☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » די בחירות אין ארץ ישראל

די בחירות אין ארץ ישראל

51 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2693
בלאט: 1 2

איחוד פעלד » מאנטאג יאנואר 7, 2013 11:10 am

· #78217
די בחירות אין ארץ ישראל
אונז ווייסען דאך שוין פין לאנג אז דער רבי זי"ע האט געאסר'ט זיך משתתף זיין אין די בחירות, און רז"ל איז גרייט צו באצאלען מען זאל נישט וואטען, וכו'..

למעשה איז די פאליטיק אין ארץ ישראל אין די בחירות העכסט אינטרעסאנט, לאו דוקא די פרייער בחירות, נאר דוקא די פרומע, די פארטייען למיניהם וואס וואקסען ווי שוואמען נאך א רעגען.

דער עיקר האט מיר געכאפט דער אויג, וואס הרב אמנון יצחק האט דא געטוהן, ער האט געמאכט א אייגינער פארטיי, און ווי עס זעהט אויס גייט ער האבען פינעף בענקלעך (איך האף כ'האב גוט פארשטאנען), און די ש"ס ניקס פראבירען אים צו פארמאכען דורך כח "התורה" אז רב שטיינמאן און רב עובדי' יוסף זאלען ביידע ארויסגעבען א הוראה אז ער זאל צומאכען זיין פארטיי.

אויך האט הרב אמסלם, א ספרדי, וואס איז געווארען פאפולער בעיקר ביי די מעשה פין די סלאנימער ישיבה אין עמנואל (אזוי מיין איך), געפענט א פארטיי, און ש"ס געפינט זיך צווישען א וואנט אין ראוד אהן א ריקען ווי צו שטיין כמעט. און כמובן אז ר' עובדיה קען נישט צוזעהן אז ער זאל פארלירען זיין כח, האט ער שוין ביי זיין מוצ"ש שיעור אויף ראדיא, ווי ער לאזט געוועהנליך פאלען זיינע פערל ווערטער אויף די מנהגים פין די אשכנזים, בארעדט אמנון יצחק, גערופען מיט צונעמען וכו'.

אבער די אלע זאכען האבען נישט געהאלפען, ווייל דער פיסקעל פין אמנון יצחק איז מער ווי די כח "התורה" פין די אנדערע, און עס זעהט אויס אז ער קומט אריין מיט א קנאק, און די חברה פלאצען.

עס איז ממש א אינטרעסאנטע ערשיינונג די קאנטראס און חילוק פין די חרדים און חו"ל און די חרדים און אר"י, ווען דא ביי די בחירות האט מען כמעט נישט קיין שייכות מיט די בחירות, חוץ ממש אפאר טעג פריער ווי איינער לייגט נאך א אידישע קאנדידאט זאל לויפען פאר עפעס א לאקאלע נארישער פאסטען, און אלע מוסדות לייגען בריוו וכו', און רוב מענטשען לייגען די צעטעלך און מיסט קאסטען, מען נעמט די קינדער וואטען, ווייל זיי זענען מער עקסייטעד ווי די עלטערען. ווידער אין א"י, ווי יעדער איינער איז אויף געברויזט און מלא שיטות און מכאובים אויף אלע בחירות מיט די קאנדידאטען און מען רופט דעם שייגעץ, און דער תורה קומט אריין אינדערמיט, און יעדער פראבירט אויף צו ווייזען פארוואס עפ"י תורה "טאר" מען נישט וואטען פאר יענעם וכו'.

דא יעצט האט ר' אמסלם ארויס געגעבן א כרוז ווי ער שרייבט אז דער רמב"ם, יא דער רמב"ם, פין אלע גדולים, איז אויף זיין זייט. פארוואס? ווייל ער גייט מיט די שיטה אז די כולל אינגעלייט אין אר"י בטל'ן די צייט און מען ברויך גיין ארבעטען, און היות דער רמב"ם זאגט אז מען טאר נישט נעמען קיין שכירות פאר לערנען מיט אנדערע, קומט דאך אויס אז דער רמב"ם וואלט געשטימט פאר אים.

