☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » קען "ראדיא" אפפירן א איד פון אידישען וועג?!

קען "ראדיא" אפפירן א איד פון אידישען וועג?!

51 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2673
בלאט: 1 2

לעמאן דזשוס » דאנערשטאג יאנואר 3, 2013 6:26 pm

· #77526
קען "ראדיא" אפפירן א איד פון אידישען וועג?!
איך לייג דא פאר א ארטיקל וואס שלום דין האט געשריבן, און איך האב איר איבערגעזעצט קיין יידיש,

דאס קול פון זינד\שלום דין

ווען איך האב דאס עררשטע מאל אהיימגעברענגט אונזער זילבערנע פענעסאניק סטיריא קאסעטע שפילער אין זומער תשנ"ג האט מיין ווייב גיטל געקרומט מיט'ן נאניע,

"עס פארמאגט דאך א ראדיא" האט זי מיר געטייטלט מיט א באשולדיגונג'ס פינגערל

די כלי, פריש ארויס פונעם שאכטל איז געליגן אויף די קאך טיש, און זי האט ארויפגעדרוקט איר מיטלסטע פינגער אויף א פלאץ אויפן דאך פונעם כלי, נאנט צו ווי מען קען רוקן די וואליום ארויף און אראפ, עי-עם עף-עם איז דארט געשטאנען אין פיצינקע ווייסע ענגלישע בוכשטאבן נעבן די רינדעכיגע דרייער. איך האב עס כלל נישט געקענט אפלייקענען, און אין אונזער חסידישע שטעטל אין ראקלענד קאונטי אין ניו יארק, איז ראדיא אינעם זעלבן קאטעגאריע פון טיווי, מאוויס, צייטונגען און מאגאזינען די אלע זענען דאך א מקור צו סעקולארע און גוי'ישע השפעה, און דעריבער פארבאטן...

"אונז וועל מיר טון, וואס איעדער טוט" האב איך אויסגערופן, אביסל דערשראקן פון איר אפענע חשד אז איך בין עפעס נישט גענוג פרום, צו וואס. אסאך פון מיינע חבירים האבן פארמאגט קאסעטע שפילער און אויב די מאשין איז מיטגעקומען מיט אן אריינגעבויטע ראדיא דערין, איז געוועהן א רעגולאר'ע פירונג וויזוי מען איז זיך צו דעם פראבלעם באגאנגען. קרעזי גלו גיסט מען אריין נאכדעם וואס די רוקער איז ביי די קאססעטע אנשטעלונג, דערנאך פארמאסקירט מען די ראדיא בוכשטאבן מיט אומדורכזיכטיגע טעיפ, און די אנטענע וואס פירט די פריקווענסיס פון די ראדיא כאפט א שפאציר ארויס מיט די מארגנדיג מיסט, און פטור אן עסק. זייענדיג גמרא קעפ פון ישיבה אויס,זענען מיר געוועהן גאנץ גוט באוואפנט מיט עצות אויסצושפילן דעם סיסטעם, אין פאל פון נויט, און דאס איז געוועהן א קלייניגקייט צו באווייזן.

דאס איז פארגעקומען עטליכע וואכן נאך אונזער הייראט, גיטל און איך, ביידע אכצן יאר אלט זיינען נאך אלס געוועהן ווילד פרעמדע מענטשן אין איין דירה'לע. אונזער שידוך, אזוי ווי אלע אנדערע אין מיין קהלה, איז פאר אונז צוזאמגעפארט געווארן דורך א לאקאלע שדכן, אונז האמיר זיך געטראפן פאר צעהן גאנצע מינוט'ן אין וועלכן מיר האבן כמעט קיין ווארט נישט אויסגעטוישט, און באלד דערנאך איז געפראוועט געווארן א שיינע "לחיים" איבער משקה און א טארט אין רעבינ'ס שטוב, די אדמו"ר פון מיין חסידות. ווען די רעבע האט אויסגערופן "מזל טוב!" איז דער שידוך אפיציעל געשלאסן געווארן צווישן מיר און דאס מיידל גיטל.

קארגע זעקס מאנאטן נאך דעם שידוך שליסן זענען דורכגעלאפן, אין וועלכן איך אין גיטל האבן זיך נישט געטראפן און אפילו נישט גערעדט אינאיינעם דורכאויס די גאנצע תקופה, און ענדליך זענען מיר צו די חופה געגאנגען.

און איצט עטליכע וואכן שפעטער האבן מיר זיך געטראפן טאנצן איינער אויפ'ן אנדערע'נס נערוון פרובירנדיג אביסל מער אנצוהייבן ארויסהאבן איינער דעם אנדערען, דערביי טרעפענדיג די נאטורליכע פעלערן. קורצע באשולדיגונגס כלפי מיר פארן נישט ארויסטראגן די מיסט דעם פאריגן דינסטאג האט אנגעהויבן צו קומען, אדער ווען זי האט מיר באמערקט ארויסקלויבן א ביינדל פונעם פיש שבת נאכט האט זי געלאזט פאלן א באמערקונג אז עס איז פארבאטן מכח "עס איז דאך שבת"

נאך מיין פארזיכערונג אז די ראדיא וועט ווערן אויסגעשאלטערט און פארקלעפט, האט גיטל א שאקל געטון איר קאפ און איז זיך אין דער שטיל צוריק צו איר שטוב ארבייט. די טעיפריקארדער האט געטראפן א פלאץ העכערן ריפרידזשירעיטאר ווי עס איז עווענטואל פארבליבן זיצן און מיטגעגאנגען אין אלע דירות ווי מיר האבן זיך שפעטער געצויגן, און דורכאויס די יארן אין וועלכע מיינע פינעף קינדערלעך זענען געבוירן געווארן, דאס הייסט פאר בערך די קומענדע צעהן יארן

איך מוז באטאנען, אז אין פאקט, איז די ראדיא קיינמאל נישט אדורך די הגעלה פראצעס, איך קען נישט געדענקן צו די סיבה איז געוועהן מכח סתם פארשלעפטקייט, אדער נאכלעסיגקייט, אדער עפעס א אינערליכע זארג אז עס וועט אמאל גענוצט ווערן בהכרח אין פאל עפעס שרעקליך פאסירט אין די וועלט, ווי למשל א נוקלעארע מיסל וואס וועט ווערן אויף אונז געשיקט פון אן אלטן רוסיש'ן סובמארין, אדער חלילה אין פאל די האדסאן טייך רינט איבער אין שאפט א פארפלייצונג און מיר וועלן זיין די איינציגע וואס וועלן פארבלייבן פארכאפט אינעם שטורעם אן געהעריג וויסן די אנטלויף פלענער וואס מען וועט איבערגעבן.

אבער, מיר האבן קיינמאל נישט אנגעצינדען די ראדיא חלילה, דערמיט האבן מיר געלאזט איר דינען ווי א אומווערדיגע באשטאנדטייל אין אונזער פרומע זויבערע הויז, אזויווי די יארן האבן זיך גערוקט פאראויס איז די מאשין אין מערסטענטייל באנוצט געווארן אינטערצוהאלטן מיינע קינדערלעך וואס נאכן ארויסשלעפן די לעגא'ס, קארעלעך, און אמעריקען גירל דאללי'ס ארויף אויפ'ן קאך טיש, איז פון די טעיפ ריקארדער ארויס צו זיי א מוזיקאלישע געזאנג באגלייט פון מעשה'לעך איבער יענקלע, חנה'לע און רבקי די זיסע גוטע יידישע קינדערלעך וואס זאגן קיינמאל קיין ליגענט, און האבן שטענדיג ליב דעם הייליגן שבת, און פאלגן אלעמאל זייערע עלטערן, און שעצן זיי שטארק.

איך בין אויפגעוואקסן מיט זייער ווינציג עפיזאדן וואס א ראדיא זאל זיין צום געפינען, אבער איך געדענק קלאר איין ספעציפישע פאל ווען איך בין געוועהן בערך צעהן יאר אלט, ס'געוועהן שפעט איין מוצאי שבת און מיין טאטע, א חסידישע מלמד און תלמיד חכם, איז געווארן אינטערוויוט דורך א יידישע ראדיא סטאנציאן וועגן זיין ארבייט, וואס האט אריינגענומען אין זיך קירוב רחוקים, זוכן פארפרעמדטע נשמות זיי צו לערנען מער וועגן אונזער מהלך החיים, די שטערענגע ארטאדאקסישע לעבנס פירונג. מיין מאמע האט דאן געבארגט א ראדיא פון איינער פון די שכינים פאר די נאכט און אונזער משפחה האט זיך ארומגעשטעלט דעם טיש אין אונזער קליינעם קיך ווען מיין טאטע האט פון זיין ספרים שטוב געגעבן די אינטערוויא, איך דענק דעם קליינעם אינטערוויא ווען איך האב פארברענגט די האלבע שטונדע צוהערנדיג און ווערן באגייסטערט פון מיין טאטענס קול וואס טראנספארטירט פון א ווינקל אין אונזער הויז אריין צו א סטודיא ערגעץ ווי און דערנאך צוריק דורך די ראדיא זענדונגען אריין אין אונזער קיך. איך דענק אויך ווי שטארק נישט באקוועם איך בין געוועהן דאמאלס, ווייל זייענדיג אויפגעצויגן מיט אזא איבל אויף יעדע מאדערנע זאך פון וועלט, האט עס מיר געקרענקט צוזענדיג די טריפה'נע ראדיא זיצן אזוי נאנט צו די שבת לייכטער וואס מיין מאמע האט נארוואס פארענדיגט אראפזויבערן פונעם שבת טיש...

