☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » הילף אין מייקראסאפט ווארד

הילף אין מייקראסאפט ווארד

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #261

שמואל הלוי » מאנטאג מערץ 26, 2012 11:54 am

· #2853
הילף אין מייקראסאפט ווארד
דערווייל זעה איך נישט קיין בעסער ארט ווי צו סטאנציאנירן דעם אשכול, נאר אין דעם פארום, ואתכם הסליחה.

---

איז דא א וועג צוצולייגן אייגענע בארדערס אין ווארד?

לאדיך אפ » מאנטאג מערץ 26, 2012 12:13 pm

· #2866
Re: הילף אין מייקראסאפט ווארד
שמואל הלוי
דערווייל זעה איך נישט קיין בעסער ארט ווי צו סטאנציאנירן דעם אשכול, נאר אין דעם פארום, ואתכם הסליחה.

---

איז דא א וועג צוצולייגן אייגענע בארדערס אין ווארד?

לכאורה קומט עס אין "אין קאווע שטיבל" פארום. אבער כ'וועל עס לאזן פאר די הנהלה מחליט צו זיין.

---
קודם כל, וועלכע ווערזשאן ווארד האסטו?
וואס הייסט אייגענע בארדערס? עס איז דא אן אפשען פון בארדערס און ווארד אין וועלכע דו קענסט אויסוועלן ועלכע פיקטשער דו ווילסט זאל ווערן א בארדער, ניין?

שמואל הלוי » מאנטאג מערץ 26, 2012 12:18 pm

· #2868
Re: הילף אין מייקראסאפט ווארד
לכאורה דארף זיין א עקסטערע פארום פאר קאמפיוטער פראגרעמס, אדער פאר סיי וועלכע הילף, איך האף אז מיט די צייט וועט עס זיין אי"ה.

וואס איך מיין צו פרעגן איז, ווען מען וויל מאכן א פעידזש בארדער אין ווארד, האט ווארד רעדי אריינגעלייגט אסאך בארדערס, איז די שאלה צו מען קען אימפארטן פרישע בארדערס, למשל אימפארטן שיינע "ארידי בארדערס".

לאדיך אפ » מאנטאג מערץ 26, 2012 12:36 pm

· #2872
Re: הילף אין מייקראסאפט ווארד
איך בין נישט זיכער צו דאס איז די ריכטיגע וועג, אבער אין ווארד 2007 טו איך ווי פאלגנד:
אין די "page layout" טעב איז דא אן אפשען פאר וואטערמאקס. אויב די קליקסט אויף די עראו אויף אראפ, וועסטו זען אן אפשען "custom watermark", דארט קענסטו אפלאודען דעם בארדער פייל. ס'ארבייט א מחיה.
אין ווארד 2003 קען מען טון אזוי ווי עס שטייט דא: <a class="postlink" href="http://wordfaqs.mvps.org/BorderArt.htm">http://wordfaqs.mvps.org/BorderArt.htm</a>

שמואל הלוי » מאנטאג מערץ 26, 2012 12:53 pm

· #2876
Re: הילף אין מייקראסאפט ווארד
גרויסע יישר כח, וועל מיר עס אי"ה פרובירן.

לאדיך אפ » פרייטאג מאי 11, 2012 10:45 am

· #11327
נו, ווי איז עס געלונגען?

שמואל הלוי » פרייטאג מאי 11, 2012 10:55 am

· #11341
ניין ס'איז נישט געלונגען... איך זיך א וועג וויאזוי מען קען צולייגן א בארדער (און בלייבן שטענדיג געסעיווט צווישן די ליסטע פון בארדערס) צו די ליסטע פון פעידזש בארדער'ס וואס מייקראסאפט שטעלט צו ביי אינסערט פעידזש בארדערס.

אין דיין וועג איז עס טאקע זייער גוט צו נוצן פאר א וואסער-מארק אויף וואס ס'איז באמת געמאכט יענע אפציע, אבער ס'איז נישט דאס וואס איך זיך.

משולם שטיינפעלד » דינסטאג יוני 5, 2012 3:41 pm

· #16246
גיב א קוק דא

ער האט פארשידענע מהלכים וויאזוי אויסצוקרויזן מייקראסאפט ווארדס ביוראקראטישע הארטנעקיגייט, אבער אויף אזוי ווייט, אריינצולייגן אן אייגן דעזיינטע בארדער צווישן די בני המלוכה וואס מייקראסאפט האט אהערגעשטעלט איז נישט מעגליך אין ווארד.

שמואל הלוי » דינסטאג יוני 5, 2012 3:43 pm

· #16248
משולם שטיינפעלד

לאדיך אפ האט שוין אנהייב אשכול געברענגט די זעלבע לינק.