ווער ווייסט, אפשר וועט איינער נאך מאכען א פארטיי, א פארטיי חפץ חיים, ווי מען רעדט נישט קיין לשון הרע.........

טעפל » מאנטאג יאנואר 7, 2013 11:23 am

· #78228
איך מיין אז עס איז גרינגער צו גיין מיט אמסלם ווי צו גיין מיט דיין "חפץ חיים פארטיי".

עוד מישהו » מאנטאג יאנואר 7, 2013 2:42 pm

· #78282
ס'איז זייער פריילעך דא אין די גאסן, די שסניקעס קענען גוט די ביזנעס פון פאשקעווילן, נישט נאר עדה מיט אתרא קדישא און נטורי קרתא.
ס'איז הויעך יום טוב דא. יעצט מיין נארישע שכל דיקטירט מיר, אז א פרומע מענטש וואס האט שכל און זיין רבי הייסט אים וואוטען, וועט שטימען פאר הרב אמסאלעם.

יעצט א הסבר פארוואס, איינער וואס טאר נישט וואוטען איז אינדרויסן פון אים רעד איך נישט, אבער איינער וואס האט נישט שכל, וועט וואוטען אגודה אדער ש"ס. איך וועל ענק זאגן פארוואס, איך פאר א דוגמא בין א חסיד פון א רבי וואס האט אסאך געטוען פאר אגודה, און די קהילה דא איז א גרויסע, צום ווייניגסטנס אזוי גרויס וואו בעלזא, אבער וואס האט אונזער חסידות באקומען פון אגודה?! א שפיי אין פרצוף! זייט תשמ"ט האט די חסידות קיינמאל קיין דעפוטאט נישט אריינגעשטעלט, דאס איז על אף אונז האמער דא טויזענטער שטימעס וואס גייען פאר אגודה.

דאס איז שוין נאכדעם וואס די פאליטישענס פון אגודה טוען וואס זיי ווילן, די מועצת גדולי התורה ביי די חסידים איז דיספאנקשענעל, די גדולים מאכן נישט אפ גארנישט, ס'איז אלס די זעלבע אלטע פנים'ער וואס טוען אלעס אומגעבעטן, דאס איז שוין נאכדעם וואס די אלטע מועצת גדולי התורה, האט געמאכט אזא זאך ווי טוירם לימיטס, דער וואס האט עס איינגעפירט איז געווען די גערער רבי זצ"ל, די היינטיגע גערע דעפוטאט ליצמאן איז שוין עטליכע קאדענציעס אין כנסת, און לויט די פארשריפטן פון זיין אייגענע רבי זצ"ל שוין נישט געמעגט לויפן, לויפט נאך אלץ.

ש"ס איז א פארטיי, וואס פרובירט צו פאראייביגען זייער ראסע דערנידערונג, דהיינו ספרדים. איך זאג נישט צווישן די פרומע איז דא ראסיזם, אבער זיי זענען פארנומען מיט דעם יומם ולילה, אויף עברית איז דא א ווארט, אחרי שניסו את הכל מוציאים את השד העדתי מהבקבוק, איבערגעטייטשט נאכדעם וואס מ'האט אלעס פרובירט (און ס'האט נישט געארבעט) שלעפט מען ארויס די ש-ד פון געמיינדע פון די באטל, אז יענער וויל מיך דערנידערן.

הצד השווה שביניהם, ביידע ווילן די פרומע זאלן נישט ארבעטן, (פאר ווער עס ווייסט נישט, אין ארץ ישראל איז דא א מושג חרדי חדש, א נייע פרומער, דאס איז איינער וואס גייט ארויס ארבעטן ער איז א נייער פרומער). זיי ווילן אונז זאלן בלייבן ארעמעלייט און נישט גיין ארבעטן.

