☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » וויי וויי העטן מיר ווען געקענט מאכן וואלן פאר אונזערע רביס..

וויי וויי העטן מיר ווען געקענט מאכן וואלן פאר אונזערע רביס..

48 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2584

בונעס איירעס » פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 3:27 am

· #71794
וויי וויי העטן מיר ווען געקענט מאכן וואלן פאר אונזערע רביס..
איך ווייס אז אז ס'איז אירעלעוואנט אבער דאך איז עס אינטערעסאנט אויסצושמועסן.

וואלטן מיר מיר ווען געהאט די מעגליכקייט אריינצווואוטן א רבי'ן פאר אונזערע חסידות, וואס פאר א דור תיקון וואלט ווען געווען... עס איז ממש א "פראאד" ווי אזוי דאס איז איינגעשטעלט, ווי איין מענטש פארכאפט די מאכט, פארוואס??? ווייל ער איז געבוירן פון א זיווג ביי יענעם רויעל פאמילי, און ער כאפט דאס אן פונעם טאג פון זיין טאטענס טויט ביז זיין טאג גרייכט אן צוריק אהיים צו גיין און הימל!! ווי די אמאליגע קעניגען מיט זייערע אימפעריעס.

וואו מען גייט, וואו מען באגעגענט נאר א היימיש שמועסל בי א קידוש'על שבת אינדערפרי, בשעת א לולקע מוצש"ק ביים שווער אויפן גאניק, אין בהימ"ד אין בית שני מיט האלב פארלאשענע לעקטערס, אלץ העט איר הערן יעדער רייסט זיך, יעדער קריגט זיך, און אלץ צום זעלביגען נושא וועמענס רבי איז א גרעסער נאר, א גרעסער פארלירער, און אומגעלונגענער. יעדער האט א זאק מיט מעשיות פון נאר-וואס פאריגע וואך וואס יענעמס רבי איז באגאנגען נארישקייטן און פעלערן אין איין וואך, וואלט ער ווען געווען דער משה גבאי ביי יענעם רבין ווי גוט וואלט יענער רבי ווען געפארן, ווי קלאסיש וואלט ער אויסגעמאכט ביים עולם, איי איי איי!!! טאקע א שאד!! ווי איז דער שכל פון יענעם רבין אז ער קלינגט נישט צום סעליורי פאון פון דעם יונגערמאטשיק וואס האט אין באזיץ אזוינע גנעניאלע עצות און הדרכות און הנהגה פאר יעדן קרייז לויט זיין געשמאק.

אבער ברודער זיסער, לאמיר זיך נישט נארן.. וואלטן מיר געהאט די ברירה וואלט קיינער פון אונז נישט אויסגעקליבן דעם רבין צו וואו ער גייט!!! מיר גייען אלע בהכרח ווייל דארט זענען מיר געבוירן, אויפגעוואקסן, און מיר ברויכן א פלאץ וואו צו באלאנגען. (רעד נישט פון די רעבעלעך אדער גוטע אידן, רעד נאר פון פארטיי פירער).