אין מיין ישיבה יארן אלס בחור, און אזוי אויך נאך מיין חתונה האב איך אלעמאל פארברענגט בין כותלי בית מדרש, ווי מען האט אגאנצן טאג געלערנט גמרא תוס' אן קיינע וועלטליכע, וויסנשאפטליכע לימודים, קיינע ראדיא'ס האט מען נישט געקענט דארט טרעפן אינעם גאנצן אומגעגענט. די נייעס אז באריס יעלטסין איז געפלויגן פון די מאכט אין מאסקווע, און סאדאם כוסעינ'ס באלאגערונג אויף קוועיט האט מען בי אונז אויסגעשמועסט איבער טעלערלעך פערפעל און לאקשן קוגעל. ווען די ישראל'ישע פריים מינסטער יצחק ראבין האט גערייכט די האנט מיט יאסיר אראפאט אויפ'ן הויף פון ביל קלינטאנ'ס ווייסע הויז, האבן מיר גע'איילטערהייט אויפגעהויבן די אויגן ברעמען פון איבער די גרויסע גמרא'ס צו הערן די נאר וואס געבראכטע נייעס, דער בחור דער דערציילער האט העפטיג גע'טענה'ט אז ער האט גוטע קוועלער צו זיין געשיכטע-מסתמא פונעם גוי פון ישיבה-,געהערט, און צוריק צו די גמרא....

שפעטער האבן מיר דערציילט די נייעס צו אונזערע ווייבער אין שטוב, וואס האבן עס דערנאך דערציילט די שוויגער, שוועסטערס, און שכינים.

מיט דער צייט, איז מיר אויסגעקומען א סאך מאל זיך טרעפן גלאצן ארויף העכערן פרידשידער מיט א אינערליכע דראנג צו איר, איך האב שוין ביז דעמאלטס עספיעט געוואיר צו ווערן אז עס זענען פאראן צוויי חלקים אויף ראדיא די עפ-עם דייל האב איך געוויסט טראגט אין זיך מוזיק גוי'ישע, שמוציגע, און טריפה'נע מוזיק, די עבירה פון הערן גוי'ישע מוזיק, ספעציעל פון פרויערישע זינעגערטעס איז פאר מיר געוועהן אזוי שטארק און גרויס אז איך האב פשוט נישט געהאט די תאווה דערצו, געוועהן איז עס די עי-עם דייל וואס האט מיר אזוי גענאגט אין הארץ. איך האב געוויסט אז עס דערציילט נייעס, און מיינונגען וועגן אלץ און אלעמען, אזוי ווי איך בין שוין געווארן נאנט צו מיינע הויכע צוואנציגער יארן,האט מיר אנגעהויבן צו ארבייטן די נייגעריגע נאטור און עס האט מיר אנגעהויבן צו פאראינטערעסירן וועגן די וועלט. און אין צייטן פלעג איך זיך אפילו טרעפן פארווינדערט וועגן זאכן וואס זענען נאנט צו מיר, און בלויז א דרוק אויף א קנעפל האלט מיר צוריק דערפון. ווי מער איך האב געקלערט דערווען אלס מער און מער איז מיין דראנג געוואקסן, איך האב אבער געוויסט אז מיטן נאכגיין מיין נייגונג דערצו טוה איך עובר זיין דאס אידשע הלכה, און נאכמער די השקפה'דיגע הלכות אין וועלכע איך בין געוועהן געבינדן אין מיין געזעלשאפט, און איך האב מיר געמאכט דעם חשבון, אז עס איז א נעוויירע וואס איך וועל נישט קענען לעבן דערמיט,

אסאך נאכט, נאך א פולע טאג אין כולל ביי די גמרא, פלעג איך קענען זיצן אין קיך ביים טיש, עסן געשמאק פון די מאכלים וואס גיטל האט פאר מיר צוגעגרייט פלעגן מיינע אויגן צוגענאגלט ווערן צום ראדיא דארט אויבן, עס פלעגט זיך מיר שפורן ווי די קנעפל רעדט צו מיר, און ווינקט מיר מיט א ליבליך שמייכל, "איך האב נייעס פאר דיר!", אבער, איך האב זיך געזארגט וועגן מיין פרוי, אויב זי כאפט מיך העט זי דאך שרייען און מאכן יללות אויף די שרעקעדיגע טומאה, וואס איך דערלאז איינקריכן אין מיין הארץ און אין איר לעבן און אין די קינדערלעך, איך פלעג זי אליין שעמען פון מיינע געמיינע תאוות אזוי ווי א אלקאהאליקער וואס האלט בי זיך א פלעשל אין צייט פון נויט.

ביז ביז, איין אווענט, קומענדיג אהיים שפעט, טרעפענדיג גיטל'ען, און די קינדער אין א טיפן שלאף, בין איך געזעצן אזוי פארפרוירן אינעם צוויי שטוביגע דירה'לע, און איך האב געשפורט ווי דאס איז עס!! איך קאן נישט מער איינהאלטן מיין געוויסן, און נאכן זוכן א פאר מינוט האב איך געטראפן א אלטע פאר ערפאונס אין א לעדל אין קאך לעבן אפאר עלעקטריק ביללס און א ראבער באלל. דערשראקן נישט צו מאכן קיינע גערודער, האב איך צוגעריקט א בענקל צום פרידשידער, ארויפגעקראכן דערויף מיט א געמיש פון שרעק און פרייד, און אזוי ארום פאמעליך אריינגעפלאגט די ערפאונס אינעם מאשין , אנגעלאנט מיין עלענבויגן אויף די פון שטויב אנגעלייגטע פרידשידער דאך, און שטייטעלעך אנגעהויבן רוקן דעם דרייער'ל צונייגנדיג איין אויער צו די סטאטישע אומקלארע קול וואס איז זיך דערגאנען פונעם ראדיא-רוקנדיג דערביי די אנצייגער ארויף און אראפ דעם רויטן שטעקן אינעווייניג אינעם גלאז'קע- און מיטן אנדערען אויער פרובירנדיג אויפצוכאפן עפעס א גערודער אדער שארך פונעם שלאפצימער אראפ די האללוועי...

אזוי רוקט זיך די רוקער פון איין ראדיא סטאנציע, צום נעקסטן, איך הער אויף איינעם א מעלדונג איבער א גוטען מאלפרעקטיס אדוואקאט, אינעם אנדערן איבער קאר הענדלער, און דיפארטמענט געשעפטן וואס אפפערן גוטע מציאות פאר די צוהערער אריינאטעמנדיג דערביי אביסל מים גנובים פון די אמעריקאנע גאס,

עס איז מיר געפאלן די רואיגע אריבערגאנג פונעם ראדיא מעלדונג איבער וועטער, טראפיק און דערנאך די רייצנדע פרסומת'ן...עס האט מיר געכאפט די קעלעכלעך פון די וועלט אינדרויסן פון מיר, די פאקט אז די "סעיל ענדיגט זיך און בלויז איין וואך" אדער אז איך בין נישט אויפן ביקיואי-וואס איך בין נארוואס אנגעזאגט געווארן אז עס הערשט א שרעקליכן טרעפיק דערויף וועגן א קאר צוזאמשטויס אינעם רעכטן ליניע-האט מיר גאנץ ווייניג פאראינטערעסירט. איך האב מיך געשפירט ווי א באזוכער פון א אנדערע עפאכע האלט מיט פון די נאנט א מאדערנע וועלט.....פארגאפט פון איר אינהאלט!

עווענטועל, בין איך אנגעקומען צו א טאלק שוי פראגראם, די רעדנער אויפ'ן פראגראם איז געוועהן זייער אויפגעברויזט, פרטיות'דיג האט ער זיך שטארק געאייפערט איבער איינעם אלען-דירטי שירטס (שמוציגע קליידער) נאך אפאר מינוט אים אויסהערן רעדן, האב איך אויפגעכאפט אז דער אלען-דירטי שירטס (דערשאוויץ) איז א ליבעראל, און אז ליבעראלן זענען שלעכט. זיי די ליבעראלן שטיצן שלעכטע איינפיראכצער ווי הפלות, און נאך משונה'דיגע זאכן ווי תועבה'דיגע הייראטן. איך האב דערנאך געהערט ווי אריינרופער איינס נאכן אנדערן זענען שרעקליך גערעגט אויף דעם אלען דירטי-שירטס פארן אדוואקאטירן פאר די נייע ליבעראלע רעכטן און דערמיט באדראעט ער אוועקצורויבן די קאנסערוואטיווע ווערטן פון די "אמעריקען הארטלענד". אמעריקען הארטלענד וואס עס זאל נאר מיינען האט באלד געהאט מיין סימפאטיע....דער אלען דירטי שירטס איז אנטקעגן מענטשן מיט גלויבונג,-וואס איך האב מיך דערפרייט געוואיר צו ווערן,-עקזיסטירן אפילו אינדרויסן פון חסידישן וועלט, אזוי ארום אז די גאנצע ראדיא זאך, האט מיר שוין נישט אזוי רשעות'דיג אויסגעקוקט, סוף סוף האבן זיי גאנץ נארמאלע אנשויאונגען וועגן זאכן...