עוד מישהו » מאנטאג יאנואר 7, 2013 2:49 pm

· #78287
איך האב פארגעסן צו שרייבן וועגן הרב אמסאלעם, ער האלט אז ווער עס וויל גיין ארבעטן, זאל מען העלפן גיין ארבעטן, אז איינער וויל שטודירן עפעס א פראפעסיע זאל מען אים געבן די כלים צו דעם. פארשטייט זיך איינער וויל לערנען געזונטערהייט, ס'איז נישט נאר א רמב"ם וואס זאגט אז מ'דארף ארבעטן. עשה שבתך חול ואל תצטרך לבריות.

איחוד פון וואו נעמסטו ער וועט האבן 5 בענקלעך? איך בין מסופק צו ער וועט האבן 50,000 וואוטס, דאס איז ווייניגער פון צוויי בענקלעך. די גאנצע מעשה האט ארויפגעלייגט אסאך שמוץ אויף אים.

איחוד פעלד » מאנטאג יאנואר 7, 2013 3:11 pm

· #78296
וואס מיינט דאס קאנדאנציעס?

עוד מישהו » מאנטאג יאנואר 7, 2013 4:32 pm

· #78325
קאדענציע איז א טערמין פון א ערוויילטע פאליטישען ביי אונזער פאל. די קאדענציע פון א פרעזידנט אין אמעריקע איז פיר יאר, און פון א סענאטאר זעקס יאר.
אין מדינת ישראל, איז די קאדענציע פון אן ערוויילטע פאליטישען נישט פונקטליך באשטימט, אבער ביז פיר און א האלב יאר בערך.

משכיל » מאנטאג יאנואר 7, 2013 5:43 pm

· #78355
איחוד פעלד
און כמובן אז ר' עובדיה קען נישט צוזעהן אז ער זאל פארלירען זיין כח, האט ער שוין ביי זיין מוצ"ש שיעור אויף ראדיא, ווי ער לאזט געווענליך פאלן זיינע פערל ווערטער אויף די מנהגים פין די אשכנזים, בארעדט אמנון יצחק, גערופען מיט צונעמען וכו'.


א שיינעם דאנק פאר צו לייגען דעם ר' אויף הרב עובדיה, איך ווייס אבער נישט צו דאס מיינט רבי אדער עפעס אנדערש.

אין וועלכען חדר האסטו געלערענט, אויף טרופ?

עוד מישהו » מאנטאג יאנואר 7, 2013 7:51 pm

· #78395


טלח- טעות לעולם חוזר.

די פאמפלעט פון אגודה פאר די וואלן.

יאיר » מאנטאג יאנואר 7, 2013 7:58 pm

· #78397
עוד מישהוא, אויב איז טאקע אזוי אז אגודה טוט גארנישט אויף, פארוואס דארף מען בכלל גיין וואוטן?

עוד מישהו » מאנטאג יאנואר 7, 2013 8:10 pm

· #78401
יאיר
עוד מישהוא, אויב איז טאקע אזוי אז אגודה טוט גארנישט אויף, פארוואס דארף מען בכלל גיין וואוטן?


מ'דארף טאקע נישט וואוטען פאר זיי, איך גיי זיכער נישט וואוטען פאר אגודה.

יאיר » מאנטאג יאנואר 7, 2013 8:33 pm

· #78404
מיין שאלה איז, וואס ברויך מען די גאנצע בחירות ביי פרומע אידן בכלל? וואו שטעקט דער חוב קדוש אויב מען טוט סייווי גארנישט אויף, בלויז צו ווייזן אז מיר האבן א כח? קענסט דאך שוין גיין וואוטן פאר סיי וועלכע פרייע פארטיי לויט ווי עס שמעקט דיר פאליטיש.

טעפל » דינסטאג יאנואר 8, 2013 3:46 am

· #78517
ס'איז נישט קיין ספק אז ביי די נושא פון גיוס למשל טוט אביסל אויף אז ס'איז דא פרומע נציגים וואס קענען מאכן א מצב פון דעם, א שאד נאר אז אגודה גייט נישט מיט ש"ס זיי קענען סאך מער אויפטוען.

