☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » ספרים און ביכער » שמואלי בוטח Kosher Jesus

שמואלי בוטח Kosher Jesus

36 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2606

אוהב דעת » מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 4:56 pm

· #72470
שמואלי בוטח Kosher Jesus
איך וואלט געוואלט ארום רעדען וועגען דעם אינטרסאנטען פיגור שמואל בוטח (וואס אגב זענען די ליבאוויטשע רבנים הרב יצחק וואלף פון שיקאגא ,און הרב יעקב שוחט פון קענאדע, שטארק ארויסגעקומען קעגן עם, אז סאיז פול מיט אפיקורסות) 

ער איז לעצטענס ארויס געקומען מיט דא בוךkosher jesus מיט מקורות פון די פרירעדיגע אז דער יאשקע איז נישט אזא שגץ ווי אונז ווילען עם מאכען, נאר מער אזא אמעריקאנער קאנסערוויטוו פאלאטישען ,און זיין מיינונג ״ זענען די אידען און די קריסטען און דער שלאכט אנטקעגן איסלאם״( ער איז נישט אנטקעגען די איסלאמישע ריליגיע ווי אנדערע קענסערווטען האלטען ,פארקערט זאגט ער אז דוקא די מוסלעמס האבען געראטעוועט די אידען ביי די קרייץ ציגען און זיי זענען אמאל געווען די סענטער פון וויסענשאפט און קולטור ער איז פשוט אקעגען די טעריסטען)

דא זענען עטליכע פון זיינע מקורות:
הרב אברהם פאריסעל פון איטעלי בעמח״ס אגרות ארחות עולם וואס איז געווען אין די צייטען ווען קלומבוס האט ענדעקט אמעריקע, שרייבט אז די קריסטען מעגן האלטען אז יאשקע איז זייער משיח, ווייל ער האט טאקע געראטעוועט די נישט אידן פון עו״ז ,און זיי געברענגט צו עוה״ב, הגם ער איז נישט די משיח וואס אונז אידען קוקען ארויס. 

ר יעקב עמדין אין ספר עולם רבא וזוטא , רעדט זייער פאזיטאוו וועגן יאשקע, ער גייט נאך ווייטער און זאגט אז זיין תלמיד פאול איז אויך געווען א גוטע איד, און אז יאשקע האט פארטיידיגט די תלמוד נאך מער פון חז״ל און אז ער האט געברענגט א גרויסע טובה פאר די אידען, און לויט זיין מיינונג ״ אזוי ווי די מצוות רייניגען די אידישע נשמות אזוי אויך רייניגט די קריסטליכע פרינציפען אויס די נשמה פון א קריסט.

אויב וויל איינער ארויס קומען מיט א ספר" kosher machmud " קעו איך עם געבן 2 מקורות ווי אנצופאנגען: 

אין ספר ילקוט הרועים ברענגט ער א מדרש ״ נסתרות של רשב״י ״ אז גאט האט געשיקט זיין נביא מחמוד צו בני ישמאל כדי צו ראטעווען די אידען פון די קריסטען, און דארט פארגלייכט ער מאחמוד צו אונזער משיח.
ר נתנאל אבן אל-פיומי א תימענע רב אין די צייטען פונם רמב״ם, און זיין ספר גן השכלים זאגט,  אז מחמוד איז יא געווען א עכטע נביא פאר די אראבער , וויבאלד אבער די אידען האבען שוין געהאט זייער אייגענע נביאים פאר מחמוד קענען נישט די אראבער ארויף צווינגען זייער ריליגיע אויף די אידען... 

איך האב נאכנישט אדורך געליינט די בוך אבער איך ווינדער זיך,  לויט שמואלי בוטח האבען אידען זיך נישט געדארפט מוסר נפש זיין די אלע יארען ביי די שפאנישע אינקויציע ? איז עס געווען אומזינסטע בלוט?


דאס איז א בילד ווי אברהם אבינו , משה רבינו, און יאשקע טרעפן זיך מיט מאחמוד

יידל » מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 6:27 pm

· #72529
אוהב דעת
איך וואלט געוואלט ארום רעדען וועגען דעם אינטרסאנטען פיגור שמואל בוטח (וואס אגב זענען די ליבאוויטשע רבנים הרב יצחק וואלף פון שיקאגא ,און הרב יעקב שוחט פון קענאדע, שטארק ארויסגעקומען קעגן עם, אז סאיז פול מיט אפיקורסות) 

נישט אז עס איז פול מיט אפיקורסות נאר אז די נאמען פונעם בוך איז אפיקורסות, כ'מיין אז הרב שוחט האט אפילו געזאגט אז ער האט נישט געליינט דעם בוך.

יידל » מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 6:35 pm

· #72534
אגב, איז שוין געווען אן אשכול איבער שמואל בוטח און זיין בוך איז דארט דערמאנט געווארן <!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/185">viewtopic.php?f=3&t=185</a><!-- l -->

אוהב דעת » מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 6:41 pm

· #72536
יידל
אגב, איז שוין געווען אן אשכול איבער שמואל בוטח און זיין בוך איז דארט דערמאנט געווארן <!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/185">viewtopic.php?f=3&t=185</a><!-- l -->

<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=AV9ptC_VE-E">http://www.youtube.com/watch?v=AV9ptC_VE-E</a> with dr phil
<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=2YAD7Hs0ARk">http://www.youtube.com/watch?v=2YAD7Hs0ARk</a> with dr phil and pery reich

