☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » מעג א חסיד'ישע איד ארבייטן צווישן אדער מיט פרויען/מיידלעך?

מעג א חסיד'ישע איד ארבייטן צווישן אדער מיט פרויען/מיידלעך?

32 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2680

קרעקער » פרייטאג יאנואר 4, 2013 2:18 pm

· #77763
מעג א חסיד'ישע איד ארבייטן צווישן אדער מיט פרויען/מיידלעך?
(גארנישט מיט וועבערמאן)
איך האב שוין אסאך געטראכט וועגען דעם און כ'וויל הערען וואס דער עולם האלט
איך האלט אז אויב מ'ארבייט מיט מיידלעך איז זייער שווער זיך איינצוהאלטן, כמעט נישט מעגליך נישט דורכצופאלן.
דעס איז אויכעט א פשוט'ע גמרא, אין אפוטרופוס לעריות (פימפל, נאו ארגומענטס).
יעצט פרעג איך ענק, איז דא א מענטש וואס קען זאגן פאר זיכער אז ער וועט נישט דורכפאלן?

באמת פאר גוים קען עס זיין גרינגער ווייל זיי וואקסען אויף בתערובות {ליידער}, זיי גייען אין סקול צוזאמען און זענען פרענדס יונגלעך מיט מיידלעך, אבער פרומע יודן וואס זענען סעגרעגירט פון ווען די ציין וואקסט ארויס איז כמעט נישט מעגליך זיך איינצוהאלטן, סיי ווען מ'ארבייט אין א סקול און מ'האט צוטריט פרייוועט צו מיידלעך, און סיי שלום בית מענטשן, און סיי וועד הצניעות וואס רעדן פרייוועט מיט פרויען, מעגליך אפילו רבנים אויכעט (כל הגדול מחבירו יצרו גדול), און יא אויכעט פלעינע מענטשן וואס ארבייטן מיט מיידלעך און ווייבלעך אין אפיסעס (מי יגלה עפר מעיניך אדמו"ר מקאשוי זי"ע).

וואס איז די עצה?
נישט דא קיין עצה, אדער סעגרעגירט מען אונז נישט, און מהייבט אן לערנען בתערובות פון די דריי יאר ביז די חתונה, אדער בלייבט מען סעגרעגירט ביזן טויט, א חסידישע מאן טאר נישט האבן קיין פרייוועט שייכות מיט קיין פרוי.

דאס איז א לינק פון דע וואך אין מעריב, פון א רב פון א סעמינאר וואס מען האט געכאפט די וואך מיט א פרוי:

<a class="postlink" href="http://www.nrg.co.il/online/11/ART2/425/959.html#.UOLhhcOhl7o.facebook">http://www.nrg.co.il/online/11/ART2/425 ... o.facebook</a>

שמעקעדיג » פרייטאג יאנואר 4, 2013 2:24 pm

· #77766
איך ארבעט שוין לאנגע יארן מיט פרויען. נאך נישט אדורכגעפאלן דערווייל, ב"ה.
איך גיב זייער אכטונג אויף איסור יחוד. אז מען האלט איין די תקנות חז"ל, פאלט מען נישט אדורך בעז"ה.

קרעקער » פרייטאג יאנואר 4, 2013 2:29 pm

· #77768
ווי לאנג די פאלגס חזל און ביזט נהר אויף יוחד איז גוט

ניו יארק » פרייטאג יאנואר 4, 2013 2:31 pm

· #77769
דער פון אויבען האט מיר געהאלפען, איך ארבעט נאר מיט אומבא'טעמ'טע...
במילא איז די נסיונות נישט אזוי שטארק,

היימישער ליטוואק » פרייטאג יאנואר 4, 2013 2:43 pm

· #77772
די שאלה איז, צו מ'איז קודם כל פארזיכערט נישט דארכצופאלען מיט נישט איינהאלטן דעם דין יחוד. בקיצור, עס איז א צוויי-שטאפל'דיגער נסיון - אבער פארט א נסיון.

