☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » למען דעת - מאמר ג'

למען דעת - מאמר ג'

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2692

ברסלבער » מאנטאג יאנואר 7, 2013 10:32 am

· #78200
למען דעת - מאמר ג'
ברשות הרב "ממי שאמרו" וויל איך ממשיך זיין זיינע באלערנעדע מאמרים

ווי איז דער מקור צו דעם וואס עס איז אנגענומען נישט צוזאמלייגן די פינגער'ס פון די רעכטע און לינקע הענט אינאיינעם?

אין שער המצות להאריז"ל, פרשת עקב שרייבט ער וועגן דעם עיי"ש
דארט אונטן אין די הגהות זאגט ער אז ביים דאווענען מעג מען יא מחבק זיין יד ימין על גבי יד שמאל
איך ווייס נישט אויב ער מיינט אז ביים דאווענען מעג מען יא, אדער מען מעג נאר ווייל עס איז זה על גבי זה און נישט משולב.

איך ווארט אויפ'ן חשוב'ן עולם זאל זיך לאזן הערן וואס זיי ווייסן איבער דעם.

קאווע טרינקער » מאנטאג יאנואר 7, 2013 10:42 am

· #78202
כ'פלעג אמאל מורא האבן צו האלטן אזוי די הענט.
אבער שפעטער האב איך געזעהן אין ספרים הקדושים, כל העולם כולו, די וואך, וכו'. אז הגאון בנגלה ובנסתר ר' יוסף שלום אלישיב, האלט אזוי די הענט, כמעט אייביג. האב איך שוין נישט מורא.

ברסלבער » מאנטאג יאנואר 7, 2013 10:50 am

· #78209
א גוטע הערה, איך האב עס נישט אויפגעכאפט.

איך בין נייגעריג צו מען קען ערגעץ טרעפן פון אינעווייניג וועגן דעם אז איינער שרייבט אז עס איז נישט געפערליך.

קאווע טרינקער » מאנטאג יאנואר 7, 2013 10:53 am

· #78211
ס'איז דא עפעס א טורי-זהב וואס מ'צייכענט אן.
כמדומה אין הלכות עבודה זרה.

צדיקל » מאנטאג יאנואר 7, 2013 1:54 pm

· #78256
דא האט איר א מאמר וועגן שילוב אצבעות, און ביים דאווענען
<a class="postlink" href="http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=50551&st=&pgnum=37&hilite=">http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 37&hilite=</a>

צדיקל » מאנטאג יאנואר 7, 2013 2:10 pm

· #78267
אז מען קוקט אריין דארט אין שער המצות להאריז"ל, פרשת עקב (וואס ברסלבער האט געברענגט), איז אינטרעסאנט וואס ער שרייבט דארט די נעקסטע שטיקל
<a class="postlink" href="http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=35308&st=&pgnum=94">http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=94</a>

בענין מדת הנדיבות והותרנית ראיתי למורי ז"ל, שלא היה חושש בעצמו להתכבד במלבושים נאים יותר מדאי, גם במאכלו היה אוכל דבר מועט מאד. אבל במלבושי אשתו, היה זהיר מאד לכבדה ולהלבישה והיה מפיק כל רצונה, אף עם לא היה ידו משגת כ"כ.

ער האט געקויפט פארן ווייב קליידער וואס זי האט געוואלט, אפי' ס'איז געווען צו טייער, און ער האט נישט געהאט אזויפיל געלט.

ברסלבער » מאנטאג יאנואר 7, 2013 2:29 pm

· #78275
צדיקל

ער האט געקויפט פארן ווייב קליידער וואס זי האט געוואלט, אפי' ס'איז געווען צו טייער, און ער האט נישט געהאט אזויפיל געלט.


חולין פד: לעולם יאכל אדם וישתה פחות ממה שיש לו וילבש ויתכסה במה שיש לו ויכבד אשתו ובניו יותר ממה שיש לו שהן תלויין בו והוא תלוי במי שאמר והיה העולם.
רש"י: פחות ממה שיש לו. פחות מכדי היכולת וילבש ויתכסה לפי היכולת שלא יתבייש ויכבד אשתו יותר מלפי היכולת.

נייגעריגער » מיטוואך יאנואר 16, 2013 1:50 pm

· #80309
איך האב אויכעט געטראפן אן אינטערעסאנט בילד פון הרב המשפיע ר' אלימלך בידערמאן שליט"א ווי ער האלט די הענט משולב איינער אינעם צווייטן!
איך זאג נישט אז מ'קען פון דעם א ראי' ברענגן אבער אזויווי
קאווע טרינקער
כ'פלעג אמאל מורא האבן צו האלטן אזוי די הענט.
אבער שפעטער האב איך געזעהן אין ספרים הקדושים, כל העולם כולו, די וואך, וכו'. אז הגאון בנגלה ובנסתר ר' יוסף שלום אלישיב, האלט אזוי די הענט, כמעט אייביג. האב איך שוין נישט מורא.
,ברענג איך נאך איינער - וואס א ידען איז ער זיכער נישט קיין קליינער - וואס טוהט די זעלבע!
📎 2011113_1642229039_jpg.jpeg

גלות יוד » מיטוואך יאנואר 16, 2013 2:24 pm

· #80323

נייגעריגער » מיטוואך יאנואר 16, 2013 2:28 pm

· #80327
גלות יוד

ניסיתי הלינק ולא עלתה בידי לחבר!
נסה עוה"פ!
------------------------
אחר העיון מצאתי הגורם לבעי' עם הלינק, והוא כשהכנסת הלינק תחת URL שכחת מקודם למחוק הhttp:// שנמצאת שם, ונמצא שיש שתי פעמים http:// וגורם שלא יעבוד!
נא לתקן.

כבר נתקנה, יישר כח

נייגעריגער » מיטוואך יאנואר 16, 2013 3:02 pm

· #80338
א ביסל מראי מקומות אין דעם ענין גענומען פון בחרדי חדרים,
:ראה עוד בספר שמירת הגוף והנפש.
אז נדברו חי"ב סי' כה (אף שלא בשעת תפילה)
שו"ע הרב בענין הנחת ידיו בשמו"ע.
ספר זכירה (מהדו' תשנט עמ' עדר)
מעבר יבק שפתי צדק פט"ו
כתבי האריז"ל שער המצוות פרשת עקב. – שער הגלגולים הקדמה לט - שער הכוונות ענין יוצר וק"ש
יסוד ושורש העבודה שער הכולל פרק יט ובשם הזוהר (ויקרא כד ע"א)
באר היטב או"ח סי' צה – ט"ז שם סק"ג
קוקטס נאך און האטס הנאה!

און לויט וואס ס'קוקט אויס מיינט "קאווע טרינקער" אז אוודאי אויב הגריש"א האט אזוי געטוהן איז עס אויסגעהאלטן עפ"י הלכה, אינטערעסאנט אז ער זאל זיך קריגן מיט אן אפענע שטארקע ט"ז, הנה לך לשון הט"ז (אורח חיים סימן צ"ה ס"ק ג) 'וחלילה לפכר ידיו בעת שלום כי הוא מוריד דין על עצמו בזה ח"ו, כידוע'.

דא האט איהר דעם נידון אין בחרדי חדרים קוקטס נאך.

גוטע פינטעלך » מיטוואך יאנואר 16, 2013 9:20 pm

· #80433
כמדומה אז עז איז דא א בילד פון הגאון ר' ישראל יעקב פישר ז"ל אויך אזוי