יאיר » מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 7:28 pm

· #72550
איך האב אמאל דורכגעבליקט זיין בוך. דער עיקר וואס ער וויל אויפווייזן איז אז ישו האט נישט געזוכט צו מבטל זיין די תורה, און אודאי האט ער זיך קיינמאל נישט באטראכט אלס א גאט. דער פראבלעם מיט דעם שיטה איז אז עס זענען דא מערערע מימרות אין ברית החדשה פון זיינע תלמידים וואו עס איז משמע אז ער האט יא געזוכט צו מבטל זיין די חוקי התורה, ווי למשל:
What goes into a man's mouth does not make him 'unclean,' but what comes out of his mouth, that is what makes him 'unclean.'"
matthwe 15:11
There is no longer Jew or Gentile, slave or free, male and female. For you are all one in Christ Jesus.
Galatians 3:28

אין דעם בוך פרובירט ער זיי צו פארענטפערן, און ער מוז אויך אננעמען דעם מהלך אז שני ישו היו.
דער עיקר חידוש איז נישט זיינס, ווי מען האט שוין דערמאנט אז דער יעב"ץ האלט אזוי, און ווי איך האב שוין ערגעץ דערמאנט אז א חשוב'ער רב, אן אייניקל פון רבי חיים וואלזאשינער האט אפילו געשריבן א חיבור אויפ'ן ברית החדשה, און ער איז זיך סומך אויף דעם יעב"ץ וואס האלט אז ישו איז געווען אן ערליכער איד. עס מאכט נישט בעצם קיין גרויסע נפקא מינא פאר אונז, וויבאלד למעשה איז קריסנטום היינט עבודה זרה ממש. ער וויל אבער אויפטון אז די קריסטן זאלן אויפהערן צו פארגעטערן ישו און באשולדיגן די אידן אין זיין אומקום, און זיי זאלן אנהייבן גלייבן אין איין גאט און שעצן די אידן, אזוי ווי ישו אליין האט לויט אים געהאלטן.
אגב דער בוך איז גאנץ שוואך געשריבן, ווי רוב פון שמואלי'ס ביכער.

אוהב דעת » מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 7:35 pm

· #72555
פארוואס איז קריסנטום ממש עו״ז? זיי מעגן דאך גלייבען אין שיתוף

יאיר » מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 7:42 pm

· #72558
דער מחלוקת צו שיתוף איז אן עבודה זרה איז נאר לגבי אויב עס איז אסור פאר א בן נח, אבער פאר א איד איז דאס זיכער אסור ביהרג ואל יעבור.

אוהב דעת » מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 7:54 pm

· #72565
סא די שאלה איז אויב יאשקע איז געווען א ערליכע מענטש און דאס טרייט ער אויפצוווייזען אז יא, און אז זיי מעגן עם האלטען פאר א משיח , רעדט ער דארט צו דאס הייסט עו״ ז פאר די גוים?

יאיר » מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 9:06 pm

· #72609
לויט ווי איך געדענק, ניין.

נולד מאוחר » מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 9:58 pm

· #72628
יאיר? די צוויי קוואט'ס וואס די ברענגסט פון ישוע וואלט געקענט שטיין און קוהלת.
אויב מ'לערנט דאס באופן מוסר נישט ליטערל.
אזוי ווי די נבאי זאגט אמאל די אייבשטער דארף נישט ענקער מעשים נאר די הארץ.

נולד מאוחר » מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 10:03 pm

· #72630
אוהב דעת
יידל
אגב, איז שוין געווען אן אשכול איבער שמואל בוטח און זיין בוך איז דארט דערמאנט געווארן <!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/185">viewtopic.php?f=3&t=185</a><!-- l -->

<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=AV9ptC_VE-E">http://www.youtube.com/watch?v=AV9ptC_VE-E</a> with dr phil
<a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=2YAD7Hs0ARk">http://www.youtube.com/watch?v=2YAD7Hs0ARk</a> with dr phil and pery reich

אויך מיר א רב וועם געט ער די הענט אנפאנג פון די ערשטע יוטאב לינק, זיין ווייב?

יאיר » מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 10:17 pm

· #72632
יאיר? די צוויי קוואט'ס וואס די ברענגסט פון ישוע וואלט געקענט שטיין און קוהלת.
אויב מ'לערנט דאס באופן מוסר נישט ליטערל.
אזוי ווי די נבאי זאגט אמאל די אייבשטער דארף נישט ענקער מעשים נאר די הארץ.

די ערשטע מימרא איז טאקע מעגליך אז עס איז נישט געמיינט כפשוטו, און אזוי פארענטפערט עס טאקע בוטח, אבער די צווייטע מימרא איז נישט אזוי פשוט, ווי אויך קומט דאס פון דעם בריוו פון פאול, וועלכער איז געווען שטארק אקעגן ברית מילה, און ער מאכט גאנץ קלאר אין דעם בריוו אז די מצוות מעשיות זענען נישט מעלה ומוריד. עס קען אבער זיין אז ער האט נאר געמיינט צו רעדן פאר די גויים וואס זענען געווארן קריסטן און נישט פאר די אידן. פון די אנדערע זייט, האט ער פרובירט צו צוצוען אידן צו קריסטנטום און ער איז קוים ארויס מיט'ן לעבן. דאס זענען אלעס קאנטראווערסיעלע שאלות איבער וואס עס איז נישטא קיין זיכערע מיינונג. אלענפאלס, איז דאס נישט אזא גרויסע נפקא מינא לגבי וואס ישו אליין האט געהאלטן.

לעיקוואד » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 5:03 am

· #72714
יידל
אוהב דעת
איך וואלט געוואלט ארום רעדען וועגען דעם אינטרסאנטען פיגור שמואל בוטח (וואס אגב זענען די ליבאוויטשע רבנים הרב יצחק וואלף פון שיקאגא ,און הרב יעקב שוחט פון קענאדע, שטארק ארויסגעקומען קעגן עם, אז סאיז פול מיט אפיקורסות) 

נישט אז עס איז פול מיט אפיקורסות נאר אז די נאמען פונעם בוך איז אפיקורסות, כ'מיין אז הרב שוחט האט אפילו געזאגט אז ער האט נישט געליינט דעם בוך.

