☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » צום וויינען מיט קאכעדיגע טרערן (שמואלי דאווידאוויטש ע"ה)

צום וויינען מיט קאכעדיגע טרערן (שמואלי דאווידאוויטש ע"ה)

23 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2679

קרעקער » פרייטאג יאנואר 4, 2013 1:33 pm

· #77761
צום וויינען מיט קאכעדיגע טרערן (שמואלי דאווידאוויטש ע"ה)
http://www.youtube.com/watch?feature=pl ... 405WSMzvwk

סארי פארען עפענען א נייע אשכול אבען סהאטמער געריסען שטיקער
ווער סאיז דארט געווען האט געוויינט
לאמיר האפען אז דער יונגעל וועט האבן א רפואה שלימה
איך וויין נאך ווען כדערמאן זיך ווי דער בחורל היל ע"ה האט פאראיאר געזינגען און איז נעבעך קורצ דערנאך אוועק
אוי בעשעפער

טעפל » זונטאג יאנואר 6, 2013 4:54 am

· #77890
קרעקער
http://www.youtube.com/watch?feature=player_embedded&v=j405WSMzvwk

סארי פארען עפענען א נייע אשכול אבען סהאטמער געריסען שטיקער
ווער סאיז דארט געווען האט געוויינט
לאמיר האפען אז דער יונגעל וועט האבן א רפואה שלימה
איך וויין נאך ווען כדערמאן זיך ווי דער בחורל היל ע"ה האט פאראיאר געזינגען און איז נעבעך קורצ דערנאך אוועק
אוי בעשעפער

איז ברענג א נאמען אידען זאלן מתפלל זיין לרפו"ש בתוך שאר חולי ישראל.

קרעקער » דינסטאג מערץ 5, 2013 5:40 pm

· #93370
http://www.youtube.com/watch?v=AZnwmKUK ... e=youtu.be

קרעקער » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 9:57 pm

· #144434
בד"ה
ליידער נפטר געווארן
אוי שמילי איך וויין

קיק אויפן געזיכט פונעם קינד אינמיטן די ניגון
http://www.youtube.com/watch?v=QR8vSCp89Jc

DotCom » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 10:14 pm

· #144437
אוי הייליגער באשעפער וויפיל איז די גבול?????????? בד"ה

נולד מאוחר » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 10:27 pm

· #144438
סטוט וויי.
סמיז זיין איינער האט געלעכרט די גלעזעל .

פרישער » דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 11:08 pm

· #144453
שמואל דאוועדאוויטש
א גיטן איך קען אפשר רעדן מיט ר' שמואל, יא איין מיניט ער איז שטארק פארנימען ער ענדיגט פארלענען זיין טעיגליכע שיעור ווי עס קומען זיך צינעזאם א גרויסער ציבור, און זענען זיך מחיה מיט זיין טעיגליכע שיעור, אזוי וואלט וועין געדארפט זיין דערווייל, עכשיו שלא זכינו נהפך לאבל מחולינו, מיר ברויכען גיין מלווה זיין דאס קינד צו זיין אייביגע רו, שמילי איז נפטר געווארן, זיין בליענדיגע לעיבן איז געקומען צו א פליצלינגע אפהאלט, זיין לעיבן שטעלט זיך אפ פאר אייביג ביי צוועלעף, מיר וועלן נישט זוכה זיין צו זעין שמילי ביי זיין בר מצוה, מיר קענען נישט זיין ביי זיין חתונה, מיר וועלן אים נישט געיבען קיין הארציגען מזל טוב ביי זיין ערשט געבוירן קינד, אלעס איז כאבק פורח וחחלום יעוף, ווי קענען מיר דאס אויסהאלטען, מי יתן ראשי מים ועיני מקור דמעה ואבכה יומם ולילה את חללי בת עמי מיר קענען גארנישט זאגען מיר זענען ווערטערלאז מיר קענען בלויז וויינען אויפן ביטערען גורל אזוי ווי דער נביא זאגט און איכה על אלה אני בוכיה עיני עיני ירדה מים כי רחק ממני מנחם משיב נפשי היו בני שוממים כי גבר אויב (איכה א', טז') מיר האבען נישט קיין ווערטער צו דו טרערלעך.

וויי איז מיר אז איך מיז קלאגען אויף א קינד, נישט סתם א קינד, א קינד וואס איז צו מיר אנגעקימען אזוי פליצלינג ווי ער איז אוועק פון מיר, שמילי טייערע, דיך האב איך נאר איינמאל געזעין, אבער דו ביסט מיר אריין און דו ביינער, אלעס און מיר האסטו בארירט מיט איין איינציגע מאל וואס מיר האבען זיך געזעין, האב איך אין דיר געזעין א קינד פון עלף יאר, אבער איך האב געזעין א גדול בחכמה, איך האב אין דיר געזעין אן ערוואסען פערזאן, איינער וואס האט געהאט א שטארקען לעיבנס ליסט, ווי קען איך פארגעסן ווען דו האסט ארים געשמיסט מיט אינז און דו צעפ גרופע, זיך געבעיטן מיר זאלען פאר דיר מתפלל זיין, ווי קען איך פארגעסן דו הארצעלעך וואס דו האסט ארויסגעשיקט איידער דו ביזט אריין צו א אפעראציא, עס רייסט ביים הארצען ווי אזוי קען זיין אז שערי דמעות איז געוועין ננעלו, ווען דער חולה האט אליין אזוי הארציג מתפלל געוועין רפאינו השם ונירפא, אז אם אבן הוא נמוח, האסט נעבעך דיין וואונש צו ווערן בר מצוה נישט זוכה געוועין צו ערפילן,