"האסטו זיך צוגעהערט צו די ראדיא, נעכטן נאכט" איז געקומען די פראגע פון גיטל, דעם אנדערען אינדערפרי, זייענדיג פארנומען מיט'ן טויסט אינעם טאפ. איך בין געשטאנען דארטן שאקירט פון איר באשולדיגונג און גערעגט אויף איר בעטן ביי מיר א חשבון הנפש. איך האב קודם פרובירט צו לייקענען, אבער זי האט זיך כלל נישט געלאזט "האסט דאך מיר צוגעזאגט עס אויסצושאלטערן" האט זי ווייטער פארפירט, דערנאך האט זי צוגעלייגט, "עס הייבט זיך אן מיט ראדיא, און עס געדויערט נישט לאנג ביז עסן "חזיר" און דרייוון אום שבת" איך האב פארשטאנען אז זי איז סתם דראמאטיש מיט איר פארוואורף, אבער פונדעסטוועגן האב איך איר דאסמאל פריש פארזיכערט אז איך גיי עס "טאקע" אויסשאלטערן און שוין...

אבער ס'איז מיר אפילו נישט בייגעפאלן אין פאקט אזוי צו טאן בכלל, איצט איז עס שוין נישט געוועהן סתם א נייגעריגע דראנג, נאר א אומאיינגעהאלטענע תאווה וואס איך האב מער נישט געקענט איבערקומען עס האט זיך ביי מיר באזעצט, א שטארקע שטופ צו אפענקייט אין א אומגעהויערע באגער זיך צו באקענען נענטער צו געדאנקען און בליקן וואס איך קיינמאל בעפאר נישט געהערט, געדאנקן, סיי ווילד פרעמד און סיי אזוי אויג פארכאפענד.

עטליכע נעכט נאכדעם, מאכנדיג די ערפאונס אזוי שטיל, כמעט ביז נול אזוי אז ממש גארנישט זאל זיך פון דרויסן נישט הערן, האב איך אזוי שטייעדיגערהייט פארבראכט א שעה אויפן בענקל ביים פרידשעדער, דאסמאל אויך אויף פארשידענע ראדיא פראגראמען ביים עי-עם דייל.

נאכאמאל האט מיר גיטל קאנפראנטירט צומארגנס, זי האט אנטזאגט מיר צו דערציילן פון וואנעט זי האט געוויסט, אבער צו לייקענען האט פאר מיר קיין זינען נישט געהאט. גיטל האט געהאט אזאנע בליקן ווי זי באשליסט איצט צו זי זאל זיך ביי מיר בעטן אויף חרטה, אדער ליבערשט זאל זי נעמען די כלי און איר לגמרי ארויסווארפן דורך אונזער צווייטע שטאק צו די גאס, און פטור. אבער צו מיר האט די סטראשע בליקן מער נישט גערעדט, איך האב זיך נישט געבויגן "איך העל זיין א פרומע חסידישע יוד מיט אלעם, אויסער מיט דעם ראדיא זאך" און גיטל, איינזעהענדיג ווי זי שטייט מיט מיר, האט עווענטואל נאכגעגעבן, און געלאזט די זאך לויפן.

צייטן שפעטער, האב איך צוביסלאך אנגעהויבן שפורן זייער אומבאקוועם צו זיין ווייטער א פרומע חסיד, און מיט די יארן פלעגט זיך עפטער מאכן אזאנע רייבערייען אין שטוב, מלחמה'לעך איבער אסאך הגבלות און גבולים וואס איז אונז פארבאטן דורך אונזער פארמאכטע וועלטל, ווען איך האב אנגעהויבן אריינברענגען ביכער פון לייברערי אויף נושאים ווי בייבל ארכעאלאגיע, אדער ביכער וועגן אנדערע רעליגיעס, אדער ווען איך האב אמאל פארגעסן א קאפי פונעם ניו יארק טיימס ערגעץ אין שטוב ווי מיינע קינדער וואלטן געקענט צוקומען פלעג מיין פרוי מיר אלס זייער באשולדיגען אין מיין שלעכטע האנדלען און מיין שרעקליכע ירידה צו די נידעריגע דרויסענדע וועלט און אירע שלעכטע השפעות, און אז איך דערלאז דאס אלעס אריין אין שטוב.....!

פיר יאר נאך מיין ערשטע באגעגעניש מיטן ראדיא, האט א שפאגל נייע לעפטאפ קאמפיוטער געטראפן די וועג צו מיר אין שטוב, נאכדעם וואס איך האב עס באשטעלט פון א קאטאלאג. די פארמאכטע שאכטל איז געלעגן אין קאך אויפן טיש, און ווייטער איז גיטל געוועהן דערביי, ביים באגעגעניש, און געטייטלט מיט די פינגער אויף די פולע מעגליכקייטן וואס די כלי שטעלט מיט זיך פאר.

"א דיווידי דרייוו?" האט זי ספאנטאניש געקלאגט, "איז דאס נישט געמאכט פאר מאוויס?!!"

איך האב צוערשט געקלערט איר ליגן צו זאגן, אבער איך בין מער נישט געוועהן וויליג צו צוקוועטשן נייגונגען מיט וועלכע איך האב זיך מער נישט געשעמט, איך האב מער נישט געוואלט זיין פארשקלאפט אונטער רעגולאציעס וואס איך האלט לעכערליך, מיין שטילקייט האט פאר איר פארזיכערט אז זי האט געכאפט דעם טאטער, און איך האב כמעט ווי געקענט אפליינען די פולע מחשבות וואס האבן ביי איר גע'עגבערט אין מח!

"אפשר, קען מען דאס אויסשאלטערן" האט זי געגעבן א זאג,

מיין הארץ האט וויי געטון, אויף די אויפריכטיגקייט אין איר קול, פאר איר פיינפולע מצב אויף דארפן אויפגעבן איצט, די ריינקייט וואס זי האט כסדר געזוכט פאר אונזער שטוב, פאר דארפן זיין געצווינגען צו האנדלען מיט א מאן וואס איז געווארן אויפגעקלערט און וויל מער נישט וויסן פון קיינע פרומע מעשיות, איך האב מיר דערמאנט פון די שמועס מיט איר פון יארן צוריק בנוגע די ראדיא, און מיין צוזאג, אבער דאסמאל האב איך איר דאס נישט געקענט נאכגעבן און פארזיכערן און זי האט דאס באמערקט אין מיינע אויגן. איך וויל נישט מער צוזאגן א זאך וואס איך וועל אבסאלוטלי נישט טון, און זי האט געוויסט אן מיר דארפן דאס זאגן אז איך וועל נישט לייגן קרעזי גלו אויף די דיווידי דרייוו

יארן שפעטער, האב איך געטראפן אנדערע אספעקטן פון אונזער לעבנס שטייגער נערוועדיג, מיין נייגער וועגן די וועלט איז געוועהן צו שטארק אפצושטילן און אוועקמאכן. מיין ביז איצטיגע הנחות און וועלט באטראכטונגען איז איצט געקומען צו אן אפשטעל, איינזעהענדיג צוביסלעך אז זיי זענען בכלל נישט אין איינקלאנג מיט מיינע פרישע אנשויאונגען וואס איך בין בארייכערט געווארן די לעצטע פאר יאר, אביסל נאכן קויפן מיין ערשטען קאמפיוטער האב איך מיר אויפגעסיינט ביי עיאועל פאר אינטערנעט און מיט די גאנצע וועלט'ס אינפארמאציע אזוי נאנט ווי א פינגער קלאפ, איז מיין אמונה און גלויבן שוואכער און שוואכער געווארן, ביז עווענטואל האב איך זי אינגאנצן דערלייגט און פארלארן!

זייער נאנט צו די סוף פון מיין פארהייראטע לעבן מיט גיטל, נאנט צו פופצן יאר נאך אונזער חתונה, זענען איך און גיטל געזיצן אין א קליין ספרים שטוב אין אונזער גאראזש און געקוקט אויף צוריק צו אונזער פריערדיגע יארן. אונז האבן דאסמאל שוין זיך נישט געקריגט, אונזער בליק אויף רעליגיע האט זיך קלאר פונאנדער געטיילט און מיר זענען פרייווייליג איינגעגאנגען אויף אונזער אפטיילונג, און איך האב מסכים געוועהן זיך ארויסציציען ביז אפאר טאג

"דו ווייסט" האט גיטל מיר א זאג געגעבן, ארומקוקנדיג פונעם קאמפיוטער צום טיווי ביים ווינקל, און צום אנגעפילטן שעלוו מיט ביכער, "ווען נישט דעם אינטערנעט, דיווידי, און דיינע צייטונגען און לייברערי ביכער, וואלט ווען גארנישט פאסירט מיט דיר"

זי האט אבער פארגעסן-אלעס האט זיך אנגעהויבן פון די ראדיא!!

