☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אידן אויפגעצויגן ביי קריסטן

אידן אויפגעצויגן ביי קריסטן

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #26

יידל » מיטוואך פעברואר 29, 2012 1:07 pm

· #111
אידן אויפגעצויגן ביי קריסטן
דער פארווערטס אין ענגליש האט אן אינטערעסאנטער ארטיקל איבער אידישע קינדער וואס זענען אויפגעוואקסן אין קריסטליכע שטיבער ביי די צווייטע וועלט מלחמה און האבן שפעטער אנדעקט אז זיי זענען אידן.
אין אן ענליכן ארטיקל און פארווערטס, ווערט באשריבן אן ענליכער פענאמענאן פון אידישע קינדער וואס זענען געווארן אדאפטירט ביי קריסטן, און זענען שפעטער געוואויר געווארן איבער זייער אידישן שורש.

דבילה » זונטאג מערץ 4, 2012 1:57 am

· #370
Re: אידן אויפגעצויגן ביי קריסטן
געוואלד! דער תורה תמימה מעשה שיקט א שוידער ארויף דעם שדרה מיינעם! וואס וואלט געווען ווען אונזערע קינדער האבן אלע א ברירה פאר די 13 יאר מחליט צו זיין אויב זיי ווילן בלייבן אידישלעך אדער נישט, וואלטן זיי דען מקיים געווען "ובחרת בחיים"?
און טאמער נישט, איז דאס א סימן אז עפעס מיט אונזער חינוך סיסטעם איז נישט אין ארדנונג?

אנאנים » זונטאג מערץ 4, 2012 11:30 am

· #394
Re: אידן אויפגעצויגן ביי קריסטן
ענדרו ברייטבארט איז אדאפטירט געווארן דורך אידישע עלטערן און האט זיך געהאלטן פאר א איד ביז איינער האט אים אויפגעקלערט אז ער איז א גוי גמור. ער האט אבער דאך נישט געוואלט אויפגעבן און גע'טענה'ט ביז זיין לעצטן טאג, די פארגאנגענע וואך, אז ער איז מער איד ווי אסאך אידן אין אמעריקע.

ברייטבארט האט געלערנט אלס קינד אין א ישיבה אבער זיין מנהל האט אים ארויסגעווארפן ווייל ער איז געווען א גרויסער "מחוצף". עס איז אבער מסתמא נישט איינגעפאלן דעם מנהל אז דער קליינער מחוצפ'ל איז א גויאץ...

דבילה » דינסטאג מערץ 6, 2012 12:51 am

· #598
Re: אידן אויפגעצויגן ביי קריסטן
ברייטבארט איז געווען א מחוצף כל ימיו! עס איז א פלא אז דער פערשוין איז ארויס געשטיגן פון א ישיבה!

שמואל שלום שלמה » דינסטאג מערץ 6, 2012 1:34 am

· #608
Re: אידן אויפגעצויגן ביי קריסטן
[ציטאט אראפגענומען]

האבט א בילד דערפון?