לקיים מה שנאמר אל תסתכל במה שיש בו אלא בקנקן. וכנהוג אצל אחב"י בכל אתר ואתר מאז ומקדם.

לעיקוואד » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 5:12 am

· #72717
לעיקר הדיון, איך פארשטיי נישט אזוי למאי נפק"מ צו יאשקע האט אזוי געמיינט אדער אזוי, פאר קיינער איז דאך נישט באמת אינטרעסאנט וואס ער איז געווען היסטאריש און וועלכע סייז שיך ער האט געהאט, אינטרעסאנט איז וואס ער איז אלץ אנגעבליכער מייסד פון דער קריסטליכע רעליגיע.

לגבי דער היסטארישע ישו, איז געשריבען און געפארשט געווארען שוין גאר אסאך ויש דעות לכאן ולכאן וכלכל הצדדים, וכולי עלמא מודי אז עס איז נישט קיין סאך משנה כלפי די אמונה זייערע. [ווי גייט די ווערטל, אויך די קריסטען ווואס האלטען אז לא היה ולא נברא אלא משל היה, דאך גלייבען זיי אז די יידען האבען עם געהארגעט.]

לשאלת העבודה זרה, איך בין נישט קלאר אז שילוש, לפחות אויב פארשטייט מען עס אביסעל מער דקותדיג און איידעל, איז ממש שיתוף. וויבאלד זיי עקשנען זיך דאך אז דאס איז א סוד און עס איז באמת יא איינס וכו'. און די רגע וואס עס איז נישט ממש דריי עקסטערע געטער ווייס איך שוין נישט וויאזוי מען איז מגדיר וואס איז שיתוף און וואס נישט [כלומר פארוואס קבלה יא און שילוש נישט].

אויב עפעס, איז דאס וואס זיי זאגען אז א מענטש איז געווען גאט, א פיל מער פראבלעמאטישער אספעקט פון זייער אמונה, וויבאלד אז אפילו מיט אסאך דרייען איז דאס אדער הגשמה אדער לפחות שניות אויב גלייבט מען אז סדא אויך נאך א גאט בשמים בעצם וכו'.

ווי אויך די עיקר אמונה זייערע, אז ישו איז געשטארבען מכפר זיין פאר די מענטשהייט וכו', הוילע פאנטאזיעס , הגם איך ווייס נישט וויפיל אזא אמונה איז כפירה אדער עבודה זרה. אמת איז עס זיכער נישט.

אוהב דעת » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 10:29 am

· #72749
לעקוואד, וואס איז א חוליק פון יו״כ אז סאיז מכפר אויף א אלטע עבירה ווי יאשקע אז ער איז מכפר אויף א עבירה וואס סגייט זיין , איך רעד נישט לגבי די חלק חרטהאויף די עבירה וואס די קריסטען האלטען אויך אז סדארף זיין , איך רעד לגבי ״חלק היסורים שבו״ ,
ויותר מזה, האבן דען נישט (אונזערע חסידישע רביס ?)דער רבי ר׳ אלימלך מכפר געווען אויף צרות וואס ״סדארף קומען״ אויף אנדערע מענטשען און די שפעטערע דורות

יאיר » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 10:39 pm

· #72952
לעיקוואד
לעיקר הדיון, איך פארשטיי נישט אזוי למאי נפק"מ צו יאשקע האט אזוי געמיינט אדער אזוי, פאר קיינער איז דאך נישט באמת אינטרעסאנט וואס ער איז געווען היסטאריש און וועלכע סייז שיך ער האט געהאט, אינטרעסאנט איז וואס ער איז אלץ אנגעבליכער מייסד פון דער קריסטליכע רעליגיע.

פאר אונז איז נישט קיין נפקא מינא, אבער פאר די קריסטן איז אודאי יא, און בוטח'ס בוך איז געווענדעט צו די קריסטן.
לשאלת העבודה זרה, איך בין נישט קלאר אז שילוש, לפחות אויב פארשטייט מען עס אביסעל מער דקותדיג און איידעל, איז ממש שיתוף. וויבאלד זיי עקשנען זיך דאך אז דאס איז א סוד און עס איז באמת יא איינס וכו'. און די רגע וואס עס איז נישט ממש דריי עקסטערע געטער ווייס איך שוין נישט וויאזוי מען איז מגדיר וואס איז שיתוף און וואס נישט [כלומר פארוואס קבלה יא און שילוש נישט].

אויב עפעס, איז דאס וואס זיי זאגען אז א מענטש איז געווען גאט, א פיל מער פראבלעמאטישער אספעקט פון זייער אמונה, וויבאלד אז אפילו מיט אסאך דרייען איז דאס אדער הגשמה אדער לפחות שניות אויב גלייבט מען אז סדא אויך נאך א גאט בשמים בעצם וכו'.

דער חילוק צווישן קבלה און דער שילוש איז אז לויט'ן שילוש, איז באשטייט גאט פון דריי פערזאנען דערנאך זאגן זיי טאקע אז זיי זענען ווי איינס, אבער מען רעדט למעשה פון דריי באזונדערע זאכן, און איינס פון זיי האט זיך אפילו אפגעטיילט אינ'ם פארעם פונ'ם זון. דערפאר לערנען זיי דעם פסוק "נעשה אדם" כפשוטו. היש שיתוף גדול מזה. משא"כ קבלה רעדט מען קודם פון אין סוף ב"ה, און דערנאך רעדט מען פון די פעולות ווי אזוי גאט דרוקט זיך אויס אין די בריאה, (manifestations) כמבואר בספרי קבלה. אזוי ווי מיר פארשטייען אז עס איז דא אן ענין ווי ויאמר ה', כאטש עס איז נישט שייך קיין שינוי ביי אים.
עס איז ריכטיג אז אין אנהויב ווען מען האט מייסד געווען דעם שילוש איז לכאורה יא געווען די כונה אויף מער א דקות'דיגע זאך וואס איז מעגליך יא ענליך צו קבלה, אבער למעשה היינט איז דאס קלאר נישט אזוי.
ווי אויך די עיקר אמונה זייערע, אז ישו איז געשטארבען מכפר זיין פאר די מענטשהייט וכו', הוילע פאנטאזיעס... אמת איז עס זיכער נישט.

