☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » ערבים vs כל ישראל ערבים

ערבים vs כל ישראל ערבים

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2619

אוהב דעת » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 6:48 pm

· #72884
ערבים vs כל ישראל ערבים
ווי באקאנט איז דא 2 ארגס. ערבים און כל ישראל ערבים ביים היימישען ציבור די צווייטע איז מער סעפארטאט ביי די ארונים, איך וויל וויסען וואס זענען די חילוקים צווישען די צוויי? איינער זאגט מיך אז ביי כל ישראל ערבים איז געשטארבען נאר איינער ( פרוי גרינוואלד) אבער ביי ערבים שטארבט עפעס יעדע חודש נאך איינער , איז דאס אמת? וואס איז פשט (שטארבען ביי די ארונים ווייניגער מענטשען? )

אברעמעל » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 9:22 pm

· #72930
אז מ'רעדט שוין פון ערבים, דא איז יענקל הוראוויטץ געווארן באקאנט פארן המון עם, אויב געדענק איך גוט האט ערבים טאקע געטוישט אפאר זאכן לכבוד דעם.

אוהב דעת » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 10:13 pm

· #72941
אברעמעל
אז מ'רעדט שוין פון ערבים, דא איז יענקל הוראוויטץ געווארן באקאנט פארן המון עם, אויב געדענק איך גוט האט ערבים טאקע געטוישט אפאר זאכן לכבוד דעם.

יא און די חברה זענען עם זייער דאנקבאר כאטש ער האט נישט געמיינט לתיקון, איז ארויס געקומען א טובה , די קאמפ איז געווארען גרעסער און שטערקער

שרייבער » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 10:29 pm

· #72949
פארוואס האב איך נאך אין ערגעץ נישט געזען קאמפיינען פאר די ארגענעזאציע כל ישראל ערבים?
איך האב מיך איינגעשריבן אויף ערבים, און אזוי ווי דו זאגסט כמעט יעדע חודש איז דא א טשארדזש די מאקיסמום אמאונט פון 28 דאלער, וואסי פשט

אוהב דעת » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 10:33 pm

· #72950
איך הער סאיז דא א שוואכע פירשאפט דארט , איך ווייס נישט וואס, איין נפק״מ צעווישען די צוויי כל ישראל געט געלט אפי די האסא א געהעריגע אינשורנס פאלעסי משא״כ ערבים נישט לפי״ז וואלט כל ישראל געדארפט האבען אסאך מער charges , can so eone help me with the math?

signout » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 10:29 am

· #73075
ווי זעהסטו אז די ארונים זענען מיט כל ישראל, אין פארוואס איז דאס/זאל דאס זיין אזוי?

אוהב דעת » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 10:40 am

· #73078
signout
ווי זעהסטו אז די ארונים זענען מיט כל ישראל, אין פארוואס איז דאס/זאל דאס זיין אזוי?

ווייל ערבים האט א שייכעס מיט די ארץ ישראלדיגע ערבים ( זיי האבען עס אנגעהויבען ) און יענע איז supported ביי די מדינה, כאפסט? למעשה האבען זיי מעמבערס פון אלע קהילות

שרייבער » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 12:17 pm

· #73098
ווער פירט כל ישראל ערבים און פארוואס הערט מען נישט פון זיי

הדד בן בדד » דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 3:20 am

· #73321
אין בחדרי, אויף איינס פון די אידישע פארומס, איז אמאל געווען א שמועס דעריבער, איינער האט דארט צאמגעשאלטן כל ישראל ערבים, זוכט נאך ותמצא נחת

signout » דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 11:55 am

· #73352
זענען ביידע ארגענאזאציעס אויך אין ארץ ישראל אדער נאר אין אמעריקא איז דא 2?
ערבים וואס גיבט געלט נאר אויב מען האט נישט קיין פאליסי, וואס וועט זיין די דין וואס מען איז א מעמעבער ביי כל ישראל הייסט עס ווי מען האט א פאליסי?

אוהב דעת » דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 1:16 pm

· #73367
<a class="postlink" href="http://www.vosizneias.com/55794/2010/05/17/new-york-rabbi-horowitz-analyzes-the-arevim-life-insurance-program/">http://www.vosizneias.com/55794/2010/05 ... e-program/</a>

green sunday » דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 4:39 pm

· #73417
איך געדענקנט פאר בערך 3-4 יאר צריק איז געווען א מעכטיגע קאמפיין אין קרית יואל פאר ערבים, עס האט אנגעהאלטען א שיינע פאר וואכן, א ריזיגער עולם האט זיך דעמאלס איינגעשריבן, עס הענגט אלץ צעטלעך אין גרויסן ביהמ"ד ווען מען גייט רעכנען די קארטלעך. איך האב נאך קיינמאל נישט געזען קיין קאמפיין פאר כל ישראל ערבים, אויסער איינמאל געדענק איך איז אנגעקימען עפעס אין די מעיל אין ענגליש פאר כל ישראל, מער פין דעם איז גארניש געווען ממילא וויס איך נישט פין ווי די נעמסט דיין אינפא.

ערבים

שמעקעדיג » דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 5:19 pm

· #73431
אזוי ווי גרין סאנדעי, בין איך אויך עדות צו די עלבע זאך.

אגב, יעצט באקומען א טעלעפאן קאל פון ערבים, אז יאנואר גייט אראפ נאך א טשארדזש, כדרכם די לעצטע חדשים.

אוהב דעת » דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 6:40 pm

· #73449
ערבים האט בערך 1300 מעמברס איך מיין איז אז KYA איז סאך ווייניגער מעמבערס, סא די חשבון קען שטימען...
ערבים האט למעשה געטוישט זייער פאלעסי , און זיי צאלען יא, אפי׳ מהאט א גהעריגע אינשורנס פאלעסי...