ישראלישע מיליטער קויפט איין שבת'דיגע קיבארדס
די איטעליגענץ אפטיילונג (שפיאנאזש בלע"ז) פון די איזראעלי מיליטער האט אפגעקויפט א הויפן שבת'דיגע קיבארדס. די קיבארדס ארבייטן אנדערש ווי רוב קיבארדס. און רוב קיבארדס, ווען מ'דרוקט א קנעפל עפנט מען און מ'מאכט צו א סירקוט וואס איז לויט רוב פוסקים חילול שבת (דאוריתא לויטן חזון איש, דרבנן לויט הגרשז"א אויערבאך). די שבת'דיגע קיבארדס ארבייטן אבער מיטן א צווייטען סיסטעם, אזוי אז עס איז נאר א גרמא און נישט קיין דירעקטע מלאכה. לכאורה די סיבה פארן איינקויפן די קיבארדס (וועלכע זענען פראדוצירט געווארן דורך די מכון טכנלוגי לבעיות ההלכה) איז ווייל אין די אינטעלעגענץ דיפארטמענט ארבייטן אסאך חרדישע אידן וועלכע לאזן זיך נישט גרינג בייאיינפלוסן אז טייפן אויף א קיבארד איז פיקוח נפש וואס איז דוחה שבת. די מיליטער האט אפגעזאגט צו קאמענטירן אויף די נייעס. (מקור: ישראל היום)
Re: ישראלישע מיליטער קויפט איין שבת'דיגע קיבארדס
חחח נאך אביסל וועט ארויסקומען נאך מער אויסגעהאלטענערע קיבארדס, וואס איז ניטאמאל א גרמא, און ווען א איד וועט האבן א מיידל פרייטאג צונאכטס וועט ער נאך שנעל קענען אפטייפן א קידושא רבא צעטל.
וואט א דזשויק...
Re: ישראלישע מיליטער קויפט איין שבת'דיגע קיבארדס
ס'וואלט געווען א גוטע כלי פאר די וואס קענען זיך נישט איינהאלטן צו טעקסטן אין שבת:
http://failedmessiah.typepad.com/failed ... c-456.html
Re: ישראלישע מיליטער קויפט איין שבת'דיגע קיבארדס
קול גדולס'וואלט געווען א גוטע כלי פאר די וואס קענען זיך נישט איינהאלטן צו טעקסטן אין שבת:
http://failedmessiah.typepad.com/failed ... c-456.html
האהא K9 בלאקירט מיר דעם לינק, זעט אויס ער האלט אז איך בין פון די וועלכע קענען זיך נאך איינהאלטען פון טעקסטן...
Re: ישראלישע מיליטער קויפט איין שבת'דיגע קיבארדס
שמואל שלום שלמהקול גדולס'וואלט געווען א גוטע כלי פאר די וואס קענען זיך נישט איינהאלטן צו טעקסטן אין שבת:
http://failedmessiah.typepad.com/failed ... c-456.html
האהא K9 בלאקירט מיר דעם לינק, זעט אויס ער האלט אז איך בין פון די וועלכע קענען זיך נאך איינהאלטען פון טעקסטן...
אינטערעסאנט פארוואס K9 בלאקירט עס, ס'איז דאך נישט קיין כשר'ע נעץ פילטער. קענסט מן הסתם אויסלעשן די פילטער צו ליינען.
Re: ישראלישע מיליטער קויפט איין שבת'דיגע קיבארדס
קול גדולשמואל שלום שלמהקול גדולס'וואלט געווען א גוטע כלי פאר די וואס קענען זיך נישט איינהאלטן צו טעקסטן אין שבת:
http://failedmessiah.typepad.com/failed ... c-456.html
האהא K9 בלאקירט מיר דעם לינק, זעט אויס ער האלט אז איך בין פון די וועלכע קענען זיך נאך איינהאלטען פון טעקסטן...
אינטערעסאנט פארוואס K9 בלאקירט עס, ס'איז דאך נישט קיין כשר'ע נעץ פילטער. קענסט מן הסתם אויסלעשן די פילטער צו ליינען.