אז לעיקוואוד זאגט, מסתם ווייסט ער וואס ער רעדט. כ'האף נאר אז דו האסט טאקע זיכער געמאכט אז עס איז נישטא קיין חשש נדנוד אמת, נישט זאלסט שפעטער צוריקציען און זאגן אז דו האסט נישט געמיינט ממש אויף אזוי ווייט. 😂

אוהב דעת » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 10:45 pm

· #72956
יאיר, צו ממיינט יא אזוי ווייט צו נישט, לשיטתם העלפט עס אייביג פאר יעדעם אפי די גלייבסט נישט אין עם, ער מיט ר נחמן שלעפען יעדעם ארויס פון גיהנם, איינער די אידען אין איינער די גיום( בין איך שוין אינגאנצען פארפארען , אדער איך טראכט נאך גראד? )

יאיר » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 10:46 pm

· #72958
נאו נאו, נישט אויב מ'גלייבט נישט אין אים!

אוהב דעת » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 10:49 pm

· #72961
יאיר
נאו נאו, נישט אויב מ'גלייבט נישט אין אים!

מקור? דער שווארצער וואס דרייט זיך אויף לי עוועניו זאגט מיר אז יא

נולד מאוחר » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 10:51 pm

· #72962
אוהב דעת
יאיר, צו ממיינט יא אזוי ווייט צו נישט, לשיטתם העלפט עס אייביג פאר יעדעם אפי די גלייבסט נישט אין עם, ער מיט ר נחמן שלעפען יעדעם ארויס פון גיהנם, איינער די אידען אין איינער די גיום( בין איך שוין אינגאנצען פארפארען , אדער איך טראכט נאך גראד? )

וואלסט געמעגט אריינלייגן א 'להבדיל' צווישן ישו און ר' נחמן. סיי פאר די ישוניקס דא און סיי פאר די ברצלאווע.

נולד מאוחר » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 10:52 pm

· #72963
אוהב דעת
יאיר
נאו נאו, נישט אויב מ'גלייבט נישט אין אים!

מקור? דער שווארצער וואס דרייט זיך אויף לי עוועניו זאגט מיר אז יא

שוין לאנג געוואלט וויסען מה טובו פון דעם שווארצן? איז ער גייסטיש קראנק? איך פרעג נאך ווי א נאר.

יאיר » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 11:00 pm

· #72970
אוהב דעת
יאיר
נאו נאו, נישט אויב מ'גלייבט נישט אין אים!

מקור? דער שווארצער וואס דרייט זיך אויף לי עוועניו זאגט מיר אז יא

אן א שיעור מימרות פון די ברית חדשה ביז די היינטיגע פריעטשערס. א דוגמא:
16:16 He that believeth and is baptized shall be saved; but he that believeth not shall be damned :mark.
עס איז אינטערעסאנט אז דער וועלט בארימטער עוואנגעליסט ביללי גרעהעם האט שוין אויף דער עלטער מודה געווען אז אפילו נישט גלויביגע וועלן אויך גיין אין גן עדן אויב זיי זענען ערליך. דאס האט ארויסגערופן א שטורעם אין דעם עולם הקריסטנטום אז עס איז אקעגן די מפורש'דיגע מימרות אין ברית החדשה.

אוהב דעת » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 11:21 pm

· #72979
נולד מאוחר
אוהב דעת
יאיר
נאו נאו, נישט אויב מ'גלייבט נישט אין אים!

מקור? דער שווארצער וואס דרייט זיך אויף לי עוועניו זאגט מיר אז יא

שוין לאנג געוואלט וויסען מה טובו פון דעם שווארצן? איז ער גייסטיש קראנק? איך פרעג נאך ווי א נאר.

פארוואס קראנק ער איז אזוי ווי דער ליבאוויטשער וואס דרייט זיך אין יאפאן, אין דער סאטמערער וואס דרייט זיך אין בני ברק זאגען אז מטאר נישט רעדן עברית...

אוהב דעת » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 11:42 pm

· #72987
איך האב א שאלה אזוי: אזוי ווי איך ווייס דאך באמת נישט ווער סאיז גערעכט צו חכמינו ז״ל אדער ישו , אויב ער איז משיח ד׳ , אדער נישט, סא ווען איך וועל ארויף קומען אויפן עולם האמת( א מאמין בין איך זיכער) אין מוועט מיך פראגען אין וועם איך האב געגלייבט , (דאס וועט מען נאך פרעגען פאר מפרעגט די אנדערע 3 שאלות) , וואס וועל איך ענטפערען ?
איז אזוי אויב לערענט מען אז יש ברירה קומט אויס אז סאיז הוברר הדבר למפרע וואס דער אמת איז , סא קען איך יעצט גלייבען מספק , אבער דעס איז דאך נאר אויב מגלייבט אין די תלמוד , מיין שאלה איז צו לויט די קריסטען זאגט מען אויך יש ברירה????

לעיקוואד » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 6:07 am

· #73038
יאיר,
לגבי שיתוף ושילוש, איך בין נישט אזא בקי אין די אלע הבנות זייערע אין דעם, אבער למשל אי'נם וויכוח פון רמב"ן זאגט דער מלך אזז שילוש קען זיין החכמה והחפץ והיכולת, און דער רמב"ן טענה'ט זיך נאר אז סשטימט נישט וכו' עיי"ש, אבער אזא סארט שילוש איז לכאו' נישט קיין שיתוף.