עוד מישהו » דינסטאג יאנואר 8, 2013 6:55 am

· #78526
איך גיי טאקע נישט אפגעבן מיין שטימע פאר אגודה, צו זיי טוען אויף צו נישט ווייס איך נישט, וואס אבער יא, אויסנוצן די פרומע אידן וואס וואוטן יא פאר זיי דאס טוען זיי אויסערגעווענליך גוט.

הרב טעפל, קודם פאר זיי הייבן אן צו ארבעטן מיט ש"ס אינאיינעם, זאלן זיי קודם אנהייבן ארבעטן אינאיינעם ביי זיך, ליצמאן פארטראגט זיך נישט מיט פרוש, און זיי ביידע רייסן זיך מיט גפני און אלע פון זיי מיט אייכלער, וואס שלאגט זיך מיט די וויזשניצער מאזעס, בקיצור ס'איז איין גרויסע צעמישטע חתונה, וואס יעדער דארט מאכט שבת פאר זיך.

טעפל » דינסטאג יאנואר 8, 2013 10:06 am

· #78545
דוקא זאגסטו זייער גוט, איך קען די זאך פון די נאנט..

עוד מישהו » דינסטאג יאנואר 8, 2013 5:26 pm

· #78638
אפשר וועט זיין בעסער אויב מ'מאכט אינגאנצן צו די פרומע פארטייען, אזוי קען מען שיסן צוויי פייגל מיט איין שאס. איינס, די פרייע וועלן זיך מער מוזן רעכענען מיט די פרומע, וויבאלד אלע פרומע ערוויילן דארט זייערע קאנדידאטן, צווייטנס די אינערליכע פאליטיק צווישן די פרומע, וועט נישט אזוי שטארק משפיע זיין אויף די פאליטיק פון א פארטיי וואס שפילט א פראנט אין די נאציאנאלע פאליטיק.

פשוט-קאמפליצירט » דינסטאג יאנואר 8, 2013 5:59 pm

· #78645
אויב איך וואלט געוואוינט און געוואיט אין ארץ ישראל, וואלט איך לכאורה געשטימט פאר "בית היהודי".

יידל » דינסטאג יאנואר 8, 2013 6:10 pm

· #78647
פארוואס?

קלאר » דינסטאג יאנואר 15, 2013 11:08 am

· #80049
שיק נעמט נקמה אין די אשכנזים
ער שיקט דעם עולם שטומען מיט ש''ס
📎 A_nSMvmCAAIfo1i.jpg

היסטאריקער » דינסטאג יאנואר 15, 2013 11:14 am

· #80051
איך האב נישט געוויסט אז הרב שיק (איך מיין א סאטמארער תלמיד, אבער זיכער א חסיד מבית אבותיו) שטיצט די בחירות

גוטע פינטעלך » דינסטאג יאנואר 15, 2013 6:18 pm

· #80140
היסטאריקער
איך האב נישט געוויסט אז הרב שיק (איך מיין א סאטמארער תלמיד, אבער זיכער א חסיד מבית אבותיו) שטיצט די בחירות

מ'כלומר'שט שטיצט ער נישט אזוי זאגט ער שטענדיג, נאר וויבאלד זיין אחיזה אין א"י איז זיין קהילה אין עמנואל וואס זענען 99% ספרדים און זיי גייען במילא גיין שטימען, זאגט ער פאר זיי אז דאסמאל גייטס מיט ש"ס - ענקער שורש, ווי אויך קען זיין אז דאס איז שפיצל פון דרעי וחבריו צו מאכען אן אנשטעל אז ברסלב כולו איז פאר ש"ס, על אף זיי זענען באמת פאר'ן סיעה פון שלומי אמונים פון יהדות התורה (וואס ווערט שטארק רעפרעזענטריט אדורך מאיר רובינשטיין רה"ע ביתר עילית וואס איז מחסידי ברסלב).
און אלץ א זייטיגע קענדי פאר רב שיק ווערט זיין נאמען פאפולער און ווינדיקעטיט, והמבין יבין.

