איז א בקי אן הבנה א תלמיד חכם?
44 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2658
איז א בקי אן הבנה א תלמיד חכם?
לדוגמא, מהר"א ט"ב מ'סאטמאר, וועלכע סארט ת"ח איז ער? ווענט זיך וועם די פרעגסט.... די שאלה איז וואס מיינט א תלמוד חכם? איך וואלט געזאגט אז יעדער מעסט עס אנדערשט , די וואס האלטען פון ר אהרן איז ווייל זיי ווערן נתפעל פון זיין גאונות און כח הדורש
אנדערע האלטען אז טאקע, ער האט א גוטא קאפ, אפשר אפי׳ א אייזענע קאפ, א שארפע קאפ, א גוטע זכרון, ער פלעגט טאקע לערנען, און פלייסיג געלערנט אסאך יארען , ער איז זייער שטארק אין דרוש ער האט ידועות אין אסאך עניינים נאכדערצו אין רבנישע ענינים.
אבער דאס אלעס מאכט עם נישט פאר א ת״ח, למעשה פארשטייט ער נישט קיין לערנען , ער קען א גמ׳ תוספות אין מס׳ יבמות נישט אליינס אפלערנען , א רע״א אדער א שטיקעל חזו״א זיכער נישט, ער האט נישט קיין קלארע קאפ, ס״ה וואס ער קען איז, ער קען צוזאם דרייען און מאכען פשעטלעך אין זאכען וואס ער האט ידועות
און אויב מזאל אננעמען אז ער קען נישט, מיט וואס האלטען אסאך זאליס אז מהרז״ל קען יא לערנען, וואס איז ער בעסער??
וואס מיך ווינדערט זייער וויאזוי עס זענען דא ערענסטע תלמידי חכמים מערסטענס ביי די ליטווישע קרייזען וואס ווערן זייער איבערגענומען פון עם , איז דאס פון זייער תממות? אדער ווייל זיי האבען מיט דעם איד קיינמאל נישט געלערנט, און מיטן שמוסען מיט עם פון תורהדיגע ענינים ( און אביסעל מארקעטינג און דער זייט) ווערען זיי אינגאנצען עקסיידעד אז סאיז דא א חסידישע רבי וואס קען לערנען און זאגען א מיינונג אויף עם?
וואס האלט דע דער עולם???
קען איינער ברענגען טעיפס פון זיינע שעורים וואס ער פלעגט פארלערנען אין ישיבה (ברענג מיר נישט קיין שבבי״ם טעפס ווי ער מאכט מענטשען וויינען , נישט דאס האב איך געבעטן) ניתי ספר ונחזה
( ביטע נישט דעס מאכען פאר א צימעס אשכול)
אבער דאס אלעס מאכט עם נישט פאר א ת״ח, למעשה קען ער נישט און פארשטייט נישט קיין לערנען , ער קען א גמ׳ תוספות אין מס׳ יבמות נישט אליינס אפלערנען , א רע״א אדער א שטיקעל חזו״א זיכער נישט, ער האט נישט קיין קלארע קאפ, ס״ה וואס ער קען איז, ער קען צוזאם דרייען און מאכען פשעטלעך אין זאכען וואס ער האט ידועות
אבי געשאסן סטעיטמענטס אין די וועלט אריין.
יאיראבער דאס אלעס מאכט עם נישט פאר א ת״ח, למעשה קען ער נישט און פארשטייט נישט קיין לערנען , ער קען א גמ׳ תוספות אין מס׳ יבמות נישט אליינס אפלערנען , א רע״א אדער א שטיקעל חזו״א זיכער נישט, ער האט נישט קיין קלארע קאפ, ס״ה וואס ער קען איז, ער קען צוזאם דרייען און מאכען פשעטלעך אין זאכען וואס ער האט ידועות
אבי געשאסן סטעיטמענטס אין די וועלט אריין.
וואס געשאסען ??? ער קען דאס יא, דעמאלס ברענג מיר א טיעפ ווי ער לערענט פאר,
אדער דאס פעלט נישט אויס צו קענען ? דעמאלס הער איך וואס די זאגסט און קענסט שוין זיין שטול , מהאמער שוין געהערט דיין מיינונג
אוהב דעתיאיראבער דאס אלעס מאכט עם נישט פאר א ת״ח, למעשה קען ער נישט און פארשטייט נישט קיין לערנען , ער קען א גמ׳ תוספות אין מס׳ יבמות נישט אליינס אפלערנען , א רע״א אדער א שטיקעל חזו״א זיכער נישט, ער האט נישט קיין קלארע קאפ, ס״ה וואס ער קען איז, ער קען צוזאם דרייען און מאכען פשעטלעך אין זאכען וואס ער האט ידועות
אבי געשאסן סטעיטמענטס אין די וועלט אריין.
וואס געשאסען ??? ער קען דאס יא, דעמאלס ברענג מיר א טיעפ ווי ער לערענט פאר,
ברענג מיר א טעיפ וואו ער פרובירט עס צו פארלערנען און ער קען נישט.