נאר וואס דען אזוי איז געוועין דו רצון השם, מיר וועלן נישט חס ושלום מתרעם זיין על מידתיו, וויפיל מאל האבען מיר געהערט פון דיר מצדיק זיין דעים דין, מקבל זיין אלע יסורים וואס זענען געקומען אויף דיר באהבה און מיט שמחה, נישט זיך אפגערעדט חלילה, שמילי דו האסט עומד געוועין בניסיון, ביזט זכאי, מיר וועלן זיך אויך פראבירן מחזק זיין, מיר פארשטייען נישט דעים אייבישטענס דרכים, מיר ווייסען אז אלעס איז בלויז ציליב אינזערע חטאים עוונות ופשעים, שחטאנו ושעווינו ושפשענו לפניך השם, מיר טיען אלע תשובה מיר האבען אויף אלעמען חרטה און עס זאל זיין פאר א זכות פאר נשמת שמואל בן משה ראוובן.

אגב וויל איך דא זאגען אז איך האב זיך באקענט מיט א טייערע נשמה מיט הרב משה ראוובן, ער האט קיין מאל נישט פארלוירן זיין אמונה, ער האט אזוי געהאפט אז עס וועט אויף עפעס א וועיג זיך אויס דרייען לטוב, אבער נצחו ערעלים עס איז אנדערש געוועין רצון השם, אבער וואס מיר האבען כסדר געזעין איז א טאטע מאמע, וואס האבען אזויפיל מיט געמאכט, און נישט איבער געלאזט שמילי קיין הרף עין, אלע מאל גענישטערט צו מאכען דעיס קינד באקוועים, לינדערען זיינע שמערצן בכל אופן.

זאל דער בורא עולם געיבן כוחות פאר דיר משה ראוובן און דיין ווייב תחי' און דו גאנצע משפחה, אז זיי זאלען געפינען שטארקייט און דעים ביטערען מאמענט, און קענען ווייטער אנגיין מיט זייער לעיבן, און קענען געפינען א טרייסט אויף עפעס א וועיג, און עס זאל שוין מקיום ווערן דער פסוק אין ישעיהו פרק כה בלע המות לנצח, ומחה השם אלקים דמעה מעל כל פנים, וחרפת עמו, יסיר מעל כל הארץ, כי השם דבר, ואמר ביום ההוא, הנה אלקינו זה קוינו לו וישיענו, זה השם קוינו לו נגילה ונשמחה בישעתו: יהא זכרו ברוך

טעפל » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 2:47 am

· #144520
בד"ה ומחה ד' דמעה מעל כל פנים ונאמר אמן.

סאשי פיש » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 10:47 am

· #144579
בערי וועבער ביים משמח זיין די קינד ע״ה
אוי עס רייסט די הארץ
אויב איך מאך נישט קיין טעות איז די בילד ביי מקימי אין בארא פארק
image.jpg

סאשי פיש » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 2:39 pm

· #144659
ווישניצער רבי (ר״י) ביי די לוויה
image.jpg

סאשי פיש » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 2:41 pm

· #144660
ווישניצער רבי (ר״מ) ביים לוויה
image.jpg

סאשי פיש » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 3:01 pm

· #144667
א בילד פונעם קינד ע״ה
image.jpg

קאווע טרינקער » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 3:57 pm

· #144689
קרעקער
http://www.youtube.com/watch?v=AZnwmKUKmRc&feature=youtu.be

תחזיק חזק עלה קטן שלי
כי לא תמיד הכל בחוץ בהיר
ורוח סער וסופה קרה
תזכור ותתחזק אני איתך!
תחזיק חזק עלה קטן שלי.

הוגה » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 4:57 pm

· #144705
טרערן פליסן פון מיינע אויגן (ס'ערשטע מאל וואס איך זעה די קליפס). טאטע און זון זענען מלא תקוה, אזא זיסע refined יונגעל. זעהט אויס אזוי mature. פארוואס? פארוואס? פארוואס?

סאשי פיש » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 7:15 pm

· #144746
פארוואס נישט?

סאשי פיש » פרייטאג אוגוסט 23, 2013 7:19 pm

· #144749
די לוויה
פארען באגראבען
image.jpg

קאווע טרינקער » זונטאג אוגוסט 25, 2013 6:56 pm

· #145090
דער צדיק הדור זינגט מיט דעם קינד
http://www.kikarhashabat.co.il/video.ph ... 568-146256

זר זהב » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 3:16 am

· #145243
קאווע טרינקער
דער צדיק הדור זינגט מיט דעם קינד
http://www.kikarhashabat.co.il/video.ph ... 568-146256

צדיק הדורות כצ״ל

סאשי פיש » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 7:26 pm

· #145461
אברהם פריד איז מנחם אבל
image.jpg image.jpg

פרישער » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 8:33 pm

· #145472
ווי זיצט מען שבעה עימצער ווייסט?

טעפל » דינסטאג אוגוסט 27, 2013 3:02 am

· #145584
סאשי פיש
אברהם פריד איז מנחם אבל

ס'זעהט אויס ווי ער וואטש א קליפ פון שמילי ע"ה..

סאשי פיש » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 9:25 pm

· #146560
אבובע רבי ביים מנחם אבל זיין
image.jpg

סאשי פיש » דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 9:26 pm

· #146561
פרישער
ווי זיצט מען שבעה עימצער ווייסט?

אין בארא פארק