ADULT/MATURE CONTENT
Re: ישראלישע מיליטער קויפט איין שבת'דיגע קיבארדס
קול גדולס'וואלט געווען א גוטע כלי פאר די וואס קענען זיך נישט איינהאלטן צו טעקסטן אין שבת
און אויך א גוטע כלי צו פארברענגען דא אין קאווע שטיבל אין די לאנגע זומער'דיגע שבת נאכמיטאג שעות.
Re: ישראלישע מיליטער קויפט איין שבת'דיגע קיבארדס
ס'איז מיר היינט בייגעפאלן אז אפשר צוליב דעם הייסט דער שבת "שבת הגדול", ווייל דורך די נייע שבת'דיגע קיבארדס וועט די שבת געהייליגט און "געגרויסט" ווערן, דורך דעם וואס ס'וועט פארמינערט ווערן חילול שבת.
Re: ישראלישע מיליטער קויפט איין שבת'דיגע קיבארדס
Re: ישראלישע מיליטער קויפט איין שבת'דיגע קיבארדס
אינטערעסאנט אז פאר דעם איז יא דא געלט, לעצטענס איז געווען באריכטעט אז די "איי די עף" האט געשניטן דאס צישטעלן מיליטערישע ציצית פאר די רעליגיעזע סאלדאטן:
http://www.theyeshivaworld.com/news/Gen ... itzis.html
http://www.israelmilitary.com/popup.asp ... ge/767.jpg
Re: ישראלישע מיליטער קויפט איין שבת'דיגע קיבארדס
גדעוןאינטערעסאנט אז פאר דעם איז יא דא געלט, לעצטענס איז געווען באריכטעט אז די "איי די עף" האט געשניטן דאס צישטעלן מיליטערישע ציצית פאר די רעליגיעזע סאלדאטן:

וואס איז די חידוש? ציצית איז ניטאמאל א ביטול עשה, זיי געבן נישט פאר די חיילים ד כנפות אן ציצית, מצד השני האסטו מיעוט חילול שבת במקום פיקוח נפש, פרייארעטיס.
Re: ישראלישע מיליטער קויפט איין שבת'דיגע קיבארדס
[ציטאט אראפגענומען]
אנשטאט עפענען א סירקוט (circuit) ביים קוועטשען א קנעפל און פארמאכן די סירקוט ווען מ'לאזט אויס די קנעפל איז די סירקוט אלעמאל אפען נאר ס'העכערט און נידערט די פריקווענסי אדער וואלטעדז'.
Re: ישראלישע מיליטער קויפט איין שבת'דיגע קיבארדס
גדעוןאינטערעסאנט אז פאר דעם איז יא דא געלט, לעצטענס איז געווען באריכטעט אז די "איי די עף" האט געשניטן דאס צישטעלן מיליטערישע ציצית פאר די רעליגיעזע סאלדאטן:
http://www.theyeshivaworld.com/news/Gen ... itzis.html
http://www.israelmilitary.com/popup.asp ... ge/767.jpg
איך כאפ נישט וואס די צושטעל איז בכלל. גדעון - get your priorities straight.
Re: ישראלישע מיליטער קויפט איין שבת'דיגע קיבארדס
יידלגדעוןאינטערעסאנט אז פאר דעם איז יא דא געלט, לעצטענס איז געווען באריכטעט אז די "איי די עף" האט געשניטן דאס צישטעלן מיליטערישע ציצית פאר די רעליגיעזע סאלדאטן:
http://www.theyeshivaworld.com/news/Gen ... itzis.html
http://www.israelmilitary.com/popup.asp ... ge/767.jpg
איך כאפ נישט וואס די צושטעל איז בכלל. גדעון - get your priorities straight.
איך צו צוריק פון דעם, און איך בעט איבער גדעון פאר דעם אטאקע. נאכן זיך איבערטראכטן האב איך באשלאסן אז איך האב געליינט זיין תגובה אין אן אנדער טאן ווי ער האט עס מסתמא געמיינט צו שרייבן (א שטייגער די טאטעק שיק מיך הויזן מעשה'לע...). אבער מיי פוינט סטיל סטענדס אז ס'נישט אזוי אינטערעסאנט אז פאר דעם איז יא דא געלט און פאר ציצית נישט, ודי בזה.