נולד מאוחר » פרייטאג יאנואר 4, 2013 2:52 pm

· #77776
כ'פארשטיי נישט א ריזיגער פראצענט ארבעט מיט פרויען. ווילסטו מיר זאגן אזא גרויסע חלק היימישע אינגעלייט זענען שוין דורךגעפאלן?

sunbar » פרייטאג יאנואר 4, 2013 2:59 pm

· #77777
הייסט עס אז אויב וואלטן מיר זיך געחבר'ט מיט פרויען, וואלט די תאוה נישט געווען אזוי שטארק...

אפשר פרובירט מען דאס???

יתרו » מוצ"ש יאנואר 5, 2013 7:16 pm

· #77795
מעג א חסידישע איד ארבייטען צווישען אדער מיט פרויען ומיידלעך פרעגט קרעקער,
און איך לייג צו
מעג א חסידישע איד ארויס גיין אויפן גאס ווי מען קען זעהן פרויען?
מעג א חסידישע איד גיין אין א גראסערי ווי מען קען זיך אנשטויסען מיט א פרוי?
מעג א חסידישע איד גיין אין א סטאר ווי די קעשיר איז א פרוי?
מעג מען נוצן די טאלל באאט אויפן דשארש וואשיגטאן בריק וואס כידוע ליודעי חן שטייט אייביג דארט א גויטע ?

א קיצור מען דארך זיך איינשפארן אין בוידעם, אין זיך מפרנס זיין מיט א באטל מן,

gehlungen » מוצ"ש יאנואר 5, 2013 7:43 pm

· #77799
[quote="יתרו"]מעג א חסידישע איד ארבייטען צווישען אדער מיט פרויען ומיידלעך פרעגט קרעקער,
און איך לייג צו
מעג א חסידישע איד ארויס גיין אויפן גאס I must tell you that you comparing Apples to bananas working with a girl is the same as walking in the street. Are you really dumb or are you playing dumb ??

איחוד פעלד » מוצ"ש יאנואר 5, 2013 7:55 pm

· #77800
אוי וויי, מען רעדט שוין ווידער די נסיונות אין די אפיסעס.

עס דערמאנט מיר די מעשה וואס כאב געזעהן דא אין שטיבעל, איינער רעדט זיך אפ צום רעבין אז ער האט נסיונות אויף די סאבוועי, היכי דמי? ער פארט מען נשים וואס גייען אנגעטוהן נישט בצניעות, און ער האט נסיונות!

פרעגט דער רבי, האסט פראבירט אמאהל צו פרעגען איינער אויב זיי זענען מסכים?

זאגט דער איד, והם לא ישמעו לי, זיי וועלען דען מסכים זיין צו האבען שייכות מיט א איד ווי מיר?

זאגט דיר רב אויב אזוי האסטו דמיונות, נישט נסיונות!!!!!

לענינינו אוודאי איז דא פעסטע דמיונות אין די גאס און אין שטוב, א נסיון איז אבער זעלטען, און ווען יא איז רחמנא יצילינו, עס איז נישט קיין נפק"מ אין שטוב אפיס באס קאנטרי שטאט זומער ווינטער וכו'.

היימישער ליטוואק » מוצ"ש יאנואר 5, 2013 8:12 pm

· #77805
איחוד פעלד

לענינינו אוודאי איז דא פעסטע דמיונות אין די גאס און אין שטוב, א נסיון איז אבער זעלטען, און ווען יא איז רחמנא יצילינו, עס איז נישט קיין נפק"מ אין שטוב אפיס באס קאנטרי שטאט זומער ווינטער וכו'.

איך וויל דיר פרעגן איין שאלה, זענען נישט דא א סאך מענטשן וואס ארבעטן גאר נאנט מיט זייערע סעקרעטאריעס קא-ווארקערס וכדומה, אליינס אין א שטוב? איי הלכות יחוד? זיי לאזן דעם טיהר אפן. דו מיינסט אז עס ווערט נישט קיין קירוב הלבבות? וואס עס פאסירט דערנאך ווייסט נאר דער רבש"ע - און די באטרעפנדע.

