☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » ספר אמונה ובטחון, חזו"א

ספר אמונה ובטחון, חזו"א

34 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2626

אוהב דעת » דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 12:18 pm

· #73356
ספר אמונה ובטחון, חזו"א
איך האב אמאל אנגעהויבען איבער טייטשען די ס׳ אמונה ובטחון פון די חזו״א ווארט ביי ווארט אן צולייגען מיינע אייגענע פירושים (מען קען עס באקומען אין ענגליש) איך האב עס נאנישט מגיע געווען , מיין שאלה איז צו דער עולם איז אינטערסירט אין דעם , זאל איך ווייטער ממשך זיין? אדער יעדער פארשטייט עם אין לשון קודש און מיין ארבעט איז אומזוסט????

דא איז ערגעץ אינדערמיט:

אות א' די חוב פון לערנען מוסר און זיך אויפירן מיט מוסר, איז זייער אסאך מאל פארבינדען מיט די פסק הלכה, און די הלכה , זי טיט אינז אויסלערנען דאס וואס איז מען מעג טון און מטאר נישט טון אלטס'ן מענטשליכקייט, למשל די גמרא זאגט אין בבא בתרא, אז מלמדים פון קינדער, ס'איז נישט דא ביי זיי קיין טענה אז די האסט אפגעהאקט מיין לעבן דאס איז טייטש אז די מלמד קען נישט טענה'ן היתכן אז די ביסט געקימען דא ארבייטן.
למשל אז ס'איז דא אין שטאט מלמדים זיי טיען זיך שפייזן פון זייער פלאג זיי פלאגן זיך פאר פרנסה, פלוצלינג קימען אן אנדערע מלמדים פון אן אנדערען שטאט, און די טבע פון מענטשן איז דאך אז זענען נישט צופרידן פון קיין אלטע זאכן, איז יעדער שפרינגט ארויף אויף די נייע געסט, אין פארשטייט זיך אז די אלטע מלמדים זענען געווארן געשעדיגט, די וואס זענען די געליטענע האט זיך אנגעהויבן א מורא'דיגע שנאה אין זייער הארץ אויף די נייע רודפים, און פין זייער שטארקע פיינט שאפט זענען זיי ארויסגעקומען מיט בלבולים געטראפן פעלערס און זיי האבן אנגעהויבן רעדן לשון הרע אויףזיי, און ס'איז געגאנגען פון איין שלעכטס צום צווייטן נאכדעם האבן זיי אנגעהויבן זאגן פאלטשע זאכן, זיי האבן אלעס געזיכט צו ערוועקן די רחמנות פון די מענטשן פון דעם שטאט צוליב די אכזריות פון די נייע מענטשן וואס זענען געקימען, ביז זיי זענען צו געקומען צו נאך קריגערייען, און מען האט געטון פארשידענע נקמות, ווי אזוי ס'האט זיך זיי געפירט, איז אלע זייערע זאכן וואס זייהאבן געטון וואלט ווען געווען זייער ריין און זויבער פון קיין שום עבירה, אויב די הלכה וואלט ווען געווען ווי זיי, אז זיי קענען צוריק האלטן די נייע מלמדים, אין די נייע מלמדים זיי וואלטן ווען געווען די וואס זינדיגן, ווייל סאיז אקעגן די הלכה וואס איז געזאגט געווארן פאר משה רבינו ע"ה ביים בארג סיני, אין דעמאלטס וואלט טאקע נישט געווען קיין איסור פון מחלוקות און נישט קיין איסור פון לשון הרע און נישט קיין איסור פון איסור שנאת חנם, פינקט פארקערט עס וואלט ווען געווען א מלחמת מצוה אווועקצושטעלן די תורה'דיג הלכה אויפן ריכטיגן פלאץ.
אבער יעצט אז די הלכה זאגט אינז אז קנת סופרים תרבה חכמה, און די סארט פון די תורה איז סאך שטערקער פון דעם וואס אז א פאר מענטשן זאל האבן פרנסה, קימט אויס אז די נייע פרישע געסט זיי האבן געטון ווי די הלכה, און די אלע וואס האבן זיך אקעגן געשטעלט אקעגן זיי פארגיסן אים שילדיג בלוט, אין אז מ'האט זיי פיינט אינעם הארץ איז מען עובר אויף לא תשנאה את אחיך, אין אז מרעדט אויף זיי שלעכט איז מען עובר אויף די איסור פון לשון הרע, און אז מ'זאמעלט צוזאם מענטשן צו מאכן קרייגערייען איז מען עובר אויף די לאו פון לא תהיה קקרוח, אין אז מ'איז זיך נוקם מיט זיי מיט דעם וואס מען טוט נישט מיט זיי קיין גוטס איז מען עובר אויף די לאו פון לא תקנאה, אין מיט די ווערטער וואס די גמרא זאגט דארט אין בבא בתרא אז רב הונא איז מודה ביי  מדרקי ביי מלמדים אז מקען נישט שטערן איז אין די הלכה אריינגעקימען פיל מוסר'דיגע הלכות ווי אזוי א מענטש טיט זיך באגעגענען מיט דעם פין די פסק פון די  הלכה.

אות ב' פון די גרעסטע חובות פון מוסר איז אז א מענשט זאל פראבירן אלעמאל אריינצופלאנצן אין זיין הארץ דעם שטארקן עיקר ווען ער טרעפט זיך מיטן חבר דארף ער אלעמאל אפוועגן אין די הלכה'דיגער וואגשאל צו וויסן ווער עס איז די רודף און ווער ס'איז דער נרדף, די לימוד המסור דאס טוט אריינברענגן ליבשאפט און רחמנות צום נרדף, אין שטארקע צארן אין ביטער קייט אקעגן דעם רודף, אבער ווי פארכטיג אין ווי שרעקליך איז דער שטראכלונג אז מענטשן טיען אויפטוישן דעם רודף פארן נדרף, און די נרדף פאר'ן רודף, אבער צו וויסן פינקטליך טאקע ווער עס איז די רודף און ווער איז דער נרדוף, דאס איז נישט מעגליך נאר אז מען לערנעט דורך די ספרי הפוסקים וואס אוזנערע גרויסע רבי'ס האבן אינז איבערגעגעבן.

אות ג' און ווער ס'איז נישט איינגעפלאנצט אין זיין הארץ דעם יסוד, ביי אים וועט גארנישט העלפן אז ער וועט שטארק פראבירן אין ער וועט זיך אויסלערנען וועגן איינצוקויפן צו זיין א בעל מדות, ווייל ווען ער וועט זיך אנשטויסן מיט'ן חבר מיט א פראבלעם וועט ער נאך אוודאי אלס צווקימען צו פסק'ענען לויט זיינע אייגענע טבעיות'דיגע נטעיות, אין א אפילו ס'וועט זיין אויסגעהאלטן לויטן תורת המדות לויט'ן מענטשליכקייט וועט עס זייער אסאך מאל זיין אקעגן די הימלדיגע הלכה,אין אויב די הלכה'דיגע חלק וועט ביי אים זיין פארקרימט וועט אויסקימען אז וואס ער וועט טון, וועט עס זיין אזוי ווי פרעמדע קינדער און פארדארבענע חבירים, אזוי ווי למשל די מלמד פינעם שטאט וועט שרייען פאר'ן אייבערשטער העלף מיר ......................וועט ארויסקימען א בת קול די טיסט מעשה זמרי און די בעטס שכר ווי פנחס, די ביסט דאך דער רודף די ביסט דאך דער וואס איז נישט נושא פנים פאר די תורה הק', איך האב דאך געשריבן אין מיין תורה אז א מלמד קען נישט מעכב זיין, די בעטסט מיר הילף.?
אות ד' דער יצר הרע, פינעם מענטש טוט זיך מער שטארקן, ווען די זינד איז נישט אפענע עכט, און מען דארף עס קענען פסק'נען, פארוואס? ווייל דער כח וואס ליגט אינעם מענטש, צו פארמאיוסן השחתה, וואס דאס קימט דאך אלטס ארויס צו העלפן דעם וואס זיכט דעם גוטס און זיין מלחמה מיט די גופניות'דיגע תאוות איו מיט די גליסטענישן.קומט דאך אלס ארויס דער כח, דער כח איז אבער זייער דקות'דיג ממש דקות שבדקות מורא'דיג דין אין האקעל, אין זי אליין קען ווערן אוועקגענימען פון צו פארמאיסון ריכטיג די מיסע תוצאות, וואס קענען ארויס קימען פון א אימריכטיגן משפט.
פארוואס? ווייל די ריכטיגע הלכה קען דער הרגש נישט מבחין זיין, אין די הרגישים פינעם מענטש, וועלן אים זייער אסאך מאל נישט ארויפברענגן אויפן הארץ צו טראכטן, אז עס קען זיין אז די גאנצע משפט דא איז פאלטש, וואס ער האט געפסק'נט, במילא פאר דעם איז נישט ווינדערליך צו זעהן, אז אזוי זייער אסאך מאל מענטשן, וואס זיי האבן בעצם רעכטפארטיגע מידות און פארשידענע געביטן, אבער מיט דעם אלעם קען מען זיך באגעגענן אין גאנצען א אנדערע מודה ווען ער האט צו טון מיטן חבר א שווערן סוחסוח, דעמאלט וויל ער בכלל נישט אויסהערן וואס די מורי הוראה זאגט אוון וואס די הלכה זאגט, און ער גייט אריין מיט א פעסטקייט, מיט מלחמות און קריגערייען, און די גאנצע איידעל קייט גייט אוועק, אין א רגע.

