☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » נוצליכע פראגראמען פארן קאמפיוטער

נוצליכע פראגראמען פארן קאמפיוטער

98 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2591
בלאט: 1 2

שמעקעדיג » זונטאג דעצעמבער 23, 2012 12:33 pm

· #72104
נוצליכע פראגראמען פארן קאמפיוטער
גוטע עפפס פארן סמארטפאון ווערט דיסקוסירט איבעראל, וואס איז וועגן פראגראמען אויפן קאמפיוטער?

נישט קיין נפק"מ צי נייע צי א עלטערע קאמפיוטער, אינסטוליר איך די פאלגענדע פראגרעמ'ס.
אויב האט איר אייגענע גוטע זאכן, אדרבה, לייגט צו.

חלק א':

Cute PDF writer
אלע אייערע דאקומענטן קענען ווערן א PDF פייל. דער פראגראם אינסטולירט זיך אלס א פרינטער, איז אומזיסט, און האט נישט קיין עדס אדער וואטערמארקס אינעם PDF פייל.

Foxit Reader
אנשטאט Adobe PDF reader, וואס איז שטאט און פארנעמט א געוואלד ריסאורסעס, איז דער PDF ריעדער בליץ שנעל און געשמאק אויסגעשטעלט.

Ccleaner
פון Piriform, זיי האבן עטליכע נוצבארע פראגראמען פאר אומזיסט. דער פראגראם טוט אויסקליענען דזשאנק פיילס און אסאך אנדערע זאכן (בעסער ווי ווינדאוס), און אויסרייניגן דעם רעזשיסטרי, קער נעמען פון סטארט-אפ פראגראמען, און נאך.

Recuva
פון דעם זעלבן קאמפאני, א "אנ-אירעיס" טאל, אויב האסטו בטעות עפעס אויסגעמעקט, קענסטו עס צוריקברענגען.

MoffSoft Free Calculator
א קאלקיולעיטאר וואס האט אין זיך פיל מער תוכן ווי דער ווינדאוס קאלקיולעיטאר, גרעסערע אותיות און קנעפלעך, א טעיפ ביי די זייט צו זעהן און סעיוון און פרינטן אלע קאלקולאציעס.

חלק ב' בקרוב אי"ה.

אוי טאטי » זונטאג דעצעמבער 23, 2012 4:23 pm

· #72154
ישר כח שמעקעדיג, עס איז א געוואלדיגע הילף! מיר ווארטן אויף נאך.

נולד מאוחר » זונטאג דעצעמבער 23, 2012 5:09 pm

· #72168
סדא שוין דא א באזינדערע פארום פאר טעכנלאגיע
דא

געפילטע פיש » מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 12:30 am

· #72271
די ערשטע פלעג איך אויך נוצן, אבער גוגל קראום האט עס איבערגענומען, מ'קען פרינטען צו פי די עף אן קיין שום פלאג אין.

שמעקעדיג » מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 12:55 am

· #72278
אבער וואס טוסטו ווען דו ווילסט פרינטן עפעס אנדערש? נישט פון קראום?

געפילטע פיש » מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 1:25 am

· #72281
פון ווי? פון ווארד קען מען סעיווען עז פי די עף, חוץ מזה פעלט עס מיר נישט אויס.

געפילטע פיש » מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 1:28 am

· #72282
[ציטאט אראפגענומען]

אין די קראום פרינט מעניו איז איינער פון די אפציעס save as PDF.

נולד מאוחר » מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:05 am

· #72318
געפילטע פיש
פון ווי? פון ווארד קען מען סעיווען עז פי די עף, חוץ מזה פעלט עס מיר נישט אויס.

אפי' די עלטערע ווערזשין פון ווארדס?

שמעקעדיג » מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:17 am

· #72325
נאר פון 2007 און ווייטער (אויב געדענקט איך ריכטיג).

שמעקעדיג » מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:18 am

· #72328
אלענפאלס, איך נוץ אנדערע פראגראמען אויך, ווי קוויקבוקס, און עס קומט מיר שטארק צוניץ.