איחוד פעלד » מוצ"ש יאנואר 5, 2013 8:16 pm

· #77806
היימישער ליטוואק
איחוד פעלד

לענינינו אוודאי איז דא פעסטע דמיונות אין די גאס און אין שטוב, א נסיון איז אבער זעלטען, און ווען יא איז רחמנא יצילינו, עס איז נישט קיין נפק"מ אין שטוב אפיס באס קאנטרי שטאט זומער ווינטער וכו'.

איך וויל דיר פרעגן איין שאלה, זענען נישט דא א סאך מענטשן וואס ארבעטן גאר נאנט מיט זייערע סעקרעטאריעס קא-ווארקערס וכדומה, אליינס אין א שטוב? איי הלכות יחוד? זיי לאזן דעם טיהר אפן. דו מיינסט אז עס ווערט נישט קיין קירוב הלבבות? וואס עס פאסירט דערנאך ווייסט נאר דער רבש"ע - און די באטרעפנדע.

אופס, האסט פארגעסען נאך איינער וואס ווייסט וואס פאסירט, דער בעל דמיון, ער ווייסט פונקטלעך וואס געשעהט צו יענער אויפזעהר מיט יענער סעקרעטערי, זיינע דמיונות גייען אזוי ווייט אז ער פארציילט עס פאר זיין רב, און מען מאכט איסורים, און פין דארט ווערט אן אשכול דא אין קאווע שטיבעל, און די רעשט איז היסטארי.....

berlbalaguleh » מוצ"ש יאנואר 5, 2013 8:38 pm

· #77807
שמעקעדיג
איך ארבעט שוין לאנגע יארן מיט פרויען. נאך נישט אדורכגעפאלן דערווייל ב״ה.
איך גיב זייער אכטונג אויף איסור יחוד. אז מען האלט איין די תקנות חז״ל, פאלט מען נישט אדורך בעז״ה.

איך בין מסכים 100% מיט דיר. ר' קרעקער, דער פותח האשכול לערנט נישט ריכטיג פשט אין דעם מאמר חז"ל "אין אפוטרופוס לעריות". דער ריכטיגער פשט איז אז מ'טאר זיך נישט מייחד זיין און זאגן "איך בין א צדיק און כ'עלל נישט עובר זיין". היינטיגע צייטן זעט מען שוין די פראקטישע זייט אויך פון זיך האלטן צו די תקנות חז"ל.

berlbalaguleh » מוצ"ש יאנואר 5, 2013 8:45 pm

· #77808
gehlungen
יתרו
מעג א חסידישע איד ארבייטען צווישען אדער מיט פרויען ומיידלעך פרעגט קרעקער,
און איך לייג צו
מעג א חסידישע איד ארויס גיין אויפן גאס I must tell you that you comparing Apples to bananas working with a girl is the same as walking in the street. Are you really dumb or are you playing dumb ??

Your second choice.

איחוד פעלד » מוצ"ש יאנואר 5, 2013 9:31 pm

· #77813
berlbalaguleh
gehlungen
יתרו
מעג א חסידישע איד ארבייטען צווישען אדער מיט פרויען ומיידלעך פרעגט קרעקער,
און איך לייג צו
מעג א חסידישע איד ארויס גיין אויפן גאס I must tell you that you comparing Apples to bananas working with a girl is the same as walking in the street. Are you really dumb or are you playing dumb ??

Your second choice.

לכאורה האט ער געמיינט חוזק צו מאכען, אז ארבעטען מיט פרויען און מיידלעך איז נישט קיין עוולה, ווייל דער וואס האט א פראבלעם ארבעטען מיט א פרוי, האט אויך א פראבלעם ווען ער זעהט זי אין גאס.

בעצם האט ער א שטיקעל פוינט, דאס הייסט, ווייל עס איז דא אזעלכע מענטשען וואס אדער מחמת פרישות, אדער טפשות, ווערען זיי אזוי אנגעצויגען, אז ווען זיי זעהן א מענטש פין די מין ההיפוך, טראכטען זיי גלייך פין איין זאך, און עס מאכט זיי ווילד, פאר אזעלכע איז לכאורה נישט קיין נפק"מ.