אות ה' איינצוקויפן די געוואלדיגע מדה פון זיין אינטערטעניגט צי די הלכה, פעלט זיך אויס צוויי זאכן, זיך צוגעוואוינען צו דעם איז איין וועג עס צו קויפן, אין דאס לערנען איז א אנדערן וועג עס צו קויפן, ווייל יעדער ווייסט אז א מענטש וואס האט א קליינע אמונה איז נישט גענוג אז ס'זאל צוריק האלטן די מענטש פון טון שלעכטס, ווען ער ליגט אריין געיאגט נאך זיין טבעיות דיגע גליסטענישן אזוי ווי א טאך וואס ווארט מורא'דיג שנעל,  אין דאס אז א מענשט זאל דערגרייכן אז זיינע פעלות וואס ער טוט אין די אמונה וואס ער האט, זאל זיך נישט סותר זיין איינס דעם אנדערן, צו דעם דארף מען זיך זייער אסאך צוגעוואוינען אין זייער אסאך לערנען בהתמדה וואס צו דעם איז נתחבר געווארן זייער אסאך ספרים, אין ס'איז געזאגט געווארן זייער אסאך מיינונגען מיט טיפע פארשטאנד אין די אלע מחברים האבן מסקים געווען אז די וועג אויסצוהיילען די מדות איז צו פארמערן אין די מיסקייט פון גיין נאך די אייגענע נטיעות פינעם מענטש דאס איז איין זייט, פון די אנדערע זייט מעורר צו זיין די געוואלדיגע חוב פון צי הערן די געזעצן פון די תורה אין די געוואלדיגע עבירה פון עובר זיין אויפן באפעל פינעם באשפער וואס איז געשריבן אין זיין הייליגן תורה, דאס אז א מענטש זאל דערקענען די מיסקייט פינעם שלעכטס אין פין די אנדערע זייט דאס ווי ווייט ער זאל וויסן די חיוב פון אפהיטן די גיטע זאכן די צוויי זאכן אינאיינעם טוט צוברענגן די מענטש צים גיטן וועגן ער זאל גיין דערין אלע טעג.

אות ו' אבער דאס פארעכטן דאס הארץ דאס האט נישט קיין רפואה, נאר אז א מענטש וועט טון רעכטפארטיגע ווערג וואס ווערען געטון קודם מיט א געוואלדיגען כח פון זיך באצווינגען מיט א פאראויסדיגע הסכמה, און מיט פיל ווערג, גיטע ווערג, וואס ווערן געטון מיט א מורא'דיגע מלחמה מיט א שטארקייט קעגן דעם פרייען ווילען מיט דעם ווערט איבערגעדרייט די רצון פינעם הארץ פון שלעכטס צו גוטס, און דורך דעם קען א מענטש קונה זיין די גיטע זאכן מיט דעם וואס ער וועט זיך געוויינען איינמאל אין נאכמאל אויף תאוות און אויף די נטיעות פון זיין זעהל, אין צו טון מעשים דורך דעם וואס די תורה האט געהייסן און צוביסלך צוביסלך טיט ער זיך ציגעוויינען צו די גוטס, אז ער זאל שוין וועלען פון זיך אליין, אין דאס איז די וועג קונה צו זיין די גיטס מיטן געוואוינהייט און אויכעט די וועג קונה צו זיין די גיטס דורכן לערנען מיז אויך קימען מיט א מלחמה,קודם א מענטש זאל זיך פאניגן אין איבערוועגן זיין גליסטעניש צו זיין פריי, ווייל בדרך כלל וועט א מענטש נישט טרעפן הנאה און לערנען פלייסיג די ספרים וואס טוען פארמיסן די זיסע תענוגים פינעם מענטש, און די וואס צווינגען אים צו זיין אפגעשייד און באשיידן און זיי טיען אנהאלטן דעם מענטש דעם יונג מיט א מורא'דיגן שלאס קעגן ווילד-קייט
פעלט זיך אויס בהכרח זיך צו באניצן מיט פעסטע החלטה מ'גייט פלייסיג לערנען די תורה געצוויגענעהייט אפילו אקען די אזוי געריפענע טעמה

ונבנתה העיר » דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 3:47 pm

· #73395
עס זעהט אויס ווי א תרגום מילולי, לדעתי וועט עס בעסער קלאפן מיט א תרגום עניני, בתנאי אז מען קען אין דעם אריינלייגן דעם טעם מזהב לשונו.
איך האב עס נאנישט מגיע געווען

דער מגיע דארף אויך א מגיה... 🙂

אוהב דעת » דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 3:56 pm

· #73398
ונבנתה העיר
עס זעהט אויס ווי א תרגום מילולי, לדעתי וועט עס בעסער קלאפן מיט א תרגום עניני, בתנאי אז מען קען אין דעם אריינלייגן דעם טעם מזהב לשונו.
איך האב עס נאנישט מגיע געווען

דער מגיע דארף אויך א מגיה... 🙂

ניין איך וויל דודא נישט א תרגום עניני, עס נעמט אוועק די שיינקייט פון די זאך , דער שפראך זיינער איז געוואלדיג

ונבנתה העיר » דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 4:00 pm

· #73400
ריכטיג, די שאלה איז נאר אויב די שיינקייט טראגט זיך אריבער אויף אן אנדערער שפראך.

אוהב דעת » דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 4:37 pm

· #73415
ונבנתה העיר
ריכטיג, די שאלה איז נאר אויב די שיינקייט טראגט זיך אריבער אויף אן אנדערער שפראך.

מסתם נישט , אבער פאר אסאך איז שווער צו פארשטיין זיין רייכע שפראך, דורך אידיש קען מען פארשטיין בעסער זיין שפראך, סא איך וויל וויסען צי איינער איז אינטערסיט אין מיין ארבעט? אדער איך זאל מיך טרעפן עפעס בעסער וואס צו טון???

משה געציל » דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 9:09 pm

· #73481
איך האלט אויך אז א תרגום עניני איז געשמאקער, אבער א תרגום עניני האט איין חסרון אז דער שרייבער קען אריינשרייבן זיינע אייגענע תורות און עס אזוי פארטייטשן אין די ארגינעלע כתבים משא״כ ווען די רעדע איז פון א תרגום מלילי.

אוהב דעת » דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 9:24 pm

· #73488
איך וויל נישט אריינלייגען מיינע ווערטער, עס נעמט אוועק די שיינקייט, קענסט נעמען דעם ספר, דארט לערנען , און ווען דו פארשטייסט נישט , קענסטו דא נאכקוקען,
שפעטער אז מוויל וועטמען זיך קענען מתווכך זיין אין זיינע ווערטער, למשל וואס איז די גדר ווען איז שייך שוחד און ווען נישט.... 

