☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » דאווענען פאר די נץ

דאווענען פאר די נץ

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2655

ענדע צדיק » דינסטאג יאנואר 1, 2013 2:14 pm

· #74346
דאווענען פאר די נץ
לעצטענס קומט מיר אויס גרינגער צו דאווענען איידער איך פאר ארויס צו מיין מקום עבודה,
דאס מיינט אבער דאווענען ארום 6:30,
יעצט אין די ווינטער חדשים קומט אויס שמונה עשרה פאר די נץ,
איינער האט מיר לעצטענס אריינגעפסוקס אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן להלכה,
איז עס ריכטיג?

בדחן » דינסטאג יאנואר 1, 2013 6:08 pm

· #74426
718-384-6765

דאס איז די התאדות הרבנים נומבער אנצופרעגן שאלות, און קעיס קיינער דא ווייסט נישט די ענטפער

שלמה_דיין » דינסטאג יאנואר 1, 2013 6:31 pm

· #74437
ענדע צדיק
לעצטענס קומט מיר אויס גרינגער צו דאווענען איידער איך פאר ארויס צו מיין מקום עבודה,
דאס מיינט אבער דאווענען ארום 6:30,
יעצט אין די ווינטער חדשים קומט אויס שמונה עשרה פאר די נץ,
איינער האט מיר לעצטענס אריינגעפסוקס אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן להלכה,
איז עס ריכטיג?


ע"פ המבואר בשו"ע אסור לצאת לדרך קודם שהתפלל (או"ח פ"ט ס"ג). ובאמת משעת עלות השחר מיקרי זמן תפלה (שם ס"ה ומ"א סק"ו). והמתפלל מעלות השחר ואילך יצא (שם ס"א). ומי שצריך להשכים לצאת לדרך מותר לו לכתחלה להתפלל מעלות השחר (שם ס"ח).

איחוד פעלד » דינסטאג יאנואר 1, 2013 11:26 pm

· #74597
פין בעש"ט שטייט אז מען דארף נישט מקפיד זיין אויף דער נץ ממש.

העלא » מאנטאג יאנואר 7, 2013 5:19 pm

· #78339
דאס איז זיכער אז ס'איז נישט קיין לכתחלה צו דאווענען שמונה עשרה פארן נץ
דאס איז זיכער אז דאווענען נאכן סוף זמן תפלה איז ערגער,

די חילוק איז נאר אז נאכן סוף זמן תפלה אין לו תקנה ער דארף יעצט דאווענען, ער קען דעם זייגער נישט צמוריק דרייען
משא"כ פארן נץ קען ער ווארטן

אבער מ'האט מתיר געווען פאר יעדע צורך צו דאווענען פארן נץ