כי איירינן, ביי אזעלכע מענטשען וואס באקומען נישט קיין תאווה פין סתם זעהן א פרוי, נאר ווען זיי רעדען און ווערען נאנט, קענען זיי באקומען א אינערליכע ליבע און אטראקשען פאר דער פרוי.

ממילא איז ווען מען ארבעט מיט א פרוי, ברויך מען אכטונג געבען נישט צו רעדען דברים של מה בכך, נאר וואס איז נוגע צו דער ארבעט, נישט קיין חילוק ווי אזוי זי זעהט אויס, ווייל דער מענטש וואס טראכט, קען ווערען אטראקטעט מער צו א פרוי וואס רעדט דברים של טעם, ווי א שיינער וואס האקט אין טשייניק.

פארשטייט זיך אז די חכמים מיינען דאס ווען זיי זאגען ואל תרבה שיחה עם האשה, אז מען זאל נישט מרבה זיין צו רעדען דברים של מה בכך, פאליטיק, און וועטער אפילו, חוץ טאמער עס פעלט אויס צו נארמאלען שייכות וואס איז נוגע צו דער ארבעט.

און ווען איינער זעהט אז עס ווערט נתרבה די שייכות, דארף ער זיין עומד על המשמר, און אפהאקען די סארט שמועסען, און מקיים זיין די נעץ חרב בינו לבינה, און אכטונג געבען אויף זיין אידישקייט.

צום שלוס, עס איז דא געוויסע שמוציגע כאראקטארען וואס ווי זיי קוקען זעהן זיי שמוץ, ווי רש"י זאגט אין קדושים, כל מקום שאתה מוצא גדר ערוה, אתה מוצא קדושה, און מען קען זעהן סיי די קדושה און סיי די ערוה, און די כאראקטארען וואס טראכטען ווען זיי זעהן א פרוי פין עריות, זענען נעבעך ממילא נישט קיין שלמים בדעתם, און ווייסען נישט בחייכות וואס קדושה מיינט.

אבער אידען שומתו"מצ ווייסען שוין פין דורות לאנג אז עס איז דא א וועג וויאזוי צו רעדען און ארבעטען מיט פרויען, און ווען איינער איז אנגעהיטען גשעהט אים גארנישט, אדרבה ואדרבה, ער ווערט נתעלה, כידוע ליודעים וד"ל.

איך אויך » מוצ"ש יאנואר 5, 2013 9:33 pm

· #77814
נוי יארק
דער פון אויבען האט מיר געהאלפען, איך ארבעט נאר מיט אומבא'טעמ'טע...
במילא איז די נסיונות נישט אזוי שטארק,

בידך לתקן הדבר?

קליינער » זונטאג יאנואר 6, 2013 12:13 am

· #77847
איך ארבעט און האב א שטארקע שייכות צו פרויען דורכאויס מיין טאג און אזא שייכות וואס אויב וויל איך וואלט עס געקענט פירן צו מער ווי סתם א שאקל און באגריסונג אדער א פריינטליכן גוט מארגן. אלא מאי? איך בין א צדיק און איש קדוש? זייער ווייט דערפון. אבער איך טו מיין ארבעט און זיך נישט קיין בושות און באשרייבונגען בראש כל חוצות.

א מענטש איז נישט געמאכט געווארן זיך איינצושפארן אין שטוב און דאדורך נישט צוקומען צו נסיונות און זינדיגעריי, נאר מען דארף זיך שטארקן און בייקומען די שוועריקייטן, און מען קען אויב מען וויל.

הרה״צ מ׳קאשוי האט די פראבלעמען אנגעלייגט אויף די מיידלעך. פארוואס? אפשר זאל מען נישט לאזן די מענער גיין ארבעטן?