מאראנצןזאפט » דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 10:05 am

· #82085
אמונה ובטחון איז נישט קיין לייכט ספר, סיי צוליב די אייגנארטיגע פאעטישע שפראך מיט וואס דער חזון איש באניצט זיך, און אויך צוליב פארשידענע טיפע און דקות'דיגע טעמעס וואס ער בארירט דארט, און ווי דער חזו"א שרייבט: דברים שבאמת הם עמוקים הכתב נפגש בקושיים להבליט את עומקם (קו' י"ח שעות סקי"ד).
אז מ'רעדט שוין:
מאנכע מיינען אז דאס וואס דער חזו"א שרייבט אין פ"ב אות א' "שם בטחון המשמש למדה מהוללה ועיקרית בפי "החסידים", מיינט ער דא די כת החסידים תלמידי הבעש"ט. ס'איז אבער נישט ריכטיג. א' ווייל דער סארט בטחון וואס ער קומט דארט שולל זיין צוטייילט זיך נישט צווישן ראסע, עס איז אן אנגענומענער מיינונג אין די תורה וועלט, צווישן ליטאים און חסידים צוגלייך.
ב' ווער עס איז באקאנט אין די שריפטן פון חזו"א ווייסט אז זעלטן ווען וואס ער דערמאנט אפילו א נאמען צו וועמען א בריוו איז אדרעסירט, און אויב דארף ער רעדן פון א פערזאן אדער ארגאניזאציע ספעציפיש באגענוגט ער זיך מיט 3 פינטעלעך ... זיין פעדער איז אויסגערעכנט און אפגעהיטן מיט א מורא'דיגע צניעות, איז נישט מסתבר אז ער זאל דא אזוי גלייכגילטיג קריטיקרן א גאנצע עדה ביים נאמען, ופשוט הוא.
נאך א נקודה:
עס איז דא אן אלוועלטליכע לאנגיעריגע וויכוח אויב עס עקזעסטירט דער מושג love on thr first sight.
הערט ווערטער פון חזו"א אמונה ובטחון פ"א אות י"ד: ואמנם אף בלי כל סיבה מעשית יש סיבות צפונות בכחות הנפש להפק חן ואהבה לרעהו שהוצג לפניו בפעם הראשונה, אשר לא הכירו מעולם, ומנקודת אהבה זו הולכת וגדלה ומתוספת, וכמו כן יש כחות בנפש האדם להפק שנאת מרורות לרעהו בלי כל סיבה מוקדמת, רק בגלל שלא מצא חן בעיניו והשנאה הולכת ומתפתחת ביניהם, וביחוד הדבר רגיל באלה שכשרון שכלם חזק ומדותיהם ערות וחדות. ע"כ.
די דומע, זיי שפירן נישט און ליבן נישט, ושוטה אינו מרגיש. דער חכם מיט אויפגעוועקטע געפילן, ער שפירט און קאטאגארעזירט צווישן זיינע ליבן און פיינט.

היימישער ליטוואק » דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 1:43 pm

· #82130
מאראנצןזאפט

די 3 פינטלעך אין אגרות חזון איש, איז פון די מוציאים לאור נישט פון דעם חזון איש זעלבסט.
אגב, לעצטנס איז ארויסגעקומען גנזי חזון איש מיט די אלע בריוו בשלימות.

מאראנצןזאפט » דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 1:46 pm

· #82133
היימישער ליטוואק

אין גרויס טייל מאכט דער חזון איש אליין די פינטלעך, א קלארער דוגמא: אין נייער וואונדערבארער ספר "נתיבות האיש" איז דא אנהויב ספר א קאפיע פון א פריש אויפגעדעקטע מכתב בכתב ידו דארט איז עס קלאר מערקבאר. ייש"כ פאר אייער תגובה.

אוהב דעת » דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 1:47 pm

· #82134
we can ask R chiam Garoda he was his chavrusa for many years bfore the war, in fact the chazon aish and his wife ware living together with him for about 7 years...

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 2:03 pm

· #82138
אוהב דעת
we can ask R chiam Garoda he was his chavrusa for many years bfore the war, in fact the chazon aish and his wife ware living together with him for about 7 years...

you think he is alive

אוהב דעת » דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 2:12 pm

· #82143
קאווע טרינקער
אוהב דעת
we can ask R chiam Garoda he was his chavrusa for many years bfore the war, in fact the chazon aish and his wife ware living together with him for about 7 years...

you think he is alive

no he is not, he passed away a few years ago in the bronx, he leaved there all the years, very broken and depressed ,he didnt respond to chz"a latters to him to come to Israel and come back to yiddishkyt ,something pulled him away from his beautiful yashiva years he had ,very very heartrending

איחוד פעלד » מוצ"ש יאנואר 26, 2013 7:34 pm

· #82570
עס איז דא אן אלוועלטליכע לאנגיעריגע וויכוח אויב עס עקזעסטירט דער מושג love on thr first sight.הערט ווערטער פון חזו"א אמונה ובטחון פ"א אות י"ד: ואמנם אף בלי כל סיבה מעשית יש סיבות צפונות בכחות הנפש להפק חן ואהבה לרעהו שהוצג לפניו בפעם הראשונה, אשר לא הכירו מעולם, ומנקודת אהבה זו הולכת וגדלה ומתוספת, וכמו כן יש כחות בנפש האדם להפק שנאת מרורות לרעהו בלי כל סיבה מוקדמת, רק בגלל שלא מצא חן בעיניו והשנאה הולכת ומתפתחת ביניהם, וביחוד הדבר רגיל באלה שכשרון שכלם חזק ומדותיהם ערות וחדות. ע"כ.די דומע, זיי שפירן נישט און ליבן נישט, ושוטה אינו מרגיש. דער חכם מיט אויפגעוועקטע געפילן, ער שפירט און קאטאגארעזירט צווישן זיינע ליבן און פיינט.מאראנצןזאפט

וואס איז טאקע פשט אין וואס ער זאגט אז דוקא דער חכם ער קען פיינט האבען א מענטש פארגארנישט, ווידער דער שוטה נישט, ווען פאר אונזערע עיני בשר וואלט אויסגעזעהן דוקא פארקערט, ווען איינער האט פיינט מענטשען סתם בחינם וואלטן דער רוב אים געהאלטען פאר א שוטה גדול.

הדד בן בדד » זונטאג יאנואר 27, 2013 12:16 am

· #82619
ונבנתה העיר
ריכטיג, די שאלה איז נאר אויב די שיינקייט טראגט זיך אריבער אויף אן אנדערער שפראך.

לדעתי קען זיך די שיינקייט אין שפראך נישט אריבערטראגן אין אן אנדערן שפראך, אפילו מיט דעם בעסטן תרגום מילולי. אבער מיט א תרגום עניני קען מען כאטש טיילווייז אנהאלטן דעם אריגענעלן חן, אבער בעיקר קען מען עס כאטש אראפשרייבן אזוי אז עס זאל נאך אלס זיין אינטערעסאנט צו ליינען. ווייל בדרך כלל א תרגום מילולי קומט ארויס טרוקן און זייער נישט אינטערעסאנט צום ליינען.

מאראנצןזאפט » מיטוואך יאנואר 30, 2013 3:16 pm

· #83659
איחוד פעלד
עס איז דא אן אלוועלטליכע לאנגיעריגע וויכוח אויב עס עקזעסטירט דער מושג love on thr first sight.הערט ווערטער פון חזו"א אמונה ובטחון פ"א אות י"ד: ואמנם אף בלי כל סיבה מעשית יש סיבות צפונות בכחות הנפש להפק חן ואהבה לרעהו שהוצג לפניו בפעם הראשונה, אשר לא הכירו מעולם, ומנקודת אהבה זו הולכת וגדלה ומתוספת, וכמו כן יש כחות בנפש האדם להפק שנאת מרורות לרעהו בלי כל סיבה מוקדמת, רק בגלל שלא מצא חן בעיניו והשנאה הולכת ומתפתחת ביניהם, וביחוד הדבר רגיל באלה שכשרון שכלם חזק ומדותיהם ערות וחדות. ע"כ.די דומע, זיי שפירן נישט און ליבן נישט, ושוטה אינו מרגיש. דער חכם מיט אויפגעוועקטע געפילן, ער שפירט און קאטאגארעזירט צווישן זיינע ליבן און פיינט.מאראנצןזאפט

וואס איז טאקע פשט אין וואס ער זאגט אז דוקא דער חכם ער קען פיינט האבען א מענטש פארגארנישט, ווידער דער שוטה נישט, ווען פאר אונזערע עיני בשר וואלט אויסגעזעהן דוקא פארקערט, ווען איינער האט פיינט מענטשען סתם בחינם וואלטן דער רוב אים געהאלטען פאר א שוטה גדול.

