היימישע מייקרי שער
25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2683
היימישע מייקרי שער
אן אלטער פראבלעם וואס ווייטאגט מיר שוין א צייט און איך וויל עס דא אביסל אויסשמועסן.
ליידער איז קיין בית דין כשר בישראל כמעט נישט פארהאנען און די מיטלען אפצושטעלן דעם פארברעך איז נישט דא. דעריבער איז פאסיג עס דא אויסצורעדן.
דער ענין איז איבער די מייקרי השער, די וואס שרויפן ארויף די פרייזן בלויז פאר די איינע סיבה, ווייל ״מען קען״, און דער וויי געשריי וועט נישט דערהערט ווערן.
איך וועל אנהייבן מיט עטליכע ביישפילן, און דערווייל נישט שרייבן קיינע נעמען ווייל איך וויל לאזן א מקום אז מען זאל מיר אפפרעגן נאך איידער מען וועט מקיים זיין דעם והוקע אותם נגד השמש.
איז טאקע ריכטיג אז ווייל א היימישע קאמפאני האט דעם מאנאפאל און מאכט א גוטער פראדוקט, עסן אדער משקה, אז זיי זאלן מעגן רעכענען הימל׳דיגע פרייזן דערפאר?
איז ווייל א געוויסע קאמפאני האט די ברכה פון יענעם גרויסן צדיק, א גענוגנדע בארעכטיגטע סיבה צו רייסן די טאשן פון ארימע אידן וואס האבן נישט די מעגליכקייט צו צאלן דערפאר ווייל זיי האבן נישט קיין פיי סאמעך?
איז דער תירוץ פון דעוועלאפערס אין היימישע געגנטער אז אויב דו ווילסט נישט צאלן די געשוואלענע רויבערישע פרייזן וואס מיר בעטן אייך פאר א נישטיג לעכל, דאן קויף נישט, א גוטער ענטפער וואס לייגט זיך אויפן שכל?
היות איך זע וואו מ'האט שוין בארירט די נושא, וועגן מייקרי השער צווישן היימישע אידן, האב איך מיר דערמאנט א זאך וואס באדערט מיר שוין זייער לאנג. דהיינו, ביי די גויים פאר זייער גרויסע חגא, איז דא סעילס פון 50 צו 70 פראצענט אין די ארגינעלע פרייז אין די גרויסע געשעפטן, נארמאל איבערן יאר זענען די פרייזן ביי זיי אויך נישט אזוי טייער.
משא"כ ביי אונז אידן, ס'קומט פאר סוכות ביי די גרויסע אתרוג סעיל, די סעיל איז "משוגע" 250 פראצענט ארגינעלע פרייז, אינגעלייט לאזן זיך ריייסן די הויט, מ'שפייט בלוט דריי חדשים וועגן די גזירה, אן אתרוג פאר יו"ט $130 די ביליגסטע, ערשטע טאג חוה"מ צוויי פאר א דאלער.
מצות כשר לפסח א פונט מצה פון די פשוטע אמעריקאנע בעקעריי, $18 דאלער א פונט, פאר ווער עס ווייסט דריי דאלער א מצה, איך פארשטיי די בעקעריי דארף זיך אויסצאלן פאר די האלבע יאר וואס מ'ארבעט נישט, אבער פארוואס איך, טוטס אויס אנדערע משפחות נאקעט ווייל ענק זענען געלט גייציג.
כהנה וכהנה איך ברענגען נאך דוגמאות, אבער איך מיין מ'האט ארויס די איידיע. קוקטס אבער מה בין בני לבן חמי, ביי זיי איז פונקט פארקערט, ביי זיי ווערט אלעס ביליגער פאר זייער חגא? ביי אונז ווערט אלעס טייער, פארוואס? אפשר דארפן אונז מגייר זיין גלחים, וואס זאלן זיך שלאגן מיט די וואס צאפן אונזער בלוט.
גערעכט, עוד מישהו, אבער ס'דא א וועג ארויס.
מענאשעוויץ מצה איז ביליג. אז דו ביסט א פרומער קויף פון ארץ ישראל בהכשר הבד"ץ.
איז דאן צאנזע רב דיין מרא דאתרא?
אה, האסט מורא, שווער שוויגער שידוכים וכו'. נו, דאס שריי איך דאך, ס'איז נישט דא קיין בחירה
קאווע טרינקערגערעכט, עוד מישהו, אבער ס'דא א וועג ארויס.
מענאשעוויץ מצה איז ביליג. אז דו ביסט א פרומער קויף פון ארץ ישראל בהכשר הבד"ץ.