נולד מאוחר » זונטאג יאנואר 6, 2013 12:16 am

· #77848
פאר עפעס א סיבה איז תשובה באשאפן באשאפן געווארן.

טעפל » זונטאג יאנואר 6, 2013 5:04 am

· #77891
נולד מאוחר
פאר עפעס א סיבה איז תשובה באשאפן באשאפן געווארן.

אהה, דאס הייסט מען מעג רואיג גיין ארבעטען מיט מיידלעך און...וכו וכו' ווייל-ס'איז דא תשובה?
ס'איז קלאר אז ווער ס'קען זאל אנהייבען בכלל ארבעטען אויף א פלאץ וואו ס'איז דא פרויען אויב יא איז אן אפען פלאץ ווי ס'דרייען זיך אסאך מענטשען, און ניין איך זאג נישט אז ווער ס'איז אין א פארמאכטערע פלאץ זינדיגט גלייך, נאר מ'האט דאך שוין געזאגט אין אפטרופוס לעריות, איז גרינשעץ נישט און דעם.

ברסלבער » זונטאג יאנואר 6, 2013 11:06 am

· #77911
דער זעלבער באשעפער וואס האט באשאפן דעם מענטש און ער קען זייער גוט דעם מענטש'ס שוואכקייטן און שטארקייטן, האט אויך געגעבן די תורה מיט אלע הלכות.

און דערפאר האבן מיר די הלכות פון יחוד, און מען דארף דערויף נישט צולייגן און נישט אראפנעמען, נאר עס איינהאלטן כמות שהוא, דעמאלט'ס וועט דער אייבערשטער אונז היטן.

אגב איז דא א שיין ווארט פון רבי נחמן ברסלבער, "ואל תביאנו לא לידי נסיון ולא לידי בזיון" - "אדער א נסיון אדער א בזיון"
דאס מיינט אז אויב בלייבט עס ביים נסיון און דו ביזט זיך מתגבר דערויף דעמאלט'ס איז גוט, אבער אויב ווערט עס אויס נסיון, דו האסט דיך נישט געקענט איינהאלטן, דעמאלט'ס איז די נעקסטע סטעפּ א בזיון.
סאו וואטש אוט.

איחוד פעלד » זונטאג יאנואר 6, 2013 11:23 am

· #77914
ברסלבער

אויב אזוי ווי אזוי האט יוסף הצדיק וואס איז יא בייגעשטאנען די נסיון, געהאט א בזיון?

ברסלבער » זונטאג יאנואר 6, 2013 11:58 am

· #77931
די בזיון פאר יוסף איז נישט געווען וועגן די נסיון, עס זענען דא אסאך מדרשים אויף דעם, איינ'ס וואס איך געדענק יעצט איז אז עס איז געווען אן עונש ווייל ער האט פארגעסן פון זיין טאטען און ער האט זיך אנגעהויבן באקוועם מאכן אין מצרים.

נאך אן אינטערעסאנטע מדרש איז דא אז דערפאר האט דער אייבערשטער געמאכט גלייך נאכדעם אז מען זאל איינזעצן דעם שר המשקים והאופים, צו אוועק נעמען די בזיון פון יוסף, אז די צייטונגען זאלן אנהייבן שמועסן פון זיי און פארגעסן פון יוסף
(מאנכע זאגן אז דאס איז די סיבה פון די שרעקליכע שיסעריי אין די קאנעדיקיט סקול, אז די צייטונגען זאלן פארגעסן פון די וועבערמאן סומאטוכע, - איך נעם נישט קיין שטעלונג אין דעם נושא)

זאת ועוד די בזיונות פון יוסף האבן אים למעשה געברענגט גרויס כבוד, צו ווערן משנה למלך אין מצרים

איחוד פעלד » זונטאג יאנואר 6, 2013 11:14 pm

· #78146
נו שוין, מיט אזעלכע תירוצים ווער דארף פרעגען קשיות. אין מקרא יוצא מידי פשוטו, ברענגסט מיר א שלל פין מדרשים.