פארוואס טאקע? ווייל ווען מען רעכנט זיך מיטן דעת הקהל ביי דעם ענין וואלט דער קהל גענומען א מענטש מיט מעלות. א געלונגענער, קלוגער, פארשטענדליכער, טאלאנפולער, א גוט אויסזעענדער נישט איבערוואגיק, א מייעסטעטישער פיגור, איינער מיט א גוטן חיתוך הדיבור צום רעדן, איינער וואס רעדט נישט קיינע שטותים קיינמאל, איינער וואס קען א פסוק אויסליינען אנע קאמפלעקסן, איינער וואס טראגט א זיסן חן אויפן געזיכט נישט מיט א פארקרימט געזיכט מיט לאנגע אויערן און קורצע בארד, אזא איינער וואס בשעת'ן געבורט מערקט מען שוין אויף אים גלייך אן אז דאס קינד איז געאייגענט פאר א פירער, ער פארשטייט זיך גוט מיט די מענטשהייט, האט א ציענדע קאמיוניקאציע מיט מענטשן, און באמת וואס מען ווערט איבערגענומען פון זיין פערזענליכקייט און כאראקטער.. נישט מ'צווינגט זיך צו ווייזן אן התפעלות כאפעניש ווייל דער מצב ארום איז אז טירן קלאפן זיך אויף און צו, סעלפאונען קלינגען אין די טאשן פון די שטוב מענטשן, עס הענגט א ג-ט'ס-פארכטיגן טשילאר אינמיטן דעם אויפנאמס צימער, אדער ווייל ער האט א שיינעם פרישן קעסטעל'דיגען ביבער הוט און א גאלדענעם טישטוך איבערגעצירט דעם לאנגען טיש, און א שיינעם זייגער פון גאלד קלאפט מיט א טיק-טאק מיט א ווידער קול, און די גבאים סודות'ן זיך מיט קאוד נומערן און שטעלן אן א כמו דרך ארץ'דיגען שמייכעל ווייל ער שטייט אינעם גענגווארג פונעם רבין שליט"א יעצט, און פארשטייט זיך אינדרויסן איז אוועקגעשטעלט א פרעזידענטליכן קאדילאק ... אלעס איז זייער פיין זייער וואויל ווען אלעס פון פריער קלאפט, דער דמות פון דעם רבי'ן אלס א רבי מיט געלונגענקייטן, נישט איינער וואס שפילט רבי, מיר זענען אין תוך תוכן נישט קיינע נארנים, אונזער געוויסן ביסן ווייסט פונטליך וואו אפצושאצן א זאך, מיר ווילן אפשר נישט טראכטן הויעך וואס עס שפיגלט אפ אין אונזער מח ווייל נאך אלעם באלאנג איך אין דעם פארטיי/קרייז, און וויל באלאנגען, ממילא באצווינג איך מיין רצון מיט אט דעם אז דער איז דער בעסטער אויסוואל פאר מיר. אבער דער אמת'דיגער מיינוג אינעם מענטש בתוכן קוועטש אים:

אז בסך הכל פארוואס טאקע איז דייקא דער מיין רבי? ס'איז דאך דא פיל מער טאלאטנפולע בא'חנ'טע שיינע אידן וואס איך זעה פאר מיינע אויגן וואס וואלטן לכאו' פיל בעסער אויסגעגעבן אויף דעם גרויסן בענקעל וואס ער זיצט? טא פארוואס טאקע איז ער דער געקליבענער דעמעלס? ווייסטו איר דאך אויך נאר פאר איין איינציגער סיבה ווייל ער איז באשאפן געווארן פונעם טפה פון אט די טאטע-זיידע וואס מיין חשוב'ער זיידע האט מחליט געווען יא פאר "אלע" אויבנדערמאנטע סיבות צו שטיין מיט דעם ערשטען רבין פון אט די דיינעסטי.