איך וואלט מכריע געווען צווישען יאיר און אוהב דעת, מיין מיינוג [וואס איז "קיין" מיינוג], איז אז א שטיקעל תוס' אין יבמות קען ער יא לערנען אליינס, אויכעד קען ער לערנען א ר' עקיבא אייגער וואס איז בלויז חשבון, אבער לומדות, חזון איש, קצות נתיבות, פאנגט ער נישט אן צו קענען,
פון דער אנדערע זייט וואס ווילסטו פון עם, זיין פעטער ז"ל האט דאס אויך נישט צו גוט געקענט,
אפשר אין אסוקי שמעתתא אליבא דהילכתא איז יא דא א חילוק צווישען עם און זיין פעטער, בשעת די דברי יואל האט שיין געקענט צאם קלייבן אן ענין אין מסיק זיין היכתא לדינא איז ר' אהרן א קנאפע ידען דערין
נו, נאך איינער האט א מיינונג? צום ערשטן מאל, צווייטן מאל, און צום דריטן מאל! נמנו וגמרו, מהר"א ט"ב איז נישט קיין גאון. גיב מיר נאך איין מינוט, איך גיי דאס שוין פראטאקאלירן....
ווילאנג איינער ברענגט נישט קיין טעיפ ווי מהר"א לערענט פאר מסכת יבמות מיט תוס', איז מוכרח אז ער איז קען נישט לערנען, פראטאקאלירט!
די נאמען פון דעם אשכול איז צו ער איז א ת"ח אדער עם הארץ. כ'גלייב אז ביידע צדדים וואס ווערן דא אויסגעשמועסט מאכן קלאר אז קיין עם הארץ איז ער נישט. די פראגע איז "וואספארא סארט תלמוד חכם איז מהר"א מ'סאטמאר?" פילייכט מעג מען טוישן די קעפעל ס'זאל זיין ווייניגער צימעס'דיג.
יואלישדי נאמען פון דעם אשכול איז צו ער איז א ת"ח אדער עם הארץ. כ'גלייב אז ביידע צדדים וואס ווערן דא אויסגעשמועסט מאכן קלאר אז קיין עם הארץ איז ער נישט. די פראגע איז "וואספארא סארט תלמוד חכם איז מהר"א מ'סאטמאר?" פילייכט מעג מען טוישן די קעפעל ס'זאל זיין ווייניגער צימעס'דיג.
למעשה איז דא אידען וואס שרייען אז ער איז ע״ה , איז די אידען וואס האבען געלערנט אין לומדישע ישובות קען איך פארשטיין פארוואס זיי האלטען אזוי, אבער די אנדערע אידען ובעיקור די זאליס וויל איך פרעגען זיין פעטער האט אויך נאר אזוי געלערנט , אפשא קען ער ווייניגער פון עם אבער ער גייט דאך אויפן זעלבע דרך, ניין?
זיין פעטער איז נישט געגאנגען אזוי ווייט אויף דעם פורימ'דיגן מהלך פון בויען לשיטתיה על גבי לשיטתיה גג על גג, ביז עס ווערט א מרפסין איגרא און אלע דעכער פאלן צוזאם. אבער למען האמת, רבים וגדולים ממנו האבן געבויט חידושים אויף דעם מהלך, א שטייגער ווי דער אסטראווצער, ואין פוצה פה ומצפצף.
איך מיין אז דער קעפל שרייט צו שטארק צומעס
די שמועס קען זיך האלטען נאמאל ווילאנג די קעפל איז נישט אזוי אז די אלע וואס קומען וועגן צימעס וועלן דא אריינפאלען
למשל אפשר שרייבען די קעפל: איז בקיאות התורה אן הבנה הייסט א תלמיד חכם? וכו' וכו'
גלייבטס מיר קיינער וועט נישט אריינקומען דא מיט א צימעסדיגע בליק
פארוואס איז די חאזעריי נישט אין צימעס? (אויב עס איז בכלל ערלויבט דא)
ביטע זיך האלטן צו די הויכע ניווא פון תורה ודעת, כדי מיר זאלן נישט דארפן אריבערפירן דעם אשכול קיין צימעס.
י
ישר כח פארן צוריק עפענען די אשכול,
מיין שאלה איז אויך לערנען אלע חסידישע רבנים ( אונגערישע) די זעלבע? איז דא א נפק״מ וויאזוי איין רב וועט בויען א פסק הלכה אנדערשט ווי א צווייטע?
מקען הערן ווי חסידישע אידען וועלן זאגען אז די ליטווישע זענען נישט גוט אויף צו פסקענען ( והא ראיה סאיז דא ווייניג דיינים צעווישען זיי) לעומת זה הער איך ווי די ליטווישע רעדן זיך אפ אויף די חסידישי דיינים אז זיי טוען נישט קלאר דורך א נושא, און יעדער צווייטע אינגערמאן ווערט מיר א מו״ץ, מיין שאלה איז ווי ליגט די אמת וויאזוי איז געווען אמאל (ווען אמאל??) וואס איז די ריכטיגע מהלך as a ganeral , ?
ווען איך זע א מחלוקה למשל, צעווישען סאטמער רב און ר׳ משה, איז עס מער ווי אזוי צו לערנען , אפצולערנען , נישט די השקפה דווקא
אוהב דעתלדוגמא, מהר"א ט"ב מ'סאטמאר, וועלכע סארט ת"ח איז ער?
( ביטע נישט דעס מאכען פאר א צימעס אשכול)
פארוואס נישט?