גיטל האט עס גוט געוויסט די גאנצע צייט, עס איז וואס איך פלעג אלעמאל הערן פון מיין רביים, און מלמדים מיין גאנצע לעבן, קליינע עבירות פירט צו גרויסע און נאך גרעסערע ביז ביז מען פארלירט אלעס, און זיי זענען גערעכט געוועהן!!! אין א וועג....

בונעס איירעס » דאנערשטאג יאנואר 3, 2013 6:51 pm

· #77536
געוואלד!! געוואלד!! א העכסט באלערנדע לעבעדיגער מוסר ספר!!

שוין מיין מוסר שיעור האב איך שוין געהאט אויף היינט...

ווען קומט פאר די קומענדיגע שיעור פון אט דעם באגאבטען מגיד שיעור ?? קען מען זיך איינשרייבען אדער אפשר גאר הערן דורך דעם ראדיא??!!

בונעס איירעס » דאנערשטאג יאנואר 3, 2013 7:38 pm

· #77552
שוין... אלזא טייערע קאוווע טרינקער אויב איז ער דער זעלבער שלום דיען דער שרייבער וואס האט געשריבען דעם ארטיקעל...

דאן...
האב איך אלע תירוצים איך ברויך קיינעמס הילף אפילו זיין אייגענע... איך ליין אלעס, אלעס, אפ פון די נויטיגע שורות דארטן, און מיר קענען אויסמעקען "אלע" תגובות פון אהין און צוריק געשרייבערייען און אלע אשכולות מיט דיען נרו יאיר

ווייל אכן נודע... ער קומט פון גאר אן אנדער חיידער אוואו אינזערס.

דער דיען שלנו קוקט אויף אונז (איך מיין מיך) פון גאר אן אנדערען מציאות, ער האט אונז אינגאנצען נישט ארויס! ער קען ניקסט אונזער חיידער!

און ער מיינט אז יעדעס מקום וואס רופט זיך חסידיש קוקט אויס אווי יענער מקום, אויף דעם איז דער אלעמען באקאנטער ענטפער אז ניין דאס מקום אין ראקלענד קאונטי טוט נישט אפשפיגלען חסידיש בכלל און מיין בעקראונד בפרט!!!

ער לערענט פשט אין מיר מיט זיין בעקראונד, אבער אהובי ידידי עס ארבייט נישט אזוי, מיר קומען פון אן אנדערן בערקראונד אינגאנצען!! ווי זוי האט איר געשריבען מיט דעם גוי מיטן דימאנטן שלייפער און אנדער אשכול... אהה.. וואו רעלעוואנט איז דאס אהער.

סען אנדערער מעשה אינגאנצען א "פארנאגעלטער קאפ" האט זיך צונעפענט ביי די זיבען און צוואנציג יארע!!
מען ברויך דאס צו באהאנדלען מיט גאר אן אנדערן צוגאנג... נישטא קיין אידעלאגען, נישטא קיין פרינציפען, נישטא עפעס איינגעזעין נישטא אז ער גלייבט נישט, אלעס שפילעכלעך!!

מיר גייען זיך צוריק קערן מיטן הסבר הדברים בעזר ה'

דולה ומשקה » דאנערשטאג יאנואר 3, 2013 9:37 pm

· #77592
איך גלייב נאך אלס נישט אז דער 'ראדיא' איז שולדיג, ווען מ'אסר'ט נישט אזוי דאס לעבען, זוכט מען נישט אזוי ארויס צו שפרינגען, מ'דארף יא וויסען וואס דער וועלט איז און ווייטער אנגיין, אפשר דארף מען אסר'ן בחורים גיין אויף דער גאס, נאר מיט א באס ווי מ'קען נישט ארויס קוקען פון פענסטער,
א חסידישע איד ווערט משוגע פון א ראדיא איז א סימן עפעס איז נישט אין ארדענונג.

יאיר » דאנערשטאג יאנואר 3, 2013 10:06 pm

· #77600
[ציטאט אראפגענומען]

קאווע שטיבל האסטו פארגעסן אויסצורעכענען.

לומד » דאנערשטאג יאנואר 3, 2013 10:19 pm

· #77605
דולה ומשקה
איך גלייב נאך אלס נישט אז דער 'ראדיא' איז שולדיג, ווען מ'אסר'ט נישט אזוי דאס לעבען, זוכט מען נישט אזוי ארויס צו שפרינגען, מ'דארף יא וויסען וואס דער וועלט איז און ווייטער אנגיין, אפשר דארף מען אסר'ן בחורים גיין אויף דער גאס, נאר מיט א באס ווי מ'קען נישט ארויס קוקען פון פענסטער,
א חסידישע איד ווערט משוגע פון א ראדיא איז א סימן עפעס איז נישט אין ארדענונג.

מען קען נישט אין מען טאר נישט זיין קליגער פון אונזער מלמדים מנהלים זקינים רבנים אדמור"ים שאל אביך ויגדך

יתרו » דאנערשטאג יאנואר 3, 2013 10:22 pm

· #77606
לומד
דולה ומשקה
איך גלייב נאך אלס נישט אז דער 'ראדיא' איז שולדיג, ווען מ'אסר'ט נישט אזוי דאס לעבען, זוכט מען נישט אזוי ארויס צו שפרינגען, מ'דארף יא וויסען וואס דער וועלט איז און ווייטער אנגיין, אפשר דארף מען אסר'ן בחורים גיין אויף דער גאס, נאר מיט א באס ווי מ'קען נישט ארויס קוקען פון פענסטער,
א חסידישע איד ווערט משוגע פון א ראדיא איז א סימן עפעס איז נישט אין ארדענונג.

מען קען נישט אין מען טאר נישט זיין קליגער פון אונזער מלמדים מנהלים זקינים רבנים אדמור"ים שאל אביך ויגדך

פין די מלמדים די מאלעסטערס, און די מנהלים זייערע באשוצערס, וכו'

לומד » דאנערשטאג יאנואר 3, 2013 10:24 pm

· #77608
יתרו

במילא?

לומד » דאנערשטאג יאנואר 3, 2013 10:29 pm

· #77613
[q

לעמאן דזשוס » דאנערשטאג יאנואר 3, 2013 10:32 pm

· #77615
יענקל-באמערקסט א שטארקע פונקט, אבער עפענסט א ברייטע פעלד פון אנדערע מיטלען אנצוצייגן די ריכטיגע סיבה

דהיינו, לאמיר נישט קריכן גאר ווייט פון דעם ארטיקל, עס דרייט זיך טאקע ארום א ראדיא, די שאלה וואס בלייבט איבער איז ׳פארוואס האט אים די ראדיא אזוי געצויגן׳ בראשית דרכו אלס פרומע חסידישע יונגערמאן...אוקעי נייגער..נאנא כ׳הער. אבער א טריט ווייטער, נאכן געוואיר ווערן אז עס זענען דא מושגים וואס זענען אומבאקאנט פאר אים ביז דאן, וואס טוט זיך ווייטער אין די מח קעמערלעך??

פארוואס, מוז מען אפלייקענען אין אייגענע אריינגעבויטע ווערדן, בלויז ווייל עס איז פאראן אסאך אנדערע מהלכי מחשבה און וועלט אנשויאונגען, פארוואס שפורט זיך איינער באדראעט און איינער נישט

איז עס ווייל איינער איז קלוגער? נער׳ישער, שוואכע כאראקטער, בעל תאווה, בעל גאווה, עס גייט אים סייווי שלעכט, און נאך אסאך סיבות

אדער, האט עס עפעס מיט העכערע נייגונגען וואס איז פון די ׳בהדי כבשי׳ און להבדיל טיילט א גורל מיט עשיו, ישמעא׳, דתן, אבירם, און להבדיל אסאך אסאך גרויסע פיינע לייטן שנחמצו מחמת סיבות שלא נודעו ולא יודעו, עד כי יבא שילה ויקבץ נידחי עמו ישראל!

און טאקע אזוי ווי דו יענקל מערקסט אן, פארוואס איז די זעלבע תנ״ך און אנדערע זאכן, פאר איינעם א סיבה צוריקצוקומען און פאר איינעם א סיבה אויף פארקערט?

יואליש » פרייטאג יאנואר 4, 2013 4:04 am

· #77667
אייגענטליך, פארוואס איז די תנ"ך, די סאמע תורה זעלבסט, א שמד מיטל? און וויאזוי?

יאיר » פרייטאג יאנואר 4, 2013 4:25 am

· #77668
אויב מען לערנט עס לקנטר אדער בטומאתו פאר'ן גיין אין מקוה כמבואר בסה"ק.

יאיר » פרייטאג יאנואר 4, 2013 4:30 am

· #77669
לעמאן דזשוס
יענקל-באמערקסט א שטארקע פונקט, אבער עפענסט א ברייטע פעלד פון אנדערע מיטלען אנצוצייגן די ריכטיגע סיבה

דהיינו, לאמיר נישט קריכן גאר ווייט פון דעם ארטיקל, עס דרייט זיך טאקע ארום א ראדיא, די שאלה וואס בלייבט איבער איז ׳פארוואס האט אים די ראדיא אזוי געצויגן׳ בראשית דרכו אלס פרומע חסידישע יונגערמאן...אוקעי נייגער..נאנא כ׳הער. אבער א טריט ווייטער, נאכן געוואיר ווערן אז עס זענען דא מושגים וואס זענען אומבאקאנט פאר אים ביז דאן, וואס טוט זיך ווייטער אין די מח קעמערלעך??