לעמיל » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 1:44 pm

· #80528
יעצט קומט פאר די כינוס דורך אגודה צו וועלען ג'
צו זעין לייו

דעתי הענייה » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 5:04 pm

· #80583
איחוד פעלד

דער עיקר האט מיר געכאפט דער אויג, וואס הרב אמנון יצחק האט דא געטוהן, ער האט געמאכט א אייגינער פארטיי, און ווי עס זעהט אויס גייט ער האבען פינעף בענקלעך (איך האף כ'האב גוט פארשטאנען)

עס קומט מיר צו לאכן....
נישטא אפילו איין פאול וואס זאגט אז ער וועט אריבערגיין דעם אחוז החתימה (בערך זעכציג טויזענט שטימען) ער איז דער גרעסטער ליצנות אין ארץ ישראל, וואו ער גייט ארום זאגן אז ער גייט האבן „דאבל דידזשט„ מאנדאטען, ווען כפי הנראה גייט ער נישט האבן קיין איינס....

עוד מישהו » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 5:39 pm

· #80592
די איינציגסטע האפענונג וואס איך האב איז, אז הרב אמנון יצחק'ס פארטיי וועט אראפציפן א מאנדאט, (אביסל ווייניגער פון 30,000 שטימעס), פונקט גענוג אז ש"ס זאלזיך עסן אביסל.

משולם טענענבוים » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 8:01 pm

· #80644
עוד סקר של אפליקציות באייפון עם למעלה מ2000 מצביעים מראה כי כח להשפיע לוקחת מעל 15 אחוז מההצבעות!! שזה שקול לערו 17 מנדטים


עוד מישהו » דינסטאג יאנואר 22, 2013 10:41 am

· #81412
עס ווערט באריכטעט אין די נייעס, אז אריבער 50 פראצענט שטים בארעכטיגטע האבן שוין אפגעגעבן זייער שטימעס, אין די וואלן אין א"י.
איך האב געטוען וואו מיינע רבי'ס האבן געהייסן, אין איך האב אפגעגעבן מיין שטימע פאר אמסאלעם. צו ער וועט אריין, איז נישט קיין נפק"מ.

קאווע טרינקער » דינסטאג יאנואר 22, 2013 10:43 am

· #81413
געהערט פון א גור'ע חסיד:
מ'איז מצביע אן בחירה.

לעיקוואד » דינסטאג יאנואר 22, 2013 12:07 pm

· #81436
עוד מישהו

איך האב געטוען וואו מיינע רבי'ס האבן געהייסן, אין איך האב אפגעגעבן מיין שטימע פאר אמסאלעם. צו ער וועט אריין, איז נישט קיין נפק"מ.

כל הכבוד שקיימת מצווה לשמוע דברי חכמים.
כבין נאר שטארק נייגעריק ווער דער רבי איז. (כלפי ביידע חידושים, סיי אז ער הייסט וועלן אמסלם, און סיי אז מזאל וועלן אפילו על הצד עס קומט אין ערגעץ נישט אן).

עוד מישהו » דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:07 pm

· #81485
בגלל שאני כותב מהנייד ויש תיקון מילים, אני אכתוב בשפת עבר.
הרבי שלי פסק שצריכים להצביע לחרדים לדבר ה', אמסלם הוא חרדי וגם רב.
הרבי אמר שכדי להצביע למפלגה הנכונה, צריך שלשה דברים:
אחד שדואג לעם ישראל. אחד שבראש מעייניו תורת ישראל. אחד שמבטיח לשלמות א"י.
את כל הדברים מצאתי באמסלם.
אני בטוח שהרבי היה מצווה לחסידיו להצביע לבן אדם הזה, אי אפשר לשאול אותו, כי הוא נפטר.
הרבי שלי הוא האדמור מחב"ד זצ"ל.