איז דאן צאנזע רב דיין מרא דאתרא?
אה, האסט מורא, שווער שוויגער שידוכים וכו'. נו, דאס שריי איך דאך, ס'איז נישט דא קיין בחירה
איך האב מיך אײן געשריבען נאר דיך צי לײקן 👍 סאיז אזא גוטע מימרא
אה, האסט מורא, שווער שוויגער שידוכים וכו'. נו, דאס שריי איך דאך, ס'איז נישט דא קיין בחירה 😂
נו פיין ביסט כשר גערעכט, איך האב גראדע מיט צוויי יאר צוריק געקויפט געמישט, מ'טאר נישט זאגן הויעך, אבער איך האב געקויפט מאשין מצות מיט קערעסטיר, קערעסטיר האב איך געקויפט אלץ מראית עין, אדער טאמער מיין שוויגער וועט רח"ל קומען אויף א באזוך, ס'האט טאקע געקאט דעם בודזשעט, און איך האב מיר גארנישט וואס צו שעמען, אויב פאר מיין זיידע איז דאס גוט געווען איז דאס פאר מיר פונקט אזוי כשר. זאל ער רוען אין לעכטיגן גן עדן.
יעצט וואס איז דיין געדאנק אויף אן אתרוג, האסט עפעס א געדאנק, אפשר נעמט זיך שאקלען מיט א לעמאן.
אונזער מצה קאסט מער צו מאכן, איך גלייב אז זיי האבן א העכער פראפיט פראצענט ווי אינזער בעקערייען, איך ווייס וואס איך רעד.
אוודאי קאסט עס מער, פארוואס דען נישט, א רב וואס געט א הכשר אויף א בעקעריי נעמט ארויס א שיינע מטבע פארדעם? א חלק פון די בודזשעט אבער א שיינע חלק נישט סתם, שמירה משעת קצירה. א שיבער דארף מען א טיכטיגער אינגערמאן, נישט סתם א שמויגער פון גאס, ער גייט אויך יעדע יאר ארויף מיט א דאלער אויף וועיזש פער שעה. וכו' וכו'
וואס איז מצה ווייץ- מעל מיט וואסער, וואסער איז גארנישט אזוי טייער אויך כשר לפסח'דיגע איז נישט טייער, (אפשר התאחדות וואסער, נו אל תפתח פה), אבער וואס מעל קאסט, יעצט איז אזוי, די ווייץ פון וואו מ'קויפט עס רעכנט דען מער וואו יעדע מענטש וואס האט א פעלד און פארקויפט תבואה, ס'קוקט מיר אויס אז די פארמער זענען נישט די וואס רייסן די פרייזן.
סיינאוט אז דו זאגסט אז די גויאישע סטארס האבן א גרעסערע פראצענט פראפיט, דאס איז זיכער זיי ריקן ארויס צוואנציג מאל מער סחורה, אבער איך האב נאכנישט געהערט אז איינע פון די גרויסע מצה בעקערייען זאלן זאגן, אונז האבן פאריאר דערלייגט די הויזן, וועגן דעם האבן אונז באשלאסן מער נישט צו באקן, אונז האב מיר צוגעשפארט, נא נא נא, ארויף מיט די פרייז נאך א דאלער א פונט.
סתם אידישע געשעפטן מעגן זיין אביסל טייערער, איבערהויפט ווען דו פארגלייכסט זיי צו וואלמארט, אזוי ווי אלע לאקאלע פאמיליע-סטיל געשעפטן וועלכע זענען געווענליך טייערער, ווייל זיי שטופן דאך טויזנט מאל ווייניגער.
אידן האב א קלענערע קליענטעל און זיי פרובירן עס פארגיטיגן מיט די פרייז. אידישע חפיצים מעגן אויך זיין אביסל טייערער ווייל עס קאסט א א השגחה וכד', און אויך בכלל ווייל יעדע "ספעשעלטי אייטעם" קאסט מער. אזוי גייט עס. נאר ווען א סטאר טרייבט איבער מיט משונה'דיגע פראצענטן און דערצו איז די סערוויס געפערליך און דערצו וויל ער נישט צוריקנעמען מיט די וועלטס תירוצים, דאס איז שוין אן עולה. און פאר דעם פארלירן זיי אלץ מער דעם המון עם, וואס איז א שפאן אוועק פון די גויאישע סטארס און א קליק אוועק פון עמעזאן.
