☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » לאו סוט אויף סאטמאר זאלונים - וועלן ארונים העלפן פייטן קעגן?

לאו סוט אויף סאטמאר זאלונים - וועלן ארונים העלפן פייטן קעגן?

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2638

מורינו הרב » זונטאג דעצעמבער 30, 2012 3:26 pm

· #73885
לאו סוט אויף סאטמאר זאלונים - וועלן ארונים העלפן פייטן קעגן?
עס טוט זיך לעבעדיג אין שטאט. ווי עס קוקט אויס וועט זיין א גרויסע לאו-סוט קעגן די זאלונים מוסדות, אין ליכט פון די וועבערמאן סאמעטוכע. יעצט, אויב וועט די קעיס דורכגיין, וועט סאטמאר מוזן באצאלן מיליאנען, א זאך וואס וועט שטארק שעדיגן סאטמאר, אריינלייגן די מוסדות אין א מצב פון בענקראטסי. עס וועט נעמען א לאנגע צייט צו קומען צו זיך פון דער קלאפ, אויב מען וועט בכלל זיך זען אין דער פריעדיגע מצב ווי מען איז געווען פון פריער.

פארשטייט זיך, אז סאטמאר וועט נישט שווייגן. זיי וועלן נעמען די בעסטע לויערס צו פייטן דעם לאו-סוט און זיכער מאכן אז זיי דארפן גארנישט באצאלן. זיי וועלן זיכער מוזן צוקומען צו דער הילף פונעם ציבור, דורך פאבליק רעלעישנס און ארויפטרייבן געלט פאר לויערס צו קענען פייטן דעם סיסטעם.

די אהרונים פון זייער זייט, האבן יעצט א גאלדענע געלעגנהייט, זיך נוקם צו זיין איינמאל פאר אלעמאל אין זייער בלוט-שונא, זיי אנצולערנען די ביינער ווי עס דארף צו זיין, און פארמאכן די מוסדות פון זייערע שונאים וואס שטייען זיי אין וועג. טאקע יענע וואס האבן גורם געווען אז זייער רבי זאל נישט קענען זיצן אין בית-המדרש פון רביה"ק, און נישט זיין דער אויסשליסליכער רבי און ממלא מקום פון סאטמאר רב'ס בענקל. אצינד האבן זיי די געלעגנהייט צו גיסן אויל אויפן פייער און זיכער מאכן אז זייערע שונאים גייען אריין אין א מעכטיגן באנקראט, וואס איז נאך קיינמאל פריער נישט געווען. אויב זיי וועלן דאס טון, האבן זיי א געלעגנהייט אראפצונעמען פון וועג א שונא וואס שטייט זיי יארן אין וועג, און מער וועלן זיי נישט דארפן הערן און געדענקען פון אזא סטראשע וואס רופט זיך זאלונים. די זאלונים וועלן זיין אין דרערד און זיי וועלן זיין על הגובה.

פון די אנדערע זייט: אזא שריט קען מיינען 'זיך שיסן אין די אייגענע פיס'. איינמאל מען ברעכט דאס דורך, קען דאס יעדן טאג פאסירן מיט זייערע אייגענע מוסדות. די חברה וואס ווילן סוען די זאלונים, מיינען נישט זאלונים און אויך נישט מאלעסטעישן. זיי מיינען אונטערצוברענגען דעם סיסטעם פון אידישקייט אונטער וועלכע די חסידי'שע מוסדות לעבן. דאס מיינט אז עווענטואל וועט מען נישט ארויסלאזן די אהרונים פון דעם פראבלעם, און זיי וועלן זיך אויך מוזן בייגן אדער מלחמה האלטן דערפאר. דעריבער איז פאראן א סברה, אז די אהרונים וועלן דא העלפן די זאלונים מיט די מלחמה, כדאי עס זאל נישט פאסירן מארגן אויף זיי, ווייל די מלחמה מיינט ביידע, נישט נאר סאטמאר זאלונים.

די שאלה איז אצינד: וועלכע שטעלונג גייען די אהרונים נעמען? - גייען זיי אויסנוצן די געלעגנהייט אראפצורוימען זייער נומער 1 שונא פון טיש, אדער וועלן זיי מיטשטיין די מלחמה, העלפן זייערע בלוט-שונאים פאר זייער אייגענע אינטערעסע?

וואס האלט דער עולם?