לכאורה רעדט מען דא פון א תכונת הנפש העכער פון שכל, דוגמת תענוגו של אדם לדבר המתוק שאין בדבר משום טעם, אלא משום רצון, ועל טעם וריח אין להתוכח. ובודאי שמחובת החכם ליישר אורחותיו עפ"י חובת האדם בעולמו לאהוב את מי שראוי מנקודת ההלכה כבוראו, אשתו, וריעו, וכן להגביר שנאתו למשנאי ה' וכדומה. כנלענ"ד.

מוח שליט » מיטוואך יאנואר 30, 2013 5:13 pm

· #83684
מאראנצןזאפט
לכאורה רעדט מען דא פון א תכונת הנפש העכער פון שכל, דוגמת תענוגו של אדם לדבר המתוק שאין בדבר משום טעם, אלא משום רצון, ועל טעם וריח אין להתוכח. ובודאי שמחובת החכם ליישר אורחותיו עפ"י חובת האדם בעולמו לאהוב את מי שראוי מנקודת ההלכה כבוראו, אשתו, וריעו, וכן להגביר שנאתו למשנאי ה' וכדומה. כנלענ"ד.
וראה זה פלא אז רוב רובו פין די וועלט, עכ"פ קינדער, האבען ליב זיסע זאכען. אויב עס איז לגמרי נישט קיין שכל, נאר סתם א רענדאם החלטה, וואלט דאך געדארפט זיין אז פיפציג פראצענט קינדער זאלע דוקא נישט ליב האבען זיס?
ועוד ק"ל, ממ"נ האט די שכל א שליטה אויף דעם "תכונת הנפש וואס איז העכער פין שכל", איז דאך איחודפעלד'ס קשיא אייזן שטארק. א חכם איז דאך דער וואס ווערט געפירט מיט זיין שכל. נו דארף ער זיין דער וואס זאל נישט ווערען איבערגענומען מיט אומשכלדיגע געפילען. אויב אבער קען די שכל נישט אריינרעדען, איז וואס געסטו גאנצענע גיידליינס וואס א מענטש דארף ליב האבען אדער פיינט האבען. דער מענטש קען פארשטיין הונדערט מאל אז מען דארף דאס ליב האבען אין דאס פיינט האבען, אבער מה ענין שמיטה אצל הר סיני? די פארשטאנד פינעם מענטש רעדט דאך נישט אריין דארט, ניין?

משכיל » מיטוואך יאנואר 30, 2013 5:19 pm

· #83688
די וועלט מיינט אז תורה איז געווען אין ליטע, עס איז א טעות תורה איז געווען אין גאליציע, אין די ליטע זיינען געווען ישיבות,י

חיים גראדע א ליטוואק האט דאס געזאגט פאר א גאליציאנער חבר, בטוב לבו במשקה

מוח שליט » מיטוואך יאנואר 30, 2013 5:58 pm

· #83709
מאראנצןזאפט
מאנכע מיינען אז דאס וואס דער חזו"א שרייבט אין פ"ב אות א' "שם בטחון המשמש למדה מהוללה ועיקרית בפי "החסידים", מיינט ער דא די כת החסידים תלמידי הבעש"ט. ס'איז אבער נישט ריכטיג. א' ווייל דער סארט בטחון וואס ער קומט דארט שולל זיין צוטייילט זיך נישט צווישן ראסע, עס איז אן אנגענומענער מיינונג אין די תורה וועלט, צווישן ליטאים און חסידים צוגלייך.

נאך א ראי' לדבריך איז ווייל דעי מהלך פין בטחון האט נישט חסידות מחדש געווען, עס שטייט שוין אין ספר העיקרים.
ספר העיקרים מאמר ד פרק מז
התקוה והתוחלת הוא דבר הכרחי אל המאמין כדי שימשך אליו החסד הנמשך אל הבטחון, אמר הנביא טוב ה' לקויו (איכה ג' כ"ה), וכן היה דוד משבח את עצמו ואומר אותך קויתי כל היום (תהלים כ"ה ג').
והתקוה היא על ג' פנים, האחת היא תקות החסד, והיא שיקוה אל השם יתברך שיושיענו על צד החסד בלבד לא מצד שום חיוב כלל. והשנית היא תקות הכבוד, והיא שיקוה אליו שיושיענו לפי שהורגל להושיעו, ואם לא יושיענו גם עתה יהיה זה זלזול לכבודו, כי האדון שהורגל להושיע את עבדו אם אינו מושיעו בעת צרתו יאמרו הרואים שזה מצד חולשת יכולת האדון. והג' תקות ההבטחה, והיא תקות האמת, והוא שיקוה אליו שיאמת דבריו מצד שהבטיחו על כך.
ותקות החסד היא היותר משובחת שבכלן, אלא שאין המקוה בטוח כל כך שינתן לו כלבבו כל אשר תשאל נפשו, כי להיותו משער בעצמו שאינו במדרגה שיעשה עמו חסד חנם, חושב שלא ירצה האדון לתת את שאלתו, ובעבור זה אינו מקוה כראוי, שאם היה מקוה כראוי לא היתה החסד נמנעת מצד השם יתברך, כי תמיד הוא רוצה להשפיע למקוה כראוי, אמר הכתוב רוצה ה' את יראיו את המיחלים לחסדו (תהלים קמ"ז י"א). ולזה הוא מבואר כי המנע הגעת החסד הוא כאשר אין התקוה כראוי.
ועוד שם פרק מט
כי התקוה לדבר שהמקוה מסופק בו אם יגיע אם לאו תטריד הנפש לחשוב מחשבות כדי להשיגו, אבל התקוה לדבר שהאדם מובטח בו שיבא, כמו שיקוה לאור הבקר, לא יטריד הנפש אבל ישמחנה, בהיותה משערת הטוב ההוא המבוקש והיותה בוטחת שיגיע, ועל זה הדרך ראוי שתהיה התקוה לשם כשיהיה בוטח בו בטחון שלם שישלים תקותו בלי ספק, אחר שיש יכולת בידו ואין מי שיעכב על ידו, לא כמי שמקוה דבר שמסופק בו אם יגיע אם לא יגיע, והתקוה הזאת תחזק הלב ותשמחהו, אמר הכתוב חזקו ויאמץ לבבכם כל המיחלים לה' (תהלים ל"א כ"ה), כי התקוה אליו לא די שלא תחליש הלב אלא שתחזק אותו, כי המקוה אל השם יתברך בהיות לבו סמוך ונשען על ה' קדוש ישראל באמת שימלא שאלתו יוסיף אומץ ויתחזק כחו,

מאראנצןזאפט » מיטוואך יאנואר 30, 2013 6:31 pm

· #83719
מוח שליט
מאראנצןזאפט
לכאורה רעדט מען דא פון א תכונת הנפש העכער פון שכל, דוגמת תענוגו של אדם לדבר המתוק שאין בדבר משום טעם, אלא משום רצון, ועל טעם וריח אין להתוכח. ובודאי שמחובת החכם ליישר אורחותיו עפ"י חובת האדם בעולמו לאהוב את מי שראוי מנקודת ההלכה כבוראו, אשתו, וריעו, וכן להגביר שנאתו למשנאי ה' וכדומה. כנלענ"ד.
וראה זה פלא אז רוב רובו פין די וועלט, עכ"פ קינדער, האבען ליב זיסע זאכען. אויב עס איז לגמרי נישט קיין שכל, נאר סתם א רענדאם החלטה, וואלט דאך געדארפט זיין אז פיפציג פראצענט קינדער זאלע דוקא נישט ליב האבען זיס?
ועוד ק"ל, ממ"נ האט די שכל א שליטה אויף דעם "תכונת הנפש וואס איז העכער פין שכל", איז דאך איחודפעלד'ס קשיא אייזן שטארק. א חכם איז דאך דער וואס ווערט געפירט מיט זיין שכל. נו דארף ער זיין דער וואס זאל נישט ווערען איבערגענומען מיט אומשכלדיגע געפילען. אויב אבער קען די שכל נישט אריינרעדען, איז וואס געסטו גאנצענע גיידליינס וואס א מענטש דארף ליב האבען אדער פיינט האבען. דער מענטש קען פארשטיין הונדערט מאל אז מען דארף דאס ליב האבען אין דאס פיינט האבען, אבער מה ענין שמיטה אצל הר סיני? די פארשטאנד פינעם מענטש רעדט דאך נישט אריין דארט, ניין?

