☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » רב האט מתיר געווען חמץ אין בערגען בעלזען

רב האט מתיר געווען חמץ אין בערגען בעלזען

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #263

יידל » מאנטאג מערץ 26, 2012 12:29 pm

· #2871
רב האט מתיר געווען חמץ אין בערגען בעלזען
די "געטא פייטערס האוז מוזעאם" האט ארויסגעגעבן א היסטארישער דאקומענט אין וועלכער דער רב פון בערגן בעלזן, הרב יששכר בערנארד דעיוויס פסקנט אז מען מעג עסן חמץ אין פסח (בשעת די קריג יארן) ווייל עס גרעניצט זיך מיט פיקוח נפש. דער דאקומענט געפונט זיך שוין אין באזיץ פון דעם מוזעאם זינט 1997, אבער דער מוזעאם האט ביז היינט געצעגערט דאס ארויסצוגעבן נישט ווילנדיג פארשאפן בושות פאר הרב דעיוויס. דער באשלוס דאס צו מפרסם זיין האבן זיי געמאכט נישט לאנג צוריק, איינזעענדיג אז דאס איז נישט קיין בושה, און אז דאס איז א וויכטיג שטיקל היסטאריע.

הרב דעיוויס איז געווען רב פון ראטערדאם, האלאנד בשעת די צווייטע וועלט מלחמה. ווען גערמאניע האט אינוואדירט האלאנד, איז ער מיט זיין משפחה דעפארטירט געווארן קיין בערגן בעלזן. ווען עס איז געקומען פסח האט הרב דעיוויס באפוילן פאר די אידן אין בערגן בעלזן צו עסן חמץ ווייל אז נישט קען מען אויסגיין פאר הונגער. הרב דעיוויס האט געפירט א פסח סדר ווי ער האט געזאגט די ברכה אויף מצות (נישט קלאר צו אויף די ברויט אדער ער האט געהאט ספעציעלע מצות).

שמואל הלוי » מאנטאג מערץ 26, 2012 12:59 pm

· #2877
Re: רב האט מתיר געווען חמץ אין בערגען בעלזען
ווי קען מען זעהן די דאקומענט?

יידל » מאנטאג מערץ 26, 2012 1:10 pm

· #2878
Re: רב האט מתיר געווען חמץ אין בערגען בעלזען
אין דעם מוזעאם... (עס איז דוכט זיך אין ירושלים)

שמואל הלוי » מאנטאג מערץ 26, 2012 1:11 pm

· #2879
Re: רב האט מתיר געווען חמץ אין בערגען בעלזען
אהא... איך האב געמיינט אז ס'איז געווארן פאבליצירט ערגעץ ווי אויפן נעט.

משולם שטיינפעלד » זונטאג יולי 22, 2012 4:46 pm

· #27001
איז דאס די רעדע אדער מען רעדט וועגן א געשריבענע פסק?