אויב איר באמערקט, ערווענען מיר בכלל נישט צווישן אלע מעלות וואס א רבי וואלט באדארפט צו האבן, איז דאס ענין פון א הייליגער געטליכער מאן, אזא איימיצער וואס פארמאגט ספעציעלע גוטע קשרים מיט גאט ברוך הוא, ווייל איינער וואס טוט אפילו דעבאטירן לגבי איינעם (א רבין) וואס זיצט אויף א שטול צוליב ירושה, ברויך אפירקראצן א שרייפעל צוויי! איך קען צומאל צו הערן שמועסעלעך פון מאנכע דעבאטירן היציג פון זייערע פארטייען, מען רעדט ווער איז מער הייליג דער צו יענער, דער שרייט מייינער דער אנדער שלעפט צוריק אויף זיינער, איך קוק זיי אן ווי געפאלענע אויפן קאפ.... וואס דיבעט איר דא, ווען איר ווייסט אז ביידע פון אייך רעדן וועלטס שטותים... וואס הייליג ווען הייליג?? דער איז שוין מוכן ומזומן צו פירן די עדה אידן נאך ווען די מוטער זיינע האט געשפירט דעם ויתרוצצו בקרבה, נאך פאר זיין פאטער האט געהאט די זכיה אים צו זעהן... ער איז נישט אויף דעם שטול ווייל ער האט געהארעוועט ימים כלילות און געשניטען שטיקער פון זיין גוף פאר די תורה און גאט'ס וועגן, נאאאא, א פשוטער מענשט וואס עסט געשמאק, שלאפט געשמאק, און גלייכט אלע נושאי כלים פונקט ווי איך און דו, ער רעדט אפילו שטותים רוב טאג מיט זיינע נאנטע (אפשר ווייסט איר נישט ווייל איר זענט נישט "נאנט" מיט קיינעם פון זיי, איך יא!) ווייל דאס בעטן מיר שוין ניטאמאל פון זיי, הייליגקייט העכערקייט מער פון סתם א מענטש, ווייל מיר פארשטייען אז נישט פאר דעם איז ער דא, פארדעם זענען דא די גוטע אידן וואס איז טאטאל אן אנדער ליין אינגאנצן!!!

וואס מיר ווילן יא פון א רבי היינט צוטאג איז: זיין א מענשט מיט פארשטאנד, מענטשליכקייט, מדות טובות, אויך נישט דער גרעסטער בעל מדות ווייל דעמאלס איז ער שוין אן עובד און דאס איז שוין צופיל פאר אים, דאן עכ"פ נישט א מושחת במדות ווי אסאך פון זיי זענען, וואס עס קומט פשוט פון די נאטור א מענשט וואס לעבט זיין גאנץ לעבן אז אלעס קומט אים קיין חילוק פארוואס, און הערט דברי חנופה ווי לאנג דער יאר איז, און הערט נישט קיין איין ווארט קריטיק (געדענקט, זיי הערן נישט אלע שמוסען פון זייערע קעגנערס, דאס הערן נאר זייער אנהענגער) אויטאמאטיש וואקסט פון דעם אויס א קאניבאל!

אלזא צוריק צום ענין. מיר וואלטן געוועהלט גאר א צווייטען סארט מענטש פאר אונזערע גרויסע פאזיציעס, אנשטאט ברויכן טאג און נאכט פארענטפערן מיין רבי'ס נארישקייטן, שגעונות און קטנות'ן, וואלט איך ווען געקענט האבן א רבי'ן מיט וועם איך וואלט נישט געדארפט זיין נערוועז און קאמפלעקסט, איך וואלט געקענט ארומגיין מיך גרויסן און רייצן, און יעצט גארניקסט, אלעס ווייל ער איז געבארן געווארן צו מיין זיידענס רעבין...

איז מיין אויפטוה... וואלן פאר אונזערע רבי'ס!!! יעצט קוקט מיך נישט אן פאר א קוריאזער מענטש וואס חלומ'ט ביידערנאכט ווי א גרינער עלעפאנט קריכט אריין אינעם לאך פונעם נייען נאדעל.. ניין!! איך לאז פשוט מיינע פאנטאזיעס לויפן אביסל.. עס איז דאך ליל ששי נאך א פולע וואך פון פירן דאס ביזנעס'ל מיט אלע אירע אלסערס און פרעשור, ממילא לאז איך פשוט אביסל געשמאקע מחשבות'לעך מונטערן דאס נפש מיינע וואס גרייט זיך שוין צום טאג פון מנוחה, יאך האב שוין דעם עול הפרנסה פון די וואך אראפגעווארפן, יאך בין שוין גאר רואיג ב"ה און א שמייכל ציעט זיך מיר פון איין עק קאפל ביז דאס אנדערע, נו וואס הארט דאס מיך צו גיין אויפן גאנג פון "לו יצוע" - לאמיר שוין זאגן... מיר וואלטן ווען געהאט די מעגליכקייט צו וואלן מאכען פאר אונזערע פירערעס...

