ענדע צדיקבדחןענדע צדיקמשה בער,
די אידען מיט די קליינע קאפלעך, די נשים מיט די הויזן, און די יונגלעך מיט די קורצע בעט ראובס זענען פונקט אזוי חשוב ביים אויבירשטען ווי דיר.
סארי, איך מיין אז די האסט א טעות, און די ווייסט עס,
אמת אז כל ישראל יש להם חלק לעולם הבא, אבער האלסטע טאקע אז ר משה פיינשטיין ז״ל האט באקימען זי זעלבע עולם הבא ווי זיין דריווער?
זיכער נישט,
אויך נישט פוסק הדור הרב וואזנער שליט"א 'ס וועט באקומען די זעלבע עולם הבא ווי זיין דרייווער.
וואס ווילסטו זאגן דערמיט?
ווען ר' משה פיינשטיינ'ס דרייווער זאל באקומען די זעלבע סארט עולם הבא וואלט ער נישט געוואוסט וואס צו טון דערמיט. וואס איז דען די עולם הבא פון א גאון, א צדיק? מ'זיצט ביי א גמרא מיט א הייסע גלעל טיי אין די הענט.איך קען נישט דעם דרייווער. אפשר איז ער א באהלטענער צדיק און נאך מער א באהאלטענער גאון. אבער א טיפיקל דרייווער'ס עולם הבא איז א פיצא מיט אן אייזקריעם און די לעצטע זי ווי די פון ליפא. א יעדער באקומט עולם הבא פון די זאך מיט וואס ער האט עוסק געווען בעולם הזה.