☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » פייער אין קרית טאהש והמסתעף

פייער אין קרית טאהש והמסתעף

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2597

מים חיים » מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 12:03 am

· #72264
פייער אין קרית טאהש והמסתעף
עטליכע וואכן צוריק איז אין "בלאט" געווען א עד פון א דריי גוד סטאר אין קרית טאהש, די עד איז געווען א עפענטליכע בריוו פונעם בעל הבית פונעם געשעפט ווי ער וויינט זיך אויס איבער וואס מען האט געטון מיט אים. פארוואס די בלאט האט עס אריינגעשטעלט, געהער לכאורה אין בלאט אשכול...

אויף א לעטערהעד מיט די נאמען פונעם געשעפט אייגענטומער געפינט זיך די דאזיגע שורות:

ראש חודש כסלו תשע"ג לפ"ק

שלו' רב לכבוד הרבני הנגיד הנכבד והנכבד הי"ו


עס ליגט אייך נאך זיכער אין זכרון דער שרעקליכער פייער וואס האט אויסגעבראכן אינמיטן נאכט אין קרית טאהש, קאנאדא, איבער א יאר צוריק (ר"ח אב תשע"א), וואס האט פארניכטעט א גאנצע קאמפלעקס דירות, פון בערך 200 נפשות בליעה"ר וועלכע זענען געבליבן בעירום ובחוסר כל, נאר מיט די בלויזע בגדים אויפן גוף. יעדער וואס האט געהערט די ביטערע שמועה, איז געווארן זייער איבערגענומען און ארויסגעוויזן גרייטקייט צו העלפן מיט וואס נאר מעגליך.

היות השי"ת האט אזוי צוגעפירט אז מיר האבן אין קרית טאהש א דרייגוד געשעפט, האבן מיר באקומען גלייך דעם אנדערן צופרי א טעלעפאן רוף פון הר"ר משה קרויס הי"ו, פון די הויפט עסקנים פון מוסדות טאהש, וועלכער האט אונז איבערגעגעבן אז די אלע באטראפענע משפחות, וועלן אריינקומען נעמען נייע קליידונג און שטאפיר אויפן חשבון פון "בית רבינו" [די שטוב פון טאהש'ער רבי שליט"א] און מ'זאל אנבאדינגט נישט רעכענען קיין געלט, און ער פערזענליך גאראנטירט צו באצאלן וויפיל עס וועט קאסטן.

די באטראפענע משפחות זענען טאקע אריינגעקומען אין געשעפט, ווי מיר האבן זיך מיט יעדן אפגעגעבן בספר פנים יפות, און צוגעשטעלט פאר די גאנצע משפחה, טאטעס מאמעס בחורים יונגלעך מיידלעך, אלע סארט מלבושים וואס עס האט זיך אויסגעפעלט, און נישט געבעטן פון קיינעם קיין געלט.

דריי טאג נאכן פייער האט אונז אנגערופן ר' יוסף מאיר הערשקאוויטש נ"י פון בית רבינו, און געפרעגט וויפיל עס האלט דער חשבון, און נאכ'ן אים געבן דעם חשבון, האט ער אונז געזאגט מיר זאלן אויפהערן ווייטער ארויסצוגעבן קליידער פאר די באטראפענע, און מיר האבן טאקע מער נישט ארויסגעגעבן אויף דעם חשבון.

דער סכל הכל אויסצוקליידן די פולע קינדער געבענטשטע משפחות, האט באטראפן $23,437.18

שטייענדיג איבער א יאר נאכ'ן פייער, האבן מיר נאכנישט ערהאלטן קיין איין פעני! נישט פון הר"ר משה קרויס הי"ו און נישט פון בית רבינו. און זייענדיג א קליין געשעפט, און מיר האבן נישט אזא סכום אויסצולייגן, האבן מיר געמוזט בארגן געלט אויף אינטערעסט צו באצאלן פאר אונזערע סופלייערס. און עס פארשווערט אונז אנצוגיין מיט דעם נארמאלן סדר פונעם געשעפט.

פון די אנדערע זייט, קענען מיר נישט ארויפווארפן דעם חוב אויף די פייער געליטענע משפחות, וועלכע האבן זיך נאכנישט געשטעלט אויף די פיס, און עס וועט זיי גורם זיין גרויסע צער מיט עגמת נפש.

דערפאר ווענדן מיר זיך צו אייך: העלפט ארויס די פייער געליטענע פאמיליעס! זייט פון די גומלי חסד, און ווייזט ארויס אייער רחמנות געפילן, מיט באצאלן דעם חוב, דורכדעם וואס איר וועט ארויסהעלפן מיט אייער ברייט הארציגע באשטייערונג, וועט איר זיי געבן דעם גוטן געפיל אז די קליידער מיט וואס זיי גייען איז באצאלט.

אין דעם זכות זאל השי"ת אייך צוזאמען מיט אייער פאמיליע, טאקע אפהיטן פון אלעם בייזן, און ס'זאל חלילה נישט פאסירן ביי אייך קיין שום אומגליקן און שאדענס, נאר שטענדיג זאל מען הערן בשורות טובות, און האבן אלעס גוט'ס, אמן

בכבוד רב, שמואל יצחק זוסמאן
נכד הרה"צ ר' בנימין זאב זוסמאן, ממיסיד קרית טאהש
[פאר פרטים, רופט 1.450.###.####]

ער ענדיגט צו מיט אן אדרעס ווי מען קען אריינשיקן נדבות.
דערנאך ברענגט ער א ליסטע פון 12 משפחות וואס ער האט צוגעשטעלט קליידונג מיט טעלעפאן נאמבערס פאר יעדע משפחה.
און דערנאך ברענגט ער אפאר טעלעפאן נאמבערס פון הר"ר משה קרויס נ"י.

עד כאן וואס עס איז געשטאנען אינעם בלאט.

רעדענדיג נעכטן מיט א חבר א תושב אין קרית טאהש, זאגט ער מיר אז די מעשה איז גארנישט אזוי פשוט, עס האט - ווי יעדע מעשה - א צווייטע צד צו די מעשה.

איז אזא התנהגות בארעכטיגט? וואס איז די צווייטע צד פון די מעשה? האט דאס צוטוהן מיט די צענטראלע מחלוקת וואס גייט פאר אין קרית טאהש?

הדד בן בדד » מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 6:44 pm

· #72537
וועלקאם טו קרית טאהש...

berlbalaguleh » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 5:57 pm

· #72871
א שאלה צו מים חיים שיש בהם
מיין שאלה איז זייער פשוט: איז געווען א פייער אין קרית טאש, אדער נישט? האט דער דרייגודס סטאר ארויסגעגעבן מלבושים אדער נישט? האט ער באקומען באצאלט, אדער נישט? טיילווייז אדער גארנישט? די אלע אויבנדערמאנטע שאלות האבן, אדער דארפן האבן קלארע תשובות, אפגעזען פון די מחלוקת אדער צדדים אין קרית טאש. 🙄

די קעניג פין אמעריקע » זונטאג אוגוסט 16, 2015 10:33 pm

· #296178
האט די פייער געהאט א שייכות מיט די פייט?