☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » 5 קינדער און 1 ערוואקסענער פארברענט צום טויט רח"ל אין רחובות

5 קינדער און 1 ערוואקסענער פארברענט צום טויט רח"ל אין רחובות

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #268

יידל » מאנטאג מערץ 26, 2012 5:07 pm

· #2975
5 קינדער און 1 ערוואקסענער פארברענט צום טויט רח"ל אין רחובות
א שוידערליכע פאסירונגhttp://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-4208364,00.html

שמואל הלוי » מאנטאג מערץ 26, 2012 5:09 pm

· #2978
Re: 5 קינדער און 1 ערוואקסענער פארברענט צום טויט רח"ל אין רח
אוי וויי! א שרעק וואס מען הערט אלץ...

לסדר "היא העולה על מוקדה על המזבח".

פארווע » מאנטאג מערץ 26, 2012 5:17 pm

· #2981
Re: 5 קינדער און 1 ערוואקסענער פארברענט צום טויט רח"ל אין רח
בד"ה. געקומען טרערן ביים ליינען די באריכט אינעם לינק.

זאל מען הערן נאר גוטע בשורות.

אבי גערעדט » מאנטאג מערץ 26, 2012 5:26 pm

· #2983
Re: 5 קינדער און 1 ערוואקסענער פארברענט צום טויט רח"ל אין רח
ווי איך פארשטיי רעדט מען פון א פרומע שטוב, ווייסט איינער מער דעטאלן?

קול גדול » מאנטאג מערץ 26, 2012 5:52 pm

· #2992
Re: 5 קינדער און 1 ערוואקסענער פארברענט צום טויט רח"ל אין רח
ר''ל, וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'.

הרב_שלום » דינסטאג מערץ 27, 2012 11:53 am

· #3117
Re: 5 קינדער און 1 ערוואקסענער פארברענט צום טויט רח"ל אין רח
ביים צווייטען וועלט קריג האט דאס ליידער פאסירט אין די מאסען, אפשר זאל מען שוין אנהייבען זאגען תשעה באב די קינות וואס כ"ק אדמו"ר מבאבוב האט מחבר געווען

געפילטע פיש » דינסטאג מערץ 27, 2012 5:26 pm

· #3172
Re: 5 קינדער און 1 ערוואקסענער פארברענט צום טויט רח"ל אין רח
הרב_שלום
ביים צווייטען וועלט קריג האט דאס ליידער פאסירט אין די מאסען, אפשר זאל מען שוין אנהייבען זאגען תשעה באב די קינות וואס כ"ק אדמו"ר מבאבוב האט מחבר געווען

וואט עקסעקטלי איז יור פראבלעם? 6 נפשות זענען פריצייטיג אומגעקומען, ס'נישט פאני עס אוועקצומאכן, ס'גייט דיר נישט אן וועגן ס'געשען מיט תימן'ע און נישט מיט "היימישע" צו פראוואסערע סיבה ס'זאל זיין, קליק בעק און גיי צום נעקסטן אשכול, אבער מ'רעדט נישט אזוי פאר מי שמתו מוטל לפניו. אמעסארי.

קול גדול » דינסטאג מערץ 27, 2012 7:13 pm

· #3186
Re: 5 קינדער און 1 ערוואקסענער פארברענט צום טויט רח"ל אין רח
לויט הרב ישראל מאיר לאו, דער רב הראשי פון תל אביב איז עס גאר געווען א חסד, ווייל מיט דעם איז נתבטל געווארן גזירות קשות:
<a class="postlink" href="http://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-4208852,00.html">http://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-4208852,00.html</a>

לאדיך אפ » דינסטאג מערץ 27, 2012 7:42 pm

· #3195
Re: 5 קינדער און 1 ערוואקסענער פארברענט צום טויט רח"ל אין רח
קול גדול
לויט הרב ישראל מאיר לאו, דער רב הראשי פון תל אביב איז עס גאר געווען א חסד, ווייל מיט דעם איז נתבטל געווארן גזירות קשות:
<a class="postlink" href="http://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-4208852,00.html">http://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-4208852,00.html</a>

😐

שמואל הלוי » דינסטאג מערץ 27, 2012 7:49 pm

· #3196
Re: 5 קינדער און 1 ערוואקסענער פארברענט צום טויט רח"ל אין רח
ואס דארף ער צוקומען צו ביטול גזירות קשות, ער קען דאך זאגן סאך גראדער "מאתו לא תצא הרעות"...

זר זהב » דינסטאג מערץ 27, 2012 10:16 pm

· #3237
Re: 5 קינדער און 1 ערוואקסענער פארברענט צום טויט רח"ל אין רח
דוצי גאלטשטיין וועלכער האט פארלוירן זיין פרוי און קינדער אין טרעין עקסידענט שרייבט א חיזוק בריוו צו די מאמע

<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=39505">http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=39505</a>

שמואל שלום שלמה » דאנערשטאג מערץ 29, 2012 10:14 am

· #3411
Re: 5 קינדער און 1 ערוואקסענער פארברענט צום טויט רח"ל אין רח
אוי וויי הייליגער טאטע אין הימל! ווי קען אפילו א פרעמדער מענטש דאס אויסהאלטען? ס'רייסט דאס הארץ!