אוהב דעתיואלישדי נאמען פון דעם אשכול איז צו ער איז א ת"ח אדער עם הארץ. כ'גלייב אז ביידע צדדים וואס ווערן דא אויסגעשמועסט מאכן קלאר אז קיין עם הארץ איז ער נישט. די פראגע איז "וואספארא סארט תלמוד חכם איז מהר"א מ'סאטמאר?" פילייכט מעג מען טוישן די קעפעל ס'זאל זיין ווייניגער צימעס'דיג.
למעשה איז דא אידען וואס שרייען אז ער איז ע״ה , איז די אידען וואס האבען געלערנט אין לומדישע ישובות קען איך פארשטיין פארוואס זיי האלטען אזוי, אבער די אנדערע אידען ובעיקור די זאליס וויל איך פרעגען זיין פעטער האט אויך נאר אזוי געלערנט , אפשא קען ער ווייניגער פון עם אבער ער גייט דאך אויפן זעלבע דרך, ניין?
ברענג מיר איין תלמיד חכם וואס באלאנגט נישט צו קיין איין סאטמארע פראקציע וואס זאגט אז ער איז א ע"ה, אבי גערעדט, די עצם סטעיטמענט צו זאגן אויף אים ע"ה האט פאסירט אין די יארן פון פארמעגליך ווען די זאליס האבן זיך געשפירט געקארנערט.
יעצט צום נושא, צו ער קען אפלערנען א בלאט אין מס' יבמות? לכאורה יא, מען דארף נישט זיין דער גרעסטער ת"ח צו קענען לערנען אליין א בלאט אין יבמות
א שטיקל חזון איש? קען ער מן הסתם אויך לערנען, אבער במציאות גלייב איך אז ער האט קיינמאל נישט אריינגעקוקט דערין, און זיין פעטער מן הסתם אויך נישט.
ער איז זיכער א גרויסער ת"ח, נישט סתם פון פשטל'עך, נאר פשוט א איד וואס איז א תופס ישיבה קרוב צו פערציג יאר, ווי גרויסער ע"ה קען ער שוין זיין.
דאס איז אלעס וואס איך קלער
יעצט וועל איך זאגן וואס איך ווייס במציאות
במציאות לערנט ער זייער קלאר אפ א בלאט גמרא, איך האב עס כמ"פ מיטגעהאלטן, איך געדענק די פארהערן אין ישיבה, ער האט געוואוסט ווי צו פארהערן, און ווען מען האט נישט גגעקענט האט נישט געמוזט זיין אז מען האט פארזען א מהרש"א, נאר א פשוטע רש"י.
יתרו למשל מאכט א הכרעה אז קצות נתיבות הייבט ער נישט אן צו קענען, זאג נאר דו האסט אמאל געלערנט ביי דעם איד? האסט אנגעכאפט אזא ראונג משל אז ס'קען נישט זיין ראונגער, קצות נתיבות איז פון די ספרים וואס ער איז זיך משתעשע דערין
און די זעלבע מיט לאסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא, דער איד איז געווען א מורה הוראה פון תשל"א ביז תשמ"ה ועד בכלל, ווען ער איז געווארן רב אין קרית יואל האט ער אויפגעהערט מער ווייניגער צו פסק'נען שאלות אלס כבודו פונעם דיין, דער איד איז געזעסן ביי דין תורות יארן לאנג, עד היום ליגט נאך ביי אים אין שטוב פסקים פון דין תורות, איך האב עס אמאל געזען ווען מען האט פסח'דיג געמאכט, דער איד האט מסדר געווען גיטין, ער איז דערמאנט ערגעץ אין ר' משה פיינשטיינ'ס ספרים
כאמור דאס איז אלעס א מציאות וואס איז געווען, שאל אביך ויגדך זקינך ויאמרו לך
איין זאך וואס איך קען אפשר אנרופן שוואכקייט, ער איז אפשר נישט אזוי אויסגעקאכט אין אלע ספרי אחרוני זמנינו, נישט אז ער ווייסט נישט וואס טוט זיך דארט, איך האב אים כמ"פ געהערט רעדן און נאכזאגן מנחת יצחק'ס ביים פארהערן שו"ע, אבער לענ"ד איז עס מן הסתם נאר אין נושאים וואס ער האט שטארק געטון דערין, ווידער נושאי הלכה בכלליות איז עס מן הסתם נאר ספרים ביז די מלחמה
כל זה נאמר לאלו הרוצים לדעת המציאות, אבל אלו האוהבים צימעס יכולים לבא ולחלוקשרייבער פיין ארויס געברענגט, האסט מיר אויסגעכאפט.
ווי אזוי האט מיר א קליגער איד אמאל געזאגט, קען זיין ער איז נישט קיין ת"ח, אבער ער פאפט גוט אויס אלע גדולי ישראל רבנים וראשי ישבות וואס קומען מיט אים שייכות זיי מיינען אז ער איז א ת"ח, נאר זיינע שונאים ווייסן אז נישט.