יוסף איז אנטלאפען איז געלאזט זיין בגד ביי איר, און פארדעם האט ער זיך אנגעליטען ביזי בזיונות.

זעהט מען א קלארע פאל ווי די בזיון איז אנגעקומען אפילו יוסף האט זיך מתגבר געוועהן, אלזא ווען יוסף למשל טוט נישט ביישטיין דער נסיון, וואלט ער לכאורה נישט געהאט קיין בזיון, און לעומת זה וויבאלט ער איז יא בייגעשטאנען דער נסיון האט ער יא געהאט בזיונות, און דאס איז א דיירעקטער סתירה מיט דער ווארט וואס די ברענגסט פין ר' נחמן, וואס זאגט אז עס איז אדער נסיון אדער בזיון.

ברסלבער » מאנטאג יאנואר 7, 2013 9:46 am

· #78187
א גוטע קשיא.

האסט אבער פארזעהן נאך א נקודה וואס איך האב געשריבן, אז למעשה צום סוף האט יוסף באקומען פון דעם גרויס כבוד, דייקא נאר ווייל ער איז אנגעקומען אין תפיסה, און ווען ער וואלט נישט בייגגעשטאנען דעם נסיון וואלט ער נישט באקומען דעם כבוד.
וואס לוינט זיך ענדערש?

און היינטיגע צייטן זעהט מען עס אויך, אז נאך א דורכגעפאלענעם נסיון באקומט מען א בזיון, ובפרט נאך נ. רז"ב'ס האט-ליין.
אודאי מגלגלין חובה ע"י חייב, אז ער איז דער נער וואס טוט עס, אבער דאס איז די מציאות.

איחוד פעלד » מאנטאג יאנואר 7, 2013 9:51 am

· #78189
ברסלבער
א גוטע קשיא.

האסט אבער פארזעהן נאך א נקודה וואס איך האב געשריבן, אז למעשה צום סוף האט יוסף באקומען פון דעם גרויס כבוד, דייקא נאר ווייל ער איז אנגעקומען אין תפיסה, און ווען ער וואלט נישט בייגגעשטאנען דעם נסיון וואלט ער נישט באקומען דעם כבוד.
וואס לוינט זיך ענדערש?

און היינטיגע צייטן זעהט מען עס אויך, אז נאך א דורכגעפאלענעם נסיון באקומט מען א בזיון, ובפרט נאך נ. רז"ב'ס האט-ליין.
אודאי מגלגלין חובה ע"י חייב, אז ער איז דער נער וואס טוט עס, אבער דאס איז די מציאות.

כ'מיין, קענסט ברענגען א ראי' פין רח"ה, אבער ווער ווייסט אפשר וועט ער נאך איין טאג באקומען מלא חפנים כבוד.

ברסלבער » מאנטאג יאנואר 7, 2013 10:09 am

· #78195
wait & see

אבער ווען מען קוקט צוריק זעהט מען אז די חברה זענען נישט געווארן צו גרויסע מכובדים צום סוף

מיקוה נייעס » מאנטאג יאנואר 7, 2013 11:52 am

· #78233
נולד מאוחר
כ'פארשטיי נישט א ריזיגער פראצענט ארבעט מיט פרויען. ווילסטו מיר זאגן אזא גרויסע חלק היימישע אינגעלייט זענען שוין דורךגעפאלן?

עס איז דא וואס ארבעטן מיט נאך מענטשן און די אפיס איז דא א קלענערע ניסיון.. און עס איז דא אמאל וואס די בעל הבית האט דע קאפ אויפן פלאץ לייגט ער אריין סעקיורעטי קעמרע'ס

קפנדריא » מאנטאג יאנואר 7, 2013 12:53 pm

· #78238
קרעקער שרייבט: "איך האלט אז אויב מ'ארבייט מיט מיידלעך איז זייער שווער זיך איינצוהאלטן, כמעט נישט מעגליך נישט דורכצופאלן."