שמואל שלום שלמה » מיטוואך אפריל 4, 2012 10:36 am

· #4002
Re: 5 קינדער און 1 ערוואקסענער פארברענט צום טויט רח"ל אין רח
גאסן שילד אין א"י אנאסירט על מה יצא הקצף. אוי ווי וואר.

געפילטע פיש » מיטוואך אפריל 4, 2012 5:17 pm

· #4043
Re: 5 קינדער און 1 ערוואקסענער פארברענט צום טויט רח"ל אין רח
שמואל שלום שלמה
גאסן שילד אין א"י אנאסירט על מה יצא הקצף. אוי ווי וואר.

אז זיי רעדן שוין מיט גאט בעט זיי זאלן א פרעג טאן וואס די ווינינג נאמבערס פון די מעגא מילוין גייט זיין דעם שבת קודש הבעלל"ט. שיק מיר דעם ענטפער אין אישי.

יידל » זונטאג יוני 3, 2012 10:48 am

· #15592
די לעקציע פון רחובות
מיין שכן'ס "קול המוסדות" (צייטשריפט פון מוסדות סאטמאר מהר"א) איז בטעות אנגעקומען צו מיר. פארן עס צוריקגעבן פאר אים האב איך עס דורכגעבליקט. אט איז אן ארטיקל אין וועלכע איך האב מיך אנגעשטויסן און עס האט געצויגן מיין אינטערעסע צוליב איר אבסורד.

די לעקציע פון רחובות
צום באקאנטען משפיע און בעל השקפה, הגאון הצדיק רבי אביגדור מיללער זצ"ל איז א איד אמאל אריינגעקומען און געפרעגט, אז היות זיין קאר איז לעצטנס גע'גנב'עט געווארן, וויל ער פרעגן וואספארא צייכן דער אויבערשטער האט אים געוואלט שיקן דערמיט, וואס ער דארף פארריכטן.
האט רבי אביגדור אויפ'ן פלאץ געענטפערט: "דער אויבערשטער האט דייך געוואלט דערמאנען אז דו דארפסט צושפארן דיין קאר".
ס'הארץ איז נאך ווייעדיג נאך די ביטערע טראגעדיע וואס כלל ישראל האט מיטגעהאלטן עטליכע וואכן בעפאר פסח, אויף די נג'ארה גאס אין די שטאט רחובות אין ארץ ישראל, ווען א תימנ'ער טאטע מיט פינף קינדערלעך זענען ל"ע אומגעקומען אין א טראגישען פייער, והיו למאכולת אש ה' ישמרנו. די נייעס האט אויפגעשוידערט יעדעס אידיש הארץ.
צווישן דעם קלאג און טרויער וואס אידן בכל מקום שהוא האבן געשפירט, און שפירן נאך אלץ, איז דער ביטערער פאקט איבער דער גורם צו די שרעקליכע שריפה, וואס איז מחייב אונז אלע.


דא איז ער מסביר באריכות אז דער מקור השריפה איז געווען א לעפטאפ וועלכע מ'האט אראפגעלייט אויף א בעט און דאס האט זייער שטארק אנגעהיצט דעם פראסעסער וועלכע האט זיך אנגעצינדען און פון דארט צום בעט און פון דעם העלישען שריפה זענען 6 אידישע נפשות אומגעקומען ה"י. איך בין געווען אביסל פארוואנדערט, ווייל לויט די מעשה פון הג"ר אביגדומ מיללער מיט וועלכע די ארטיקל האט זיך אנגעהויבן, וואלט די אויספיר געדארפט זיין אז מ'דארך זיין זייער געווארנט מיט סעיפטי אנווייזונגען זיי אלץ אסצופאלגן וכדו', און איך האב שווער געגלייבט אז א צייטשריפט ווי "קול המוסדות" האט נישט עפעס בעסערס צו שרייבן ווי סעיפטי ארטיקלן. איך האב מיך טאקע נישט גע'נער'ט. איך ליין און איך שטוין:

מ'דארף ליידער נישט ציען קיין ווייטע פעדימער צו לערנען דעם הארץ-ווייטאגליכן מסר השכל פון די פאסירונג, צו וויסן "וואס האט דער רבושע געוואלט צייגן?". כלל ישראל איז פארקאכט אין א ביטערע פייער! הונדערטער און טויזענטער אידישע נשמות ווערן טעגליך פארברענט פון די קאכעדיגע פלאמען פון די טעכנעלאגישע כלים.


און אזוי איז ער ממשיך איבער די געפערליכע בראך פון א קאמפיוטער אין א אידישע שטוב. טעכנעלאגיע איז טאקע א זאך איבער וואסדי פאראלעל וואס ער ציט פון די מעשה אין רחובות איז נישט נאר אבסורד נאר אויך טשפות'דיג.

דבילה » זונטאג יוני 3, 2012 7:45 pm

· #15795
[ציטאט אראפגענומען]


ענדערש א ביישפיל פון א צייטונג שרייבער וואס קטנ'ט אויף זיינע ליינער. ער האט נישט די מינדעסטע רעספעקט פאר'ן אינטעליגענץ פון די המון, און וויי פאר אונז, ער איז אפשר גערעכט...