פארוואס, מוז מען אפלייקענען אין אייגענע אריינגעבויטע ווערדן, בלויז ווייל עס איז פאראן אסאך אנדערע מהלכי מחשבה און וועלט אנשויאונגען, פארוואס שפורט זיך איינער באדראעט און איינער נישט

איז עס ווייל איינער איז קלוגער? נער׳ישער, שוואכע כאראקטער, בעל תאווה, בעל גאווה, עס גייט אים סייווי שלעכט, און נאך אסאך סיבות

אדער, האט עס עפעס מיט העכערע נייגונגען וואס איז פון די ׳בהדי כבשי׳ און להבדיל טיילט א גורל מיט עשיו, ישמעא׳, דתן, אבירם, און להבדיל אסאך אסאך גרויסע פיינע לייטן שנחמצו מחמת סיבות שלא נודעו ולא יודעו, עד כי יבא שילה ויקבץ נידחי עמו ישראל!

און טאקע אזוי ווי דו יענקל מערקסט אן, פארוואס איז די זעלבע תנ״ך און אנדערע זאכן, פאר איינעם א סיבה צוריקצוקומען און פאר איינעם א סיבה אויף פארקערט?

פארוואס איז איינער א רעפובליקאנער און א צווייטער א דעמאקראט?
פארוואס האט איינער ליב קאווע שטיבל און א צווייטער אייוועלט?
דער תירוץ שטייט אין גמרא מס' סנהדרין: כשם שפרצופיהם שונות כך דיעותיהן שונות. עס זענען דא אלע סארטן מענטשן מיט אלע סארטן אנשויאונגען, אן אפגעפארענער מוז נישט דוקא געהערן צו איינע פון די בכבוד'יגע קאטעגאריעס וואס דו האסט דערמאנט, און עס מוז אויך נישט האבן מיט די סטרא אחרא אדער בירור הניצוצות צו טון.

מוח שליט » פרייטאג יאנואר 4, 2013 6:46 am

· #77675
לעמאן דזשוס שרייבט,
פארוואס, מוז מען אפלייקענען אין אייגענע אריינגעבויטע ווערדן, בלויז ווייל עס איז פאראן אסאך אנדערע מהלכי מחשבה און וועלט אנשויאונגען, פארוואס שפורט זיך איינער באדראעט און איינער נישט

מיר ווייסען אלע לכאורה אז די סאמע יסודות זענען געבעיסט אויף אמונה, נישט ווייל מען קען עס מסביר זיין אדער אויפווייזען מיט לאגיק, ניין? נו אויב אזוי דארפסטו טרייען צו פארשטיין פארקערט. פארוואס זענען בכלל דא מענטשען וואס נעמען אן זאכען וואס צוימען איין דאס לעבן אזוי שטארק (לכאורה), אהנע הוכחות?

נו גוט נו » פרייטאג יאנואר 4, 2013 8:28 am

· #77679
אויב ראדיא איז א פראבלעם פרעגסטו?
קוק די אלע בחורים אינגעלייט מ׳הערט פון זיי אגאנצען טאג גוישע ניגונים וואס זיי הערן אויף די ראדיא, איז זאג די צו עס איז נישט קיין פראבלעם, חוץ וואס קול באשה ערווה,
יעצט נאך א זאך, סקלונער רבי זצ״ל האט געשריבן בימים ההם אין דער איד די הארבקייט אנקעגן גוישע ניגונים שרייבט ער דארט אז וועגן דעם מאכט ער ניגונים ווייל א ניגון וואס קומט פון נישט א גוטע מקור און מ׳הערט עס גייט קיינמאל נישט ארויס, איז מאכט ער ערליכע ניגונים עס זאל זיין וואס צו זינגען, און באמת די סקלונער ניגונים האט א משוגענער חן און באטאמטקייט.
אגב לעצטע וואך שבת הער איך א קליינע בחורל זינגט זיך אינטער ״בם בם ביראאם בם בם בביראם״ ווייסט וואס איך מיין? יא פון די ראדיא!!!

זאקען ורגיל » פרייטאג יאנואר 4, 2013 11:01 am

· #77692
נו גוט נו

אגב לעצטע וואך שבת הער איך א קליינע בחורל זינגט זיך אינטער ״בם בם ביראאם בם בם בביראם״ ווייסט וואס איך מיין? יא פון די ראדיא!!!

כ'ווייס פונקטליך וואס דו מיינסט. כ'גלייך אויך די סקולענע ניגונים בירראם בירראם.

קאווע טרינקער » פרייטאג יאנואר 4, 2013 11:31 am

· #77703
ניין, ס'איז די אינטרא פון יצחק פוקס' לה' הארץ ומלואה

בונעס איירעס » פרייטאג יאנואר 4, 2013 11:41 am

· #77711
מוח שליט
לעמאן דזשוס שרייבט,
פארוואס, מוז מען אפלייקענען אין אייגענע אריינגעבויטע ווערדן, בלויז ווייל עס איז פאראן אסאך אנדערע מהלכי מחשבה און וועלט אנשויאונגען, פארוואס שפורט זיך איינער באדראעט און איינער נישט

מיר ווייסען אלע לכאורה אז די סאמע יסודות זענען געבעיסט אויף אמונה, נישט ווייל מען קען עס מסביר זיין אדער אויפווייזען מיט לאגיק, ניין? נו אויב אזוי דארפסטו טרייען צו פארשטיין פארקערט. פארוואס זענען בכלל דא מענטשען וואס נעמען אן זאכען וואס צוימען איין דאס לעבן אזוי שטארק (לכאורה), אהנע הוכחות?

קודם כל אמונה איז יא א לאגיק איינע פון די יסודי אמונה איז אויסבויען מיט א לאגיק נישט סתם איך גלייב ווי א קינד...

צווייטענס דא ביי אונזער פאל ווי מען רעד פון אפשטויסען די אמונה פון א ראקלענד קאונטי ווילעדזש אויפגעצויגענער טראגט עס אן אנדער באדייט וואס דאס פלאגט די קאנסעקווענצען

אז היות מען נעמט דעם אומרייפען מח פונעם קינד און פון בשעת לידה פרעגעלט מען אין אים איין אז, דער בשר ודם וואס טראגט די שטיוול מיט די קאלאטשען דערויף, איז ג-ט אליינס...

און דאס איז אמונה... איז ווען דאס קינד וואקסט אונטער הייבט אים דער מח אן שפילן ער פארשטייט דאך אויך אז דאס קען דאך נישט זיין... איז צוליב דעם פארגלייך און צאמשטעל אין זיין מח פון דעם אלמעכטיגען ג-ט, ביז זייער שטיוול ג-ט אז דאס איז איינס, איז שוין ביי אים נישטא קיין חילוקים מיט גארנישט.

איז וואס געשעט ווען דער קאפ הייבט אן כאפן אז דא שמעקט עפעס נישט גוט? ווארפט ער אלעס אוועק נישט ווייל ער גלייבט נישט חלילה ניין

נאר ווייל ער ווייסט ניטאמאל וואס גלייבן מיינט מען האט אים נישט אויסגעלערנט מיט די ריכטיגע טאלס און איבערצייגונגען וואס מיינט א אלמעכטיגער ג-ט און וואס מיינט גלייבן, ביי אים אין קאפ שפילט גאר עפעס אנדערש ווען מען רעד פון גלייבן

און דא קומען מיר צוריק יעצט וועט ט מר. לעמאן וואסער גאר גוט פארשטיין צוליב וואס ער ווארפט אוועק און לייקענט אפ זיינע אריינגעבויטע ווירדען !

קאווע טרינקער » פרייטאג יאנואר 4, 2013 11:42 am

· #77712
בונעס איירעס
שוין... אלזא טייערע קאוווע טרינקער אויב איז ער דער זעלבער שלום דיען דער שרייבער וואס האט געשריבען דעם ארטיקעל...

ס'איז נישט מיך. איך בין נאך דא מיט די גאנצע שבעה בגדים (אויף די שיט בעקטישע האב איך נישט קיין סטראקעס, ע"כ חסר אחת).

בנוגע דעם אשכול-קעפל, יאנקל זאגט פיין. און פאר דעם לומד ניק באאב"ב ( ר"ת: בין איך א בא בטענה): דאן וואס זוכסטו דא?

בד"וו, שוין יארן וואס איך זיך דעם "איין" קנעפל וואס פירט צו שאול תחתית. כ'האב שוין אלע קנעפלעך פראבירט, 1800, 1900, ADD FRIEND וכו' וכו'. אין איך בין נאך אלץ דא..........

בונעס איירעס » פרייטאג יאנואר 4, 2013 12:09 pm

· #77722
קאווע טרינקער
בונעס איירעס
שוין... אלזא טייערע קאוווע טרינקער אויב איז ער דער זעלבער שלום דיען דער שרייבער וואס האט געשריבען דעם ארטיקעל...