אמת, דאס וואס זיי טיילען אפ איין חלק און לייגען עס אריין אין א מענטש איז מגלה אז דאס איז דריי און נישט איינס, און דער רמב"ן דארט רירט בעיקר די נקודה אז הם אומרים בעיקר האלהות דבר מר מאד, שנולד לאשה וכו'.

פאר א נוצרי, איז אויב גלייבט ער די קירכע, גלייבט ער דאך זייער ווערזיע פון ישו און נישט בוטח'ס, אלא מאי גליבט ער נישט, איז אין וואס גלייבט ער יא, מילא פארשטיי איך נישט וואס דער בוך טוט אויף.
וכאמור, דער היסטארישע ישו איז א אלטער וויכוח צווישען פארשער, זעה למשל, <a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Historical_Jesus">http://en.wikipedia.org/wiki/Historical_Jesus</a>



הרב האוהב דעת,
איך וייס נישט צו ר' אלימלך אדער ר' נחמן האבען אמאל מכפר געווען איינער'ס עבירות, אבער

איך גלייב נישט אין א באשעפער וואס צו א מענטש גייט לגן עדן אדער לחרפות עולם איז תלוי אין אזוינע מאדנע פשעטלאך פון יש ברירה וכדומה, אויב איז ער אל אמונה ואין עוול צדיק וישר הוא וועט ער געבען פאר יעדער איינער כחלקו וואס ער האט זיך ערליך פארדינט, תלוי נאר צו דער מענטש לפי זיינע אומשטענדען האט בוחר געווען בטוב אדער ברע, נישט אין כל מיני אומפארשטעדליכע נארישקייטען וויל למשל צו ער האט געזאגט תיקון הכללי אן אומאן אדער געגלייבט אין ישו להבדיל.

בכלל, וואס איז דאס דער אמונה אין ישו וואס מרעדט וועגן? גלייבען אין דעם גופא אז ער וועט ראטעווען?

דער נושא פון וואס געשעהט צו גוטע מענטשען וואס זיינען נישט קריסטען איז פון די גרעסטע פראבלעמען פאר קריסטליכע מיט שכל.

יאיר » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 8:05 pm

· #73251
לעיקוואוד
לגבי שיתוף ושילוש, איך בין נישט אזא בקי אין די אלע הבנות זייערע אין דעם, אבער למשל אי'נם וויכוח פון רמב"ן זאגט דער מלך אזז שילוש קען זיין החכמה והחפץ והיכולת, און דער רמב"ן טענה'ט זיך נאר אז סשטימט נישט וכו' עיי"ש, אבער אזא סארט שילוש איז לכאו' נישט קיין שיתוף.

אמת, דאס וואס זיי טיילען אפ איין חלק און לייגען עס אריין אין א מענטש איז מגלה אז דאס איז דריי און נישט איינס, און דער רמב"ן דארט רירט בעיקר די נקודה אז הם אומרים בעיקר האלהות דבר מר מאד, שנולד לאשה וכו'.

אין דער ויכוח הרמב"ן איז דער איינציגער מאל כפי מיטב ידיעתי וואו איך האב געזען דערמאנען דעם פירוש פון חכמה חפץ ויכולת אויף דעם שילוש, (ער איז פארט געווען א איד...) און אפילו דאס איז לכל הפחות הגשמה ווייל עס מוז חל זיין במקרה, און לויט'ן רמב"ם איז דאס אפיקורסות. אבער היינט האלטן זיי זיכער נישט אזוי, זיי גלייבן קלאר אין דריי פערזאנען. זיי גלייבן אבער אויך אז גאט איז איינס. היאך יתקיימו שניהם? א גוטע קשיא, אויף דעם פארברענגען זיי שוין טויזנטער יארן מיט לאנגע ויכוחים, איינס נארישער ווי די צווייטע. און מיט דעם אלעם האבן זיי נישט קיין נארמאלער הסבר. זיי קענען נאר זאגן אז גאט איז נישט מוגבל, ממילא קען ער זיין איינער אליין אין דריי פערזאנען. אין אנדערע ווערטער, גאט איז נישט מוגבל צו לאגיק, און דאס איז זייער א נארישע שטעלונג, כידוע ליודעי חן.
למעשה האב איך א שאלה, היות ער האלט דאך יא אז גאט איז איינס, און ער גלייבט נאר אינ'ם שילוש ווייל ער האלט אז איינס קען זיין דריי, אויב אזוי ווער זאגט אז דאס איז א שאלה פון עבודה זרה, אפשר איז דאס א שאלה אין פילאזאפיע. אבער דער אמת איז אז דער שילוש קומט פארדעם, דאס הייסט, זיי גלייבן קודם אז ישו איז גאט, און דערנאך אז ער איז א קינד פון גאט וכו', ממילא וויבאלד דער ערשטער הנחה איז אז ישו איז גאט, איז דאס שוין עבודה זרה, כן נראה.
פאר א נוצרי, איז אויב גלייבט ער די קירכע, גלייבט ער דאך זייער ווערזיע פון ישו און נישט בוטח'ס, אלא מאי גליבט ער נישט, איז אין וואס גלייבט ער יא, מילא פארשטיי איך נישט וואס דער בוך טוט אויף.
וכאמור, דער היסטארישע ישו איז א אלטער וויכוח צווישען פארשער, זעה למשל, <a class="postlink" href="http://en.wikipedia.org/wiki/Historical_Jesus">http://en.wikipedia.org/wiki/Historical_Jesus</a>