געפילטע פיש » מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 2:05 pm

· #72387
דו בעטסט זיך אזוי שטארק, ארלעדיגט, מסכים.

שמעקעדיג » מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 1:47 am

· #73993
חלק ב'

Format Factory
עס זענען פאראן מערערע אומזיסטע ווידיאו קאנווערטארס, אבער דאס איז ממש א כרכא דכולא ביה, רוב פארמעטס ווערן סופפארטעד.
איר קענט טוישן פון א קאמפיוטער צו א טעבלעט אדער סעלפאון (אדער צוריק) סיי ווידיאו, סיי בילדער, און סיי אודיא.

LastPass
אויב זענט איר נאך פון לעצטן דור, און ביי יעדן וועבסייט שרייבט איר אריין אייער יוזער נעים און פעסווארד,
איסטולירט דעם עקסטענשן בראוזער. ארבעט אויף רוב בראוזערס. מיט איין פעסווארד און ער וועט געדענקען דאס איבריגע.
נישט נאר פון אייער אייגענעם קאמפיוטער, נאר אפילו פון א צווייטנס! איר דארפט נאר אריינלאגן אין אייער אקאונט.
פאר א דאלער פער חודש, באקומט איר אויך די אפציע אויף אייערע מאביל דעווייסעס.

TeamViewer
דאס קען זיין זייער הילפבאר אויב איר שטויסט זיך אן אין א פראבלעם און איר ווילט איינער זאל אייך ארויסהעלפן מיט "רעמאוט סופפארט".
איר באקומט א פעסווארד, און ווען איר גיט דאס פאר אייער חבר/טעכנישאן, קען ער אריינקריכן פון זיין קאמפיוטער צו אייערס, און מסדר זיין דעם פראבלעם.

Windows live photo gallery
דאס איז אייגענטליך בלויז א שטיקל פונעם גאנצן "לייוו" פעקעדזש פון מייקראסאפט (פאר אומזיסט)
אבער מען קען דאונלאודן נאר וואס איז נוצליך פאר אייך, און נישט איבערשטרענגען דעם קאמפיוטער מיט די אנדערע חלקים.
אויב איר האט נישט קיין פאטאשאפ, אדער סיי וועלכע פאטא עדיטאר פראגראם, נוצט דעם פראגראם פון מייקראסאפט!
אלע בעיסיקס פון PHOTO EDITING זענען אינקלודעד, פלאס נאך נוצליכע פונקטן, ווי מסדר זיין די בילדער, נעים טעגס, טעמו וראו כי טוב.
פארשטייט זיך אז אויך דא זענען פאראן אסאך אויסוואלן, ווי גוגל'ס פיקאסא וכדומה, אבער דאס איז סימפל און גרינג, און שטארק רעקאמענדירט.

Ben-Shishim » מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 8:55 am

· #74033
שמעקעדיג
חלק ב'


LastPass
אויב זענט איר נאך פון לעצטן דור, און ביי יעדן וועבסייט שרייבט איר אריין אייער יוזער נעים און פעסווארד,
איסטולירט דעם עקסטענשן בראוזער. ארבעט אויף רוב בראוזערס. מיט איין פעסווארד און ער וועט געדענקען דאס איבריגע.
נישט נאר פון אייער אייגענעם קאמפיוטער, נאר אפילו פון א צווייטנס! איר דארפט נאר אריינלאגן אין אייער אקאונט.
פאר א דאלער פער חודש, באקומט איר אויך די אפציע אויף אייערע מאביל דעווייסעס.

I use Robo Form, its a very friendly App., paid for it once (if i recall it was $12.95).

שמעקעדיג » דינסטאג יאנואר 1, 2013 3:31 pm

· #74369
חלק ג'.

YouTube Downloader
צו דאונלאודן יוטוב קליפס איז נישט גרינג, בפרט אז רוב וועלכע טוען שוין יא לאזן עס אלס א FLV פארמעט וואס רוב פלעיערס ליינען נישט.
דער דאונלאודער פארלאנגסטו וועלכע קוואליטי און פארמעט דו ווילסט, לייגסט אריין דעם URL לינק, און געגאנגען.