בד"וו די תשובה אין אגרות משה איז אין אבן העזר ח"ד סי' צ"ט
<a class="postlink" href="http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=14678&st=%d7%90%d7%94%d7%a8%d7%9f&pgnum=165&hilite=3811a536-5169-4484-8fb2-86980020f3d7">http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 980020f3d7</a>
און דרך אגב, דערציילט ר' ע. וו. אז ר' ש. מ. בערקאוויטש האט זיך געגרויסט אמאל, אז דער רבי דער דברי יואל האט געוואלט ממנה זיין מהר"א פאר דיין אין קרית יואל, און ער האט ערלעדיגט אז ס'זאל נישט ארויסקומען מכח אל הפועל (אלס חיבה יתירה.... בשליחות ה"שטוב")
יעצט איך נעם נישט ארויס פון דעם די נקודה זיין שייכות מיטן רבין, נאר דער געדאנק אז ער איז אויך געווען פון די קאנדידאטן צו זיין דיין אין די ל' יארן, זעסטו שוין ווי מען האלט
די טענה "ער איז טאקע א בקי אבער ער פארשטייט נישט", איז פון די סארט טענות וואס מקען בדרך כלל טענה'ן אויף יעדער איינער און עס איז נישטא קיין וועג עס אפצווענדען. וויבאלד "הבנה" איז נישט א זאך וואס מען קען קלאר מגדיר זיין אדער מכמת זיין, איז דאס די גרינגסטע וועג אוועקצומאכען איינער וואס מזעהט קלאר אז ער איז א תלמיד חכם אז דאך איז ער אן עם הארץ.
איך האב א פארקערטע פראגע,
לאמיר זאגן, א פאגרעבטע מענטשט, מיט א לויזער ביליגער מויל, וואס האט מער ווייניגער פאברענגט זיין יוגנט לייידיג גיין, טרייבן לצנות, צאמפלעטשקען כלערעליי שטותים שונים ומשונים, ספארט, אקטיורן, פילם'ס, אמעריקאנער פאליטיק, צייטונגען, סקען דורך גיין וואכן אן עפענען א אידיש ספר, האט נישט צופיל ידיעות פון טעגליכע הלכות ומנהגים, וכהנה, וכהנה,
אבער דער זעלבער מענטש האט די כשרונות צו אפלערנען א בלאט מס' יבמות מיט א טיפע הבנה,
איז אזא איינער פארעכענט א תלמיד חכם?
ערשט יעצט נאכן ליינען די לעצטערע תגובות כאפ איך דעם קעפל
ליהוי ידוע דו ווייסט נישט וואס מיינט א בקי
א בקי אן הבנה דאס איז א קאמפיוטער, א מענטש מיט שכל אויב איז ער בקי האט ער הבנה אויך, וואס הייסט בקיאות אן הבנה? לענינינו אויב ווילסטו אנרופן מהר"א אלס בקי אן הבנה, דיר קוקט אויס די משלחן מלכים אז ער רעדט אן הבנה? זיינע דרשות קוקן אויס אן הבנה?
למשל איך בין א גרויסע בקי, אבער נישט קיין ת"ח, בכלל נישט, איך קען אבער אסאך, מיינט עס איז איך בין א בקי אן הבנה? יעדע זאך וואס איך קען, וואס איך ווייס דערפון קען איך דיר מסביר זיין
ממילא איך פארשטיי עפעס נישט דעם אויסדרוק בקיאות אן הבנה
איך קען באמת נישט פארשטיין, וויאזוי ידידים דא שטיבל זאלן פארגיסען טינט לבטלה.
אז דו ווילסט צולייגן א מענטש, למשל אדמו"ר מהר"א (לאמיר זאגן ער איז א בן יחיד, לאמיר אים נישט מעסטן לעומת א ברודער וכדומה) צו ער איז יא אדער נישט קיין תלמוד חכם. בעהט איך פון דיר איין זאך, זיידשזע מסביר וואס מיינט א תלמוד חכם טא-ביגין-וויט.
די מושג "תלמוד חכם" איז כולל כמעט א האלבע וועלט, פון א גאון אין בני ברק ביז א ראש הכולל אין מאנטריאל, און נאך אסאך כולל אינגעלייט אינדערמיט, און -יא-נאו-וואט, איך אליינס בין אויך א תלמוד חכם. יא יא. וואס? איך קען וואס פרופ' הבלין קען? קניבסקי? ר' דוב לאנדא? ר' פישעלע? ניין, עפר אני תחת רגליהם, אבער אן עם הארץ בין איך נישט. איך קען גוט די סוגיא פון בר פדא; די קשיא פון אמרי משה סימן ח'; די לאנגע סדרי טהרה בנוגע שיעור וסת; די סוגיא פון חנ"ן לויט רבינו אפרים און נאך און נאך.
ווען דו וועסט מיר מסביר זיין די פונקטליכע גדרים וואס מ'דארף קענען צו זיין א תלמוד חכם, דאן וועלן מיר מוזן דן זיין בכובד ראש בנוגע דעם אדמו"ר וואס דו ווילסט דא מרבה כבוד זיין.
כדי שלא ישאר התגובה חלק. דו דארפסט פארשטיין איין זאך: א יעדע מענטש מיט א קאפ אויף די פלייצע, אפשר נישט "יעדע" מענטש, אבער עכ"פ מענטשען מיט קעפ, קען פארשטיין יעדע שטיקל חזון איש, קצות, ברכת שמואל, רעק"א, מאירי, און יעדע תוספות אין יבמות. ס'איז א טפשות צו זאגן אויף א ת"ח אז ער פארשטייט נישט א חזון איש. יא, ס'איז אבער יא שייך אז זיין דרך הלימוד איז אן אופן וואס דברי החזון איש זענען נישט מתיישב על לבו, צוליב דעם ווייל אין יעדע שטיקל גמרא זעהט ער, - דער וואס איז צוגעוואוינט צו א געוויסע דרך הלימוד, למשל דרוש ופלפול, - גלייך עפעס א לשיטתיה וכו'. ע"כ טרעפט ער נישט דעם חזון איש רעדן צו אים.