אה"נ, ער רעדט פונ'ם היסטארישן ישו, ער פרובירט צו איבערצייגן די קריסטן אז די היינטיגע קריסטנטום איז געבויט אויף פאלשע יסודות, און זיי זאלן צוריקגיין צו די אריגינעלע ישו. אזוי ווי ביי אונז זענען דא אזעלכע וואס שרייען אז די היינטיגע אידישקייט איז פאלש און מען זאל צוריקגיין צו די אריגינעלע אידישקייט.
איך גלייב נישט אין א באשעפער וואס צו א מענטש גייט לגן עדן אדער לחרפות עולם איז תלוי אין אזוינע מאדנע פשעטלאך פון יש ברירה וכדומה, אויב איז ער אל אמונה ואין עוול צדיק וישר הוא וועט ער געבען פאר יעדער איינער כחלקו וואס ער האט זיך ערליך פארדינט, תלוי נאר צו דער מענטש לפי זיינע אומשטענדען האט בוחר געווען בטוב אדער ברע, נישט אין כל מיני אומפארשטעדליכע נארישקייטען וויל למשל צו ער האט געזאגט תיקון הכללי אן אומאן אדער געגלייבט אין ישו להבדיל.

וואס איז ביי דיר נארישקייטן איז ביי א צווייטן דברים העומדים ברומו של עולם. דו גלייבסט אז דו וועסט באקומען אומגעהויערע שכר פאר'ן בלאזן אין א הארן אום ראש השנה, און דו גלייבסט אין א גאט וואס וועט פארווארפן א איד אין שאול תחתית לעולם ועד אויב ער האלט אז מצות עגלה ערופה איז נישט געגעבן געווארן דורך משה רבינו מפי הקב"ה.
בכלל, וואס איז דאס דער אמונה אין ישו וואס מרעדט וועגן? גלייבען אין דעם גופא אז ער וועט ראטעווען?

איך זע אז דו הייבסט שוין אן ווערן מסופק... מ'דארף גלייבן אז ער איז א זון פון גאט און אז מיט זיינע יסורים איז ער אפגעקומען פאר אלע דיינע זינד, און אזוי וועט ער דיר אריינברענגען אין גן עדן.

געפילטע פיש » דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 9:23 am

· #73334
שכויעך יאיר, שnאיר עיני חברי קאווע שטיבל.
איר האט געשריבן "אין אנדערע ווערטער, גאט איז נישט מוגבל צו לאגיק, און דאס איז זייער א נארישע שטעלונג, כידוע ליודעי חן."
אפשר ביסטו מסביר פאר די וואס קענען נישט חן פארוואס דאס איז נאריש? א כל יכול איז דאך נישט מוגבל צו גארנישט, טא פארוואס זאל ער זיין מוגבל צו וואס אונז קליינע מענטשעלעך רופן מוט אונזערע מוחות מוגבלים לאגיק?

יאיר » פרייטאג דעצעמבער 28, 2012 2:44 am

· #73543
דו רירסט אן א וויכטיגע נקודה, און איך וועל עס פרובירן צו קלאר מאכן. דער עצם געדאנק פון א כל יכול, ברענגט מיט זיך אומצאליגע לעכערליכע סתירות. איין דוגמא איז די באקאנטע פאראדאקס, צו קען גאט באשאפן א שווערע שטיין וואס ער קען נישט אויפהייבן? נישט קיין חילוק וואס דו ענטפערסט וועסטו מוזן צוקומען אז ער איז נישט קיין כל יכול, אדער קען ער נישט באשאפן אזא שטיין, אדער איז שייך עס זאל זיין א שטיין וואס ער קען נישט אויפהייבן. נאכדעם קומען די אנדערע קשיות, אויב גאט איז א כל יכול, צו קען ער באשאפן נאך א גאט? צו קען ער זיך אליין אנולירן? עס קומט אויס אז א כל יכול איז כשלעצמו אן אוממעגליכע זאך.
דער לעזונג צו דעם פראבלעם איז, אז כאטש גאט איז נישט געבינדן צו לאגיק, זענען מיר אבער יא געבינדן צו לאגיק, ממילא ווען מיר ווילן פרעגן א קשיא אויף גאט, מוזן מיר קודם זיכער מאכן אז עס שטימט מיט לאגיק, ווייל אויב נישט האבן מיר גארנישט געפרעגט. ווען איינער זאל למשל פרעגן אויב גאט קען באשאפן א רינדעכיגע טרייענגל, האט ער גארנישט געפרעגט. עס איז פונקט ווי ער זאל פרעגן אויב גאט קען באשאפן א לחידיכךדלגכידגף. און דערפאר, ווען איינער פרעגט אויב גאט קען באשאפן א צווייטער גאט, האט ער גארנישט געפרעגט, ווייל ווען ער זאגט ארויס דעם ווארט גאט האט ער שוין געזאגט אז מען רעדט פון א מציאות וואס מוז זיין איינציג. די זעלבע זאך, ווען איך פרעג אויב גאט קען באשאפן א שטיין וואס ער קען נישט אויפהייבן, איז כאילו איך זאל פרעגן, איז גאט ביכולת נישט צו זיין ביכולת? דאס איז, פארשטייט זיך, א קינדערישע קשיא, און דער ענטפער איז ניין. און דערפאר, ווען איך ענטפער אז גאט קען נישט באשאפן א שטיין וואס ער קען נישט אויפהייבן, האב איך נישט געזאגט אז ער קען עפעס נישט טון, ווייל לאגיש גערעדט איז דאס באשאפן אזא שטיין א שוואכקייט און נישט א שטארקייט.
און יעצט צוריק צו אונזער שמועס, ווען איינער זאגט מיר אז גאט איז סיי איינס און סיי דריי, דאן האט ער גארנישט געזאגט.

לעיקוואד » פרייטאג דעצעמבער 28, 2012 5:13 am

· #73556
כתבתי תשובה ליאיר למעלה, והן בעוון המחשב נעלם ממני. וועל איך מאכען בקיצור נמרץ, ובטוחני שהחכמים דכאן יבינו כמאמר לחכימא ברמיזא.