טייערער הרב שליט שליט"א, איך האב געזאגט א פשוט'ע נקודה, נישט קיין פיליזאפיע, נישט קיין קבלה, נאר מיט אביסל א קורצע לשון משום לעולם ישנה אדם לתלמידו בדרך קצרה. איך וועל מיך אביסל מסביר זיין וועט איר פארשטיין.

רצון מיינט ווילן, די טבע/תכונת הנפש פון א מענטש איז צו וועלן זיסע זאכן, פארוואס, ווייל ער האט א תענוג דערין, פארוואס האט ער א תענוג, ווייל אזוי איז, ס'ווערט אים גוט, פארווואס וויל א מענטש האבן תענוגים, ווייל ער וויל, אן קיין פארוואס, דאס מיינט א תכונת הנפש העכער פון שכל. (נישט אז ס'איז באמת נישט זיס נאר רענדאם החלטה, נאר לומר אז ס'איז טאקע יא זיס און א מענטש וויל זיסע זאכן אן א פארוואס)

יעצט ווען מענטש וועט מסביר זיין אז די טבע/תכונת הנפש פון א מענטש איז ליב צו האבן עסן און טרינקן, און ווען ער זעט א גוטן ביסן ווועט אים קומען שפייעכטס און מויל און ער וועט ווילד ווערן ווי א צאפ און כאפן פון דער שמאגעסבארד, קומט נישט אריין צו פרעגן מ'טאר זיך נישט נאכגעבן די תאוות, ער וועט דאך פארווארפן ווערן אין כף הקלע פאר יעדע הנאה, ווייל מ'רעדט פון די טבע, נישט פון הנהגה וואס ער זאל, וואס ער דארף, וכדומה.

ממילא דער חזון איש שטעלט אוועק אז ס'דא אזא באהאלטענע טבע ביי מענטשן פון שנאה ואהבה וכדו', און וואס א מענטש דארף טוען דערמיט, צו ס'איז גוט אדער שלעכט, דאס איז נישט זיין שמועס. דאס איז געווען מיין כונה ואיני אומר קבלי דעתי, ואלא מחמת חומר הקו' של הרב פעלד השתדלתי לתרץ את מה שנראה לי.

בלייבן מיר גוטע חברים?

מוח שליט » מיטוואך יאנואר 30, 2013 6:55 pm

· #83729
מיר בלייבן אויסדריקליך גוטע חברים. איך קען נישט גענוג סטרעססען אז כ'האב זייער הנאה פין אלע דיינע תגובות. בטחוני אז דו ביסט נישט ברוגז אויב איך בין מתדיין אין דיינע ווערטער עווערי נאו ענד דען, כדרכה של אוהבי ושוחרי אמת.
דו זאגסט אז מיר זענען הארד ווייערד ליב צו האבן זיסע זאכן אבער עס איז נישט מכח שכל. איך האב אביסל אן אנדער מהלך. אבער דו זאגסטו דאך אז דו ביסט נישט ממש אינטערסירט אויף פילוסופישע תורות. נו שוין, וועל איך מוזן ווארטן אויף אן אנדער געלעגענהייט. 🙂

מאראנצןזאפט » מיטוואך יאנואר 30, 2013 8:32 pm

· #83759
מוח שליט
מיר בלייבן אויסדריקליך גוטע חברים. איך קען נישט גענוג סטרעססען אז כ'האב זייער הנאה פין אלע דיינע תגובות. בטחוני אז דו ביסט נישט ברוגז אויב איך בין מתדיין אין דיינע ווערטער עווערי נאו ענד דען, כדרכה של אוהבי ושוחרי אמת.
איך האב אביסל אן אנדער מהלך. אבער דו זאגסטו דאך אז דו ביסט נישט ממש אינטערסירט אויף פילוסופישע תורות. נו שוין, וועל איך מיזן ווארטן אויף אן אנדער געלעגענהייט. 🙂

דו זאגסט אז מיר זענען הארד ווייערד ליב צו האבען זיסע זאכן אבער עס איז נישט מכח שכל

עקזעקטלי!

מאראנצןזאפט » פרייטאג פעברואר 1, 2013 3:40 pm

· #84167
משכיל
די וועלט מיינט אז תורה איז געווען אין ליטע, עס איז א טעות תורה איז געווען אין גאליציע, אין די ליטע זיינען געווען ישיבות,י

חיים גראדע א ליטוואק האט דאס געזאגט פאר א גאליציאנער חבר, בטוב לבו במשקה

בבחינת יענעמ'ס גראז איז גרינער, אבער סא גוט ווערטל.
תורה זאגט די גמ' איז מונחת בקרן זוית ס'איז שטענדיג אין ווינקל, די גאליציאנע\פוילישע האבן געהאט זייערע גדולים און גוטע ספרים און די זעלבע די ליטווישע, אבער שטענדיג א מיעוט.
וויפיל נודע ביהודה'ס איז געווען בדורו מ'קען זיי ציילן מיט די פינגער און לכל היותר וועסטו דארפן אויסטון נאך איין זאק.
און די אונגארישע... שוין דארט איז געווען אביסל א הרחבה, און יעדער מו"צל האט זיך ערלויבט צו דריקן א ספר, כנהוג בזמנינו.
היינט קומען די אייניקלעך מ'דריקט עס איבער און... המעתיק מאכט פרנסה.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך סעפטעמבער 2, 2015 7:54 am

· #299093
איך קום אן שפעט, איך ווייס. אבער איך האב ערשט יעצט באמערקט די אשכול וועגען דער חזו"א אמונה ובטחון. ווי באקאנט פעלט אפאר שטיקלעך אינ'ם ספר. די דרוקער'ס האבען עס ארויסגענומען. איינס אין פרק א', א חקירה'דיגע שמועס, וואס ווען מ'האט איבערגעדרוקט דער אמונה ובטחון אין דער חזו"א טהרות, האט מען עס צוריק אריינגעשטעלט. אינ'ם ספר זכרון זכור לדוד אויף ר' דוד'ל פרענקעל האט ר' גדליה נאדעל זצ"ל א ביאור אויף יענעם שטיקעל.
אבער אין פרק ד' האט אויך געפעלט צוויי גאנצע אותיות, זאפטיגע רייד, ווי ער בארעדט די מוסר'ניקס אין טאטענ'ס טאטע אריין. ער איז מסביר פארוואס ווען מ'לערנט אגדה דארף מען עס אפלערנען אויף א גרונטליכע אופן, נישט סתם דרוש'דיג. ער רעדט ארום אז א ת"ח איז נאר דער וואס קען תורה גוט, נישט איינער וואס לערנט פלייסיג, ווייל פאר פיהר סבות קען זיין אז א מענטש וואס לערנט פלייסיג איז נישט באקרוינט מיט'ן כתר פון תלמיד חכם. ער רעגט זיך אויף די וואס בארעדען תלמידי חכמים פאר'ן נישט לערנען מוסר. ס'איז מורא'דיג.
נא דיר.

