע זאצן. אויך האב איך הנאה געהאט פון דיין חידוש אז א JOKE דארף נישט קיין 3 פינטעלעלך... 2 איז אויך גענוג..


אויף ענגליש איז דא א אויסשפרעך [גענומען פון טעוויע דער מילכיקער] How common, get a man, a compliment like that
מענטשן האבן ליב מער צו קריטיקירן, און איך האב מער ליב איינער וואס איז א מבין אויף מיינע גוטע שטריכן.
יא, די צוויי פינטלעך איז מיין עקשנות געווען אקעגן מיין מגיה.
און אמת, איך האלט גענוי ווי דו, אז ס'צייט דער עולם וואס האט אין די האנט חושים, זאל עס אנהייבן ניצן רעכטס און לינקס. פונקט ווי איך האב געבראכן ווענט ביז כ'זע מיר מיט א פראדוקט לאור עולם.
און יעדע ווארט איז גראדע ביי מיר געמאסטן, און אויך יעדע שקויעך.

מנשה לוסטיג » פרייטאג יאנואר 11, 2013 2:47 pm

· #79271
אגב, ווער ס'וועט מאכן אויף דעם ביכל א איסור, איז לכל הדעות יוצא מן הדעת. ווייל ס'איז א אמת'ע טאפ קאליבער פראדוקט, און אדורכגעזיפט פון יעדע חשש פון איסור ע''פ תורה.
גראדע! האב איך נאך קיינמאל נישט באקומען קיין איסור אויף קיין שום פראדוקט וואס קומט פון מיר, וואס וואלט אפשר יא געקענט זיין אסור..

נולד מאוחר » זונטאג יאנואר 13, 2013 3:21 am

· #79387
מנשה לוסטיג
אגב, ווער ס'וועט מאכן אויף דעם ביכל א איסור, איז לכל הדעות יוצא מן הדעת. ווייל ס'איז א אמת'ע טאפ קאליבער פראדוקט, און אדורכגעזיפט פון יעדע חשש פון איסור ע''פ תורה.
גראדע! האב איך נאך קיינמאל נישט באקומען קיין איסור אויף קיין שום פראדוקט וואס קומט פון מיר, וואס וואלט אפשר יא געקענט זיין אסור..

אויב קענסט דיר ארלעדיגען אן איסור . איז עס ווערט לייג עס אריין און דיין מארקטינג באדזשעט. בדוק ומנוסה.
ווייסט וויפיל סדארף דיר קאסטן צי לייגן די נאמען פון דיין בוך אויף יעדע שטאנג און וויליאמסבורג. שטעל דיך פאר הואחדות באצאלט עס.

מנשה לוסטיג » זונטאג יאנואר 13, 2013 6:16 pm

· #79602
די ביכל ליגט שוין אין גאנץ ניו יורק און אין קאנאדע, אויב איינער זוכט עס ביי זיין לאקאל געשעפט, קען דא מעלדן

יתרו » זונטאג יאנואר 13, 2013 9:35 pm

· #79666
מנשה לוסטיג
אוייל ס'איז א אמת'ע טאפ קאליבער פראדוקט,

כלום אב מעיד על בנו ? כלום נחתום מעיד על עיסתו ? כלום בעל מחבר מעיד על ספרו?

מנשה לוסטיג » דינסטאג יאנואר 15, 2013 10:34 pm

· #80176
אין כמה געשעפטן איז עס שוין נישטא מער צו באקומען.. חחח

יידל » דינסטאג יאנואר 15, 2013 10:51 pm

· #80179
אביסל קאנסטרוקטיווע קריטיק, מנשה'לע. דער ביכל וואלט געמעגט נוצן א געזונטער רעדאקטער/עורך/עדיטאר. זייער אסאך זאצן זענען זיך גובל בגדר קפליחין, און אסאך ווערטער זענען פושט נישט אין פלאץ. אזוי אויך פעלן גאר אסאך קאממעס אינצווישן די זאצן. א דוגמא בעלמא: דער בוך ווערט אדווערטייזט אלץ "כאריזמאטישע מעמוארן". כאריזמאטיש? וואס איז שייך צו זאגן אויף א בוך "כאריזמאטיש? מעמוארן? אפשר אויפגעמישט מיט מאמרים? עסייען? דאס זענען נישט קיין מעמוארן, חוץ אויב כ'האב פארפאסט א דעפעניציע.