אוהב דעת » זונטאג דעצעמבער 30, 2012 3:50 pm

· #73890
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/2497">viewtopic.php?f=24&t=2497</a><!-- l -->

signout » זונטאג דעצעמבער 30, 2012 6:04 pm

· #73905
מורינו הרב גרייט אן אטאקע קעגן די ארונים אויב זיי שטעלן זיך נישט צו

יונגערמאנטשיק » מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 12:29 am

· #73966
מורינו הרב פרעגט גאר אן אינטערעסאנטע פראגע. די זאלי קאמפאני'ס PR האט באוויזן איינצורעדן די ארוינים אז זיי זענען מר 'נייס גיי', און די זאליס זענען די שלעכטע. נו, מר. נייס גיי האט זיך אלעמאל אנגעשטרענגט צו בלייבן דער 'נייס גיי', טראצדעם וואס די זאליס האבן געטוהן וואס זיי האבן געוואלט, אזוי לאנג וואו דאס וועט העלפן די פארטיי. און די ארוינים האבן כסדר געענטפערט פאר זיך אליין "מיר זענען נישט וואו זיי", און מיט דעם זענען די זאליס געפארן וואו זיי האבן געוואלט.

אצינד ווען די זאליס זענען אין טראבל איז די פראגע צו גייען די ארוינים ווייטער גיין מיט זייער טראדיציע און זאגן 'איך בין א נייס גיי' און העלפן די זאליס, אדער גייען זיי זיך אויפפיהרן ווי די זאליס וואלטן זיך אויפגעפיהרט צו זיי, און מתיר געווען אלעס פאר די פארטיי?

איך ווייס נישט די תירץ, אבער לבי אומר לי אז די ארונים גייען ווייטער גיין מיט זייער טראדיציע, און זיי גייען מיטארבייטן מיט די זאליס. און די עיקר סיבה איז אז די סאטמארע מחלוקה וועפט שוין, קיינער גייט מער גארנישט פארדינען אדער דערלייגן. די איינציגסטע זאך וואס זיי קענען האבן איז א נקמה אין זייערע שונאים. אויב פלאנט מען נאך עפעס אויפצוטוהן איז פארהאנדלען די איינציגסטע אפציע. דעריבער איז נישטא קיין שום סיבה פארוואס די ארוינים זאלן נישט העלפן די זאלוינים, 'נקמה אליין איז נישט גענוג סיבה'.

איך וועל נישט ווערן שאקירט אויב די ארוינים גייען למעשה טוהן אנדערש, די זאליס האבן געטוהן גענוג שייגעץ שטיק צו בויען די פארטיי טראצדעם וואס אסאך יודן האבן דערלייגט דערפון, (פרשת ר' ארי לייב ועוד) איז מעגליך אז געוויסע וועלן זעהן דא א זעלטענע נקמה געלעגענהייט און וועלן לאזן די זאליס פאלן. פארט גלייב איך אז זיי גייען ענדערש אננעמען דעם פריערדיגן מהלך.

היסטאריקער » מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 2:24 pm

· #74102
וואס קענן זיי העלפן, געבן געלט?

און וויאזוי קענן זיי שטערן?

לדעתי זאלן זיי שטיין אין א זייט, שב ואל תעשה

יונגערמאנטשיק » מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 2:39 pm

· #74106
איך ווייס נישט אויב ס'איז גוט צו שרייבן, אבער ס'דא פשוטע וועגן סיי צו העלפן און סיי צו שטערן. די וואס האבן מיטגעהאלטן די סאטמערע קעיסעס וועלן עס גרינג פארשטיין.

מיקוה נייעס » דאנערשטאג יאנואר 3, 2013 2:02 pm

· #77463
אויב איך מעג פרעגן ווער גייט אריינגעבן די לאו סוט ?

outspoken » דאנערשטאג יאנואר 3, 2013 2:09 pm

· #77465
מיקוה נייעס
אויב איך מעג פרעגן ווער גייט אריינגעבן די לאו סוט ?

קרויס/דייטש

מיקוה נייעס » דאנערשטאג יאנואר 3, 2013 2:28 pm

· #77468
פארוואס און די וועלט זאלן זיך די ארוינים צושטעלן צום מיידל ?

gehlungen » דאנערשטאג יאנואר 3, 2013 3:00 pm

· #77481
מיקוה נייעס
פארוואס און די וועלט זאלן זיך די ארוינים צושטעלן צום מיידל ?

They won't do nothing. Just look & laugh