☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אחיעזר » קויפן ספרים און ביכער פון ארץ ישראל אין חו"ל

קויפן ספרים און ביכער פון ארץ ישראל אין חו"ל

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2587

הציץ ונפגע » מוצ"ש דעצעמבער 22, 2012 9:51 pm

· #71961
קויפן ספרים און ביכער פון ארץ ישראל אין חו"ל
דער קעפל זאגט שוין אלץ, אבער פטור בלא כלום אי אפשר וועל איך עס איבערשמועסן. וואו אין חוץ לארץ קען מען קויפן ספרים און ביכער פון ארץ ישראל? די פראגע רעכנט אריין סיי ווירטואַלע פלעצער (סייטס) וואו מ'קען זיך איינהאנדלן פון די פירות ארץ ישראל און זיי שיקן דאס אויף חוץ לארץ און סיי פיזישע געשעפטן אין היימישע געגענטער אין ניו יארק (בארא פארק, מאָנסי, וויליאמסבורג, קרית יואל...)
ביטע נישט ענטפערן ביגלאייזן'ס.

יאיר » מוצ"ש דעצעמבער 22, 2012 10:06 pm

· #71963
איך זוך שוין לאנג א העברעאישע ספרים געשעפט אין ניו יארק. אויפ'ן אינטערנעט קען מען באזוכן די וועבסייטס פון די מוציאי לאור ווי הוצאת מאגנס און יד בן צבי.

איך אויך » מוצ"ש דעצעמבער 22, 2012 10:22 pm

· #71966
צו להכעיס וועל איך דיר יא ענטפערן ביגלאייזן'ס ,זיי האבן 'יעדע' נייע ספר נאר נישט אלעס ליגט אויסגעלייגט ,אויב ווערסטו היימיש מיט איינע פון די חברה דארט (בעסער איינע פון די יונגערע דור, די עלטערע זענען נערוועז אז עס איז א פחד ,אלו כמו אלו האבן א ערנסטע עדיטוד פראבלעם) וועלן זיי דיר שוין אוועקלייגן איינס.

יידל » מוצ"ש דעצעמבער 22, 2012 10:24 pm

· #71967
ביגלאייזן, אויב זיי האבן נישט א ספר, קענען זיי עס ארדערן פאר דיר פון ארץ ישראל.

אוהב דעת » זונטאג דעצעמבער 30, 2012 2:04 am

· #73762
איך אויך
צו להכעיס וועל איך דיר יא ענטפערן ביגלאייזן'ס ,זיי האבן 'יעדע' נייע ספר נאר נישט אלעס ליגט אויסגעלייגט ,אויב ווערסטו היימיש מיט איינע פון די חברה דארט (בעסער איינע פון די יונגערע דור, די עלטערע זענען נערוועז אז עס איז א פחד ,אלו כמו אלו האבן א ערנסטע עדיטוד פראבלעם) וועלן זיי דיר שוין אוועקלייגן איינס.

דווקא נישט קיין עדיטוט פראבלעם, א מוראדיגע געשמאקער , ער פארשטייט אויף א מענטש וואס ער דארף, נאך בעסער וואס דער מענטש פארשטייט אויף זיך אליינס

טעפל » זונטאג דעצעמבער 30, 2012 5:00 am

· #73798
אוהב דעת
איך אויך
צו להכעיס וועל איך דיר יא ענטפערן ביגלאייזן'ס ,זיי האבן 'יעדע' נייע ספר נאר נישט אלעס ליגט אויסגעלייגט ,אויב ווערסטו היימיש מיט איינע פון די חברה דארט (בעסער איינע פון די יונגערע דור, די עלטערע זענען נערוועז אז עס איז א פחד ,אלו כמו אלו האבן א ערנסטע עדיטוד פראבלעם) וועלן זיי דיר שוין אוועקלייגן איינס.

דווקא נישט קיין עדיטוט פראבלעם, א מוראדיגע געשמאקער , ער פארשטייט אויף א מענטש וואס ער דארף, נאך בעסער וואס דער מענטש פארשטייט אויף זיך אליינס

איך פארשטיי וואס ער מיינט זיי רעדען אזוי ס'מיינט גארנישט, אבער ער איז אביסל גערעכט ס'איז גרינגער צו האנדלן מיט די אינגערע.
איך מיין אז אייכלער'ס האט אויך היפש.