ס'איז נישט מיך. איך בין נאך דא מיט די גאנצע שבעה בגדים (אויך די שיט בעקטישע האב איך נישט קיין סטראקעס, ע"כ חסר אחת).

בנוגע דעם אשכול-קעפל, יאנקל זאגט פיין. און פאר דעם לומד ניק באאב"ב ( ר"ת: בין איך א בא בטענה): דאן וואס זוכסטו דא?

בד"וו, שוין יארן וואס איך זיך דעם "איין" קנעפל וואס פירט צו שאול תחתית. כ'האב שוין אלע קנעפלעך פראבירט, 1800, 1900, ADD FRIEND וכו' וכו'. אין איך בין נאך אלץ דא..........

פיין פיין 😂

קוקט גוט וועט איר זעין קאווע פון וועם איך רעד דארט האט דריי וואוין... קאוווע אנשטאט קאווע (טאקע א פליטת העט אבער פארט איז ער אן אנדערער 😉 )

קאווע טרינקער » פרייטאג יאנואר 4, 2013 12:23 pm

· #77734
די חרדישע פראבע צו מאכן "כללים" איז אזוי לעכערליך ווי כינוס כלל ישראל

דו האלסט טאקע אז סקולענע רבי איז נישט גרעסער געווארן פון דעם כינוס?
ווי קענסטו זאגן ס'האט גארנישט אויפגעטוהן?

מוח שליט » פרייטאג יאנואר 4, 2013 12:27 pm

· #77736
בונעס שרייבט,
קודם כל אמונה איז יא א לאגיק איינע פון די יסודי אמונה איז אויסבויען מיט א לאגיק נישט סתם איך גלייב ווי א קינד...

די אמונה וואס מען לערנט דא איז בכלל נישט געבויט אויף לאגיק.

בונעס איירעס » פרייטאג יאנואר 4, 2013 12:30 pm

· #77738
[ציטאט אראפגענומען]

אין פאקט אבער וועט איר זעין פארקערט אז די "כללים" (וואס זענען לעכערליך) קומען נישט פונעם חרדישען פראבע, נאר דייקא פון די אנטי (ליין אמאליגע) חרדים!

נו גוט נו » פרייטאג יאנואר 4, 2013 1:31 pm

· #77760
זאקען ורגיל
נו גוט נו

אגב לעצטע וואך שבת הער איך א קליינע בחורל זינגט זיך אינטער ״בם בם ביראאם בם בם בביראם״ ווייסט וואס איך מיין? יא פון די ראדיא!!!

כ'ווייס פונקטליך וואס דו מיינסט. כ'גלייך אויך די סקולענע ניגונים בירראם בירראם.

ווער ס׳פארשטייט פארשטייט, אז די ווילסט דווקא העליך ארויף לייגן די שטיקל, עס איז נאר קול באשה, אז די עולם איז מסכים ריק איך עס ארויף...

בדחן » מוצ"ש יאנואר 5, 2013 7:37 pm

· #77797
איך האב געליינט דאס ארטיקעל, זייער גוט שרייבעריש געשריבען,

איך האב צוויי אויפריכטיגע פראגעס אויב איך מעג פרעגן,

איינס, וואלט נישט בעסער געפאסט פאר די ארטיקעל א אנדערע סארט קעפעל, ווי למשל: קען סקווירע צמצום אראפ פירען פון אידישע וועג? אדער אזוינס: קען סקווירע מהלך עווענטעוול אראפ פירען פון אידשע וועג?

צווייטענס, די אופן ווי אזוי דער שרייבער איז א חתן געווארן און די מהלך ביז די חתונה, האט באמת נישט קיין שייכות צו דאס וואס עס איז געשען שפעטער בפרט, און צום גאנצען ארטיקעל בכלל, פארוואס האט ער עס אריינגעלייגט? צי געבן א נעגאטיווע בליק אויף חסידים?

די נקודה פינעם ארטיקעל איז גראדע א שטארקע, די תוצאות איז ביטער.

berlbalaguleh » מוצ"ש יאנואר 5, 2013 9:21 pm

· #77810
בונעס איירעס
געוואלד!! געוואלד!! א העכסט באלערנדע לעבעדיגער מוסר ספר!!

שוין מיין מוסר שיעור האב איך שוין געהאט אויף היינט...

ווען קומט פאר די קומענדיגע שיעור פון אט דעם באגאבטען מגיד שיעור ?? קען מען זיך איינשרייבען אדער אפשר גאר הערן דורך דעם ראדיא??!!

דו מיינסט אוודאי שלום דיען. דער ברטנורא אין מס' אבות אויף די משנה "כל המחטיא את הרבים אין מספיקים בידו לעשות תשובה" איז מסביר, אז די סיבה פארדעם איז אז ס'זאלי נישט אויסקומען אן איראנישער מצב וואו דער בעל מחטיא וועט זיצן אין גן עדן און זיינע תלמידים וועלן זיין אין גהינום. איך זאג נישט אז דאס איז אקטועל דא, אבער זיין באמערקונג וועגן הערן מוסר אויף'ן ראדיא איז אינטרעסאנט.

berlbalaguleh » מוצ"ש יאנואר 5, 2013 9:36 pm

· #77815
בדחן
איך האב געליינט דאס ארטיקעל, זייער גוט שרייבעריש געשריבען,

איך האב צוויי אויפריכטיגע פראגעס אויב איך מעג פרעגן,

איינס, וואלט נישט בעסער געפאסט פאר די ארטיקעל א אנדערע סארט קעפעל, ווי למשל: קען סקווירע צמצום אראפ פירען פון אידישע וועג? אדער אזוינס: קען סקווירע מהלך עווענטעוול אראפ פירען פון אידשע וועג?

צווייטענס, די אופן ווי אזוי דער שרייבער איז א חתן געווארן און די מהלך ביז די חתונה, האט באמת נישט קיין שייכות צו דאס וואס עס איז געשען שפעטער בפרט, און צום גאנצען ארטיקעל בכלל, פארוואס האט ער עס אריינגעלייגט? צי געבן א נעגאטיווע בליק אויף חסידים?

די נקודה פינעם ארטיקעל איז גראדע א שטארקע, די תוצאות איז ביטער.

איך בין מסכים צו אלעס וואס דו זאגסט. נאר אין דעם פאל (מיט שלום דיען) בין איך נישט זיכער אז דאס (די סקווערער הנהגה) איז געווען די עיקר סיבה פארוואס ער איז אוועק געגאנגען פון יודישן וועג. נאר די נארישע צוריקגעבליבענע מהלך החיים האט זיכער נישט צוגעהאלפן צום מצב. ס'איז אמאל געקומען א משכיל צו איינער פון די צדיקים און ר'האט איהם געזאגט "רבי, איך האב א סאך קשיות אויף די אמונה". האט איהם די רבי געענטפערט. "ס' איז נישט קשיות, ס'איז תירוצים. דו ווילסט האבן א תירוץ פארוואס דו פירסט דיך אזוי".

איחוד פעלד » מוצ"ש יאנואר 5, 2013 9:45 pm

· #77818
דער קעפעל פין אשכול וואלט געדארפט זיין צו אן איסור אויף ראדיא קען איינעם אפפירען פין אידישען וועג, ווייל ווי עס זעהט אויס ווייל עס איז געוועהן אן איסור דערויף האט די יצר הרע אים געברענט, און משום סיבה האט ער זיך איינגרעדט אז ווייל ער הערט ראדיא איז ער שוין א שטיקעל גוי, און די רעשט האט זיך שוין געפירט אליין.

ווען ער זאל נישט פילען גויאיש וואלט ער דאך נישט אנגעפארען.

אלזא, דער איסור אויף ראדיא דאס פירט אפ...

berlbalaguleh » מוצ"ש יאנואר 5, 2013 9:47 pm

· #77819
דולה ומשקה
איך גלייב נאך אלס נישט אז דער 'ראדיא' איז שולדיג, ווען מ'אסר'ט נישט אזוי דאס לעבען, זוכט מען נישט אזוי ארויס צו שפרינגען, מ'דארף יא וויסען וואס דער וועלט איז און ווייטער אנגיין, אפשר דארף מען אסר'ן בחורים גיין אויף דער גאס, נאר מיט א באס ווי מ'קען נישט ארויס קוקען פון פענסטער,
א חסידישע איד ווערט משוגע פון א ראדיא איז א סימן עפעס איז נישט אין ארדענונג.

דארט לערנט מען נישט פארוואס ס'איז גוט צו זיין א איד. דארט לערנט מען איין זאך די רבי איז--- אדער נאך העכער. ממילא, ווען מ'וועקט זיך אויף איז דער פאל א סאך שטארקער.

איך אויך » מוצ"ש יאנואר 5, 2013 9:49 pm

· #77820
בדחן
א
צווייטענס, די אופן ווי אזוי דער שרייבער איז א חתן געווארן און די מהלך ביז די חתונה, האט באמת נישט קיין שייכות צו דאס וואס עס איז געשען שפעטער בפרט, און צום גאנצען ארטיקעל בכלל, פארוואס האט ער עס אריינגעלייגט? צי געבן א נעגאטיווע בליק אויף חסידים?

אבער נאך ווי עס האט א שייכות, נישט סתם א שייכות נאר אזאנס וואס לדעתי ליגט דער גאנצער נקודה דארט באגראבן.