א- איך גלייב נישט אז מבאקומט עולם הבא פאר תקיעת שופר סתם אזוי, אדער גיהנום פאר כפירה סתם אזוי. אלס איז תלוי אים דער בחירה פון מענטש אם בחר בטוב או ברע. ווער סאיז א כופר וייל אזוי פארשטייט ער פשיטא שאין עליו שום עונש, וכמו"כ השכר על עשיית מצוות הוא רק עד כמה שזה הוי בחירה בטוב של האדם הזה, לפי די אומשטענדען זיינע. ויש לדבר זה מקורות ברורים. ממילא אין עלי קושיא כלל.

ב- איני מבין מה תוכנו של האמונה בישו בעצמו, כלומר איך פארשטיי אז פאר אמונה נכונה קען קומען א שכר, למשל המאמין בגאט אויב דאס איז א גוטע ריכטיגע זאך איז אוודאי ראוי שיהיה לו שכר. אבער וואס איז שייך צו זאגען למשל אז ווער סגלייבט ער וועט באקומען שכר וועט ער שוין אויף דעם אליינס באקומען שכר, וואס איז דען די אמונה אליינס וואס עליה מקבל שכר? וה"ה וואס איז שייך מי שמאמין שישו יציל אותו ישו ייציל אותו. וואס איז דען דער ענין פון דער אמונה גופא? וזה היה כוונת שאלתי הנ"ל.

יאיר » זונטאג דעצעמבער 30, 2012 2:26 am

· #73765
הריני מצטער מאוד על אבדן תגובתו הקודמת. הכי קרא שמו מחשב, שעושה היפך פעולת חשיבה.
איך האב פארשטאנען אז דער כונה איז פשוט אז די זאכן אין וואס זיי גלייבן האט נישט קיין שכל על פי הגיון, וע"ז השבתי כנ"ל, אבער לויט ווי דו שרייבסט יעצט לאמיר פרובירן צו ענטפערן.
1. איך זע נישט פארוואס דער קריסט קען נישט זאגן אז זיין שכר וועט אויך זיין פאר'ן בוחר זיין בטוב. אויב ווילסטו פרעגן וואס איז מיט די אלע וואס האבן קיינמאל נישט געהאט אפילו די מעגליכקייט צו הערן פון ישו, הגע בעצמך, וואס וועט זיין מיט אלע וואס זענען געבוירן גויים און נישט געהערט פון אידישקייט, פארוואס וועלן זיי זיין אויף א קלענערע דרגה אויף יענע וועלט ווי די אידן. וועגן דעם וואס דו שרייבסט אז השכר והעונש כפי ערך הבחירה ממש, און אז א כופר ווייל אזוי פארשטייט ער אין עליו עונש, איך וואלט זייער געוואלט זען דיינע ראיות דערויף, ווייל איך קען ברענגען אן א שיעור ראיות פארקערט. איך דערמאן זיך גראדע אז דער אור ה' האלט עפעס אזוי, אבער אויך נישט ממש.
2. איך זע נישט וואס איז דער פראבלעם. ישו איז געשטארבן צו מכפר זיין אויף די עבירות, דער תנאי איז אז מען מוז גלייבן דערין, אויב נישט ארבעט עס נישט. אזוי ווי איינער וואס גלייבט נישט אין תחיית המתים וועט נישט אויפשטיין. חוץ מזה, דאס גלייבן אין ישו איז נאר דער שפיץ, עס קומט אבער צו נאך זאכן, מען דארף פרובירן צו זיין מאראליש, גיין אין קירכע, פיינט האבן אידן, די קאטאליקן האבן נאך פארשידענע הלכות. אזוי ווי מיר האבן דרייצן אני מאמינ'ס וואס זענען די יסודות פון אידישקייט אבער נישט דאס גאנצע.
בכלל דארף מען וויסן אז דער גאנצער אמונה ביי זיי איז זייער רוי, ביי אונז האבן אונזערע חכמים שוין טויזנטער יארן געפרעגט אלע סארטן קשיות בעניני השקפה ואמונה און פארענטפערט, ממילא האבן מיר שוין פארטיגע תירוצים, בעת ביי זיי זענען זיי געווען פארנומען מיט נארישע וויכוחים צו גאט איז איינס אדער דריי, ממילא האבן זיי נישט אזעלכע גוטע מהלכים.

berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 9:57 pm

· #235392
אוהב דעת
איך האב א שאלה אזוי: אזוי ווי איך ווייס דאך באמת נישט ווער סאיז גערעכט צו חכמינו ז״ל אדער ישו , אויב ער איז משיח ד׳ , אדער נישט, סא ווען איך וועל ארויף קומען אויפן עולם האמת( א מאמין בין איך זיכער) אין מוועט מיך פראגען אין וועם איך האב געגלייבט , (דאס וועט מען נאך פרעגען פאר מפרעגט די אנדערע 3 שאלות) , וואס וועל איך ענטפערען ?
איז אזוי אויב לערענט מען אז יש ברירה קומט אויס אז סאיז הוברר הדבר למפרע וואס דער אמת איז , סא קען איך יעצט גלייבען מספק , אבער דעס איז דאך נאר אויב מגלייבט אין די תלמוד , מיין שאלה איז צו לויט די קריסטען זאגט מען אויך יש ברירה????

א קריסט, א ליטוואק וואס קען דרייען מיט'ן גראבן פינגער קען מאכן אזא פשט'ל. ווען נישט קען ער אראפברענגען א בפירוש'ן ר' חיים וועלכער האלט אזוי ווי ער...
אוי. אינז האמיר שוין גירעדט צו א סאך שטותים...!