כח

אלה שלא זכו לאור הגמ' בהלכה, המה משוללים גם מאגדה באפיה האמיתי. כי בהיותו חסר לב חכמה, אי אפשר לו לקנות מושגים שמימיים אמיתיים, גם אינו מסוגל ללימודים מישרים. ומה שהזכירו בגמ' בעלי אגדה - היינו חכמים בהלכה שהוסיפו עיונם גם באגדה, אבל לא יתכן להיות ריק מהלכה ולהיות בעל אגדה. ויתכן אנשים שעסקם בהגיונות בני אדם כעין פילוסופי' ריקנית, פעם במדות פעם בקורות הדורות ועוד כיוצא בהם, ומשתדלים לקבוע הגות לבם במסגרת התורה, ויתכן שיצליחו למשוך לב השומעים ולהנעים זמירות באזני המקשיבים. ואמנם אלה אין להם חלק בתורה, לא בהלכה ולא באגדה, כי כיסוד ההלכה יסוד האגדה. אין אגדה הגיון לב - האגדה היא חלק התורה שקבלנוה דור אחר דור, אשר מסרה משה ליהושע ויהושע לזקנים וכדתנן באבות. ולהיות בעל אגדה החובה להיות בקי במקרא בתורה בנביאים וכתובים, להיות בקי בכל אגדות שנאמרו בגמ' בקיאות נאמנה, להיות בקי במדרש בקיאות שנונה ומסודרת, ואחר כך לשאת ולתת בהן בהבנת המסקנות שבהם, וכמו שלא יתכן חכם בהלכה בלא קנין הבקיאות המרובה. ואמנם אלה החפצים בהתגלות לבם, מורגלים בידיעות מקוטעות קטע מכאן וקטע משם, עד שנאסף בידם ילקוט של מאמרים ספורים המשמשים בם לברוא הרצאות להשמיע לרבים (ומהם מופלגים בבורות וריקנות, אינם יודעים לתרגם התורה נביאים וכתובים, אינם יודעים את הכתוב בראשונים ידיעה מספקת, ומהם שלא למדו כלל תנ"ך ואינם מבינים ללמוד אגדה בגמ' ברוב מקומות הש"ס, ובכל זאת המה מחנכים לצעירי הצאן ומטיפים לקח במידות ומוסר ולפעמים גם במדע ומתק שפתים). ואם אמנם המה גורמים לעתים להטות לב הרכים ליראה ולמוסר, ולבנו רוחש להם כבוד והערצה על מעשיהם הטובים, אבל אין שמחתינו שלמה בהם, כי סוף סוף חסר לנו תורה, ויש כאן עניות דתורה, ויצירתם בלתי מתוקנת בהחלט, וכמו שכתוב בפרקים הקודמים - אם אין תורה אין חכמה אין עצה ואין תבונה.

כט

אם אמנם מצות כיבוד של חכמים ויראתם הם מן מצוות המעשיות, כמו מצות קימה, לפתוח ראשון, לא ישב במקומו, לא יסתור דבריו - הם יסוד בנפש, ראש וראשון בחובת הלבבות. כי הלא הכבוד הוא רגש הגדול מאחיו, ועל פיו משקל כל ערכי החיים. הכבוד בתלמיד חכם משמש להכנעה לחכמת התורה, לקבלת מלכותה קבלה רצויה, קבלה ענוגה ונעימה. כי מטבע המכבד להנות מאהבת המכובד בעת שלבו רוחש הכבוד, ועינו היפה ימריצה להתאבק בעפר רגלי חכמים, ואין טרחו בזה כטורח של עמלה ויגיעה, רק כמוצא חפץ לבו, וכהשיג משאת נפשו. ואותן התנועות המעשיות המגשמים את מצות המעשיי של הכבוד הן הנה עדויות עד כמה לבו מלא אמונה בתורה, ועד כמה ינהר להתרפק עליה ולהשתעשע בסגולותיה. ובר נש דלבו ריק מרגש זה, ואין נפשו חרדה לכבוד תלמיד חכם, לבו ריק מהכנעה לתורה, לבו ריק מקבלת עול מלכותה עליו. ואם סיבת חלי זה הוא ממיעוט הרגש כללי, כי נולד בטבע קר ובשכל גס ומחנכיו פשעו בו מלהחכימו ולהשכילו, אין הקולר תלוי בצוארו, ואמנם הוא חסר בנפשו ביסוד התורה ואהבתה, וחלקו רע תחת השמש. ואמנם אם הוא בעל כשרון בהשכל ודעת, ולבו מלא רגש כביר כח, אך נפתול נפתל בדרך חינוכו, ובאוות נפשו משתדל לעקור מלבו רגש הכבוד לחכמים כאשר מוצא בזה סתירה לכבוד עצמו, וברב גאותו הנחיל במחשבתו את כל הכבוד לנפשו בהיותו בעל בטחון, בהיותו מזכה רבים, בהיותו בחיר המדות, והלוא זה כל האדם וזה חובתו בעולמו, ומה יתרון לבעל החכמה בהויות דאביי ורבא - הנה זה חוטא בכפליים, ומוכה בכפליים. והגר"ח זצ"ל בספר נפש החיים בשער ד' האריך במשפטו, ודן אותו כמבזה תלמידי חכמים וכמגלה פנים בתורה. וז"ל, וגם כמה מאותן אשר קרבת אלק' יחפצון הם בחרו לעצמם לקבוע כל עיקר למודם בספרי יראה ומוסר כל הימים כו', ועדיין לא ראו מאורות מימיהם ולא נגה עליהם אור התורה, ה' יסלח להם כי כוונתם לשמים, אבל לא זו הדרך ישכון בם אור התורה. (פוק חזי מאן גברא רבא דקמסהיד עלה, הגר"ח זצ"ל תלמידו המובהק של הגר"א זצ"ל ורבא דרביה של הגרי"ס זצ"ל, ואינו חושב ספרי היראה והמוסר בלי היותו חכם בהלכה בגפ"ת לאור התורה. ומי לנו אוהב היראה והמוסר יותר ממרן הגר"ח ז"ל, וברב אהבתו אליה ברור מללו דמבלעדי היותו חכם מובהק בהלכה אין אור תורה עליו בעסקו בספרי יראה ומוסר, וכמו שהאריך בשער ד', ובח' פרקים לפני ש"ד). ושם בפרק ב', גם תוכל לגרום לאדם ההתנשאות בלב מאשר הוא עובד אותו יתברך בטהרת הלב, שיקל בעיניו ח"ו אם יראה מי ומי שאין עניני עבודתו לו יתברך במחשבה טהורה כו', וכש"כ כשיראה איזה איש עוסק בתורת ה' ויתבונן עליו שהוא שלא לשמה (ר"ל לשם כבוד או אהבת הלמוד וכיו"ב כמו שהאריך הגר"ח ז"ל שם לבאר), יתבזה בעיניו מאד ח"ו, והוא עון פלילי הרחמן יצילנו. ושם בפרק ג', ומי שימלאו לבו לבזות ולהשפיל ח"ו את העוסק בתורה ומצות אף שלא לשמה - לא ינקה רע, ועתיד ליתן את הדין ח"ו, ולא עוד אלא שנמנה בדברי חז"ל בין אותם שאין להם חלק לעוה"ב לגמרי ח"ו, וגהינם כלה והם אינם כלין, והם האפיקורסין. וכן במשנה ר"פ חלק מנו את האפיקורס בכלל אותן שאין להם חלק לעוה"ב. ואמרינן בגמ' שם רב ור"ח דאמרי תרווייהו זה המבזה ת"ח כו', וגם מגלה פנים בתורה נמי מקרי ח"ו כו'.
הנה דבריו מבוארים, שת"ח שעסקו בתורה שלא לשמה לא נגרע בזה ח"ו חשיבותו, והאומר עליו מאי אהנו לי' רבנן בכלל מבזה ת"ח ובכלל אפיקורס. וכש"כ בת"ח העוסק בתורה לשמה. ובעל המוסר שמתנשא בלבו נגד ת"ח ומשפיל אותו בלבו, וכש"כ כשמשפיל אותו בפני אחרים, שהוא בכלל מבזה ת"ח, שדינו כאפיקורס ונכרת חלקו מארץ החיים, ומגלה פנים בתורה. שעל פי התורה להעמיד ברום המעלה במחשבה ובמעשה את הת"ח, שזהו כבוד התורה וכבודו יתברך, ואין ת"ח אלא החכם בהלכה בגפ"ת וכמו שהאריך הגר"ח ז"ל בקבלתו מהגר"א ומדור דור עד משה רבנו ע"ה.
ומה נורא הוא המראה, כי אנשים עטופים בטליתות של תלמידי חכמים ומקושטים באיצטלאות דרבנן, ומרצים למוסר וחסידות כל היום - והם המה מכת מבזי הת"ח, מכת מגלי פנים בתורה. ואם אמנם שוגגים הם, וכוונתם רצויה, אבל מה רב הוא ההפסד, ומה גדול ההרס בביהמ"ד.
והנה לפעמים תולים עצמם על איזה סיפור המסופר על רבם, אשר משמש אצלם לתמוך בטעותם ולהתמיד בדרכם המשובשת, והסיפור המטעה מרגלא בפומם, ומתענגים בו להנות מבזוי ת"ח, כאילו בפירוש ביזה גם רבם את הת"ח כולם, וכאילו לדעת רבם המה לא ראו אור מימיהם, וכאשר כתב כן במכתב לחכם תלמודי.
והנה יש יתרון לביזוי הנתמך על קבלה, כי אמנם כאשר יבזה על דעת עצמו אפשר לו לפעמים גם ליצר טוב ללחוש לו באזנו איזה מחאה, ואם לא לעצרהו ולשום מחסום לפיו לא יבצר ממנו להכניס איזו רעדה בלבו, ובכל אופן אין שמחתו שלמה וענגו נפגם. לא כן בהסתמכו על קבלתו מרבו, הוא מספר בבחינת כל עצמותיו תאמרנה, ולבו רחב ממתק וגיל, חכו ממתקים וכולו מחמדים לבזות החכמים בעולם הלומדים, ועוד הוא מכוין לבו לפלוני ופלוני, ומשנן את לשונו להטעים דבריו לפני השומעים וכרוצה להשכילם כי יש בדבריו גם רמז לפלוני או לפלוני, והעיקר שידעו שמדרגת הת"ח היא... (אי אפשר להזכירו מפני איסור גידוף ר"ל), ואל יטעו עוד בשוא נתעה להכנע לפני הת"ח או להעריצם בלב, כי כבר אמר רבינו ז"ל כי לא ראו אור. והנה כבר אמרו חגיגה כ"ב ב' ואם אתה אומר לו טמא כלום משגיח עליך, ולא עוד אלא שאם אתה אומר לו טמא אומר לך שלי טהור ושלך טמא.
ולו חכמו השכילו כמה מן החטא והאשמה בסיפורים כאלו, כי יוסיפו לדבר סרה על רבם כאילו ח"ו גם הוא כמותם בעון המר הזה, וכאילו לא ראה את דברי הגר"ח בנה"ח, וח"ו היה חולק על ישיבתו של רבא דרביה, ועוד ועוד יוסיפו עוולה להנות מהעבירה, ולדבר ברהב בשמחת לב להלעיב מלאכי עליון ולשום לאל חכמי ישראל וקדושיו, עוד מלאם לבם לדרוש כזאת ברבים, אוי לאזנים שכך שומעות.
וכמה מן הטפשות היא ללמוד הלכה מפי מעשה פרטית, וכי אין אנו יודעים כי יתכן שאיש אשר עסקו לימוד התורה, ויהא גם שקדן ולפעמים אף מופלג בשקידה, ובכל זאת הוא ראוי תוכחה, ואף יתכן להוכיחו בעוז ולהגיד לו כי עדיין לא ראה אור. ואמנם פעולת שקידה מופלגת איננה מבטיחה את בעליה שם תלמיד חכם, כי יתכן כי לימודו באופן שטחי, ולא זו דרכה של תורה באמת, כי עיקר סגולת התורה לעמלים בה בעיון עמוק, ולא לעמלים במעשה זמרת הגמ'. ולפעמים סיבת הדבר בחסרון רב, שלא למד לפני חכמים, ולפעמים חלקו רע שלא חונן בכשרון מספיק, ולפעמים מפני קלקול המדות בקלקול מרובה, ולפעמים חסר לו י"ש, ועוד כיו"ב. והנה כשבאין ללמוד הלכה חמורה כזו רבת האחריות שכל גופי תורה תלוין בה, הלא קלות ראש אסור בזה בהחלט. ואמנם בהיות לבם חמד למשפט המעוקל הלזה, לא יתנו לב לדעת עד כמה אין מכתב רבם מספיק לחרוץ ממנו משפטם, בהיות מהותו של זה שהמכתב נשלח אליו עלומה מהם, ובזדון לבם יגדילו את ערך זה האיש שהוכיחו רבם, ויתארוהו לחכם מגדולי הדור מופלג בצדקות וחסידות ולומד תורה לשמה, וכל זה בשביל שיונעם להם לגמור עליו את ההלל שלא ראה אור מימיו, ובשביל מה, אולי בשביל שאינו יודע לבזות ת"ח, או בשביל זה עצמו שהוא חכם, או בשביל שהוא שקדן, או בשביל שאינו מרבה בשיחות בהגיונות בדויות, ואם יקילו בגדלות האיש המוכח מרבם הלא לא יוכלו להוציא את המסקנות הדרושות להם, לזאת יתחילו בשבח שבשבחים ולסיים בגנות כאות נפשם הזדונית.
כאלה וכאלה מנת חלקם של בנ"א שעזבו חכמת ההלכה מקור מים חיים, ויתנו לה כתף סוררת. והשמר בני, אל יונעם לך חברתם, ואל תתאוה למטעמיהם, הדבק נא בהוויות דאביי ורבא ומינה לא תזוע, הפוך בה והפוך בה דכולא בה.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך סעפטעמבער 2, 2015 9:24 am

