פארווערטס: ארטאדאקסישע אידן זען א קאנדידאט אין סענטארום
14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #259
פארווערטס: ארטאדאקסישע אידן זען א קאנדידאט אין סענטארום
דער פארווערטס באריכטעט אז ארטאדאקסישע אידן "גייען" פאר סענטארום צוליב זיינע פרומע גלויבינגען. אינטערעסאנט ארטיקל: <a class="postlink" href="http://forward.com/articles/153525/orthodox-jews-find-pick-in-santorum/">http://forward.com/articles/153525/orth ... -santorum/</a>

Re: פארווערטס: ארטאדאקסישע אידן זען א קאנדידאט אין סענטארום
שטותים מיט קארטאפל, איך בין א ארטאדאקס, און איך בין דירעקט נישט פאר סענטארום.
Re: פארווערטס: ארטאדאקסישע אידן זען א קאנדידאט אין סענטארום
שמואל הלוישטותים מיט קארטאפל, איך בין א ארטאדאקס, און איך בין דירעקט נישט פאר סענטארום.
איך אויך נישט. איך גיי גראדע וועלן אבאמא'ן. אבער ווען א צייטנוג רעדט, רעדט עס בכלליות. און בכלליות מייניך איז עס אמת.
Re: פארווערטס: ארטאדאקסישע אידן זען א קאנדידאט אין סענטארום
בכלליות איז עס אמת? אפשר איבראל אין אמעריקא חוץ אין ניו יארק... ווייל אין די היימישע וומ"ס, ב"פ, מאנסי וכו', וועט די כלליות'דיגע בילד זיך ארויסשטעלן גאר אנדערש.
Re: פארווערטס: ארטאדאקסישע אידן זען א קאנדידאט אין סענטארום
שמואל, פארוואס זאגסטו אזוי? אוב פון מיינע באקאנטע גייען פאר סענטארום.
Re: פארווערטס: ארטאדאקסישע אידן זען א קאנדידאט אין סענטארום
רוב פון מיינע באקאנטע זענען פאר ראמני.
Re: פארווערטס: ארטאדאקסישע אידן זען א קאנדידאט אין סענטארום
איך זע נישט וויאזוי מען קען בכלל מאכן א כלל. ארטאדאסישע אידן האבן שוין היינט א "מיינד אף דער אאון", זיי וואוטען פאר וועם זיי ווילן, ס'איז שוין נישטא קיין בלאק וואוט בפרט ביי נאציאנאלע עלעקשאנס.
Re: פארווערטס: ארטאדאקסישע אידן זען א קאנדידאט אין סענטארום
ביי די עכט היימישע, אפילו ווער עס וועט יא שטימען פאר סאנטארום, גלייב איך שווער אז עס האט עפעס מיט זיינע רעליגיעזע מיינונגען. (די ביי וועמען עס וואלט אויסגעמאכט, שטימען געווענליך בכלל נישט)
Re: פארווערטס: ארטאדאקסישע אידן זען א קאנדידאט אין סענטארום
עס וואלט אינטערסאנט געווען צו הערן די דעת הציבור פון דא אין קאווע שטיבל, פאר וועמען מען איז גענויגט, איך למשל בין פאר ראמני ווי אויבנדערמאנט.
סיבה: אין מיינע אויגן פירט ער זיך אויף די נארמאלסטע פון אלע קאנדידאטן (מער פאליטישאן געשטימט ווי מ'רופט עס), און בכלל זיין גאנצע איינדרוק איז מער פרעזעדענטשול ווי די אנדערע קאנדידאטן.
Re: פארווערטס: ארטאדאקסישע אידן זען א קאנדידאט אין סענטארום
שמואל הלויעס וואלט אינטערסאנט געווען צו הערן די דעת הציבור פון דא אין קאווע שטיבל, פאר וועמען מען איז גענויגט, איך למשל בין פאר ראמני ווי אויבנדערמאנט.

👍

אבאמא׳ס הנהגה איז דען נישט פרעזידענשעל?
Re: פארווערטס: ארטאדאקסישע אידן זען א קאנדידאט אין סענטארום
איך רעד פון די 4 רעפובליקאנער קאנדידאטן.
Re: פארווערטס: ארטאדאקסישע אידן זען א קאנדידאט אין סענטארום
אבאמא איז שוין פרעזידענט, ראמני נאך נישט.
Re: פארווערטס: ארטאדאקסישע אידן זען א קאנדידאט אין סענטארום
פאר אבאמא. סיבה: כ'בין נישט אין די גיסטע פון א איראנע קריג, כ'האלט אז מיט א רעפובליקאנע פרעזידענט אויפן בענקל איז עס גרעסערע שאנס.