יאיר » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 10:37 pm

· #235406
בערל, וואו גראבסטו אויס די אלע אשכולות? 😂

מאטי » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 10:59 pm

· #235413
יאיר
דו רירסט אן א וויכטיגע נקודה, און איך וועל עס פרובירן צו קלאר מאכן. דער עצם געדאנק פון א כל יכול, ברענגט מיט זיך אומצאליגע לעכערליכע סתירות. איין דוגמא איז די באקאנטע פאראדאקס, צו קען גאט באשאפן א שווערע שטיין וואס ער קען נישט אויפהייבן? נישט קיין חילוק וואס דו ענטפערסט וועסטו מוזן צוקומען אז ער איז נישט קיין כל יכול, אדער קען ער נישט באשאפן אזא שטיין, אדער איז שייך עס זאל זיין א שטיין וואס ער קען נישט אויפהייבן. נאכדעם קומען די אנדערע קשיות, אויב גאט איז א כל יכול, צו קען ער באשאפן נאך א גאט? צו קען ער זיך אליין אנולירן? עס קומט אויס אז א כל יכול איז כשלעצמו אן אוממעגליכע זאך.
דער לעזונג צו דעם פראבלעם איז, אז כאטש גאט איז נישט געבינדן צו לאגיק, זענען מיר אבער יא געבינדן צו לאגיק, ממילא ווען מיר ווילן פרעגן א קשיא אויף גאט, מוזן מיר קודם זיכער מאכן אז עס שטימט מיט לאגיק, ווייל אויב נישט האבן מיר גארנישט געפרעגט. ווען איינער זאל למשל פרעגן אויב גאט קען באשאפן א רינדעכיגע טרייענגל, האט ער גארנישט געפרעגט. עס איז פונקט ווי ער זאל פרעגן אויב גאט קען באשאפן א לחידיכךדלגכידגף. און דערפאר, ווען איינער פרעגט אויב גאט קען באשאפן א צווייטער גאט, האט ער גארנישט געפרעגט, ווייל ווען ער זאגט ארויס דעם ווארט גאט האט ער שוין געזאגט אז מען רעדט פון א מציאות וואס מוז זיין איינציג. די זעלבע זאך, ווען איך פרעג אויב גאט קען באשאפן א שטיין וואס ער קען נישט אויפהייבן, איז כאילו איך זאל פרעגן, איז גאט ביכולת נישט צו זיין ביכולת? דאס איז, פארשטייט זיך, א קינדערישע קשיא, און דער ענטפער איז ניין. און דערפאר, ווען איך ענטפער אז גאט קען נישט באשאפן א שטיין וואס ער קען נישט אויפהייבן, האב איך נישט געזאגט אז ער קען עפעס נישט טון, ווייל לאגיש גערעדט איז דאס באשאפן אזא שטיין א שוואכקייט און נישט א שטארקייט.
און יעצט צוריק צו אונזער שמועס, ווען איינער זאגט מיר אז גאט איז סיי איינס און סיי דריי, דאן האט ער גארנישט געזאגט.

לפי זה, ווי אזוי פארענטפערט מען ידיעה ובחירה אז ס'גייט אינאיינעם אקעגן לאגיק. מ'מוז נאך אלץ צוקומען צוום חילוק פון דבר הנמנע און למעלה משכלתינו דער לעצטער מעג זיך קריגן מיט לאגיק.

לא להנאת גופי » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 1:34 pm

· #239590
א
- איך גלייב נישט אז מבאקומט עולם הבא פאר תקיעת שופר סתם אזוי, אדער גיהנום פאר כפירה סתם אזוי. אלס איז תלוי אים דער בחירה פון מענטש אם בחר בטוב או ברע. ווער סאיז א כופר וייל אזוי פארשטייט ער פשיטא שאין עליו שום עונש, וכמו"כ השכר על עשיית מצוות הוא רק עד כמה שזה הוי בחירה בטוב של האדם הזה, לפי די אומשטענדען זיינע. ויש לדבר זה מקורות ברורים. ממילא אין עלי קושיא כלל

אזוי כלאחר יד.. מקורות ברורים.. אדרבה לאמיר הערן מקורות, כ'העמיך באלעקן מוט אזעליכע מקורות [וואו לאנג מקען עס רופען 'מקור'..]

גנדי » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 4:53 pm

· #239651
א קליינע הערה קטנה:

היינט האב איך געהערט אויף NPR - ביי די לענארד לאפעט שאו - פון א קריסטלעכן היסטאריקער וואס האט יעצט ארויסגעגבן א ביך. ער זאגט אזוי ווי הרב בוטח זאגט, אז ישו איז געווען א איד און זיין גאנצע גרופע האט זיך געפירט אידיש, עס איז דעמאלטס געווען אסאך אידישע גרופעס. נאר די רבנישע גרופע וואס זענען געגאנגען קיין בבל זענען איבערגעבליבען ווייל די רומיים האבן זיי נישט גע'הרג'עט. און די ישו גרופע האבן שפעטער אויפגעקומען מיט די אלע זאכן אז מען דארף פיינט האבן אידן...

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 9:22 pm

· #239766
גנדי: סארי. איך בין מחולק מיט דיר. די קריסטליכע פיינטשאפט צו אידן האט זיך אנגעהויבן גלייך צוזאמען מיט זייער פארגעטערונג פון ישו הנוצרי. ישו'ס הויפט תלמיד שאול פון תרשיש המכונה פאול, האט פון אנהייב אן ארויסגעוויזן א שטארקע שנאה צו די פרושים און דעם תלמוד... דאס איז אן אינטעגראלער און יסודות'דיגע טייל פו די קריסטליכע אמונה. די עקומענישע באוועגונג אין די קירכע פרובירט עס נאר צו פארדעקן אויף א מייסטערהאפטן אופן. אבער ווען דו רעדסט מיט א קריסטליכן גלויביגן קומט עס גלייך ארויס...!