☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » רבי ביים 'סדר' פונעם עם הארץ

רבי ביים 'סדר' פונעם עם הארץ

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #264

דולה ומשקה » מאנטאג מערץ 26, 2012 1:57 pm

· #2890
רבי ביים 'סדר' פונעם עם הארץ
ס'איז ידוע אז דער בני יששכר 'דרכו בקודש' איז געוועהן אריין צו קוקען ביי יענעם אין דער פענסטער, ביי די הייזער פון די פשוטי עם, די עמי הארצים, זעהן ווי אזוי זיי רעכטן אפ דער סדר, איינמאהל האט ער געזעהן ביי די 'ארבעה בנים', ווי יענער שרייט בקול גדול "אחד" חכם "אחד" רשעה וכו', אזוי ווי ביי קריאת שמע.

פון בעלזא רב דערציילט מען ווי ער האט זיך אינטער געהערט ווי א עם הארץ זאגט פסח מצה ומרור "מחותנים" לפניך.

בשם דער אפט'ער רב ווי איינער האט געזאגט "ולבן בקש להרוג את הכל", (דער מנחת אלעזר האט דאס דערציילט ביים סדר בשםן דער 'שם שלמה').

א אנדערע עם הארץ האט אמאל געשריגען ביי שפוך חמתך אל הגוים וכו' "תרדוף באף ותשמידם מתחת", אין געשריגען בקולי קולות "ש-מ-י הוי"ה".

א צווייטע עם הארץ האט זיך געטעל שמונה עשרה נאך "גאל ישראל" אנשטאט טרינקען דעם צווייטען כוס.

די צדיקים פלעגן זאגעם פשטים אין גאנצע תורות אויף די עםארצות, אין זאגען אז יש בו דברים של טעם.

ווען זענען די צדיקים געגאנגען צו די הייזער, איידער זיי האבען אנגעהויבען זייער אייגענע סדר, ווי לאנג האבען זיי אזוי שפאצירט? פארוואס האבען זיי נישט גלייך אנגעהויבען זייער סדר? האבען זיי אזוי יעדעס יאר שפאצירט פארן סדר מאדער נאר לפעמים? איז דאס פשוט געוועהן אויפן וועג אהיים פונעם דאווענען?

שמואל הלוי » מאנטאג מערץ 26, 2012 2:01 pm

· #2892
Re: רבי ביים 'סדר' פונעם עם הארץ
זיכער געווען פארן סדר, נאכן סדר פון די צדיקים איז נישט מעגליך אז די עמי הארצים האבן נאך געהאלטן דעמאלס ביי גאל ישראל.

דולה ומשקה » מאנטאג מערץ 26, 2012 3:59 pm

· #2933
Re: רבי ביים 'סדר' פונעם עם הארץ
הייסט דאס, דער עם הארץ האט שנעל געמאכט זיין סדר, אז ער האלט ביי גאל ישראל אין דער רבי האט ניטאמאהל אנגעהויבען זיין סדר, דער זמן איז היבטש שפעט.

שמואל הלוי » מאנטאג מערץ 26, 2012 4:01 pm

· #2935
Re: רבי ביים 'סדר' פונעם עם הארץ
די עמי הארצים האבן געדאווענט אין פאליש - אפגעכיפערט די דאווענען, און די רבי'ס האבן געפראוועט רבי'שע מעשה'ס.

קרעמער1 » מאנטאג מערץ 26, 2012 4:06 pm

· #2940
Re: רבי ביים 'סדר' פונעם עם הארץ
דולה ומשקה

בשם דער אפט'ער רב ווי איינער האט געזאגט "ולבן בקש להרוג את הכל", (דער מנחת אלעזר האט דאס דערציילט ביים סדר בשםן דער 'שם שלמה').

תיקון טעות: ער האט געזאגט ולבן בקש להרוג את הבל.

-------------

ס'איז באקאנט גאר אסאך ווערטלעך וואס דרייען זיך ארום. נישט אלע האבן א מקור, און א טייל האבן פשוטע ליצים פאבריצירט און אריינגעטאן אין א חסידישע מעשה.

איין באוואוסטע אמת'ע מעשה איז יענער ע"ה וואס האט געוויזן ביי 'תם' מה הוא אומר, מיטן פינגער כלפי מעלה. ווייל אויף פויליש מיינט "טאם" דארט.