די קפליחין חלק וואלט איך נאך מוחל געווען, אפשר געט עס גאר צו צום הומאריסטישען געשמאק. אבער די שלעכטע גראמאטיק און אויסלייג קען איך נישט אראפשלינגן. קענסט מיר זאגן מנשה פארוואס האסט נישט געקענט מחליט זיין צו די ווילסט שרייבן "אידן", "יידן" אדער "יודן"?

ולמנשה אמר, נעם דיר נישט צום הארצן. אז מ'קריטקירט די גראמאטיק איז א סימן אז דער תוכן איז פיין...

מנשה לוסטיג » דינסטאג יאנואר 15, 2013 11:05 pm

· #80184
חלילה צו נעמען אזא קריטיק צום הארצן, אבער די תירוץ שייט טיילווייז אינעם ביכל אינעם פרק 'מיין מחשבה שפראך'.
און באמת וואלט איך געקענט באשטיין עס צו מאכן דאס בעסטע וואס שייך, אבער דאס איז אין מיינע אויגן א טפל, ווייל רוב עולם לייענער קענען מעיד זיין, אז ס'לייענט זיך זייער זייער פיין. און דיינע באמערקונגען שטערט זיי בכלל נישט. ממילא איז עס נישט עק וועלט. יידען צו יודען, מהיכי תיתי. ס'נישט קיין ספר תורה מיט נוסחאות

ניו יארק » דינסטאג יאנואר 15, 2013 11:42 pm

· #80189
מנשה לוסטיג
אין כמה געשעפטן איז עס שוין נישטא מער צו באקומען.. חחח

ווי? אין אלע קליידער געשעפטן און קאר מעקעניקס? (מנשה, נעם עס נישט ערענסט - עס איז נאר א דשאק, צו פארמישען דעם שטן)

מנשה לוסטיג » דינסטאג יאנואר 15, 2013 11:44 pm

· #80190
ניין, אין סקווער טאר מען עס מער נישט פארקויפן

לאדיך אפ » מיטוואך יאנואר 16, 2013 12:24 am

· #80199
מיינסט עס ערנסט?! פארוואס נישט? כאב געזען אז דו שרייבסט דאר זייער ווארעם וועגן סקווער.

משולם שטיינפעלד » מיטוואך יאנואר 16, 2013 12:34 am

· #80202
מנשה לוסטיג
אגב, ווער ס'וועט מאכן אויף דעם ביכל א איסור, איז לכל הדעות יוצא מן הדעת. ווייל ס'איז א אמת'ע טאפ קאליבער פראדוקט, און אדורכגעזיפט פון יעדע חשש פון איסור ע''פ תורה.
גראדע! האב איך נאך קיינמאל נישט באקומען קיין איסור אויף קיין שום פראדוקט וואס קומט פון מיר, וואס וואלט אפשר יא געקענט זיין אסור..


מנשה לוסטיג
ניין, אין סקווער טאר מען עס מער נישט פארקויפן

מנשה, סקווירא איז יצא מן הדעת?

בן תמליון » מיטוואך יאנואר 16, 2013 10:51 am

· #80253
קאווע טרינקער
לכבוד מנשה.
איך האב געקויפט דעם בוך, אין "ספרים" געשעפט.
איך האב זיך געאיילט איר צו קויפן נאך איידער ס'ווערט (וויאזוי ווערט דאס?) אן "איסור".

מנשה'לע טייערע, איר ווילט אוודאי הערן פיעד-בעק, איז אזוי.
כ'האב עס נאך נישט געליינט, און איך ווייס נישט ווען כ'גיי האבן צייט דערפאר, אפשר די קומענדיגע ניטל.

איך האב עס געקויפט פשוט צו שטיצען די UPCOMING HASIDIC SPRING אז יעדע יחיד קען זיין א מחבר פון א בוך, מ'דארף נישט קיין הסכמה, קיין הקדמה, א בילד פונעם מחבר, נישט לפי סדר הפרשיות, ניטאמעל א שכוח פאר אלע מחותנים און זייערע קינדער, - סתם, שרייבעריי אין דער וועלט אריין. יא, ס'איז דא כשרונות ביי אונז אויך, מ'לאזט זיי נאר נישט דאס ארויסגעבן נאר אין א באגרענעצטע פארום.
ס'צייט דער עולם זאל נעמען די STEP, און זיך לאזן וואויל גיין..

אבער פון די ביסעלע וואס כ'האב געליינט האב איך הנאה געהאט ווי די בלענדסט אריין לשונות פון זוהר/חסידישע ספרים אין אידישע זאצן. אויך האב איך הנאה געהאט פון דיין חידוש אז א JOKE דארף נישט קיין 3 פינטעלעלך... 2 איז אויך גענוג..



