☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » ישיבת "גן ישראל" אין בורו פארק - חב"ד געשטימט?

ישיבת "גן ישראל" אין בורו פארק - חב"ד געשטימט?

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2611

היימישער ליטוואק » מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 10:31 pm

· #72638
ישיבת "גן ישראל" אין בורו פארק - חב"ד געשטימט?
איך האב זיך אלס גווינדערט ווער עס שטייט אונטער דעם מוסד. יעצט ליין איך דאס פאלגענדע:
הרב מטוסוב הרצה בישיבה חסידית בבורו פארק

בסמיכות לימי ה' טבת, שהוא יום "נצחון הספרים" נערך בישיבת "גן ישראל" בבורו-פארק, אירוע חינוכי מיוחד עבור תלמידי הישיבה. בו הוזמן הרב אלי' מטוסוב, להרצות לפני הישיבה אודות היסטוריית הדפוס של ספרי ישראל, ובמיוחד היסטוריית הדפסת הספרים החסידיים
ליינט דא ווייטער מיט בילדער.
טא איז דאס נאך א וועג וויאזוי חב"ד זוכט אריינצוקומען צוריק אין דעם היימישן מעינסטריעם?

ונבנתה העיר » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 12:08 am

· #72665
איך מיין אז עס געהערט און ווערט געפיהרט דורך אפאר אידן פון בית מנחם אין ב"פ.

אוהב דעת » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 12:20 am

· #72668
זענען זיי אמאל געעוען אינדערויסען פונם מעינסטרים מער פון סאטמער, סקווער, גר? האבן די חסידים אמאל זיך אויסגעשלאסען פון חב״ד? אפשר האט מען נישט אזויפל עוסק געווען און בעלי תשובה אבער אונז זענען אייביג געווען גאר נאנט מיט זיי פונקט אזוי ווי היימיש(ער ווי)ליטוואק(ס) 

berlbalaguleh » מוצ"ש דעצעמבער 29, 2012 8:39 pm

· #73671
ונבנתה העיר
איך מיין אז עס געהערט און ווערט געפיהרט דורך אפאר אידן פון בית מנחם אין ב"פ.

דער מנכ"ל און בעה"ב איז א חב"ד'סקער. הרב גינזבורג. וואס עפעס האט דא איינער אריינגעווארפן א ווארט וועגן חב"ד און "מעינסטריעם" דא איז נישט לעיקוואוד, וואס איינער פון די חשובי ראשי הישיבות "האט זיך אויסגעדרוקט אז "חב"ד איז נישט קיין טייל פון כלל ישראל", ח"ו.

היימישער ליטוואק » מוצ"ש דעצעמבער 29, 2012 8:44 pm

· #73673
חב"ד איז דעפינטלי יא א טייל פון כלל ישראל (ועל זה דוה לבינו, ואכמ"ל). אבער דעפיניטלי נישט פון די מעינסטרים.

געוואלד געשריגן » מוצ"ש דעצעמבער 29, 2012 8:46 pm

· #73674
היימישער ליטוואק
חב"ד איז דעפינטלי יא א טייל פון כלל ישראל (ועל זה דוה לבינו, ואכמ"ל). אבער דעפיניטלי נישט פון די מעינסטרים.


what is the mainstream?

היימישער ליטוואק » מוצ"ש דעצעמבער 29, 2012 10:08 pm

· #73695
איך גיי דיר נישט געבן א טייטש פאר מענסטריעם, נאר א סימן.
צוויי קהילות פון מעינסטריעם קענען זיין צוזאמען אין איין ישיבה/ת"ת/מיידל-סקול/קעמפ/קאנטרי/כולל. דער נישט פון דעם מעינסטריעם וועט נישט אריינפיטן. יעצט, פרוביר צו טראכטן צו חב"ד איז יא אדער נישט פון מעינסטריעם.

געוואלד געשריגן » מוצ"ש דעצעמבער 29, 2012 10:19 pm

· #73699
היימישער ליטוואק
איך גיי דיר נישט געבן א טייטש פאר מענסטריעם, נאר א סימן.
צוויי קהילות פון מעינסטריעם קענען זיין צוזאמען אין איין ישיבה/ת"ת/מיידל-סקול/קעמפ/קאנטרי/כולל. דער נישט פון דעם מעינסטריעם וועט נישט אריינפיטן. יעצט, פרוביר צו טראכטן צו חב"ד איז יא אדער נישט פון מעינסטריעם.


!א גוטע פאוינט

אוהב דעת » זונטאג דעצעמבער 30, 2012 1:25 am

· #73756
סא למשל סקווער גיי איך נישט אין איין כולל איז מס ? בעלז וואז מיינע מיידלעך גייען נישט דארט איז מס? ליבאוייטש וואס איך ארבעט מיט זיי איך דאווען און זייער שולען ווען ספעלט מיר זיך אויס איז מס? אין לעקוואד לערנען מיינע בחורים מיט זיי אבער מיינע מיידלעך לערנעןנישט איז מס? איך בין צומישט די מוזט זיין מער קלארער

טעפל » זונטאג דעצעמבער 30, 2012 4:50 am

· #73793
berlbalaguleh
ונבנתה העיר
איך מיין אז עס געהערט און ווערט געפיהרט דורך אפאר אידן פון בית מנחם אין ב"פ.

דער מנכ"ל און בעה"ב איז א חב"ד'סקער. הרב גינזבורג. וואס עפעס האט דא איינער אריינגעווארפן א ווארט וועגן חב"ד און "מעינסטריעם" דא איז נישט לעיקוואוד, וואס איינער פון די חשובי ראשי הישיבות "האט זיך אויסגעדרוקט אז "חב"ד איז נישט קיין טייל פון כלל ישראל", ח"ו.

מ'זאגט אויף ר' יעקב קאמינעצקי ז"ל האט געזאגט אז "ליובאביטש איז די ענדליכסטע פאלק צו די אידען", אבער ווען ס'פעלהט אויס ניצען זיי אלע..