עוד מישהו » דינסטאג יאנואר 22, 2013 5:02 pm

· #81552
לויט די עקזיט פאולס פון 10 אזייגער. איז די ליסטע מער ווייניגער וואו פאלגענד:
ליכוד 31 מאנדאטן, יאיר לפיד- יש עתיד 19, עבודה 17, ש"ס 12, בית היהודי 12, התנועה- ציפי לבני 7, מר"צ 6, אגודה 6, אראבישע פארטייען 9, אלע איבריגע נישט אריין, אדבר זענון זיי אויפן שיוכל.

דאס איז עקזיט פאולס זאכן קענען זיך, און וועלן זיך מסתמא נאך טוישן.

קאווע טרינקער » דינסטאג יאנואר 22, 2013 5:04 pm

· #81555
כ'וואלט געקענט באשטיין אמנון זאל געווינען עפעס, פשוט אלץ די נצחון אנטקעגען יחידים המשתלטים על הציבור.

שימעלע » דינסטאג יאנואר 22, 2013 5:14 pm

· #81566

היימישער ליטוואק » דינסטאג יאנואר 22, 2013 7:38 pm

· #81592
גפני האט יעצט גרעדט לגבי זיצן אין קואליציע מיט יאיר לפיד. דער לפיד איז געלאפן אונטערן פאן פון "שויון בנטל", ד.מ. גלייכער התחייבות'ער (=חרדים זאלן דינען אין מיליטער, און ארבעטן וכו'). לפיד'ס פארטיי האט זייער שיין אנגעצויגן, און איז יעצט די 2טע גרעסטע פארטיי.
דא האט איר גפני'ס קאממענט פון ממש יעצט:
"לא יודע מה זה שוויון בנטל, גם אני בעד שוויון בנטל על כל תחומי החיים לרבות לימוד תורה"
ד.מ. אז מיר זענען גרייט זיך צוצושטעלן צו מיליטער דינסט - בתנאי, אז די פרייע זאלן אנהייבן צו לערנען תורה. הא הא הא, אשפ"ג.

פיינע קאווע » דינסטאג יאנואר 22, 2013 10:56 pm

· #81644
קען איינער שרייבן פאר די אמעריקאנע אידן ווער עס זענען די געווינער און פארלירער פון די חסידישע וועלט? וויפיל פארשטייער האט יעצט בעלז גער וויזניץ וכו. וואס טוט זיך מיט אמנון יצחק?

לעמאן דזשוס » מיטוואך יאנואר 23, 2013 3:57 am

· #81734
ברעיקינג, יהדות התורה ארויף מיט נאך א בענקל, נעמט 7
על אף די שרעקליך גרויסע מעמד קידוש השם נגד די בחירות הטמאות,
על אף די פייערדיגע דרשות פון די בי״ד צדק דעדה החרדית,
על אף די פלאמפייערדיגע שטורמישע דרשה
פון אדמו״ר הגז״ל מסטמר שליט״א

עס ווערט דערמיט באשיינפערליך מקוים דעם מעשה שטן הצליח, היל״ת

ואנחנו בשם אלוקינו נזכיר

ערהארבענע בילדער ווערט געזעהן אין בחדרי ווי די מאורי וגדולי ישראל פון אלע שיכטן און קרייזן זענען מצביע און נוצן דערמיט אויס זייערע רעכטן אלס בירגער אין דעם דעמאקראטישן רעגירונג וואס רעגירט איבער פאלעסטינא, טוענדיג דערמיט אקוראט וואס די 9 אראבישע מאנדאטן טוען דורך זיין אינעם כנסת המינים היל״ת