Real Player
א גוטע אלטערנאטיוו פארן פריערדיגן, ריעל פלעיער קען דאונלאודן יוטוב בנוסף צו פארשידענע אנדערע ווידעאוס.
אויך טוט עס קאנווערטן צו פארשידענע פארמעטס, כנ"ל.
ריעל איז באמת פיל מער פון דעם, ווי א מוזיק/ווידעאו פלעיער (א קאמפעטישאן פאר ווינדאוס מידיא פלעיער)
פאר אפאר דאלער מער (א פופציגער), באקומט מען דעם PRO ווערזשאן, וואס לייגט צו עטליכע קלייניגקייטן, און טוט היבש פארשנעלערן דעם דאונלאוד און קאנווערט ספיד.

(עס זענען אויך פאראן פארשידענע עקסטענשאנ'ס אינעם בראוזער פאר דעם צוועק, וואס מיר וועלן קאווערן א אנדערס מאל בעז"ה.)

Google Talk
ווער נוצט דען נישט גוגל טאלק?
אבער ס'רוב נוצן עס פונעם אימעיל וועבסייט. אויב איז מען נישט אנליין, אדער אריינגעסיינט אינעם אקאונט, באקומט איר נישט קיין מעסעדזשעס, און יעדער זעהט אייך אלס "נישט אוועילעבל".
פארוואס נישט דאונלאודן א קליינע עפפ וואס זיצט אייך אין די זייט שטילערהייט, און גיט אייך פארשידענע אפציעס, ווי טוישן די אויסשטעל, אותיות, צו אייער סטייל?
ווען איר האט דעם פראגראם אינסטולירט, דארפט איר נישט זיין קאנעקטעד צו קיין שום וועב פעידזש. (עס פאדערט אבער א אינטערנעט קאנעקשאן, כמובן).
און בנוסף צו דעם, קען מען דורכשיקן פיילס פון איין אקאונט צום צווייטן.
הגה: שוין אפדעיטעד צו "הענגאוטס"!

Stickies
פשוטו כמשמעו. סטיקיס איז אנשטאט האבן סטיקי-נאוטס צעווארפן איבער דיין גאנצן טישל מיט מעמוארן, איז דער פראגראם די זעלבע זאך אויפן דעסקטאפ, שיין מסודר.
ווינדאוס 7 האט באמת א אייגענע אריינגעבויעטע פראגראם דערפאר, אבער דאס האט פיל מער אפציעס, און ארבעט אויך אויף פריערדיגע ווערזשאנס פון ווינדאוס.

ברסלבער » מאנטאג יאנואר 7, 2013 2:10 pm

· #78266
Free Studio
עס האט אין זיך גאר אסאך פראגראמ'ס, און עס קען זייער גוט צוניץ קומען, און עס איז 100% free

א חלק פון די פראגראמ'ס:
youtube דאונלאדער
audio קאנווערטער צו אלע פארמאט'ס
CD/DVD קריעטער
קאנווערטער צו אלע מיני פאונ'ס
קאנווערטער צו אלע עפל דיווייסעס
ארויסנעמען נאר די audio פון א ווידיא
אסאך אימעזש פראגראמ'ס
און נאך אסאך.

עס ארבעט גרינג און שנעל און עס נעמט נישט אויף קיין סאך פלאץ.

ניץ עס געזונטערהייט!

ברסלבער » מאנטאג יאנואר 7, 2013 4:04 pm

· #78320
audacity
א ניצליכע FREE פראגראם צו עדיטען AUDIO מאכן טרעקס, צוזאמשטעלן טרעקס, העכער מאכן, שטילער מאכן, ארויסקאטן שטיקלעך, און נאך אסאך.
ניצט עס געזינטערהייט!

פארוואס נישט » מאנטאג יאנואר 7, 2013 7:09 pm

· #78383
דאנקע שמעקעדיג פאר די נוצליכע פראגראמען לינקס.
הגם רוב דערפון האב איך שוין גענוצט, איז אבער אין ביהמ"ד בלא חידוש.
אזוי אויך האב איך נישט צופיל מער פראגרעמס אינסטאללד, סאו גלייב איך אז די ווייטערדיגע וואס/אויב דו וועסט ברענגן וועט שוין זעכער זיין ערנסטע חידושים...
קיפ איט אפ, יישר כח.