עוד מישהונו פיין ביסט כשר גערעכט, איך האב גראדע מיט צוויי יאר צוריק געקויפט געמישט, מ'טאר נישט זאגן הויעך, אבער איך האב געקויפט מאשין מצות מיט קערעסטיר, קערעסטיר האב איך געקויפט אלץ מראית עין, אדער טאמער מיין שוויגער וועט רח"ל קומען אויף א באזוך, ס'האט טאקע געקאט דעם בודזשעט, און איך האב מיר גארנישט וואס צו שעמען, אויב פאר מיין זיידע איז דאס גוט געווען איז דאס פאר מיר פונקט אזוי כשר. זאל ער רוען אין לעכטיגן גן עדן.
יעצט וואס איז דיין געדאנק אויף אן אתרוג, האסט עפעס א געדאנק, אפשר נעמט זיך שאקלען מיט א לעמאן.
וואס מאכסעך נאריש, קענסט האבן ערב סוכות א כשר'ער מהודר'דיג אתרוג פאר צוואנציג דאלער.
עוד מישהו
יעצט וואס איז דיין געדאנק אויף אן אתרוג, האסט עפעס א געדאנק, אפשר נעמט זיך שאקלען מיט א לעמאן.
קויף ערב יו"ט א אתרוג פאר פינף דולער. און שאקל מיט א צווייטנס אתרוג. וועסט יוצא זיין לכל הדעות מיט א מהודר'גע אתרוג און כמעט בחינם.
עוד מישהואוודאי קאסט עס מער, פארוואס דען נישט, א רב וואס געט א הכשר אויף א בעקעריי נעמט ארויס א שיינע מטבע פארדעם? א חלק פון די בודזשעט אבער א שיינע חלק נישט סתם, שמירה משעת קצירה. א שיבער דארף מען א טיכטיגער אינגערמאן, נישט סתם א שמויגער פון גאס, ער גייט אויך יעדע יאר ארויף מיט א דאלער אויף וועיזש פער שעה. וכו' וכו'
וואס איז מצה ווייץ- מעל מיט וואסער, וואסער איז גארנישט אזוי טייער אויך כשר לפסח'דיגע איז נישט טייער, (אפשר התאחדות וואסער, נו אל תפתח פה), אבער וואס מעל קאסט, יעצט איז אזוי, די ווייץ פון וואו מ'קויפט עס רעכנט דען מער וואו יעדע מענטש וואס האט א פעלד און פארקויפט תבואה, ס'קוקט מיר אויס אז די פארמער זענען נישט די וואס רייסן די פרייזן.
סיינאוט אז דו זאגסט אז די גויאישע סטארס האבן א גרעסערע פראצענט פראפיט, דאס איז זיכער זיי ריקן ארויס צוואנציג מאל מער סחורה, אבער איך האב נאכנישט געהערט אז איינע פון די גרויסע מצה בעקערייען זאלן זאגן, אונז האבן פאריאר דערלייגט די הויזן, וועגן דעם האבן אונז באשלאסן מער נישט צו באקן, אונז האב מיר צוגעשפארט, נא נא נא, ארויף מיט די פרייז נאך א דאלער א פונט.
יעדע חומרה קאסט מער
איך הער וואס ענק זאגן, מיטן אתרוג זענען ענק גערעכט מיטן לולב איז א שאלה, רוב אתרוגים זענען כשר, פארשטייט זיך נארמאלערהייט, א ברוינע פלעק קומט פון צופיל הענט, רוב לולבים זענען נישט, אין א באקס לולבים איז איינס פון דרייסיג כשר, ערב סוכות און דאס איז פון עקספיריענס, איינס פון 90 אדער 100.
לכבוד סיינאוט, דו ווייסט פארוואס א חומרה קאסט מער? נישט ווייל עס קאסט במציאות מער, נאר ווייל מ'רעדט אונז איין ס'קאסט מער, און אונז לאזן זיך צאלן וואו זיבעלעך, וואו די אתרוגים א וואך פאר יו"ט מינימום 130, אבער משא"כ ערב יו"ט פאר אפאר דאלער האסטו דעם זעלבן שיינעם אתרוג.
די ווערט איז נישט געפאלן, די כשרות אויך נישט, און די אתרוג אליינס איז אויך נישט געפאלן, ביים אתרוג סוחר איז געפאלן די פאקט אז די ערשטע טאג יו"ט איז די אתרוג גוט פאר מאה שערים, וואו ס'איז א מנהג ישראל מקדמת דנא, צו ווארפן חפצים אויף פאליציי, דאס אלעס בחינם, העכסטנס מיט 50 צענט מער.