· #299103
Re: ספר אמונה ובטחון, חזו"א
ווען איז דאס ארויס? איך האב עס נישט געזען דארט. אפשר האב איך נישט געזעהן דער לעצטע באנד.
איך האב עס געזעהן מיט פופצען יאר צוריק אין א ספר חזון האיש.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך סעפטעמבער 2, 2015 6:34 pm

· #299205
איך האב געהערט פון א פאר מענטשען, אבער איך בין נייגעריג צו איינער קען מוסיף זיין. גענוי וועמען האט דער חזו"א דא געמיינט? וועלכע מענטשען האבען אזוי גערעדט, וואס האבען זיי געוואלט, וואס איז געווען די מחלוקת?

ירא שמים » מיטוואך סעפטעמבער 2, 2015 6:37 pm

· #299207
Re: ספר אמונה ובטחון, חזו"א
טאקע אינטערעסאנט , אין א״י נאכן קריג זענען נאך געווען בעלי מוסר ?

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך סעפטעמבער 2, 2015 7:27 pm

· #299224
Re: ספר אמונה ובטחון, חזו"א
קודם יא. דער חזון איש האט דאך געפיהרט א קאמפף קעגען ר' אייזיק שער און נאך. אבער דאס איז געשריבען געווארען אין יוראפ, דוכט זיך. חיים גראדע ברענגט מעשה'ס פון אמונה ובטחון, און ער איז דאך נישט דארט געווען אין א''י.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג סעפטעמבער 3, 2015 7:35 am

· #299288
@אנאנים פון דיר האב איך עס נישט געקלערט. דער חזו"א פיהרט א קאמפף מיינט ביי דיר ער האט געשיקט פייערלעשער'ס אין מיט'ן שאלעשידעס? ס'מיינט ער האט שוין נישט געזען קיין גוט'ס אין איהם?
ס'מיינט סך הכל אז ער האט געהאלטן זיין מוסר פאר נישט אויסגעהאלטען און אזוי געזאגט פאר זיין מענטשען. ס'איז נישט קיין שלעעגעריי, נישט קיין בייז בלוט, נישט קיין קאכעריי, נאר א מיינונג געזאגט. און וויבאלד סייווי איז זיין מיינונג געשטאנען העכער ווי הרב שער'ס, דעריבער געדענקט מען עס אלס זיין קאמפף און נישט קיין צוויי זייטיגער קאמפף.
און אגב, דאס איז געווען רוב די מערכות פון הרב שך, וואס קיין בייז בלוט איז נישט געבליבען. די באקעמפטער האבען נאך אלס שטארק מכבד געווען הרב שך און נאך אלס געזען אין איהם דער גדול הדור, נאר אין די נקודה זענען זיי נישט אויסגעקומען מיט איהם. נאר כלפי די אנדערע מענטשען, וואס פאר הרב שך האבען זיי געהאט די גרעסטע מאס כבוד, און פאר'ן אנדערע איז נאר געווען גאנץ פיין, איז עס געבליבען הרב שך'ס ווארט אן א קעגענער.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג סעפטעמבער 3, 2015 1:11 pm