יישר כח ברעסלאוו'ער.

נו גוט נו » מאנטאג יאנואר 7, 2013 11:57 pm

· #78481
Tera copy איז א פראגרעם צו קאפיען שנעל א זאך, עס גייט אוטומאטיש אנשטאט די ווינדאויס קאפי פראגרעם וואס קומט מיט א יעדע קאמפיוטער טוט דאס די דזאב, דאס איז די בחינם׳דיגע, מארגן וועל איך זיין ביים קאמפיוטער וועל איך ארויף לייגן די סעריעל קעי בלע״ז

ברסלבער » מיטוואך יאנואר 9, 2013 4:08 pm

· #78813
עס מאכט זיך ביי די שענסטע משפחות אז מען הייבט אן צו טייפן, און נאך א מינוט געבט מען זיך א כאפ אז דער קאמפיוטער איז אויף ענגליש, און מען דארף אלעס איבערשרייבן
איך האב געהערט אז עס איז דא פראגראם וואס קען עס צוריק טוישן אויף אידיש
ווער עס ווייסט פון אזא זאך, ווערט געבעטן מזכה צו זיין דעם ציבור

מומחה » מיטוואך יאנואר 9, 2013 5:25 pm

· #78822

ברסלבער » מיטוואך יאנואר 9, 2013 5:32 pm

· #78823
ש'כח הרב מומחה
ס'ארבעט געוואלדיג

happy » מיטוואך יאנואר 9, 2013 5:41 pm

· #78824
ברסלבער
עס מאכט זיך ביי די שענסטע משפחות אז מען הייבט אן צו טייפן, און נאך א מינוט געבט מען זיך א כאפ אז דער קאמפיוטער איז אויף ענגליש, און מען דארף אלעס איבערשרייבן
איך האב געהערט אז עס איז דא פראגראם וואס קען עס צוריק טוישן אויף אידיש
ווער עס ווייסט פון אזא זאך, ווערט געבעטן מזכה צו זיין דעם ציבור


כםר אישא ןצ ודןמע ש פרםערשצ בשךךקג עםםעךק

שמעקעדיג » מיטוואך יאנואר 9, 2013 5:44 pm

· #78825
איך האב געהאט אן אנדערן (ענליכן) פראבלעם,
אפט מאל צינדט זיך אן CAPS LOCK בטעות, און אנשטאט שרייבן אידיש, קומט אלעס ארויף אויף ענגלישע קעפיטעל לעטערס, און מען כאפט זיך שוין צו שפעט, נאכן אפטייפן אפאר שורות.
איך פלעג משוגע ווערן פון דעם יעדן צווייטן טאג...

כ'האב געטראפן ערגעץ אן עצה, אז מען קען אנשטעלן אין קאנטראל פענעל, ביי Ease of Access Center, אז יעדן מאל מען צינדט אן אדער לעשט אויס קעפס-לאק (אדער נאמ-לאק) גיט דער קאמפיוטער א פייף.
(Choose make keyboard easier to use, and turn on TOGGLE KEYS)
דאס העלפט מיר וואונדערבאר!

נו גוט נו » מיטוואך יאנואר 9, 2013 5:55 pm

· #78826
מומחה

מיר האט עס געמאכט צרות, און איך ווייס פון נאך וועם עס האט געמאכט צרות, איך האב עס געשיקט ווי די שווארצע פעפער וואקסט

ברסלבער » מיטוואך יאנואר 9, 2013 5:57 pm

· #78827
נו גוט נו
מומחה

מיר האט עס געמאכט צרות, און איך ווייס פון נאך וועם עס האט געמאכט צרות, איך האב עס געשיקט ווי די שווארצע פעפער וואקסט

וואסערע צרות?
דו ווייסט פון אן אנדער פראגראם פאר דעם?