קודם, ווי איחוד האט דערמאנט, וואס מיינט ס'נישט מעגליך? רוב רובם נשים און בתולות זענען נישט גרייט צו זינדיגן בכלל, און די מיעוט וואס קענע דורכפאלן אין א שוואכע מינוט, מיינט דאס נישט אז זיי זענען גרייט דוקא פאר דעם מאן וואס האט יעצט א נסיון און אין דעם זמן פונקט ווען דער יצר האט זיך ביין'אים צולאזט.

ועוד, וואסארא כלל, און אויף וועלכע סטאטיסטיק איז דאס באזירט אז ס'איז כמעט נישט מעגליך נישט דורכצופאלן? דו האלטסט אז -לא מיבעי'- נישט אלע , נאר אפילו א גרויסע חלק 'לייטן' זענען אזוי שוואך צו קענען אריינפאלן מיט אזעלכע עבירות? מהיכי תיתי?

אויב רעדסטו פון הרהורים, דאס האט הרב ראזנבלום שליט"א געשטורעמט ביי א דרשה למען קדושת ישראל, אז ס'קלאר אז ס'ווערט א געוויסער קירוב הלב, ומדי הרהור לא יצאנו, וה' הטוב יכפר.

קליינע רעבעלע » מאנטאג יאנואר 7, 2013 7:13 pm

· #78385
כ'מיין, קענסט ברענגען א ראי' פין רח"ה, אבער ווער ווייסט אפשר וועט ער נאך איין טאג באקומען מלא חפנים כבוד.

ווער איז דער רח"ה

קליינע רעבעלע » מאנטאג יאנואר 7, 2013 7:36 pm

· #78390
איך ארבערט אויך מיט פרויען דאס זיכער אז עס איז שווער
כאטש 95% זענען דימיונת אבער נאר איין שוואך ווייבעל איז פינק געניג צי חרוב גיין

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 7, 2013 8:57 pm

· #78409
קליינע רעבעלע
כ'מיין, קענסט ברענגען א ראי' פין רח"ה, אבער ווער ווייסט אפשר וועט ער נאך איין טאג באקומען מלא חפנים כבוד.

ווער איז דער רח"ה

כ'מיין, דער רב אין לאנדאן וואס ס'רודערט זיך א וועלט מיט איהם. ואידך פירושא, זיל גמור. אויב דו האסט נישט עפעס בעסער צו טון.

טעפל » דינסטאג יאנואר 8, 2013 3:50 am

· #78518
איחוד פעלד
ברסלבער
דער זעלבער באשעפער וואס האט באשאפן דעם מענטש און ער קען זייער גוט דעם מענטש'ס שוואכקייטן און שטארקייטן, האט אויך געגעבן די תורה מיט אלע הלכות.

און דערפאר האבן מיר די הלכות פון יחוד, און מען דארף דערויף נישט צולייגן און נישט אראפנעמען, נאר עס איינהאלטן כמות שהוא, דעמאלט'ס וועט דער אייבערשטער אונז היטן.

אגב איז דא א שיין ווארט פון רבי נחמן ברסלבער, "ואל תביאנו לא לידי נסיון ולא לידי בזיון" - "אדער א נסיון אדער א בזיון"
דאס מיינט אז אויב בלייבט עס ביים נסיון און דו ביזט זיך מתגבר דערויף דעמאלט'ס איז גוט, אבער אויב ווערט עס אויס נסיון, דו האסט דיך נישט געקענט איינהאלטן, דעמאלט'ס איז די נעקסטע סטעפּ א בזיון.
סאו וואטש אוט.

אויב אזוי ווי אזוי האט יוסף הצדיק וואס איז יא בייגעשטאנען די נסיון, געהאט א בזיון?

כ'האב אמאהל געזעהן ערגעץ אז אלעמאל שטייט די מעשה פון דוד ובת שבע שטייט נישט די חטא, ווייל דאס איז זיכער אז דוד האט נישט געזינדיגט נאר ער איז געשטראפט געווארען ווייל מ'האט גערעדט דערפון "הסיפור" פון דוד ובת שבע, ס'איז געוועהן א נושא.