יעדער למדן האט זיך זיין מהלך המחשבה. מיין חברותא למשל, יעדעס מאל ס'ווערט דערמאנט א נאמען פון אן תנא/אמורא טראכט ער גלייך, און זאגט ארויס בפה, ווען און וואו דער בעל המימרא האט געלעבט, פון וועם ער איז א תלמיד וכדומה. איינער זעהט גלייך א וועלט-מחלוקה. א דריטער כאפט אויף דוקא די המשך הסוגיא, און שטעלט זיך אפ טראכטען וואס איז די המשך פון די צוויי סוגיות וכו'. איינער כאפט אויף דעם נוסח, אין סמאקעווט זיך מיט די ארבעט פון עוז והדר וואס האט צוגעברענגט אלטע טעותים וואס שוין פאראכטען געווארן אין אלע גמרות געדרוקט פון 90 יאהר צוריק און ווייטער.
דו קענסט דן זיין א יחיד'ס דרך הלימוד. וואט-עווער דיין מסקנה איז, איז דאס נישט קיין הוכחה אז עפעס אנדערשט פארשטייט ער נישט.
נאך איין נקודה, מהר"א איז נישט מיין רבי. און נישט מיין רבי'ס שוואגער (נאך געבליבען עפעס אנדערשט?)
איך האב מיך געמוזט איינשרייבן דיך צו לייקן 👍 👍 👍
קאווע טרינקער א יעדע מענטש מיט א קאפ אויף די פלייצע, אפשר נישט "יעדע" מענטש, אבער עכ"פ מענטשען מיט קעפ, קען פארשטיין יעדע שטיקל חזון איש, קצות, ברכת שמואל, רעק"א, מאירי, און יעדע תוספות אין יבמות. ס'איז א טפשות צו זאגן אויף א ת"ח אז ער פארשטייט נישט א חזון איש. יא, ס'איז אבער יא שייך אז זיין דרך הלימוד איז אן אופן וואס דברי החזון איש זענען נישט מתיישב על לבו, צוליב דעם ווייל אין יעדע שטיקל גמרא זעהט ער, - דער וואס איז צוגעוואוינט צו א געוויסע דרך הלימוד, למשל דרוש ופלפול, - גלייך עפעס א לשיטתיה וכו'. ע"כ טרעפט ער נישט דעם חזון איש רעדן צו אים. (נאך געבליבען עפעס אנדערשט?)
איך בין טאטאל מחולק מיט דיר, [אין איך מיין אז א יעדע דורכשניטליכער למדן וועט מסכים זיין צו מיר]
אין פארשטיין א חזון איש איז דא אסאך דרגות, אפשר קען א יעדער פארשטיין "בערך" וואס ער זאגט , אבער פארשטיין גענוי דעם לומדות די דקות פונעם חילוק, דערהערן דעם קניטטש, דארף מען "קענען" לערנען,
איך וואלט ווען געוואלט זעהן ר' אהרן מסביר זיין א מחלוקה פין ר' חיים אין חזון איש אין הלכות שיעבוד קרקעות, א מחלוקת אין א דקותדיגע סברה, דאכט זיך זיינע ציינער וואלטן ארויסגעפאלן פאר ער וואלט צוגעקומן צום ווארט,
איך וויל דא ארויסברענגען לשבח גאר שטארק צוויי שרייבער אין דעם אשכול. קאווע טרינקער און שרייבער (לויט דעם סדר).
ס'ערשטע דארף מען דן זיין דעם גדר תלמיד חכם. צו רעדט זיך נאר פון איינער וואס קען לערנען גאר אסאך (וואס כמה רופן אן א חמור נושא ספרים) אבער זיין הנהגה פאסט אינגאנצן נישט פאר א תלמיד חכם, אדער רעדט מיט נאר פון איינעם וואס זיין הנהגה איז צוגעפאסט פאר א תלמיד חכם ובן תורה, און זיין קענטעניס אין תורה (דהיינו, וויפיל פונט ספרים ער פארמאגט אין זיין מחשבה מוח) איז נישט אזוי נוגע.
נאר פאר דעם אשכול רעדט מען דאך בעיקר פון זיין קענטעניס אין לערנען. איז דא איז וויכטיג ארויסצוברעגען די נקודה: עס זענען דא צענדליגער און אפשר הונדערטער מהלכים אין וויאזוי צו לערנען, ווי טיעף צו לערנען ווי גרונטליך, טאקע צו מער בעיון אדער מער בלעטער. ווידער בקיאות אן הבנה איז טאקע נישט דא אזא מין זאך. פיין, קענסט זאגן אז געוויסע מענטשן לערנען אפ א זאך טיפער ווי א צווייטער, מער גרונטליך, אבער אז איינער האט בקיאות אין אן ענין האט ער א געוויסע הבנה אויך דערין. זיין הבנה וועט זיין - פארשטייט זיך - לויט זיינע כשרונות און מהלך הלימוד.