איך האב שוין לאנג געטראכט אז אונזער עולם מיטליעריקע איבער די שישים זאל אנהייבן שרייבן מעמוארן אנשטאט ווערן דיפרעסט אדער א שיינער איד. איך מיין אז אסאך האבן וואס צו שרייבן ספעציעל ביזנעס לייט פון זייערע ערפארונגען און באגעגענישן פון אמאל. און יעדער האט געשיכטעס פון טרויער און פרייד פון וואס יעדער קען זיך לערנען.

זאל לעבן די חסידישע רעוואלוציע!
וואס ווילן מיר? רעוואלוציע! ווען ווילן מיר עס? יעצט!

שמעקעדיג » מיטוואך יאנואר 16, 2013 11:48 am

· #80276
בן תמליון
וואס ווילן מיר? רעוואלוציע!
ווען ווילן מיר עס? יעצט!



👍 👍 👍

קאווע טרינקער » מיטוואך יאנואר 16, 2013 11:59 am

· #80279
וואו טרעפן מיר זיך היינט נאכט?

פשוט-קאמפליצירט » מיטוואך יאנואר 16, 2013 12:40 pm

· #80285
שמעקעדיג
בן תמליון
וואס ווילן מיר? רעוואלוציע!
ווען ווילן מיר עס? יעצט!



👍 👍 👍


גם אני מצטרף ווי א יהודא אין צוגאב צום פסוק.

לאדיך אפ » מיטוואך יאנואר 16, 2013 12:56 pm

· #80291
א רעוואלאציע אן א ציל איז אויך גוט?

פשוט-קאמפליצירט » מיטוואך יאנואר 16, 2013 1:17 pm

· #80300
ווער זאגט ס'איז נישטא קיין ציל? איך האב א ציל, פאר זיך.

בן תמליון » מיטוואך יאנואר 16, 2013 2:00 pm

· #80312
לאדיך אפ
א רעוואלאציע אן א ציל איז אויך גוט?


רעוואלוציע איז אפגעטייטשט אן איבערווארפונג פון אן עקזיסטירעדע רעזשים אדער סיסטעם דורכן המון עם נישט דוקא פאר א ציל. גראדע דא רעדן מיר יא פון א ציל ווי דער יחיד זאל שרייבן פארן פובליק וואס ער פילט וועט זיי מהנה זיין אויך אן א טיטול בן לאאמו"ר מהודאנאנאש און נישט דוקא א נייע ליקוט אויף הלכות מוקצה און נישט נאר זכרונות פון קריג אדער רבינ'ס הקפות אויך זכרונות פון 47 סטריט אדער מיין קאמף מיט מיינע גוישע טענענטס אדער ווי אזוי איך האב געלערנט מיין בעל הבית בלק וכדומה.

שאול קליין פלעגט שרייבן א טאג בוך אין די צייטונג יארן ער איז געווען איינער און ליידער שרייבט ער שוין נישט.

מנשה לוסטיג » מיטוואך יאנואר 16, 2013 2:37 pm

· #80331
משולם שטיינפעלד
מנשה לוסטיג
אגב, ווער ס'וועט מאכן אויף דעם ביכל א איסור, איז לכל הדעות יוצא מן הדעת. ווייל ס'איז א אמת'ע טאפ קאליבער פראדוקט, און אדורכגעזיפט פון יעדע חשש פון איסור ע''פ תורה.
גראדע! האב איך נאך קיינמאל נישט באקומען קיין איסור אויף קיין שום פראדוקט וואס קומט פון מיר, וואס וואלט אפשר יא געקענט זיין אסור..


מנשה לוסטיג
ניין, אין סקווער טאר מען עס מער נישט פארקויפן

מנשה, סקווירא איז יצא מן הדעת?

אין סקווער זענען דא וואס לאזן נישט צו עס צופארקויפן. אבער סקווירא בעצם זענען נישט זיי. סקווער איז פון וואס איך שרייב, חסידים ואנשי מעשה וואס ווידמען אסאך צייט אריינצגעבן פאר מנשה'לע חסידישע באצילן, און אסאך ווארימקייט.
די איסור איז מיר נישט קלאר באקאנט, אבער רוב שטעטל האט עס שוין ממילא געקויפט, און פלאס וואס כ'יאג נישט נאך צו דעליווערן אין שטאט און אלל אראוינד די גלאויב
אל תירא עבדי יעקב, לא אלמן מנשה.. [כ'בין דאך יא?]

