☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אגודה: חינוך איבער אביוז און באריכטן צו די פאליציי, א חיוב!

אגודה: חינוך איבער אביוז און באריכטן צו די פאליציי, א חיוב!

19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2637

יואליש » זונטאג דעצעמבער 30, 2012 12:59 am

· #73736
אגודה: חינוך איבער אביוז און באריכטן צו די פאליציי, א חיוב!
קלארע אנערקענונג איבער די שרעקליכע תוצאות פון די "מגיפה" פון סעקסואלע אביוז, די חיוב פון מוסדות התורה און עלטערן צו רעדן קלאר צו קינדער, רימט אויס "פראזשעקט יעס," און פאדערט אויף ע"פ תורה צו גיין צו די פאליציי תיכף ומיד ווייל וויכטיגע באווייזן קענען פארלוירן גיין דורך ווארטן.

באגעלייגטע שטעלונג און אויפאדערונג איז פארטיילט געווארן ביי די היי יעריגע אגודות ישראל קאנווענשאן.
📎 Agudah.jpg

יואליש » זונטאג דעצעמבער 30, 2012 1:05 am

· #73739
קען איימיצער דאס איבערטייטשן לתועלת הציבור?

יאיר » זונטאג דעצעמבער 30, 2012 1:08 am

· #73742
אומגלויבליך. וואס איז געשען אז זיי האבן געטוישט אזוי דראסטיש זייער מיינונג?

Starbucks » זונטאג דעצעמבער 30, 2012 1:19 am

· #73748
יאיר
אומגלויבליך. וואס איז געשען אז זיי האבן געטוישט אזוי דראסטיש זייער מיינונג?


נו, זאג דו...

שמעקעדיג » זונטאג דעצעמבער 30, 2012 1:20 am

· #73749
אפשר איז דאס נאר כדי להוציא מלבן פון די אויטאריטעטן אז היימישע אידן טוען גארנישט.

יאיר » זונטאג דעצעמבער 30, 2012 1:21 am

· #73750
זיי האבן דאך ערשט געזאגט אז דער בעסטער וועג איז צו גיין קודם צו די רבנים, פלוצלינג ווערן זיי אזוי היסטעריש.

יואליש » זונטאג דעצעמבער 30, 2012 1:23 am

· #73753
ווי געזאגט, ווי ס'גויאישט זיך (קאטולישע קירכע) אידיש'ט זיך. פילייכט, דרויסענדיגע פרעשור מענטשעלט אויס?

petergrifin » זונטאג דעצעמבער 30, 2012 1:24 am

· #73754
570am אויף האט מען הײנט נאכט גערעדט װעגן אן נײע ארגענײזעשן װאס דוב הײקינד גײט עפענן בקרוב פאן סעקועל אביוז מיט מענטשן װאס האבן שוין יארן עקספירענס
און מיט דער פול סופארט פון גרויסע רבנים אויב אײנער האט אויס געהערט דער גאנצע שוי ביטע טײל מיט.

יואליש » זונטאג דעצעמבער 30, 2012 1:24 am

· #73755
שמעקעדיג
אפשר איז דאס נאר כדי להוציא מלבן פון די אויטאריטעטן אז היימישע אידן טוען גארנישט.


כ'וואלט אלעס געגלייבט ביזן זיין מגלה פנים באלישב שלא כהלכה. דאס איז א קלארע פסק פארן אידנטום וועלכע הארכן די אגודה.

וואס האלט דער עולם, די אלייענס פון סאטמאר מיט די אגודה גייט צוזאמפאלן? גייט מען זיך פלוצליג זיך דערמאנען אז די רבי האט נישט געהאלטן פון די אגודה? אדער סאטמאר וועט שטילערהייט נאכפאלגן?

יאיר » זונטאג דעצעמבער 30, 2012 1:30 am

· #73758
פון וועלכע אלייענס רעדסטו, יואליש? מציצה בפה?

יואליש » זונטאג דעצעמבער 30, 2012 1:38 am

· #73759
יאיר
פון וועלכע אלייענס רעדסטו, יואליש? מציצה בפה?


מערערע, טעפ פראגראם, די סטאטוע אוו לימיטעשאן פאר אביוז אלעגעשאנס, וכדו' זיי ארבייטן אלעמאל אינאיינעם.

שמעקעדיג » זונטאג דעצעמבער 30, 2012 4:41 pm

· #73898
אינטרעסאנט אז קיין איינער האט נישט גע'חתמ'עט דערויף.
איז די לעטערהעד אליינס גענוג?

יואליש » זונטאג דעצעמבער 30, 2012 6:15 pm

· #73906
שמעקעדיג
אינטרעסאנט אז קיין איינער האט נישט גע'חתמ'עט דערויף.
איז די לעטערהעד אליינס גענוג?


כ'בין נישט באקאנט מיט די אגודה'ס סטיל. געווענליך האט יעדע בריוו א חתומה? כ'קלער אז מעגליך איז דער בריוו פאלטש.

געוואלד געשריגן » זונטאג דעצעמבער 30, 2012 6:23 pm

· #73910
יואליש
שמעקעדיג
אינטרעסאנט אז קיין איינער האט נישט גע'חתמ'עט דערויף.
איז די לעטערהעד אליינס גענוג?


כ'בין נישט באקאנט מיט די אגודה'ס סטיל. געווענליך האט יעדע בריוו א חתומה? כ'קלער אז מעגליך איז דער בריוו פאלטש.


the letter is simply indicating that this was the theme of the lectures at the convention. This isn't meant to be some sort of official decree, to my understanding.

יואליש » מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 7:01 pm

· #74153
מצב דאט קאם באריכט די אגודה שטעלונג


<a class="postlink" href="http://matzav.com/protecting-our-precious-children">http://matzav.com/protecting-our-precious-children</a>

יידל » מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 8:49 pm

· #74161
וואס באריכט ווען באריכט, א בלויזע קאפיע פונעם צעטל ותו לא.

יואליש » מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 9:11 pm

· #74166
יידל
וואס באריכט ווען באריכט, א בלויזע קאפיע פונעם צעטל ותו לא.


אמת. אבער היות ס'איז נישט קלאר אויב די צעטל איז וואר אדער א פאלסיפיקאציע, איז געווען אינטערעסאנט צו באמערקן אז דער דגל התורה 'מצב' האט נאכגעברענגט דאס צעטל פון אגודות ישראל.

הירשל ציג » מיטוואך יאנואר 2, 2013 10:58 pm

· #77352
ס'איז מזוייף
A HOAX

אבער ס'איז געלונגען!

שלום דין » מיטוואך יאנואר 2, 2013 11:09 pm

· #77355
הירשל ציג
אבער ס'איז געלונגען!


נאך ווי! וואס זאלן זיי טון? לייקענען?