איך קען א רב אין ברוקלין, וועלכער קען ד' חלקי שולחן ערוך. כמעט וואס מען קען אים נישט כאפן ביי א סעיף קטן. אבער ער קען עס נישט מיט אן עמקות. וואס ער לערנט, לערנט ער אויבערפלעכליך, אבער ער איז א גרויסער מתמיד און לערנט גאר גאר אסאך, און קען טאקע גאר גאר אסאך, פיין קען זיין ער קען טאקע נישט צונעמען א שווערע לומדות'דיגע סוגיא, אבער ער איז נאך פאר דעם נישט קיין עם הארץ. ווייל איך קען דיר ווייזן כמה אידן וועלכע קענען יא מסביר זיין גאר גרונטליך מיט א קלארקייט א מחלוקה צווישן ר' חיים מיט ווייסעכווער אין הלכות קרקעות צו חזקות, אבער רוב שולחן ערוך קענען זיי נישט, און וואס יא איז נאר אין אורח חיים, און גאר גאר ווייניג אין יורה דעה. נו, ווער איז א גרעסערער תלמיד חכם, א איד וואס האט ערנסטע בקיאות אין כמעט גאנץ ש"ס און אין ד' חלקי שולחן ערוך אן א עמקות, אדער א איד וואס קען גאר גוט די לומדות'דיגע סוגיות פון ש"ס און פארשטייט גוט ר' חיים'ס, גרנ"ט'ס, ר' שמעון'ס, וגו' וכו'. אבער אין שולחן ערוך, און אין אנדערע מקומות אין ש"ס האט ער גאנץ קנאפע ידיעות.
דער וויענער רב זצ"ל פלעגט זאגן אז ער קען אסאך אידן וועלכע זענען אפשר א תלמיד חכם דרבנן אבער אן עם הארץ מדאורייתא, ווייל קיין חומש רש"י קענען זיי נישט, און אן דעם קען מען קיין איד נישט זיין.
היוצא לנו מכל זה, א איד ווי מהר"א, וועלכע האט א שטארקע בקיאות אין יעדע (אקעי, אפשר נאר כמעט יעדע) מקצוע בתורה, און איז א מתמיד עצום, און האט געקאווערט טויזענטער בלעטער ספרים וועלכע זענען שמור בזכרונו, און צו דעם א שטארקע קענטעניס אין ספרי חסידות און מוסר, אזא איד קען בשום אופן נישט ווערן אנגערופן אן עם הארץ. אזוי ווי איינער האט שוין ערווענט דא, קענסט דן זיין וואספארא סארט תלמיד חכם ער איז, און צו דאס איז צו דיין טעיסט אדער נישט.
איי עס זענען דאך דא אידן וועלכע שרייען אז ער איז אן עם הארץ? נו, עס זענען דא אידן וועלכע שרייען אז ר' מענדעלע וויזניצ'ער איז א ת"ח און בעל מידות און קדוש מרחם, און אז זיין טאטע איז געווען א גרויסער פיקח (איינער האט מיר אמאל געוויזן אין א ספר אז ווער עס האט אזא פימפל העכער די אויגן, אזוי ווי ר' משה'לע האט געהאט, איז דאס א סימן אויף חכמה) און אז פאפא רבי איז א גאון וחכם, וגו' וכו'. כ'מיין פון דעם ברענגסטו א ראי'?
אויב מעג איך פרעגן פארוואס נעמט עפעס פונקט מהר"א אויפן צימבל,
מהיכי תיתי דער myth
איך מיין, פארוואס האט מען נישט גענומען...איך ווייס....חוסטער רב...צו בורשטינער רבי...איך מיין גארנישט ספעציעל
אין איינער וואס קען אפלערנען א תוספת אין יבמות איז יא א תלמיד חכם?
אפלערנען א בלאט גמרא אדער מגן אברהם אזוי ווי רז"ל פילעף מאכט נישט א מענטש פאר א תלמיד חכם
א תליד חכם מיינט איינער וואס קען רוב סוגיות על בוריים נישט סתם איינער וואס האט א ידיעה דערין און קען שיסן ידיעות ווי למשל אז ר' חיים רדעט דערפין וכו' וכו' - און ממוז שוין אמאל האבען דורכגעלערענט רוב שס עם ראשונים ושלחן ערוך מיט קצות פרמ"ג וחות דעת
ווי באקאנט ווען מהר״א פארט אויף וואקאציע לאזט ער איבער א קשיא פאר די בחורים.
די וואך ווען ער איז אוועקגעפארן האט ער איבערגעלאזט א קשיא, נא טרעף צו, אויף א קצות
להוציא מלבן
די קענסט נישט פארגלייכן א ליטווישען ת''ח צו א חסידישע, ווען מען זאל קוקען אויף התמדה איז מהר''א פין די שטערקטע רבי'ס ווען מען רעדט פין ת''ח ווענד זיך וואס די ריפסט ת''ח איך האב נאכנישט געזעהן אז איינער זאל מיט אים אנהייבן א סוגיא אין ער זאל נישט זיין 'היימיש' , די טיטול ת''ח האט ער נישט באקומען ווען ער איז געווארען רב אדער רבי
צדיקלשרייבער פיין ארויס געברענגט, האסט מיר אויסגעכאפט.