מנשה לוסטיג » דינסטאג יאנואר 22, 2013 12:40 am

· #81390
איך וויל באדאנקן אלע גוטע פריינד און שטיצער, וואס האבן געקויפט מיין נייעם ביכל, און דערמיט געגעבן חיזוק אז איך זאל ממשיך זיין אייך משמח צוזיין נאך אסאך מער מיטן הילף פון אייבירשטן בעתיד

מנשה לוסטיג » זונטאג יאנואר 27, 2013 4:46 pm

· #82809
איך פלאן צו מאכן א 'בוק טור' - אַוטאָגראַף סיינינג
ווי ווילט איר כ'זאל עס מאכן?

משולם שטיינפעלד » זונטאג יאנואר 27, 2013 4:59 pm

· #82810
אין סקווירא

עסן עסט'זיך » זונטאג יאנואר 27, 2013 6:06 pm

· #82824
אז איך זעה אז קיינער דא וואגט זיך נישט עס צו זאגן, וועל איך זיין דער, מנשה'לע די ביסטו נישט עפעס מורא'דיג, די ביסטו גאנץ א פיינער בדחן, א נישקשה'דיגער שרייבער, אבער במטותא מינייכו, פארוואס זענט איר אזוי פארגלייבט אין זיך? פארוואס לייגט איר א ריזיגע בילד פון אייך אויפן קאווער, און פארוואס מיינט איר אז איר זענט א סעלעבריטי פאר בוך סיינען? סיי וועלכע קונטרס אויף הלכות מוקצה איז חשובער, און סיי וועלכע ביכל פון הוצאת מקור חיים אדער מעלות איז אינטערסאנטער.
סארי, אבער מען דארף זאגן דעם אמת אפילו ווען דער בעל דבר איז דא א מעמבער

לעיקוואד » זונטאג יאנואר 27, 2013 7:18 pm

· #82839
שמא מרבו למד.
(נעמט עס נישט ערנסט, איך האב זיך נאר נשט געקענט איינהאלטן).

שמעקעדיג » זונטאג יאנואר 27, 2013 7:54 pm

· #82851
איך פארשטיי נישט וואס איז ראנג דערמיט. ער האט זיך זיינע חסידים, און פאר זיי קעיטערט ער.
אז דו האסט נישט ליב צורת קדשו, דאן גיי צום הלכות מוקצה ספר.
די וואס קויפן עס ווילן זיין בילד אויפן דעקל. פשוט.

משה געציל » זונטאג יאנואר 27, 2013 10:30 pm

· #82892
בכלל גראטוליר איך דייקא דעם פאקט - ווי איינער האט שוין דאכט זיך ארויסגעברענגט - אז א חסיד'ישער אינגערמאן האט די באליס ארויסצוקומען אין די עפענטליכקייט מיט א ביכל מיט א גרויסע בילד פון זיך, און א פוילע ביאגראפיע.

sunbar » זונטאג יאנואר 27, 2013 10:59 pm

· #82902
עסן עסט'זיך
אז איך זעה אז קיינער דא וואגט זיך נישט עס צו זאגן, וועל איך זיין דער, מנשה'לע די ביסטו נישט עפעס מורא'דיג, די ביסטו גאנץ א פיינער בדחן, א נישקשה'דיגער שרייבער, אבער במטותא מינייכו, פארוואס זענט איר אזוי פארגלייבט אין זיך? פארוואס לייגט איר א ריזיגע בילד פון אייך אויפן קאווער, און פארוואס מיינט איר אז איר זענט א סעלעבריטי פאר בוך סיינען? סיי וועלכע קונטרס אויף הלכות מוקצה איז חשובער, און סיי וועלכע ביכל פון הוצאת מקור חיים אדער מעלות איז אינטערסאנטער.
סארי, אבער מען דארף זאגן דעם אמת אפילו ווען דער בעל דבר איז דא א מעמבער


מנשה מעג דיר דאנקן. איך גיי עס קויפן נאר צוליב דער תגובה...

מנשה לוסטיג » דאנערשטאג פעברואר 7, 2013 3:24 pm

· #85363
ווער ס'וויל באשטעלן די ביכל אנליין, זאל זיך קאנטאקטן דעם אימעיל אדרעס.
<!-- e --><a href="mailto:mrmmusic@gmail.com">mrmmusic@gmail.com</a><!-- e -->

Who wants to buy my book, online, should connect to this email address
<!-- e --><a href="mailto:mrmmusic@gmail.com">mrmmusic@gmail.com</a><!-- e -->

לעמאן דזשוס » דאנערשטאג פעברואר 7, 2013 3:48 pm

· #85367
Menash, How about in an e-book edition on kindle?