בדחן » מוצ"ש יאנואר 5, 2013 10:01 pm

· #77823
איך אויך
בדחן
א
צווייטענס, די אופן ווי אזוי דער שרייבער איז א חתן געווארן און די מהלך ביז די חתונה, האט באמת נישט קיין שייכות צו דאס וואס עס איז געשען שפעטער בפרט, און צום גאנצען ארטיקעל בכלל, פארוואס האט ער עס אריינגעלייגט? צי געבן א נעגאטיווע בליק אויף חסידים?

אבער נאך ווי עס האט א שייכות, נישט סתם א שייכות נאר אזאנס וואס לדעתי ליגט דער גאנצער נקודה דארט באגראבן.

אפשר ביסטע אביסל מסביר דיינע ווערטער,

ווייס ווי שניי » זונטאג יאנואר 6, 2013 2:13 pm

· #77983
אויב מעג איך דא אריינרעדן וואלט איך געוואלט פרעגן ווער אז דער שלום דין פון וועם מען רעד דא מה טובו? וואס איז זיין יחוס ? פון ווי קומט ער פון שטאמט ער ?

berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 6, 2013 2:24 pm

· #77985
ווייס ווי שניי
אויב מעג איך דא אריינרעדן וואלט איך געוואלט פרעגן ווער אז דער שלום דין פון וועם מען רעד דא מה טובו? וואס איז זיין יחוס ? פון ווי קומט ער פון שטאמט ער ?

איין וויכטיגע שאלה האסטו פארגעסן צו פרעגן. "וואס טוט ער אין לעבן" ווי ס'זעט אויס איז ביי דיר "יחוס" דער יסוד פון א מענטשן'ס לעבן.

בונעס איירעס » זונטאג יאנואר 6, 2013 3:02 pm

· #77992
berlbalaguleh
ווייס ווי שניי
אויב מעג איך דא אריינרעדן וואלט איך געוואלט פרעגן ווער אז דער שלום דין פון וועם מען רעד דא מה טובו? וואס איז זיין יחוס ? פון ווי קומט ער פון שטאמט ער ?

איין וויכטיגע שאלה האסטו פארגעסן צו פרעגן. "וואס טוט ער אין לעבן" ווי ס'זעט אויס איז ביי דיר "יחוס" דער יסוד פון א מענטשן'ס לעבן.

דאס קענט איר זיכער זיין אז קיין דאקטאר... אדער עפעס א גוטער אדוואקאט... אדער כאטש סיי וואספארא קלייניקער פראפעסער איז ער נישט געוארען נאכען איבערלאזן זיין שטריימעל ביי זיין חבר און קעלער...

דאס מערסטע וואס אזא איינער ווערט איז גאר א הויעך ראנגיגער און "געלוגענער בלאגער"

אזא מין דערגרייכונג!!! איך האף אז ער האט דעם יידישן ווייסען קיטל אויך איבערלאזט בייי א צווייטען אלטן חבר אינעם בוידעם.... כ'קען נישט גלויבן אז אנע דעם וואלט ער געקענט גרייכען אזעלכע הויעכע פאזיציעס אין בלאגעריי!!

berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 6, 2013 3:24 pm

· #77998
נישט נאר א בלאגגער. נאר א גוטער שרייבער אויף ענגליש. ער "פרילענס'ד" א סאך ארטיקלען צו מערערע צייטונגען און מאגאזינען חוץ זיין בלאג. ר'האט כאטש אזויפיל אויפגעטון וואס מיט זיין סקווערער ענגליש וואלט ער דאס קיינמאל נישט געקענט דערגרייכן. אבער מ'דארף איהם געבן קרעדיט אז ער שרייבט נישט מיט שנאה. ס'האט זיך דאס מערסטע ארויסגעשטעלט ווען די נבילה ד.פלדמן איז ארויסגעקומען מיט איר סקאנדאליעזן בוך.

בונעס איירעס » זונטאג יאנואר 6, 2013 3:41 pm

· #78001
berlbalaguleh
נישט נאר א בלאגגער. נאר א גוטער שרייבער אויף ענגליש. ער "פרילענס'ד" א סאך ארטיקלען צו מערערע צייטונגען און מאגאזינען חוץ זיין בלאג. ר'האט כאטש אזויפיל אויפגעטון וואס מיט זיין סקווערער ענגליש וואלט ער דאס קיינמאל נישט געקענט דערגרייכן. אבער מ'דארף איהם געבן קרעדיט אז ער שרייבט נישט מיט שנאה. ס'האט זיך דאס מערסטע ארויסגעשטעלט ווען די נבילה ד.פלדמן איז ארויסגעקומען מיט איר סקאנדאליעזן בוך.

ענגליש אויך?? דאן הייב איך טאקע הענט!!

אויב אזוי שוין צייט פאר אונז אלע איבערצולאזען דעם שטריימעל און א קעלער פון א גוטן פריינד.... (איך גיי דאך קענען ענגליש ווי קען איך מיך פארשטעלן און מיין פאנטאזיע עפעס מער אינטעלעגענציע פון דעם?) לאמיך מיר אפירזוכען א פאסיגען פריינט פאר מיין טייערן שטריימעל איך האב נאר וואס געקויפט א נייעם.... ווער האט א בעיסמענט. אין ברויך פארצופאל א נייעם הויעכן שטריימעל מיט לעבעדיגע וויידלען?

berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 6, 2013 4:19 pm

· #78006
אנטשולדיג. דו לערנסט נישט ריכטיג פשט. כדי צו קענען רעדן און שרייבן גוט ענגליש פאדערט זיך נישט איבערצולאזן דעם שטריימל ביי א גוטן פריינט אין בעיסמענט. נאר אז מען טוט דאס שוין ממילא ברענגט מען נישט אן די צייט מיט שטותים. נאר מ'לערנט זיך אויס א שפראך גרונטליך. ס'איז דא אויף אן אנדערע אידיש/ענגלישע וועבסייט א שרייבער אן אפגעפארענער ל"ע. אבער ער שרייבט זייער א צובראכענעם ענגליש. האב איך איהם אמאל געזאגט אז די צווייטע זאך וואס ער וואלט געדארפט טון, נאכ'ן טועם זיין א העם סענדוויטש איז, זיך לערנען ענגליש.

געפילטע פיש » זונטאג יאנואר 6, 2013 4:28 pm

· #78008
בונעס איירעס
ענגליש אויך?? דאן הייב איך טאקע הענט!!

אויב אזוי שוין צייט פאר אונז אלע איבערצולאזען דעם שטריימעל און א קעלער פון א גוטן פריינד.... (איך גיי דאך קענען ענגליש ווי קען איך מיך פארשטעלן און מיין פאנטאזיע עפעס מער אינטעלעגענציע פון דעם?) לאמיך מיר אפירזוכען א פאסיגען פריינט פאר מיין טייערן שטריימעל איך האב נאר וואס געקויפט א נייעם.... ווער האט א בעיסמענט. אין ברויך פארצופאל א נייעם הויעכן שטריימעל מיט לעבעדיגע וויידלען?

דו מאכסט דאך אזעלכע פיינע ליצנות פון אים, אויב האב איך געפלאנט אפצופארן גיי איך עס נישט טוהן אויס מורא פון דיין ליצנות, עס איז מיר פארגאנגען די גאנצע אפעטיט.

בונעס איירעס » זונטאג יאנואר 6, 2013 4:50 pm

· #78013
זעהסט, אזאנע מענטשען (פישלעך) ווי דו גלייך איך! זע פארגינען א גוט ווארט אמאל א צווייטן... דו ביסט פון מיינע!

איחוד פעלד » זונטאג יאנואר 6, 2013 6:24 pm

· #78033
ביי פעלדמאן האבען די אראפ פין וועג איר באשמוצט נישט מרוב אהבה צו אןנז, נאר פאר אנדערע סיבות. ברענג נישט קיין ראיות פין יענץ.

שלום דין איז אן אנגעפארענער און פין דער פערספעקטיוו פין א פרומער איד, דעזערווט ער נישט קיין שום רעספעקט.

נאר וואס דען?

אפאר פרומע שוטים דא זענען ווילד געווארען ווען ער האט געשריבען אז עס בענקט זיך אים אוהחה"ק פרייטאג צונאכטס, און היות ער האט מחזק געוועהן אפאר צובראכענער געמיטער גיט מען אים אביסעל כבוד.

לעמאן דזושס האפט נאך אז פין קאווע שטיבעל וועט שלום ווערען זיין בעל תשובה גאר!

אבער דער אמת איז אז ער זוכט בכלל נישט די טובה פין אונז חרדים, און אויף וויפיל איך האלט אז מען דארף איבערגעבען די מאלעסטירער למלכות, בין איך נישט מוחל די אראפ פין וועג חברה פאר דער חילול השם.

מוח שליט » זונטאג יאנואר 6, 2013 6:54 pm

· #78043
איחוד,
איך בין מסכים צו דיר אז די א.ט.ד.'ס האבען פשוט געטראפען א געלעגנהייט צו שפייען שנאה. זיי וואס לאזען איבער זייערע קינדער זאלען נישט זארגן פאר אונזערע קינדער. מען מיז זיין בלינד נישט צו זעהן אז שנאה האט דאס גורם געווען. עס קען זיין זיי רעדן זיך האלבוועגס איין אז זיי מיינען עס אמתדיג אבער דעס איז נישט קיין עקסקיוז.