ווי אזוי האט מיר א קליגער איד אמאל געזאגט, קען זיין ער איז נישט קיין ת"ח, אבער ער פאפט גוט אויס אלע גדולי ישראל רבנים וראשי ישבות וואס קומען מיט אים שייכות זיי מיינען אז ער איז א ת"ח, נאר זיינע שונאים ווייסן אז נישט.
בד"וו די תשובה אין אגרות משה איז אין אבן העזר ח"ד סי' צ"ט
<a class="postlink" href="http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=14678&st=%d7%90%d7%94%d7%a8%d7%9f&pgnum=165&hilite=3811a536-5169-4484-8fb2-86980020f3d7">http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 980020f3d7</a>
מיר ליגט אין קאפ א תשובה ווי ר' משה שרייבט, ויפה הור' ר' אהרן טייטלבוים, איך קען מיך נישט דערמאנען ווי דאס איז
איך וואלט געזאגט אז ער איז א גרעסערע תלמיד חכם פין רבי זי"ע.
איחוד פעלדאיך וואלט געזאגט אז ער איז א גרעסערע תלמיד חכם פין רבי זי"ע.
?
כדי צו פראווען א פוינט, וויאזוי קען איך טרעפן די "משלחן מלכים" פון 4 אדער 5 יאר צוריק ווי עס איז רעקארדירט א שמועס צווישן כ"ק מהר"א און הרב משה מנחם ווייס, דומ"ץ פאפא בארא פארק?
הדד, איך מיין אז דיין לאנגע תגובה קען מען מסכם זיין מיט איין שורה פון די גמרא:
סיני ועוקר הרים, איזה מהן עדיף?
האב איך עס ארויס, אדער איך פארשטיי נישט?
signoutצדיקלשרייבער פיין ארויס געברענגט, האסט מיר אויסגעכאפט.
ווי אזוי האט מיר א קליגער איד אמאל געזאגט, קען זיין ער איז נישט קיין ת"ח, אבער ער פאפט גוט אויס אלע גדולי ישראל רבנים וראשי ישבות וואס קומען מיט אים שייכות זיי מיינען אז ער איז א ת"ח, נאר זיינע שונאים ווייסן אז נישט.
בד"וו די תשובה אין אגרות משה איז אין אבן העזר ח"ד סי' צ"ט
<a class="postlink" href="http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=14678&st=%d7%90%d7%94%d7%a8%d7%9f&pgnum=165&hilite=3811a536-5169-4484-8fb2-86980020f3d7">http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 980020f3d7</a>
מיר ליגט אין קאפ א תשובה ווי ר' משה שרייבט, ויפה הור' ר' אהרן טייטלבוים, איך קען מיך נישט דערמאנען ווי דאס איז
[quote="הגר"מ פיינשטיין אין שו"ת אגרות משה אבן העזר חלק ד סימן צט"]
אופן כתיבת שם סטעטן איילענד
י"ז סיון תשל"ו מע"כ ידידי הרה"ג מוהר"ר צבי הלוי פאלאק שליט"א.
הנה כבר דברנו בדבר השם לכתוב כשיזדמן לסדר גט בסטעטן איילענד דהחקירה ודרישה של כתר"ה היה אל נכון, שלכן הגט שנסדר ע"י כתר"ה וע"י שני רבנים מוהר"ר יחזקאל ראט אשר הוא דומ"ץ בקהל סאטמאר אשר בבארא פארק וע"י מוהר"ר אהרן טייטעלבוים אשר הוא הרב בקהל עצי חיים בוויליאמסבורג שצירף כתר"ה, הוא כשר בלא פקפוק וכך יש לכתוב בגיטין שיסדרו שם כפי שנכתב בגט זה אחר החו"ד לכתוב כל סטעטן איילענד בשם אחד, בסטעטן איילענד מתא דיתבא על נהר ארטור קיל.
וכתר"ה עצמו הא יש לו ידיעה גדולה בגיטין והרבה שימוש היה לכתר"ה גם אצלי וראוי לסדר גיטין אבל טוב לצרף עוד שיהיו שלשה ב"ד.
וע"ז באתי עה"ח ידידו, משה פיינשטיין. [/quote]
דאס האב איך געזעהן, איך זיך ווי ער שרייבט די לשון ויפה הור'.
מיר דאכט אז דער שמועס וואס עס איז וויכטיגער הבנה אדער בקיאות, איז צו א חשוב'ר, אז הר"ר אהרן ט"ב זאל זיין דער דמות אויף איינע פון די צדדים, ער טראגט נישט מיט זיך קיין שום פערזענטליכקייט, לאמיר נעמען א דוגמא ווי הגר"ח קניבסקי [וואס אויף אים איז א קשיא פון וואו ער האט זיך אפירגעקראצט אזא מין מהלך הלימוד, ביי זיין פעטער האט ער דאס נישט געזען... ואכמ"ל], הגר"ע יוסף, אבער וואס עס איז זיכער אז נאך דעם גרויסען 'אור' פון הגר"ח סולובייצי'ק, אדער מיט די מהלך הלימוד פון מורינו החזו"א, קען מען גונז זיין רוב פריערדיגע תשובה ספרים...
און דאס אליינס אז מען איז נישט גונז די אלעס תשובה ספרים, אדער בעסער געזאגט, דאס אליינס אז די אלע תשובה ספרים זענען געשריבן געווארן און אנגענומען געווארן איז גענוג ראיה אז די "אור" איז נישט בכוח צו גונז זיין די פריערדיגע תשובה ספרים.
