☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » שובבי"ם

שובבי"ם

25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2622

ידען » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 11:57 am

· #73093
שובבי"ם
כאב זיך דערשראקען ווען כאמיך דערמאנט אז מע האלט שוין כמעט ביי שובבים, און אזוי ווי ביי עפעס א צדיק אדער ראש ישיבה איז אריין געקומען אין שיל אלול זמן און געשריגען איין ווארט"אלול" און יעדער האט באקומען פארכטען פון יום הדין, די זעלבע האבעך געלייגט נאר איין ווארט שובבים ווייל איך בין דערשראקען און ווער ציציטערט פון די עבירות וואס סע ליגט אויף מיר.

כאב אויך געטראכט אז אפשר זאל מען לייגען די אשכול ביי מאחורי הפרגוד אבער אז דער הייליגער סאטמארע רבי זי"ע האט גערעט אזוי פיל וועגען דעם און די קינדער האבען נישט געוויסט וואס מע וויינט אזוי סאך ביי שלש סעודות אדער ווען איך בין געווען א אינגעל מוצ"ש ביי די שובבים טעיפס וואס איך האב טאקע נישט פארשטאנען וואס ער רעט ווייל סע נישט אזיי קלאר אהן די קונטרס אבער בקיצור סע געווען אימפארשטענדלעך אבער זיער א התעוררות.

ווען האט זיך אנגעהויבען שובבים?

ווען איז עס געווארען אזא הייליגע דערשראקענע זאך?

ביי וועמען איז עס אנגענימען? חסידים ליטוישע ספרדישע אדער יעדעם?

איך געדענק עפעס אז קריאה מעורר הזמן אז מע האט גארבעט אין מצרים און סע האט א שייכות צו מדת יסוד. נישט קלאר וואס סע מיינט. אפשר אז די אידען זענען נכשל געווארען? איך גלייב נישט. ווען מע ארבעט עבודת פרך און מע קלאפט און מע האקט די ביינער, האט מען קאפ צו דעם?

שמעקעדיג » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 12:21 pm

· #73100
דער מקור איז פונעם אר"י הקדוש, טאקע צוליב הקריאה מעורר את הזמן, האט ער מגלה געווען אז אין די וואכן איז גרינגער צו מתקן זיין די חטאים, עס איז די פאסיגע זמן.
בעיקר איז עס אין א עיבור יאר, שובבי"ם ת"ת, אבער אפילו אין געווענליכע יארן איז דער זמן מסוגל.
אסאך חסיד'ישע ספרים זענען פול דערמיט.

בן תמליון » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 1:58 pm

· #73123
דוכט זיך די שלשלת בית סיגוט האבן איינגעפירט דעם שטארקן מצב פון שובבים אנדערע האבן עס נאכדעם איבערגענומען. ווייסט איינער אנדערש?

ידען » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 2:14 pm

· #73128
שמעקעדיג
דער מקור איז פונעם אר"י הקדוש, טאקע צוליב הקריאה מעורר את הזמן, האט ער מגלה געווען אז אין די וואכן איז גרינגער צו מתקן זיין די חטאים, עס איז די פאסיגע זמן.
בעיקר איז עס אין א עיבור יאר, שובבי"ם ת"ת, אבער אפילו אין געווענליכע יארן איז דער זמן מסוגל.
אסאך חסיד'ישע ספרים זענען פול דערמיט.

וואס מיינט די קריאה מעורר?

וואס האט עס מיט מצרים. ?

מן הסתם נישט ווייל מע האט געזינדיגט מיט דע חטא.

ענן כבד » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 2:56 pm

· #73138
ווי אזוי דען איז מען אנגעקומען דארט ביזן מ"ט שע"ט?

בן תמליון » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 3:57 pm

· #73158
ידען
שמעקעדיג
דער מקור איז פונעם אר"י הקדוש, טאקע צוליב הקריאה מעורר את הזמן, האט ער מגלה געווען אז אין די וואכן איז גרינגער צו מתקן זיין די חטאים, עס איז די פאסיגע זמן.
בעיקר איז עס אין א עיבור יאר, שובבי"ם ת"ת, אבער אפילו אין געווענליכע יארן איז דער זמן מסוגל.
אסאך חסיד'ישע ספרים זענען פול דערמיט.

