☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » בילדער וואס מוויל פון אונז באהאלטען

בילדער וואס מוויל פון אונז באהאלטען

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2634

אוהב דעת » פרייטאג דעצעמבער 28, 2012 3:22 pm

· #73644
בילדער וואס מוויל פון אונז באהאלטען
סאיז דא אסאך בילדער וואס מוויל נשט ווייזען פאר די אינגע דור סוואלט כדי געווען צו מאכען א אשכול דערפון
איך האב דריי בידער וואס איך וועל לייגען
ליבאוויטשער רבי אן א קאפעל אין קאליזש
סאטמערע רבי מיט די פוס אויפן בענקעל , אן א היט און רעקל
בובובער רב אלס קינד מיט א בעדינג סוט , אויף איינעמס אקסלען , אין א סווימינג פול
דער עולם ווערט געבעטן צו לייגען נאך

עוד מישהו » מוצ"ש דעצעמבער 29, 2012 5:39 pm

· #73650
נו לייג ארויס, איך האב נישט קיין בילדער, אבער איך געדענק נאך די גוטע צייטן, ווען פנים חדשות פלעגט ארויסקומען, און יעדע וואך זענען געווען זאפטיגע בילדער, פארשטייט זיך פאלשע, אבער ווער האט דעמאלט געהאט פאטאשאפ. בקיצור אמאל איז געווען זיך צו האלטן אין די זייטן.

אריק » מוצ"ש דעצעמבער 29, 2012 6:43 pm

· #73651
דער באבובער בילד איז דאכצעך געווען אין שבת בלעטל נישט לאנג צוריק.

דער סאטמארער בילד מיינסטו מסתם די בילד אויפן שיף, דער בילד ווער נישט באהאלטן און עס איז נישטא וואס.

דער ליובאוויטשער בילד וואלט געווען אינטערעסאנט צו זען.

נו, יעלה ויבא...

איחוד פעלד » מוצ"ש דעצעמבער 29, 2012 9:43 pm

· #73683
דער בילד פין ליבאוויטשער קומט לכאורה לכאורה פין דער ביכל פין ליאזנער.

ידען » מוצ"ש דעצעמבער 29, 2012 9:57 pm

· #73689
דער עולם ווערט געבעטען צו לייגען נאך?

האסטעך נאך גארנישט געלייגט צולייגער.

נ נח » מוצ"ש דעצעמבער 29, 2012 11:17 pm

· #73704
די בילד פין באבוב׳ע רב איז אלץ יונגרמאן

אוהב דעת » זונטאג דעצעמבער 30, 2012 1:07 am

· #73740
נ נח
די בילד פין באבוב׳ע רב איז אלץ יונגרמאן

ניין, ער איז געווען 10 יאר אלט

יאיר » זונטאג דעצעמבער 30, 2012 1:12 am

· #73744
לאמיר שוין זען דעם ליובאוויטשער אנ'ם קאפל.

אוהב דעת » זונטאג דעצעמבער 30, 2012 1:17 am

· #73747
איחוד פעלד
דער בילד פין ליבאוויטשער קומט לכאורה לכאורה פין דער ביכל פין ליאזנער.

יא עס איז און זיין בוך larger then life , part 2, און דער ליאזנער האט מיר געזאגט אז דער רבי האט הנאה געהאט אר ער שרייבט אראפ היסטארי לאמתו , און נישט פארדרייט, אוודאי די ליבאוויטשע חסידים ווילען עם הארגענען דערפאר

יאיר » זונטאג דעצעמבער 30, 2012 1:22 am

· #73751
מען קען עס זיין אויפ'ן אינטערנעט?

יאיר » זונטאג דעצעמבער 30, 2012 1:28 am

· #73757

עס איז געווען א רעגיסטראציע בילד און מען האט געמוזט אויסטון דעם קאפל.

אוהב דעת » זונטאג דעצעמבער 30, 2012 1:41 am

· #73760
אזוי טענהן די חסידים, ( חוץ פון וואס זיי שרייען אז די בילד איז געפאלשט) ער ברענגט אבער ריאות אז די רבי פלעגט זיך כסדר ארום דרייען אזוי

יאיר » זונטאג דעצעמבער 30, 2012 1:56 am

· #73761
ווייסט אפשר איינער וואס די ראיות זענען?
די טענה אז עס איז סיי פאלש און סיי ער האט זיך געמוזט אויסטון דעם קאפל דערמאנט מיר פון א מעשה:
ראובן האט געבארגט א האמער פון זיין חבר. ווען ער האט עס צוריקגעגעבן איז דער האמער געווען צובראכן, ווען דער חבר האט אים פארגעהאלטן דערויף ענטפערט ער, "ערשטנס, איך האב דיר עס צוריקגעגעבן גאנץ. צווייטנס, עס איז שוין געווען צובראכן פארדעם. דריטנס, איך האב קיינמאל קיין האמער פון דיר נישט געבארגט..."

טעפל » זונטאג דעצעמבער 30, 2012 4:58 am

· #73795
אוהב דעת
אזוי טענהן די חסידים, ( חוץ פון וואס זיי שרייען אז די בילד איז געפאלשט) ער ברענגט אבער ריאות אז די רבי פלעגט זיך כסדר ארום דרייען אזוי

מ'דערציילט אז מ'האט געפרעגט ר' jb סאלאווייצ'יק צו ס'איז אמת אז די רבי אין קאלעדזש האט געלערנט מיט א חומש אינטערן טיש, האט ער געענטפערט "ניין מנחם איז געוועהן א פרומער ער האט ניט געלערענט אהן א קאפל".