יידלאון דאס אליינס אז מען איז נישט גונז די אלעס תשובה ספרים, אדער בעסער געזאגט, דאס אליינס אז די אלע תשובה ספרים זענען געשריבן געווארן און אנגענומען געווארן איז גענוג ראיה אז די "אור" איז נישט בכוח צו גונז זיין די פריערדיגע תשובה ספרים.
יא בכח נישט בכח, און מציאות, אנשטאט גיין האקען צען ראיות, און אפפרעגן פינף, און דערנאך ברענגען אכצען ראיות אז די פירכות זענען נישט קיין פירכות, און אזוי ווייטער און ווייטער... צונעמט די זאך פונעם יסוד און אזוי בויעט מען אויס א פשט וכו', אבער מיין עיקר כוונה איז געווען, אז מיט רבי חיים, אדער אפי' די חזו"א, קען מען אפפרעגן רוב ראיות וואס די 'בעלי השו"ת' ברענגען צו זייער זייט
און מהיכי תיתי אז די זאך פארמאגט א יסוד? אפשר איז די אויסגעבויעטע פשט געבויעט אויף א יסוד וואס עקזעסטירט בכלל נישט? (איך רעד פון הגרח"ס' מהלך, חזו"א איז אן אנדערע מעשה שאכמ"ל).
א "תלמיד חכם" ווערט קליפ און קלאר פארגעשטעלט אין רמ"א יו"ד סי' רמ"ג ס"ב וז"ל: "שיודע לישא וליתן בתורה ומבין מדעתו ברוב מקומות התלמוד ופירושיו ובפסקי הגאונים", (יעוי' אמו"ב פ"ג אות כ"ג).
מאראנצןזאפטא "תלמיד חכם" ווערט קליפ און קלאר פארגעשטעלט אין רמ"א יו"ד סי' רמ"ג ס"ב וז"ל: "שיודע לישא וליתן בתורה ומבין מדעתו ברוב מקומות התלמוד ופירושיו ובפסקי הגאונים", (יעוי' אמו"ב פ"ג אות כ"ג).
דער פסק איז נישט גילטיג היינטיגע צייטען, ווייל די פסקי הגאונים זענען שוין נישט להלכה, און עס האט נישט קיין שום זינען צו קענען פסקי הגאונים.
מען קען עס טוישען אויף פסקי השו"ע, און עס איז כמעט נישטא בנמצא היינט איינער וואס קען רוב מקומות הש"ס, מיט די פסקי השו"ע און די נושאי כלים פארשטייטסעך. אפשר ר' חיים קאנייעבסקי. היינט איז די תורה איינגעטיילט אין אסאך טיילען, צוליב די ריבוי התורה וואס איז נתרבה געווארען במשך הדורות.
עס איז דא מוצי"ם וואס קענען יו"ד הל' נדה, און אורח חיים ח"ב ח"ג. ווידער איז דא ידענים וואס קענען או"ח ח"א. הכשר געבערס וואס קענען יו"ד ח"א און אנהייב ח"ב. מוצי"ם וואס בנוסף צו וואס שטייט פריער קענען זיי אויך הל' ריבית (אסאך ווייסען נאר אפאר פסקים, נישט קיין דיטעיל שווערע הלכות). דיינים בוררים וואס קענען חושן משפט, איינער מער איינער ווייניגער. מסדרי גיטין וואס קענען הלכות גירושין. און לאמיר נישט פארגעסען די רעביס, וואס קענען הלכות קדושין. הלכות עגונות קען כמעט קיינער נישט, אזוי אז ביי די מעשה פין ניין עלעווען איז נישט געוועהן ווער עס זאל פסק'נן, חוץ ר' פישל הערשקאוויטש מיט ר' יחזקאל ראטה. מגידים וואס קענען אגדה, גוטע אידען וואס קענען חסידות, און מקובלים וואס קענען קבלה. איינער וואס אביסעל פין אלעס איז דא אסאך, אבער איינער וואס קען אלעס פין אלעס, איז באמת נישטא.
און אז מען רעדט שוין, ר' יחזקאל ראטה איז באמת היינט דער גרעסטער תלמוד חכם דא אין חו"ל, וויפיל מענטשען האבען נישט ליב זיין רבי זילעבראכה קרעכצען, איז ער פארט דער איינציגסטער וואס קען ד' חלקי שולחן ערוך און קען אויך ספרי קבלה וחסידות און ספרי דרוש.
שמעקעדיגהדד, איך מיין אז דיין לאנגע תגובה קען מען מסכם זיין מיט איין שורה פון די גמרא:
סיני ועוקר הרים, איזה מהן עדיף?
האב איך עס ארויס, אדער איך פארשטיי נישט?
מער ווייניגער
איחוד פעלדאיך וואלט געזאגט אז ער איז א גרעסערע תלמיד חכם פין רבי זי"ע.
מיין ענטפער צו אייך איז ... שוין עמער ווארטן ביז עס גייט אריין אין צימעס...
איחוד פעלדאיך וואלט געזאגט אז ער איז א גרעסערע תלמיד חכם פין רבי זי"ע.
איך גלייב נישט האסט זיי פארהערט, אבער פין ויואל משה זעהט מען אז דער סאטמאר רבי זי''ע איז געווען א געוואלדיגער גאון אין אלע מקצועות