עוד מישהואיך הער וואס ענק זאגן, מיטן אתרוג זענען ענק גערעכט מיטן לולב איז א שאלה, רוב אתרוגים זענען כשר, פארשטייט זיך נארמאלערהייט, א ברוינע פלעק קומט פון צופיל הענט, רוב לולבים זענען נישט, אין א באקס לולבים איז איינס פון דרייסיג כשר, ערב סוכות און דאס איז פון עקספיריענס, איינס פון 90 אדער 100.
א לולב וואס איז אפען פון אויבן ביז א טפח, איז כשר לרוב דעות, און פון דעם איז דא אסאך.
ברסלבערעוד מישהואיך הער וואס ענק זאגן, מיטן אתרוג זענען ענק גערעכט מיטן לולב איז א שאלה, רוב אתרוגים זענען כשר, פארשטייט זיך נארמאלערהייט, א ברוינע פלעק קומט פון צופיל הענט, רוב לולבים זענען נישט, אין א באקס לולבים איז איינס פון דרייסיג כשר, ערב סוכות און דאס איז פון עקספיריענס, איינס פון 90 אדער 100.
א לולב וואס איז אפען פון אויבן ביז א טפח, איז כשר לרוב דעות, און פון דעם איז דא אסאך.
איך האב געזען אפגעהאקטע. רוב אפענע זענען שוין אזוי אפן כמעט ביז די שדרה, וואס קען מען טוען אז אסאך וואס באקוקן א לולב עפענען די בלאט נאך מער ביים באטראכטן, ווייל זיי ווייסן נישט וואו אזוי מ'באקוקט א לולב.
ווערט א ליטוואק אדער א לובאוויטשער קענט איר שפארען אסאך געלט
אזוי? דאן וואס וועלן מיר טוהן מיט שכר לימוד?
שמעקעדיגאזוי? דאן וואס וועלן מיר טוהן מיט שכר לימוד?
ילמדינו רבינו. מה ענין שכר לימוד אצל ליטוואק או ליובאוויטש?
עוד מישהויעצט וואס איז דיין געדאנק אויף אן אתרוג, האסט עפעס א געדאנק, אפשר נעמט זיך שאקלען מיט א לעמאן.
פאר איין מאל א יאר, איי דואנט קעיר.
בד"וו, האסט געקויפט מאשין מצות, פיין. וואס איז מיט געבאקטס, דו האסט די גאטס?
berlbalagulehשמעקעדיגאזוי? דאן וואס וועלן מיר טוהן מיט שכר לימוד?
ילמדינו רבינו. מה ענין שכר לימוד אצל ליטוואק או ליובאוויטש?
תא חזי, בא ואלמדך.
די ליטוואקעס צאלן פיר מאל אזויפיל שכר לימוד, און קעמפ פרייזן.
שמעקעדיגberlbalagulehשמעקעדיגאזוי? דאן וואס וועלן מיר טוהן מיט שכר לימוד?
ילמדינו רבינו. מה ענין שכר לימוד אצל ליטוואק או ליובאוויטש?
תא חזי, בא ואלמדך.
די ליטוואקעס צאלן פיר מאל אזויפיל שכר לימוד, און קעמפ פרייזן.
נו, אויב אזוי גלייכט זיך עס אויס. זיי צאלן טייערע שכר לימוד און אונז צאלן פאר טייערע אתרוגים און מצות. לוינט זיך שוין צו בלייבן איעדער אויף זיין פלאץ.
ליטוואקעס טייטשן נישט אפּ דעם פסוק לא תהו ברא לשבת יצרה ווי אונז
עכ״פּ זיי רעכענן זיך מער מיטן קודם יקנה בית ואחר ישא אשה
berlbalagulehנו, אויב אזוי גלייכט זיך עס אויס. זיי צאלן טייערע שכר לימוד און אונז צאלן פאר טייערע אתרוגים און מצות. לוינט זיך שוין צו בלייבן איעדער אויף זיין פלאץ.
נאך בעסער אז יעדער זאל בלייבן אויף זיין פלאץ, און נעמען די גוטע חלקים פון יעדן.
איך מיין ס'הערשט א שטיקל צומישעניש דא, בעפאר די גוי'שע חגאות, צב"ש קראצמעך, קען מען באקומען די יאצמעך ביימער פאר ביליג? צי די קאלירטע לעמפעלעך? ניין, ווייל דעמאלס איז דער סעזאן דערפון, אוודאי וועט 'וואלמארט' אדווערטייזן אז זיי זענען ביליגער ווי אנדערע, און יעדער וועט טרעפן עפעס א 'ניטש' וואו צו קענען ווייזן עפעס א ספעשל, אבער בכלליות די סיזאנעל אייטעמס זענען נישט ביליג דעמאלס. דאס זעלביגע מיט וואונט קארטלעך, די וואונטש קארטלעך זענען בכלל נישט אויף סעיל נישט בעפאר קראצמעך און נישט בעפאר זייער ניי יאר, ווייל יעצט איז דער סעזאן, און די ביזנעס מיינד זאגט אז יעצט מאכט מען געלט אויף דעם/די אייטעמס אפילו ס'איז טייער.