געפילטע פיש » מיטוואך יאנואר 9, 2013 6:59 pm

· #78847
שמעקעדיג
איך האב געהאט אן אנדערן (ענליכן) פראבלעם,
אפט מאל צינדט זיך אן CAPS LOCK בטעות, און אנשטאט שרייבן אידיש, קומט אלעס ארויף אויף ענגלישע קעפיטעל לעטערס, און מען כאפט זיך שוין צו שפעט, נאכן אפטייפן אפאר שורות.
איך פלעג משוגע ווערן פון דעם יעדן צווייטן טאג...

כ'האב געטראפן ערגעץ אן עצה, אז מען קען אנשטעלן אין קאנטראל פענעל, ביי Ease of Access Center, אז יעדן מאל מען צינדט אן אדער לעשט אויס קעפס-לאק (אדער נאמ-לאק) גיט דער קאמפיוטער א פייף.
(Choose make keyboard easier to use, and turn on TOGGLE KEYS)
דאס העלפט מיר וואונדערבאר!

דאס איז לכתחילה, בדיעבד קענסטו אין ווארד טוישן פון אפער קעיס צו לאוער אדער פארקערט דורך סעלעקטן די טעקסט וואס דו ווילסט טוישן און דרוקן shift F3.

נו גוט נו » מיטוואך יאנואר 9, 2013 7:00 pm

· #78848
ברסלבער
נו גוט נו
מומחה

מיר האט עס געמאכט צרות, און איך ווייס פון נאך וועם עס האט געמאכט צרות, איך האב עס געשיקט ווי די שווארצע פעפער וואקסט

וואסערע צרות?
דו ווייסט פון אן אנדער פראגראם פאר דעם?

איך געדענק נישט יעצט וואס, עס איז געווען שוין לאנג צוריק, סארי פאר דעט,

ברסלבער » מיטוואך יאנואר 9, 2013 10:02 pm

· #78892
נו גוט נו
איך געדענק נישט יעצט וואס, עס איז געווען שוין לאנג צוריק, סארי פאר דעט,

כ'האב עס יעצט אויספרובירט אביסל,
דער קאמפוטער איז טאקע נישט געווען אזוי צופרידן אז איך האב עס אריינגעלייגט
ער האט פראטעסטירט מיטן באקאנטן סלאגאן not responding

נו אפשר ווייסט איינער פון א בעסערע?

נו גוט נו » מיטוואך יאנואר 9, 2013 11:05 pm

· #78904
ווי שטייט דארט אין רש״י ״זאלסט נישט זיין ווי יענער וואס האט נישט געפאלגט״...

מומחה » דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 10:28 am

· #78949
ברסלבער
נו גוט נו
איך געדענק נישט יעצט וואס, עס איז געווען שוין לאנג צוריק, סארי פאר דעט,

כ'האב עס יעצט אויספרובירט אביסל,
דער קאמפוטער איז טאקע נישט געווען אזוי צופרידן אז איך האב עס אריינגעלייגט
ער האט פראטעסטירט מיטן באקאנטן סלאגאן not responding

נו אפשר ווייסט איינער פון א בעסערע?

<a class="postlink" href="http://www.pcworld.com/article/183455/Overcome_Windows_7_SoftwareCompatibility_Issues.html">http://www.pcworld.com/article/183455/O ... ssues.html</a>

שמעקעדיג » דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 2:27 pm

· #79001
Universal Document Converter

איר ווילט פרינטן צב"ש א ווארד פייל אלס א JPG פיקטשער פייל?
אינסטולירט דעם פראגרעם, עס גיט אייך א נייעם פרינטער אין די ליסטע, און טוט קאנווערטן דעם פייל פאר א פיקטשער.
די אומזיסטע ווערסיע לייגט ארויף א גרויסן סטעמפ/מארק אויפן פאפיר, וואס קען אפט שטערן.

נולד מאוחר » דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 7:09 pm

· #79103
שמעקי
Cute PDF writer קען מערדזשען אדער ספליטן pdfs?

געפילטע פיש » דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 7:20 pm

· #79105
ס'קען שפאלטן, "פרינט" נאר די פעידזשעס וואס דו ווילסט.

נולד מאוחר » פרייטאג יאנואר 11, 2013 2:48 am

· #79196
געפילטע פיש
ס'קען שפאלטן, "פרינט" נאר די פעידזשעס וואס דו ווילסט.