לאמיר א קוק אריין טון.

מיין גאנג וואלט געווען אז עס בלייבט פארשטייט זיך אין די משפחה דיינעסטי פונעם ערשטען רבין וואס קענען אלץ ארויפגיין אויף די וואלן ליסטע צו לויפן פארן בענקעל, עפעס א גאנג מוז דאך דאס האבן, מ'קען מיר נישט אריינברענגען א ליטוואק ביינונז אין ביהמ"ד און אים אהין געבן דעם רויטן בענקל מיט אלע גאלדענע קנעפ באצירט דערויף, און פון די צוויי זייטען 16 שטאקיגע פארענטשען מיט בחורימ'לעך צעהיצט פארשוויצט און צופייערט מ'קלאטשט מיט אלע כוחות, און און מען כאפט פלעשלעך סאדא וואסער פון דער לופט וואס א חתונה-געהאטער חבר פון אונטן האט אהין געווארפן, און דערנאך ווי מען ווארפט געפילטע פישלעך פונעם רבי'ן זאל זיין געזונט'ס שיירים... ווייל דער וועט שלעק טיילן צו ברענגען ארדענונג דארטן, ממילא מוזען מיר בלייבן מיט עפעס א גאנגבארע מהלך, און פארשטייט זיך מוזן מיר האלטן דעם כבוד פונעם אלטן רעבין, און האלטן דעם יוניקנעס פון די פארטיי, מ'קען נישט א שניאורזאהן נעמען אנשטאט א טייטעלבוים.

אקעי איך פאל א מידער אויפן ווייעכן קישען מיינער.

המשך יבוא בעז"ה

גאלד » פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 8:47 am

· #71805
זייער א שטארקע און אלטער דערהער,
אבער ב"ה איך דאנק דעם אייבירשטן אז פאר מיר איז עס נישט נוגע,
ווייל ב"ה מיין רבי איז יא א אדם השלם מנעיריו, מיט אלע מעלות שמנו חכמים,
ממילא וועל איך לאזן דעבאטירן דעם נושא פאר די אנדערע געליטענע חסידים,

outspoken » פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 9:13 am

· #71808
גאלד

טאקע דיר מיינט מען (דרך אגב ס'וואלט געווען אינטערסאנט ווער דיין רבי איז)

ס'איז א שיינע זאך פון דיר צו שרייבען פון דיין רבי, ביי דיין הודעות: 613

פיינע קאווע » פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 9:42 am

· #71814
אפשר האסטו שוין געהערט די עובדא אפשר נישט. איך וועל עס איבערחזרן בקיצור און דאס קען דינען פאר א שטיקל אויג עפענער.
ר' בערל פרי"מ דער היינטיגער ראש הקהל אין סאטמאר איז געווען א בן בית ביי רבינו הק' מסאמטאר בעל דברי יואל זי"ע. דער רבי האט אים זייער מחבב געווען. ער האט אים געברענגט נייעס פון די גאס וואס האט זיך אויסגעפעלט צו וויסן פארן מנהיג הדור. איינמאל האבן די ב"ב ביים רבין זייער געבעטן עז זאל מרמז זיין דעם רבין און פרעגן איבער די נושא פון א ממלא מקום. ר' בערל האט טאקע ביי א געלעגנהייט געפרעגט דעם רבין. האט אים דער רבי גענטפערט כהאי לישנא "כלל ישראל האט א גיטע נאז" דער הייליגער רבי וואס האט זייער גיט געוויסט וויפיל ער קען יא און נישט רעדן דערפון ביי זיך אין שטוב וד"ל. האט גענטפערט קורץ און שארף דברים קולעים אל השערה.
היינט נאך 33 יאר זעהט מען דאס זייער גיט. נארמאלע מענטשן נארן זיך נישט א גאנץ לעבן. א רבי וואס איז נאר רבי ווייל זיין טאטע איז געווען א רבי האט חסידים וואס קומען צו אים נאר שושן פורים און נעילת החג אבער נישט מיט א קוויטל פאר די ימים נוראים אדער א ברכה פאר א שידוך. א רבי וואס האט יחוס עצמו איז זיין טיר באלאגערט מצפרא ועד רמשא פון אידן וואס זיכן א ערליכער איד.