וואס יא? העמדער, טעלעוויזיע און VCR, דאס וועט זיין צו באקומען חצי בחנם, ווייל דער ביזנעס מיינד זאגט אז יעצט איז דער עולם הונדעריג פאר גוטע שאפינג, און מ'שטעלט ארויס כל דכפין פאר סעיל.
להבדיל ביינ'ונז איז אויך דא גרויסע סעילס, [נישט אויף די פארנעם פון די דעפארטמענט סטארס וואס פארקויפן פאר מאסן מענטשן, און מאכן זייער געלט אין גרויס קוואנטיטי], אבער אתרוגים בעפאר סוכות איז נישט אויף סעיל, אדער אפילו נוי סובה איז אויך נישט אויף סעיל, אדער מצות בעפאר פסח איז נישט פאר סעיל.
אבער טישן און בענק פאר די סוכה איזא סעילס מיט קאנקורענץ, און בעפאר חנוכה איז נישטא קיין מנורה סעיל, ס'איז אבער יא דא א ריזיגע 50% אף קאוט סעיל, און '30% אף' שיך סעיל לכבוד חנוכה, אא"וו.
או איך ווייס נישט וואו אנצוהייבן, דא ביי אונז מבול'ט פאר דריי טעג און א צי, און איך האב נישט געהאט לעקטער עטליכע שעה היינט.
מיינע סיבות פארן קויפן מאשין מצות איז נישט קארגן אדער שפארן געלט, הויכגעשעצטע קאווע טרינקער, דאס ביסטו מסכים מיט מיר אז עסן מאשין מצות איז א מחלוקת הפוסקים, ריכטיג צאנזע רב איז געווען צאנזע רב, איך מוז אבער נישט אנעמען וואו אים, פונקט וואו רוב וועלט האט נישט אנגענומען די פינעף שעה מיט אביסל מינוט, צווישן פליישיג און מילכיג, אדער היתר מכירה פאר א גוי אויף שבת, דאס האט וואו ווייט איך ווייס קיינער נישט אנגענומען.
אין אונגארן האבן אסאך מקפיד געווען צו עסן דוקא מאשין, זיי האבן געהאלטן ס'איז מער מהודר.
וועגן געבראקטס, ס'איז נישט קיין חמץ מ'מעג עסן געבראקטס פסח, דו ווילטסט נישט ווייל ס'איז א חומרא וואס דיין זיידע האט אנגענומען, איינער וואס עסט געבראקטס איז נישט חייב כרת, און ער האט נישט עובר געווען אויף בל יראה ובל ימצא, איך פאר מיר עס איך נישט, אבער איך לאז מיינע קינדער טוען וואס זיי ווילן.
הרב קפנדריא שליט"א, מיט די לעמפלעך און ביימער האב איך נישט קיין מושג וויפיל עס קאסט, אבער נעם א חגא וואו טענקסגיווינג, ווען אלע פרעסן אינדיק (טערקי בלע"ז), דו האלטסט אז לכבוד החגא גייט די פרייז ארויף מיט 25 פראצענט, אדער ביליגער מיט 25 פראצענט.
א חגא וואו ליל כל הקדושים איך מיין אויף ענגליש האלעווין, ביי זיי פארשטעלט מען זיך, האלטסט אז זייער קאסטומס ווערן ביליגער אדער טייערער דעמאלסט.
יולי 4, די אמעריקאנע טאג פון אינדעפענדענס, ווען האלב אמעריקע בראט פלייש אויף די מאנגאל, און מ'פרעסט אריין אין איין טאג, וואס מיר דויערט א וואך צו עסן, איז אויך דא ספעשל סעילס.
איך רעד נישט פון נושאי כלים, נאר פון די זאך אליינס, נעם א פסח ווען וויין\גרעיפ זשוס גייט אויס אין די דאזענס, ביי יעדע דורכשניטליכע משפחה, איז דאס נישט ביליג, לאו דוקא עס ווערט טייערער לכבוד יו"ט, אבער גרויסע מעגא סעילס אויף גרעיפ זשוס איז נישטא כמעט. לאמיר לאזן מצות אין די זייט.