וואס מיינט די קריאה מעורר?

וואס האט עס מיט מצרים. ?

מן הסתם נישט ווייל מע האט געזינדיגט מיט דע חטא.


מעגליך דער ענין האט זיך גענומען טאקע ווייל די סדרות טראגן דעם ר"ת שובבי"ם ווי עס שטייט אין פסוק שובו בנים שובבים דערנאך האט מען עס שוין סומך געווען אויף די קריאה מיט גלות מצרים וכו' ווי אויך די לאנגע ווינטער שלוש סעודות תורה פילט זיך טאקע פאסיק בו בזמן רעוא דרעוין דלית דינין דתקיפין. ווען דער עתיק יומין איז מיט אונז אויף איין טיש און די כלבין דחציפין האבן קיין שליטה.

דעריבער בעטן מיר זיך טאקע: ישוה לון בנוקביהון, רבונו של עולם לייג זיי די אלע אין זייערע לעכער. ויטמרון בגו כיפין, באהאלט זיי אינטער די שטיינער. ארי השתא במנחתא בחדותא דזעיר אנפין. יעצט אין אוונט איז די פרייד פונעם זעיר אנפין.

ותגלה ותראה מלכותו עלינו השתא בעגלא ובזמן קריב באנפא נהירין בב"א

שרייבער » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 8:06 pm

· #73252
[ציטאט אראפגענומען]

על שם העתיד....

יאיר » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 8:14 pm

· #73255
ישוה לון בנוקביהון, רבונו של עולם לייג זיי די אלע אין זייערע לעכער. ויטמרון בגו כיפין, באהאלט זיי אינטער די שטיינער. ארי השתא במנחתא בחדותא דזעיר אנפין. יעצט אין אוונט איז די פרייד פונעם זעיר אנפין.

נישט גוט אפגעלערנט. ישוה לון בנוקביהן, גיב פאר אלע אידן נקיבות, ארי השתא במנחתא, יעצט אויף ביינאכט, בחדותא, זיי זאלן ווערן פרייליך, דזעיר אנפין, כדי דער חרון אף פון די עבירות פון די וואס האבן נישט פת בסלו זאל קלענער ווערן.

יואליש » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 8:21 pm

· #73256
מצרים ערוות הארץ, יוסף הוא המשביר (במדת היסוד), שהיו גדורים בעריות, מ"ט שערי טומאה, לאז פאר סאקמיר רב צו מאכן דעם שילוב מיטן קריאה.

דרך אגב, ס'גליסט מיר זייער צו הערן דעם תשי"ד ויחי "הצרי אין בגלעד" תורה, וואס איז צו שובבי"ם אין סאטמאר וואס להשכילך בינה (אגרת י"א?) איז צו חב"ד. איז דא א שובבי"ם תורה אויף יוטאוב? כ'מיין אויף גאנץ יוא טוב הערט מען נישט אזא אמת'ע קרעכץ. מ'מעג ווען מזכה זיין אנדערע אידן וועלכע האבן דאס קיינמאל געהערט.

יאיר » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 8:58 pm

· #73269
ציוני וואס דו ביזט! וואס אינטערסירט מיר צו דער צרי איז יא אדער נישט אין גלעד, דער עיקר איז די נשא תורה!

ידען » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 10:00 pm

· #73282
יואליש
מצרים ערוות הארץ, יוסף הוא המשביר (במדת היסוד), שהיו גדורים בעריות, מ"ט שערי טומאה, לאז פאר סאקמיר רב צו מאכן דעם שילוב מיטן קריאה.

דרך אגב, ס'גליסט מיר זייער צו הערן דעם תשי"ד ויחי "הצרי אין בגלעד" תורה, וואס איז צו שובבי"ם אין סאטמאר וואס להשכילך בינה (אגרת י"א?) איז צו חב"ד. איז דא א שובבי"ם תורה אויף יוטאוב? כ'מיין אויף גאנץ יוא טוב הערט מען נישט אזא אמת'ע קרעכץ. מ'מעג ווען מזכה זיין אנדערע אידן וועלכע האבן דאס קיינמאל געהערט.