קול גדול » מיטוואך מערץ 28, 2012 5:30 pm

· #3347
Re: רבי ביים 'סדר' פונעם עם הארץ
ס'איז אמאל געווען א עם הארץ ביים סדר, אבער נישט סתם אן עם הארץ נאר א גראבע יונג, די צווייטע זון פון די בעל הגדה'ס ארבעה בנים. ווען מ'איז אנגעקומען צו די דיינו'ס האט ער איינגעטינקען זיין פעדער אין טינט און זיך גענומען מעקן אלע דיינו'ס, האט מען אים געפרעגט אפשר לאז איבער עפעס א זכר? האט ער צוריק איינגעטינקען זיין פעדער אין טינט און איבערגעלאזט א זכר:
"אילו נתן לנו את ממונם, ולא נתן לנו את התורה – דיינו"...

שמואל שלום שלמה » דאנערשטאג מערץ 29, 2012 10:19 am

· #3412
Re: רבי ביים 'סדר' פונעם עם הארץ
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים, ס'נישט קיין קונץ חזוק מאכן. די הייליגע אידן אויף וועם מ'פארציילט די מעשיות האבן אודאי געוויס געהאט הייליגע מחשבות דערביי, און זיי האבן געזיכט מיט דעם ממתיק זיין דינים, כידוע לכל מבין.

קול גדול » דאנערשטאג מערץ 29, 2012 3:33 pm

· #3474
Re: רבי ביים 'סדר' פונעם עם הארץ
שמואל שלום שלמה
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים, ס'נישט קיין קונץ חזוק מאכן. די הייליגע אידן אויף וועם מ'פארציילט די מעשיות האבן אודאי געוויס געהאט הייליגע מחשבות דערביי, און זיי האבן געזיכט מיט דעם ממתיק זיין דינים, כידוע לכל מבין.

נישט קיין פראבלעם, מיר קענען אויך האבן הייליגע מחשבות און אינזינען האבן צו ממתיק זיין דינים, כידוע לכל מבין...

קרעמער1 » מאנטאג אפריל 2, 2012 10:08 am

· #3729
Re: רבי ביים 'סדר' פונעם עם הארץ
די פשטות'דיגע אורזאך איז, ווייל א גאנץ יאר האט זיך דער ע"ה ווי נישט ווי אן עצה געגעבן מיט די טעגליכע עברי. דער עולם איז שוין געווען געוואוינט צו די טעגליכע גרייזן (נשתינו) און ס'איז שוין נישט געווען מאדנע...
אבער ווען ס'איז געקומען איינמאל א יאר צום סדר, מיט די לאנגע הגדה און פילע מנהגים האבן זיי ווי פארשטענדליך נישט געפינען די הענט און פיס (און ציין...). טאקע אזוי ווי מיר ליינען אין די מעשיות..

קרעמער1 » דינסטאג אפריל 10, 2012 5:24 pm

· #4308
Re: רבי ביים 'סדר' פונעם עם הארץ
דולה ומשקה

ווען זענען די צדיקים געגאנגען צו די הייזער, איידער זיי האבען אנגעהויבען זייער אייגענע סדר, ווי לאנג האבען זיי אזוי שפאצירט? פארוואס האבען זיי נישט גלייך אנגעהויבען זייער סדר? האבען זיי אזוי יעדעס יאר שפאצירט פארן סדר מאדער נאר לפעמים? איז דאס פשוט געוועהן אויפן וועג אהיים פונעם דאווענען?

איך האב געזעהן אין א גליון אז דער שר שלום פלעגט אנהויבן דעם סדר זייער שפעט. די ערשטע נאכט האט מען מקפיד געווען אויף די אפיקומן פארן "עלות", אבער די צווייטע נאכט בלויז די כזית מצה

דולה ומשקה » מיטוואך מערץ 13, 2013 3:47 pm

· #96641
ס'דא א רעבישע אייניקעל וואס זוכט א עם-הארץ צו גיין נאכקוקען ביים סדר.

ברסלבער » מיטוואך מערץ 13, 2013 3:50 pm

· #96644
געוויסע האבן צוזאמגעשטעלט ביידע אינאיינעם, דער רבי'ש אייניקל איז אויך אן עם הארץ, אזוי דארף ער נישט גיין פאשען אונטער פרעמדע פענסטער'ס...