עס ווערט באריכטעט אז הגאון מרן ר׳ ארי׳ ליב שטיינמאן שליט״א האט צוגשפאצירט צופוס און נישט געוואלט גיין מיט אן אויטא, פארדינענדיג דערפאר שכר פסיעות צום גרויסן קידוש השם, נעמענדיג א טייל אין די כמעט 200,000 חרדישע יודן אין ארץ הקדש וואס האבן געשטימט גימל

אין אנדערע נייעס ווערט איבערגעגעבן אז פון די גרעסטע פארלירער (נאך נתניהו ליבערמאן) איז נישט ווייניגער ווי הרב אמנון יצחק וואס האט טאקע אנגעצויגן אריבער 25,000 שטימען פארט אבער נישט גענוג פאר קיין זיץ, וה״ה רב אמסלם...דאס טוט זייער וויי נעמענדיג אין באטראכט די גרויסע שאדן וואס זיי האבן דערמיט געטון פאר ש״ס וואס איז אריינגעקומען מיט ״בלויז״ 11 זיצן, לויט די איצטיגע נומערן

signout » מיטוואך יאנואר 23, 2013 10:40 am

· #81780
דער פיטסבורגער רבי פין אשדוד געווען די ערשטע מאל וואוטען? וואס האט אים געמאכט זיך טוישן?

משגיח » מיטוואך יאנואר 23, 2013 10:50 am

· #81784
נאכן גאנצן אפציילונג האט יהדות התורה באקומען א זיבעטן בענקעל. אמנון יצחק האט גוט צוגעפיקסט ש"ס דורכן גורם זיין אז ש"ס זאל פארליקן צוויי בענקלעך וואב דאס איז געווען זיין ארגענעלע ציל צוצופיקסן ש"ס

לעמיל » מיטוואך יאנואר 23, 2013 10:56 am

· #81787
משגיח
נאכן גאנצן אפציילונג האט יהדות התורה באקומען א זיבעטן בענקעל. אמנון יצחק האט גוט צוגעפיקסט ש"ס דורכן גורם זיין אז ש"ס זאל פארליקן צוויי בענקלעך וואב דאס איז געווען זיין ארגענעלע ציל צוצופיקסן ש"ס

ער האט אפי' נישט געהאט אייו בענקעל איז וויאזוי האט ער אוועק גענומען צוויי בענקלעך???

signout » מיטוואך יאנואר 23, 2013 10:58 am

· #81789
משגיח
נאכן גאנצן אפציילונג האט יהדות התורה באקומען א זיבעטן בענקעל. אמנון יצחק האט גוט צוגעפיקסט ש"ס דורכן גורם זיין אז ש"ס זאל פארליקן צוויי בענקלעך וואב דאס איז געווען זיין ארגענעלע ציל צוצופיקסן ש"ס

אמסלם האט מער צוגענומען ווי אים, אויב זיין גאנצע ניצחון איז נאר דאס אז ער האט ציגעפיקסט ש''ס איז ער א לוזער

משגיח » מיטוואך יאנואר 23, 2013 11:01 am

· #81791
לעמיל
משגיח
נאכן גאנצן אפציילונג האט יהדות התורה באקומען א זיבעטן בענקעל. אמנון יצחק האט גוט צוגעפיקסט ש"ס דורכן גורם זיין אז ש"ס זאל פארליקן צוויי בענקלעך וואב דאס איז געווען זיין ארגענעלע ציל צוצופיקסן ש"ס

ער האט אפי' נישט געהאט אייו בענקעל איז וויאזוי האט ער אוועק גענומען צוויי בענקלעך???