מיט מיין ווייניגקייט מיז איך מיך דינגען אויף וואס די זאגסט וועגן לעמאן. איך זעה ווי ער טענהט מיט קאלטע לאגיק, אהן קיין שום דריידעלעך.

נאך א נקודה:
דאס ביטער שווערע לעבן דארט, איז לענ"ד זייער א וויכטיגע נקודה.
עס פאנגט זיך טאקע אהן מיט דעם אז מען זאגט בולט'ע ליגענטס פארן עולם. אין אסאך פין די מער אמתדיגע מענטשען [יא די טראכטערס זענען בדרך כלל מער אמתדיג] ווערן צופלאצט פין די ליגענטס. אין פלוצלינג דערזעהט ער זיך מיט א שווערע דעסיזאן, בלייבען אדער גיין.
פארוואס זאל ער עכ"פ נישט זיין באוואוסטזיניג פין די אומגעהויערע שוועריקייטן וואס ערווארט אים אויב מאכט ער דעם שפרינג? פארוואס זאל ער נישט טראכטען אז אפשר קען איך מאכן אן עפפארט אין אויסארבעטן מיין לעבן אהן זיך אריינלאזען אין אזויפיל צרות?

אוודאי איז די לאנג טערם סאלושען א אידישקייט מיט נאר אמת. אבער מיזן מיר זיך דען אויסליידיגן פין ערענסטע אמתדיגע מענטשען ביז דעמאלט?

בונעס איירעס » זונטאג יאנואר 6, 2013 7:11 pm

· #78057
מוח שליט
איחוד
אוודאי איז די לאנג טערם סאלושען א אידישקייט מיט נאר אמת. אבער מיזן מיר זיך דען אויסליידיגן פין ערענסטע אמתדיגע מענטשען ביז דעמאלט?

זארג נישט עס גייט ניקסט אונטער.. הם אומרים פן ירבה, ורוח הקודש אומרת כן ירבה!!

מוח שליט » זונטאג יאנואר 6, 2013 7:23 pm

· #78068
א' עס איז א רחמנות אויף א יעדען יחיד וואס ליידט.
ב' זעסטו נאך נישט אז עס האלט שוין נאנט צו אן עפידעמיע? וואס איז די חכמה פין ווארפען דרשות? וואו אהין איז פארלוירען געגאנגען די דרשות ווען מיר האבען פארלוירען רוב מנין ובנין צו די רעפארמער ודעימיה?

איחוד פעלד » זונטאג יאנואר 6, 2013 7:40 pm

· #78078
מוח שליט
א' עס איז א רחמנות אויף א יעדען יחיד וואס ליידט.
ב' זעסטו נאך נישט אז עס האלט שוין נאנט צו אן עפידעמיע? וואס איז די חכמה פין ווארפען דרשות? וואו אהין איז פארלוירען געגאנגען די דרשות ווען מיר האבען פארלוירען רוב מנין ובנין צו די רעפארמער ודעימיה?

אלזא וואס לייגסט די פאר?

וואס קען מען דען טוהן?

ווען די וועסט זאגען אז דאס לעבען איז למעשה שווערער נאכען שפרונגען וועט דיר דען איינער גלייבען?

והשנית איך בין נאך נישט אזוי זיכער מיט דער גאנצער פאקט.

א פרוי וואס גט זיך לעקט נישט קיין האניג, אבער אמאהל איז עס דאך בעסער פין זיין חתונה געהאט מיט א טרעמפ.

והוא הדין כאן.

berlbalaguleh » מאנטאג יאנואר 7, 2013 10:28 pm

· #78441
בונעס איירעס
berlbalaguleh
נישט נאר א בלאגגער. נאר א גוטער שרייבער אויף ענגליש. ער "פרילענס'ד" א סאך ארטיקלען צו מערערע צייטונגען און מאגאזינען חוץ זיין בלאג. ר'האט כאטש אזויפיל אויפגעטון וואס מיט זיין סקווערער ענגליש וואלט ער דאס קיינמאל נישט געקענט דערגרייכן. אבער מ'דארף איהם געבן קרעדיט אז ער שרייבט נישט מיט שנאה. ס'האט זיך דאס מערסטע ארויסגעשטעלט ווען די נבילה ד.פלדמן איז ארויסגעקומען מיט איר סקאנדאליעזן בוך.

ענגליש אויך?? דאן הייב איך טאקע הענט!!

אויב אזוי שוין צייט פאר אונז אלע איבערצולאזען דעם שטריימעל און א קעלער פון א גוטן פריינד.... (איך גיי דאך קענען ענגליש ווי קען איך מיך פארשטעלן און מיין פאנטאזיע עפעס מער אינטעלעגענציע פון דעם?) לאמיך מיר אפירזוכען א פאסיגען פריינט פאר מיין טייערן שטריימעל איך האב נאר וואס געקויפט א נייעם.... ווער האט א בעיסמענט. אין ברויך פארצופאל א נייעם הויעכן שטריימעל מיט לעבעדיגע וויידלען?

סעניאר ראבינא בוענאס איירעס. איך שאץ זייער שטארק אפ דיין סענס אוו היומאר. אבער ווי דו פארשטייסט אליין איז דא געווען נאך א פאר אינגרידיענטס וואס ס'האט איהם באוואויגן איבערצולאזן האק און פאק מיט זיין גאנץ יודישקייט. נאר כ'וועל דא נישט אריינגיין אין די גאנצע פרשה. נאר דא פאסט זיך צו דער מאמר חז"ל "אגב חורפי' משבשתא" מתוך דיין שטארקן רצון נישט צו פארפאסן א גוט ווערטל האסטו נישט געכאפט מיין פוינט. וואס איז, אז וויבאלד ער האט שוין יא איבערגעלאזט דאס יודישקייט (מחמת איזה סיבה שהוא) האט ער נישט אנגעברענגט די צייט און זיך אויסגעלערנט צו זיין א שרייבער אויף ענגליש. נישט אז זיין אן ערליכער יוד איז אן עיכוב. דארף מען אבער קענען זיין גאנצע געשיכטע.

בונעס איירעס » דינסטאג יאנואר 8, 2013 12:44 am

· #78502

וואס איך מיין ארויסצוברענגען איז אחר ככלות הכל ווי איז ער אנגעקומען?

קוק צוריק אביסלע מיינע תגובות פראביר איך צו דריקן דייקא דאס, ווי איז ער אנגעקומען? אפשר קען איך זעין זיינע פארדינסטן פון איין קאלעכיגען יאר? איך גלויב אז פון פרילענסן ארטיקלען און בלאגעריי דעם גאנצען ליעבן טאג לייזט מען איין גאנץ קנאפ.. איך בין אים יא גרייט צו ווייזען מיינע, און פארגלייך צו זיינע אלס פרייליכער חסידישער איד.. אנע גוטן ענגליש!!

איבער זיין "פארוואס" ער איז איבערגעוויגן געווארן צו גיין ווייטער פון די מחנה האב איך שוין ראגירט און קורצן וואס מע ליינט ארויס פון זיין מאמר דא אויבן, ס'איז פשוט א פאסירונג אז א פארנאגעלטער פארנאטיקער קאפ האט זיך געפענט ביי די עלטער, (וואס ב"ה ביי אונז איז נישט אזוי שכיח) ממילא וואס איז געשעין דורך דעם דערנאך וואס האט אים געטריגערט זיין שוואכען מח איז אירעלאוואנט. 

זר זהב » דאנערשטאג מאי 2, 2013 10:12 pm

· #111477
עורה-טאן מאכט זייער אקשען דע מוצ"ש, אין די היימישע אידישע צייטונגען ווערט ווי פארשטענדליך ארויסגענומען פון זייער עד אז מ'קען עס אויסהערן אויף די ראדיא.

גנדי » פרייטאג מאי 3, 2013 12:50 am

· #111509
יעצט ארבעט די סקווירא רבי אויף כשר'ע טעיפ-ריקארדערס אן ראדיא...

מאטי » פרייטאג מאי 3, 2013 2:46 pm

· #111642
איך האב יעצט געליינט צום ערשטען מאל ישר כח לעמאן פארן ברענגען.
איז מסתבר אז אין סקווירא הערט קיינער קיין ראדיו? אינדערהיים מילא, אבער אין קאר ? זייער נישט שכיח אז א אינגערמאן זאל צום ערשטען מאהל און זיין לעבן ווערן עקספואזט צו ראדיו חוץ אויב זיין טאטע און זיין פעטער שוואגער זענען געווען ממש אויסגערופענע יחידי סגולה פרומער טיפן (פארשטייט זיך נישט געכאפט א היטש מיט געפילטע פיש) . אלזא איך קוק עס אן איבערגעטריבן.

געפילטע פיש » פרייטאג מאי 3, 2013 5:36 pm

· #111681
שטעל דיך פאר ער וואלט געכאפט א היטש מיט מיר, וואלט ער נאך היינט געווען פרום!
בלאט: 1 2