☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » מעג מען משנה זיין מנהג המקום?

מעג מען משנה זיין מנהג המקום?

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2653

בדחן » דינסטאג יאנואר 1, 2013 1:04 pm

· #74330
מעג מען משנה זיין מנהג המקום?
איך קוק שוין לאנג נאך קאווע שטיבעל, און איך זע אז עס איז לעצטענס איינגעפירט דא אז יעדער נייער שרייבער הייבט אן זיינע ערשטע 5 תגובות אינעם וועבערמאן אשכול, דארט טעסט ער אויס זיינע שרייבען קוואלעפיקאציעס און פון דארט גייט ער ווייטער צו אנדערע אשכולות, טייל נייע שרייבער ווערען אינגאנצן איינגעטינקען און יענעם אשכול אז זיי זעען נישט די וועג ארויס זיי פארגעסן בכלל אז עס איז דא וועלט אינדרויסען פון יענעם שטיבעל,

מעג משנה זיין און אינגאנצען נישט שרייבען אין יענעם אשכול? אדער עכ"פ ביז מען שרייבט נישט 100 תגובות ערגעץ אנדערש?
אדער עס איז א מנהג משום אל תיטוש און מען טאר נישט משנה זיין די ערשטע 10 תגובות מוז מען דארט שרייבען?!

אברעמעל » דינסטאג יאנואר 1, 2013 1:19 pm

· #74333
קוק אויס דו האסט עס אויך נישט משנה געווען.

שמעקעדיג » דינסטאג יאנואר 1, 2013 4:56 pm

· #74400
ניין, טארסט עס נישט טון (שרייבן קודם דארט), עס איז א נייע מנהג פון די מתחדשים, עס איז קיינמאל אזוינס נישט געווען, ולא שערום אבותינו.
אויב צוליב אל תטוש, זאלסטו שרייבן איבעראל נאר נישט דארט, חוץ אויב דו האסט עפעס זאכליך צוצולייגן דארט.
ממילא קענסטו זיכער משנה זיין, און ביי אזעלכע אופנים אמרו ז"ל כל המשנה ידו על העליונה.

בדחן » דינסטאג יאנואר 1, 2013 4:59 pm

· #74402
שמעקעדיג, יעטץ בין איך שוין מער צומישט פון בעפאר, יא שרייבען אדער נישט שרייבען??

שמעקעדיג » דינסטאג יאנואר 1, 2013 5:03 pm

· #74403
פרעג נישט צופיל... דו שרייבסט פיין. שרייב ווייטער! (נישט אין דעם אשכול...)

berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 20, 2013 9:00 pm

· #81144
ענטפער צו בדחן
אבער ווי ס'זעהט אויס האסטו שוין ב"ה גראדואירט. ווייל די שרייבסט שוין תגובות אויף אלע סוגיות. אמת, אין אנהייב האסטו נאר געשריבן אין וובמן. אשכול. אבער דו האסט דיך ב"ה ארויסגעדראפעט פון דארט. כה יתן ה' וכה יוסיף. ילכו מחיל אל חיל. ס'איז דא נאך א סאך פסוקים וואס מ'קען ברענגען אבער מיר'ן עס לאזן פאר א צווייטע געלעגנהייט.