· #299338
א. דער חזון איש האט נישט געפיהרט קיין מערכות. זיין שרייבען איז געווען פאר זיך, עפ"י רוב. למשל, דער מכתב לשר נכרי (קובץ אגרות ח"ב קע"ג) פארשטייט יעדער בעל דעת אז ער האט נישט געפלאנט דאס צו שיקען צום גוי און דערמיט אפשטעלען דער בלוט-בלבול אויף דער בייליס. ער האט ארפאגעשריבען זיין געדאנקען און מער נישט. אזוי אויך, ווען ער האט געזען מוסר'ניקס בארעדען אנדערע פאר'ן נישט האבען יר"ש אדער פאר נגיעות, האט ער אראפגעשריבען זיין געדאנקען דערויף. דאס מיינט נישט אז ער באשולדיגט איינער מיט'ן נישט זיין דורכגעווייגט מיט לימוד התורה, נאר אז דער מהלך איז פון די מענטשען.
ב. דאס שרייבען הגהות איז גאר א שוואכער ראיה. גענוג איז עס אז קיין אוכל נבלות להכעיס איז ער נישט געווען. ער האט דען געשריבען הגהות אויפ'ן אחיעזר וואס ער האט געשעצט ביז גאר? ס'דארף נישט זיין קיין סימן פון האלטען פון איהם, נאר פאר א סבה האט ער עס געטוהן. אפשר איז ער איהם שולדיג געווען א טובה, אפשר האט ער געוואלט מחזק זיין זיין ישיבה וואס דאס איז געווען דער עיקר ארבעט פונ'ם חזו"א אין יענער יארען אין א"י כידוע. איך זאג נישט גארנישט וועגען הרב אייזיק גופיה, אבער די ראיה איז נישט קיין ראיה.
ג. דער בנימין בראון פראבירט צו מאכען א שטיקל תורה וועגען די באקאנטע בריוו אין קובץ אגרות צו הרב שמחה זיסל ברוידא ז"ל וועגען זיין קעמפף אויף מוסר, אבער כפשוטו דער בריוו מיינט גאר עפעס אנדעריש. דער חזו"א האט טענות אז מ'גייט ארום זאגען בשמו קעגען מוסר 'צפור חייו של התורה' (איך געדענק נישט די לשון, ואין הספר תח"י כעת), און ער האט געהאט נאנטע באציאונגען מיט דער צו יענער 'אלטער'. איך האב פארשטאנען אז דאס מאכען א מערכה האט איהם געקרענקט. רעדענעדיג אין ביהמ"ד אין קלויז אין מוסר שטיבל, האט ער געהאלטען אז דער מוסר העלפט נישט און מאכט פראבלעמען. אבער סתם אין גאס צו בארעדען די מוסר'ניקס איז מחלוקת אן קיין שום תכלית. וויאזוי די התנגדות איז סערווירט איז א חלק פון וואס די התנגדות איז. דעריבער טאקע בעט ער פון הרש"ז אז ער זאל טוהן תשובת המשקל און אויפהערען רעדען דערפון, הן לטוב הן למוטב. ציה נישט ווייטער דער ענין, ווייל ס'קומט ארויס פאלש. ולי הקטן נראה שזהו כוונת החת"ס בתשובתו המפורסמת להר"מ באנעט.

רוסישער » פרייטאג סעפטעמבער 4, 2015 1:30 am

· #299482
איך קיינמאל ניט געזען די הערות, אבער אפשר איז דאס א וועג פון קריטיקרן, א שטייגער ווי די הערות אויף חי' הגר"ח

ירמי' » מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 11:20 pm

· #354822
בנוגע די קאמפ פון די חזו"א מיט ר' אייזיק שער איז געווען בעיקר ווי אפצולערנען די חטאים און די סטאטוס פון די פריעדיגע דורת ווי די דור המדבר און די דורות הנ"ך, כידוע איז פארהאן א מכתב און אגרות חזו"א סוף חלק א' צו ר' אייזיק שער בנוגע די ענין.

ירמי' » מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 11:26 pm

· #354823
@ליטוואק אינטערעסאנט דיין ראי' אז די חזון איש האט געשריבן די אמונה ובטחון אין יוראפ,
איך האב געהערט אמאל אז ער האט נישט מסיים דעווען די או"ב ער האט נאך געהאט אין פלאן צו שרייבן ווייטער, פון דעם איז משמע אז עס איז געווען מער סוף ימיו,
למעשה פאלט מיר אייו יעצט אז דיין ראי' איז נישט קיין ראי' ווייל יתכן אז די חזון איש איז שוין געווען פארנומען מיט די געדאנקען אין יוראפ בפרט דאס איז א לעבנסגעדאנק און נישט סתם א שיינע תורה, אבער עס אפגעשריבן האט ער עס אין אר"י

איש חזון » זונטאג יוני 25, 2017 3:29 pm

· #376753
היימישער ליטוואק
מאראנצןזאפט
אמונה ובטחון איז נישט קיין לייכט ספר, סיי צוליב די אייגנארטיגע פאעטישע שפראך מיט וואס דער חזון איש באניצט זיך, און אויך צוליב פארשידענע טיפע און דקות'דיגע טעמעס וואס ער בארירט דארט, און ווי דער חזו"א שרייבט: דברים שבאמת הם עמוקים הכתב נפגש בקושיים להבליט את עומקם (קו' י"ח שעות סקי"ד).
אז מ'רעדט שוין:
מאנכע מיינען אז דאס וואס דער חזו"א שרייבט אין פ"ב אות א' "שם בטחון המשמש למדה מהוללה ועיקרית בפי "החסידים", מיינט ער דא די כת החסידים תלמידי הבעש"ט. ס'איז אבער נישט ריכטיג. א' ווייל דער סארט בטחון וואס ער קומט דארט שולל זיין צוטייילט זיך נישט צווישן ראסע, עס איז אן אנגענומענער מיינונג אין די תורה וועלט, צווישן ליטאים און חסידים צוגלייך.
ב' ווער עס איז באקאנט אין די שריפטן פון חזו"א ווייסט אז זעלטן ווען וואס ער דערמאנט אפילו א נאמען צו וועמען א בריוו איז אדרעסירט, און אויב דארף ער רעדן פון א פערזאן אדער ארגאניזאציע ספעציפיש באגענוגט ער זיך מיט 3 פינטעלעך ... זיין פעדער איז אויסגערעכנט און אפגעהיטן מיט א מורא'דיגע צניעות, איז נישט מסתבר אז ער זאל דא אזוי גלייכגילטיג קריטיקרן א גאנצע עדה ביים נאמען, ופשוט הוא.
נאך א נקודה:
עס איז דא אן אלוועלטליכע לאנגיעריגע וויכוח אויב עס עקזעסטירט דער מושג love on thr first sight.
הערט ווערטער פון חזו"א אמונה ובטחון פ"א אות י"ד: ואמנם אף בלי כל סיבה מעשית יש סיבות צפונות בכחות הנפש להפק חן ואהבה לרעהו שהוצג לפניו בפעם הראשונה, אשר לא הכירו מעולם, ומנקודת אהבה זו הולכת וגדלה ומתוספת, וכמו כן יש כחות בנפש האדם להפק שנאת מרורות לרעהו בלי כל סיבה מוקדמת, רק בגלל שלא מצא חן בעיניו והשנאה הולכת ומתפתחת ביניהם, וביחוד הדבר רגיל באלה שכשרון שכלם חזק ומדותיהם ערות וחדות. ע"כ.
די דומע, זיי שפירן נישט און ליבן נישט, ושוטה אינו מרגיש. דער חכם מיט אויפגעוועקטע געפילן, ער שפירט און קאטאגארעזירט צווישן זיינע ליבן און פיינט.

די 3 פינטלעך אין אגרות חזון איש, איז פון די מוציאים לאור נישט פון דעם חזון איש זעלבסט.
אגב, לעצטנס איז ארויסגעקומען גנזי חזון איש מיט די אלע בריוו בשלימות.

נישט ריכטיג. די גריינימנים (המו''ל של אמו''ב ואגרות חזו''א) שרייבן אינעם הקדמה צו אגרות חזו''א, אז ווי עס איז געדריקט "..." איז פשט אז מרן זללה''ה האט אזוי געשריבן, משא''כ ווען עס איז געדריקט "- - -" איז פשט אז די מו''ל האט משמיט געווען.
(וכבר הוכיח רא''ק מו''ל גנזים ושו''ת חזו''א שהגריינימנים לא תמיד ציינו כאשר השמיטו, וכן באיזה מקום הדפיסו "..." כאשר באמת הם השמיטו ולא החזו''א כתב כן)