Or Softcover?!

מנשה לוסטיג » זונטאג פעברואר 10, 2013 6:31 pm

· #85874
גוטע נייעס
עס קומט א אינטערוויו אויף קול מבשר מיט הרב דרעזנער שליט''א, וועגן דעם ביכל און ארום.

דולה ומשקה » מאנטאג פעברואר 11, 2013 2:50 pm

· #86091
דער איז גענצליך משוגע געווארען, משוגע לאותו דבר.
דער ווארט מנשה ליסטיג איז שוין נישט לוסטיג בבחינת תענוג תמידי.

מנשה לוסטיג » דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 1:30 am

· #86835
אויב איר האַסט מיר, דארפט איר צו רופן! 718 362 8800 דאן 1 נאכדעם 7

מנשה לוסטיג » זונטאג מערץ 10, 2013 10:29 am

· #95140
היות, אז עטליכע גוטע לייט האבן מצליח געווען צו קאנווינסן געוויסע מוכרים אראפצונעמען מיין ביכל פון פאליצע, ממילא זייט מוחל און פאלאנגט עס צוריק. תודה

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 6, 2013 2:32 pm

· #122364
בן תמליון
שאול קליין פלעגט שרייבן א טאג בוך אין די צייטונג יארן ער איז געווען איינער און ליידער שרייבט ער שוין נישט.


ער הייבט צוריק אן!
📎 1.jpg

זר זהב » דאנערשטאג יוני 6, 2013 2:49 pm

· #122381
אה גוט! דארף מען ארויסנעמען די אלטע פרעסקריבשען פאר די אנטי דיזי מעדיקעישען

מנשה לוסטיג » מאנטאג יולי 8, 2013 6:37 pm

· #131552
איז וואס איז געווארן? האט איר שוין דעם ביכל???
יעדער היימישער יוד דארף דעם ביכל האבן ביי די האנט, אין טוילעט אין בעט אין קאנטרי און ווען מ'פארט וועקיישען אוועק, אין גן עדן אין גיהנום אין ווארט צימער, אין שלאף צימער אין באדע צימער און ווי אומער

זר זהב » מאנטאג יולי 8, 2013 6:39 pm

· #131554
נישט געוויסט אז דו לעבסט נאך בכלל

מנשה לוסטיג » מאנטאג יולי 8, 2013 6:40 pm

· #131555
זאל זיין געלעבט

מנשה לוסטיג » זונטאג אוגוסט 4, 2013 7:46 am

· #138189
מ'קען עס באקומען ביי מיר, פאר די גאר ביליגע פרייז, ביז ר''ה תשע''ד

מנשה לוסטיג » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 5:54 pm

· #139978
א בריוועלע פון טורמע

ב''ה

prison cell: 13R1883

יום ד' ואתחנן, למחרת תשעה באב, מיין נאמען איז יאנקל [...] פון [..] ברוקלין נ.י.
איך בין דא אין תפיסה, קיינער וויל נישט וויסן פון מיר.
מנשה דו ביסט גוט, דו ביסט גערעכט, דו ביסט פאני, דו ביסט די בעסט.
טרערן רינען פון מיינע אויגן, פאר פרייד.
Keep up the good work -Job; I love you
You made me happy, you made me smile, made ​​me in a good mood, just reading your book, Keep it up!
Please make sure, I get the second book right away.
I love the most pages # 193-195
'שאין טובתם שלמה' - מי מיי סעלף ענד מיי שעדאוי!
You talking just to me, the whole book is just for me, Thank you! God bless your head and your fingers
איך בין א צעבראכענע יוד מיטן נאמען, יעקב בן [...] געבוירן א יאר נאך דיר, חודש אדר תשל'ט. און איך פיהל ממש די ווערטער וואס דו שרייבסט אין די ביכל, פעידש 251.
Page Number 275, you're talking really to me, only to me!
אוי יאנקעלע, לאמיר זיך איבערבעטן.. אלעס האט א אמת'ע חשבון, און אלעס פאר מיין טובה..
Very strong words!
יישר כח מנשה!

שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 8, 2013 5:57 pm

· #139980
מנשה, האסט א גרויסן זכות!
אפשר שטעל ארויף דעם אדרעס פון יענעם (אדער שיק מיר אין אישי), אולי קען מען אים מזכה זיין מיט אפאר בריוועלעך און אים ווייזן אז מען וויל יא וויסן פון אים!
בלאט: 1 2