ווי קעמען עס הערען ?
וואסערע דרשה מיינסטו?

קרעכץ?

להשכילך בינה?

רמזים פארשטייעך נישט. 😞

יאיר » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 10:03 pm

· #73284
להשכילך בינה איז פרק י"א אין אגרת הקודש פון לקוטי אמרים. קענסט עס טרעפן אנליין.

טעפל » דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 3:58 am

· #73325
שרייבער
[ציטאט אראפגענומען]

על שם העתיד....

ניין, ער מיינט די חטא הידוע "ציונות".

יואליש » דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 12:55 pm

· #73362
ידען, כ'מיין נישט א ספעציפישע קרעכץ, כ'רעדט בכלליות וואס מ'האט געהערט פון סאקמיר רב ביי די תורות און די ימים נוראים דרשות. כ'האב נאך אזאנס נישט געהערט ערגעץ אנדערש. קאן זיין ס'איז מיין דמיון, קאן זיין כ'הער נישט ערוואקסענע וויינען מיט אזא געשריי, אבער ס'שיינט אנדערש.

הירשל ציג » דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 1:52 pm

· #73373
שובבי"ם אין סאטמאר
ווען איז עס געווארען א גרויסע "זאך?" ביי וועלכע רבי האט זיך עס אנגעהויבען?

שמעון וואלף » מיטוואך דעצעמבער 26, 2018 1:04 am

· #420117
.
📎 תיקון היסוד והבא על הגויה (1).jpg

וואלווי » מיטוואך דעצעמבער 26, 2018 7:47 am

· #420125
שמעון וואלף
.


הבא על הגוי' איז בכלל א שובבי"ם פראבלעם?

עפעס ראנג מיט דעם?

שמעקעדיג » דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 12:41 am

· #420205
"אקעי אידן, אלע וואס זענען נכשל געווארן עם גויה זאלן זיין אויף די לינקע זייט, עוון נדה אויף די אנדערע עק, מיר זאלן וויסן קלאר מי ומי ההולכים, און דערנאך וועלן מיר מאכן דעם תיקון"!

טאמבל סאס » דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 12:08 pm

· #420242
הרב יוסף חממי?? שמא קא גרים?

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 12:28 pm

· #420244
שמעקעדיג
"אקעי אידן, אלע וואס זענען נכשל געווארן עם גויה זאלן זיין אויף די לינקע זייט, עוון נדה אויף די אנדערע עק, מיר זאלן וויסן קלאר מי ומי ההולכים, און דערנאך וועלן מיר מאכן דעם תיקון"!

שמעקעדיג: אנטשולדיגט. אבער דו האסט נישט די קוואליפיקאציעס צו מאכן דעם תיקון. (און אז דער עולם/גולם זאלל קומען זעהן און הערן) ערשטנס דארפסטו האבן עפעס א שייכות (דריטער קאזינ'ס שטיעף נעפיו ) צום באבא סאלי. אויב דו הייסט אבו חצירא אדער פינטו איז נאך בעסער. אבער סתם א מיסטעריעזער תימנ'ער אדער איראקער נאמען איז אויכעט גוט. און דו מוזסט זיין עפעס א פארמער. און זיך באשעפטיגן מיט מעלקן קוען און דיסטריביוטן מילעך. דאמאלס מעגסטו גיין געשעיווט אויכעט. און דער עולם/גולם וועט זיין פארכישופ'ט אין דיר. דו וועסט ציען א גרויסן עולם. לאמיר זאגן אז דו וועסט קומען צו הרב חיים יהושע האלבערשטאם שליט"א אין ביהמ"ד. אדער ער אפשר גאר, הס מלהזכיר. קיין 13 מאנסי בולווד. צו די ארונים אין ביהמ"ד. זיי האבן א גרויסן פארקינג לאט. און ס'וועט שטיין אויף א יעדן לעקטריק פאול און טרעפיק לייט אז דער גאון המקובל. מלוב"נ איז דא אין שטאט. און ער געט ארויס א תיקון אויף אלע עבירות חמורות. פאר דעם ביליגן און צוגענגליכן פרייז. דבר השווה לכל נפש (החוטאת) פאר בלויז $150.00 כופר נפש...!