אמנון יצחק מיט חיים אמסלם האבן אוועקגענומען כמעט70.000 שטימען און זיי ביידע האבן נישט אנגעצויגן 50.000 צו האבן די רעטן און צו באומען איין בענקל. ווען ש"ס וואלט באקומען די אלע שטימען וואלטן זיי גארנישט פארלוירן

לעמיל » מיטוואך יאנואר 23, 2013 11:03 am

· #81793
איז אמנון יצחק מיט אמסלם האבעו צוגעפיקסט שס
אמנון יצחק האט זיך מער אופגעטין ווי ער האט אופגעטין שס

לעמיל » מיטוואך יאנואר 23, 2013 11:04 am

· #81794
btw שלום עליכן משגיח מאכט אייך באקוועים

משגיח » מיטוואך יאנואר 23, 2013 11:05 am

· #81795
signout
משגיח
נאכן גאנצן אפציילונג האט יהדות התורה באקומען א זיבעטן בענקעל. אמנון יצחק האט גוט צוגעפיקסט ש"ס דורכן גורם זיין אז ש"ס זאל פארליקן צוויי בענקלעך וואב דאס איז געווען זיין ארגענעלע ציל צוצופיקסן ש"ס

אמסלם האט מער צוגענומען ווי אים, אויב זיין גאנצע ניצחון איז נאר דאס אז ער האט ציגעפיקסט ש''ס איז ער א לוזער

דאס איז לכתחילה געווען זיין ציל .ער האט ער דאס שוין געזאגט און א סטעטמענט ביים עפענען זיין פארטיי

משגיח » מיטוואך יאנואר 23, 2013 11:06 am

· #81796
לעמיל
btw שלום עליכן משגיח מאכט אייך באקוועים

שכח פאר דיין באגריסונג

עוד מישהו » מיטוואך יאנואר 23, 2013 3:00 pm

· #81860
יעצט נאך די בחירות און נאכן ציילן כמעט אלע שטימעס, (די שטימעס אין דאפעלטע ענועלאפס ווערן יעצט געציילט, סאלדאטן, דיפלאמאטן און קאנסול אדער אמבאסאדארן) שטעלט זיך ארויס אז בערך 247 טויזענט שטימעס ווערן פשוט ארויסגעווארפן, ווייל זיי האבן געשטימט פאר פארטייען וואס זענען נישט אריבער די מינימום צו קענען אריין אין כנסת, די צאל ארויסגעווארפענע שטימעס איז ווערט 9 כנסת מאנדאטן.

שמעקעדיג » דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 8:25 pm

· #82270
יעצט באקומען:

לפי הרב עובדיה מי שלא מצביע ש״ס הולך לגיהנם, ולפי הרב שטיינמן מי שלא מצביע ג׳ שילך לגיהנום, ולפי הסאטמר רב מי שמצביע ילך לגיהנום, בקיצור ניפגש כולנו שם..

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 8:36 pm

· #82277
ס'איז "הענקי"? ס'דא פלאץ פאר יעדעם דארט?

היימישער ליטוואק » דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 10:09 pm

· #82289
39 חברי כנסת זענען פרום! דאס מיינט אז א דריטל 1/3 פון כנסת איז שומר תורה ומצוות!!
משיח'ס צייטן.

יאיר » דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 10:10 pm

· #82290
חברי כנסת המינים זענען פרום? ס'איז דאך א סתירה מיניה וביה!

געוואלד געשריגן » דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 10:22 pm

· #82292
יאיר
חברי כנסת המינים זענען פרום? ס'איז דאך א סתירה מיניה וביה!


ער האט געשריבן כנסת..נישט כנסת המינים. סאָ ס'איז נישט קיין סתירה

היימישער ליטוואק » דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 10:36 pm

· #82297
יאיר, איך בין נישט זיכער צו דו ביסט סארקאסטיש אדער ערנסט. יעדנפאלס, די כנסת איז א כנסיה פון מענטשן, אויב זענען זיי מינים איז דאס א כנסת המינים, אויב שותומ"צ איז דאס א כנסת ישראל, אויב א דריטל פרום איז דאס א דריטל כנסת ישראל און מיט האפענונג אז בקרוב וועט דאס פארוואנדלט ווערן צו בלויז פרומע אידן צו א כנסיה שהיא לשם שמים.
ומלאה הארץ דעה את ה' כמים לים מכסים.
בלאט: 1 2