וואס טוט זיך מיט מערדזשען?

געפילטע פיש » פרייטאג יאנואר 11, 2013 12:15 pm

· #79238
אויב האסטו אדובי אקראבאט קוק דא
אויב נישט, קענסטו עס טוהן אנליין דא אדער דא.

משה רוקח » פרייטאג יאנואר 11, 2013 12:46 pm

· #79246
ברסלבער
נו גוט נו
איך געדענק נישט יעצט וואס, עס איז געווען שוין לאנג צוריק, סארי פאר דעט,

כ'האב עס יעצט אויספרובירט אביסל,
דער קאמפוטער איז טאקע נישט געווען אזוי צופרידן אז איך האב עס אריינגעלייגט
ער האט פראטעסטירט מיטן באקאנטן סלאגאן not responding

נו אפשר ווייסט איינער פון א בעסערע?


מוזט נישט אינסטאלן זייער פראגראם. קענסט נוצן זייער אנליין פראגראם וואס אינסטאלט גארנישט

דעתי הענייה » דאנערשטאג יאנואר 17, 2013 11:50 pm

· #80687
http://play.google.com/store/apps/details?id=it.medieval.blueftp&referrer=utm_source%3Dgoogle%26utm_medium%3Dorganic%26utm_term%3Dbluetooth+file+transferגאר א גוטער אפפ פאר א סמארט פאון, וואס ערלויבט צו שיקן סין וואספארא אפפ, אפילו די וואס קאסטן געלט בחנם דורך בלוטאט

משה געציל » מיטוואך יאנואר 23, 2013 10:37 pm

· #81985
עס האט נישט דייקא אהער אבער איך האב נישט געפונען א צווייטער אשכול דערפאר.
איך האב אינסטאלירט א נייער פראגראם אין מיין קאמפיאטער, א יעדעס מאל איך עפען עס אויף פרעגט ער מיר איבער אויב איך לאז דעם פראגראם מאכן טוישינגן צום קאמפיאטער, ווייסט איינער ווי אזוי מען גיבט זיך א עצה דערמיט?

שמעקעדיג » מיטוואך יאנואר 23, 2013 11:22 pm

· #82001
זאג וועלכע פראגראם.

און פאר נעקסטיים, אפשר באלאנגט עס אין דעם אשכול:

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/37909">viewtopic.php?p=37909#p37909</a><!-- l -->

משה געציל » דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 12:58 am

· #82030
א לייבערי פאר autocad

איך האב גראדע געזיכט דעם אשכול וואס דו האסט געלינקט, איך בין געווען זיכער אז עס געפינט זיך אין די אחיעזר פארום.

שמעקעדיג » זונטאג פעברואר 10, 2013 10:02 am

· #85735
די היינטיגע קעמרעס כאפן גאנץ גרויסע בילדער, מיט לכה"פ 10+ מעגאפיקסעלס, און דאס מאכט ריזיגע פיילס, און ווען מען וויל שיקן א פיקטשער מיט אימעיל (אדער לייגן אויף קאווע שטיבל וואס פארנעמט נישט קיין גרויסע סייז בילדער), איז עס זייער שווער.
די עצה איז צו "ריסייזען" דעם בילד, צו דעם סייז וועלכע איר ווילט. עס זענען פאראן עטליכע פראגראמען פאר דעם, אומזיסטע און פאר געלט, אויף אייער לאקאלע קאמפיוטער אדער אויפן וועב.

אבער לענ"ד איז די בעסטע די קליינע פלאג-אין וואס אינסטולירט זיך ביי אייך אין קאמפיוטער, און יעדע מאל ווען איר מאכט א רייט-קליק אויף א פיקטשער פייל, קומט ארויס א אפציע RESIZE.

מען קען ריסייזען מערערע פיילס אויף אמאל, אן קיין לימיט (בעטש ריסייזינג). מען קען פארקלענערן די זעלבע פיילס אדער לאזן די אריגינעלע און עס מאכט א קאפי פאר די פארקלענערטע.