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2018 12:38 pm

· #420245
דער לץ און רשע. (יא. מ'מעג זאגן אויף איהם רשע. נישט נאר ווייל ער האט געפיהרט א בייזוויליגע און רשעות'דיגע מחלוקת מיט קהילת סאטמאר. נאר ווייל ער האט פארדינט זיין בלוטיג געלט מיט אריינדרייען יונגעלייט אין עבירות חמורות (בשותפות מיט א פארדארבענע איזראעלי שיקסע) און נאכדעם עקסטארטן שווערע געלטער פון זיי.). האט געזאגט א ליצנות'דיגע ראשי תיבות אויף די היימישע רבנים וועלכע וואלגערן זיך דורכאויס די ימי השובבי"ם אין מיאמי ביים ביעטש...שובבים איז ראשי תיבות...שוין ווידער ביים ביעטש אין מיאמי...!

נ.ב.: דעם טשארדזש פון זיינע מעשים מגונים מיט עקסטארשן. פארוואס ער וואלט געקענט גיין זיצן אין תפיסה. האביך געליינט אין אן איזראעלישע צייטונג אויף עברית. זעהט אויס אז ס'איז נישט קיין בילבול...!

אאפס. כ'האב פארגעסן ארויסצושרייבן זיין טמא'נעם נאמען. נאר ס'איז בעסער אזוי. ווייל א יעדער ווייסט זיין נאמען הידוע לשימצה...!

שמעקעדיג » זונטאג דעצעמבער 30, 2018 2:29 am

· #420400
berlbalaguleh

שמעקעדיג: אנטשולדיגט. אבער דו האסט נישט די קוואליפיקאציעס צו מאכן דעם תיקון. (און אז דער עולם/גולם זאלל קומען זעהן און הערן)

איר האט נישט געכאפט, ר' בערל. איך טייל נישט קיין תיקונים, מי אנכי, נאר איך ארבעט אין א דרוקעריי אין איך האב מגלה געווען א חלק וואס די תיקונים טיילער האבן מיר געבעטן צו דרוקן.

והאיש משה » זונטאג דעצעמבער 30, 2018 8:13 am

· #420419
שמעקעדיג
דער מקור איז פונעם אר"י הקדוש, טאקע צוליב הקריאה מעורר את הזמן, האט ער מגלה געווען אז אין די וואכן איז גרינגער צו מתקן זיין די חטאים, עס איז די פאסיגע זמן.
בעיקר איז עס אין א עיבור יאר, שובבי"ם ת"ת, אבער אפילו אין געווענליכע יארן איז דער זמן מסוגל.
אסאך חסיד'ישע ספרים זענען פול דערמיט.


אין כתבי אר"י (שער רוח הקודש תיקון כ"ז) ווערט עס געברענגט אז ס'איז א "מנהג קדום" בכל ישראל צו פאסטען און תשובה טוהן אין די טעג אויף חטא הידוע.

קריאה מעורר הזמן איז נישט ווייל די ר"ת פון די פרשיות איז שובבים, דאס איז בלויז א רמז (סימן בלשון הארי שם), דער עיקר איז ווייל על פי קבלה (עי' שער הכוונות דרושי ר"ה דרוש א' וע"ע בדרושי פסח א' וב') זיינען די יודען נשתעבד געווארן צו די מצריים כדי מתקן זיין די חטא פון אדם הראשון וואס ער האט מוציא געווען לבטלה, אין די ק"ל שנים שפירש מאשתו לאחר שחטא בחטא עץ הדעת, וממילא יעצט ווען מ'ליינט אין די תורה די פרשיות פון שעבוד וגאולה ממצרים, איז די קריאה מעורר די זמן און די תיקונים וואס זיינען דעמאלטס פארגעקומען.

berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 30, 2018 12:24 pm

· #420436
רביה"ק זי"ע: It's all a bunch of gibberish...!

ס'האט אמאל איינער מעורר געווען אז דער חטא הידוע איז ציונות...לאל...!

שמעקעדיג » דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 10:39 pm

· #490265
עניני דיומא...