נייגעריגער » זונטאג פעברואר 10, 2013 11:20 am

· #85754
דעתי הענייה
http://play.google.com/store/apps/details?id=it.medieval.blueftp&referrer=utm_source%3Dgoogle%26utm_medium%3Dorganic%26utm_term%3Dbluetooth+file+transferגאר א גוטער אפפ פאר א סמארט פאון, וואס ערלויבט צו שיקן סין וואספארא אפפ, אפילו די וואס קאסטן געלט בחנם דורך בלוטאט

איך האב עס שוין אינסטאלירט א היבשע וויילע, זייער א גוטע עפפ און כ'וואלט עס רעקאמענדירט פאר איעדעם!
אבער דאס וואס דו שרייבסט אז מ'קען שיקן די עפפס וואס קאסטען געלט אויכעט, מיין איך אז מ'קען נישט! איך האב עס פראבירט צו טוהן און ביי די געקויפטע איז ארויפגעקומען א גרויסע שלאס און כ'האב עס נישט געקענט אריבער שיקן!

אגב אז מ'רעדט שוין: איך האב למעשה אינסטאלירט די געקויפטע עפפ דורך אריינסיינען מיין אקאונט אין מיין חבר'ס פאון און נאכן אינסטאלירן עס צוריק אויססיינען!

חזקיהו המלך » זונטאג פעברואר 10, 2013 11:24 am

· #85755
האט איינער עקספיריענס מיט א גוטע אומזיסטע פי די עף עדיטער ?

נייגעריגער » זונטאג פעברואר 10, 2013 12:14 pm

· #85766
חזקיהו המלך
האט איינער עקספיריענס מיט א גוטע אומזיסטע פי די עף עדיטער ?

קודם שלום עליכם מיט א פולע מויל און א ברייטע קלאפ אין פלייצע!!!!

און יעצט לגבי דיין שאלה: האסט שוין פראבירט אדאובי אילעסטרעיטער אדער מייקראסאפט ווארד 2013?
איי האסט דאך געשריבן אז דו זוכסט בחינם? איז די תירוץ אז אין דבר העומד בפני הרצון, און אז מ'וויל שטארק ווערן די פראגראמען אויכעט בחינם!!!

שמעקעדיג » דאנערשטאג מאי 2, 2013 3:58 pm

· #111318
א פראגראם צו קענען באהאלטן א אפענעם ווינדא:

<a class="postlink" href="http://www.pcworld.com/article/2036505/review-hide-your-programs-from-prying-eyes-with-winlock.html">http://www.pcworld.com/article/2036505/ ... nlock.html</a>

עליע_ק » זונטאג מאי 26, 2013 5:29 pm

· #118103
<a class="postlink" href="http://w3.win.tue.nl/nl/onderzoek/onderzoek_informatica/visualization/sequoiaview/download_sequoiaview/">http://w3.win.tue.nl/nl/onderzoek/onder ... quoiaview/</a>
דאס איז א פראגראם פון א ניידערלאנדישע אונעווערסיטעט וואס ווייזט גראפיש (אנדערע קאליערען פאר יעדער סארט פייל) יעדער פייל און וויפיהל פלאץ ס'פארנעמט אויפ'ן קאמפיוטער. זייער נוצלעך פאר מענטשען מיט באגרעניצער פלאץ (קליינע הארד דרייווס) אדער צו טרעפען אלטע פיילס מ'האט לאנג פארגעסען וואס נעמט אויף פלאץ

wassup » זונטאג מאי 26, 2013 8:21 pm

· #118173
Do somebody know if there is a possibility to have whatsapp on a tablet

נולד מאוחר » זונטאג מאי 26, 2013 8:31 pm

· #118180

שמעקעדיג » מאנטאג יוני 10, 2013 4:56 pm

· #123725
דא האט איר א פרייע פראגראם צו קאנווערטן כמעט אלע סארטן פארמעטס בילדער, אודיאו און ווידעאו, מיט א קראפער, און נאך גוטע טריקס.

אבגד » מאנטאג יוני 10, 2013 8:27 pm

· #123775
איך זוך אידישע fonts פאר word בחינם, ווייסט אפשר איינער ווי מ׳קען דאונלאודען? יישר כח למפרע
בלאט: 1 2