outspoken » פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 9:58 am

· #71818
פיינע קאווע
כ'האב שוין געהערט די מעשה פון אפאר ארונים, כ'האב נאר איין קשיא דערויף, ממילא האלב סאטמאר(ארונים) האבן גיטע נעזער, אבער וואס איז מיט די אנדערע האלב סאטמאר און בכלל אנדערע חסידות'ער וואס דינען פאר שטריקעס נאר ווייל זיי זענען געבוירען געווארען אויפן ריכטיגע פלאץ?

גאלד » פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 10:00 am

· #71819
outspoken
גאלד

טאקע דיר מיינט מען (דרך אגב ס'וואלט געווען אינטערסאנט ווער דיין רבי איז)

ס'איז א שיינע זאך פון דיר צו שרייבען פון דיין רבי, ביי דיין הודעות: 613

טאקע א טרעפליכע באמערקונג,

לענינינו, פארוואס זאל ער דען מיך מיינען,
איך זאג דאך קלאר איך בין מעריץ מיין רבי אויסדריקליך נישט ווייל ער איז א יורש פון א חסידות,
נאר דייקא ווייל ער האט באמת אלע מעלות פון א מנהיג מנעיריו
טראץ וואס פערצופאל איז ער א יורש פון א געוויסער גרויסע חסידות,
אבער דאס איז נישט גורע פון זיין סטאטוס,
און ס'קיין נפק"מ פונקטליך ווער מיין רבי איז, דאס איז נישט דער נושא דא,
📎 post_613.jpg

outspoken » פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 10:12 am

· #71820
גאלד
איך וועל דאס אביסל בעסער מסבר זיין, אז דיין רבי איז איינער וואס האט איבערגענומען א חסידות וואס דיינע זיידעס האבען דארט געהערט, איז ממילא די האסט געהאט סייעתא דשמיא אז האסט זוכה געווען צו אזא רבי(הלואי' זאל איך קענען אזא איד) אבער וואס וועט זיין מיט דיינע קינדער און אייניקלעך, דארפסט זיי שוין לערנען אז מ'הייבט פעק און מ'גייט אוועק פון דיין צווייג פון די חסידות צו זיכען א רבי וואס האט באמת אלע מעלות פון א מנהיג מנעיריו. דעריבער איז דאס דיר באמת נוגע.

פיינע קאווע » פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 10:38 am

· #71827
הוא אשר דברתי. די אנדערע חלק סאטמאר האט פונקט אזא גיטע נאז. מפני השנאה המקלקלת את השורה וועלן זיי טאקע גיין צו א שטריק מיט די איינרעדעניש אז זיי טוען איינעם אפ.
אבער נאר ווען עס איז דא שיינע מוזיק. א בדחן. א חזן אדער סיי וואסערע עקשאן. ביי א ערענסטע זמן אין יאר לויפן זיי צו ר' טודרוס צו ר' לייבוש צו תולדות אהרן און ווי נישט. א ערנסטער זאלי האט א ערנסטע רב מן הצד צו וועם ער ווענדט זיך בכל דבר הקשה. און דו ווייסט דאס אויך.

outspoken » פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 10:50 am

· #71834
אההה, יעצט כאפ איך...
און וואס איז מיט כלל ישראל ווי למשל... וואס לויפען נעבעך צו זייער רבי ביי יעדע ערענסטע זמן אין יאר

פיינע קאווע » פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 11:08 am

· #71842
ידידי הרב אוטספאוקן. צו ערליכע אידן קלעבן זיך ערליכע אידן און ביי שטריקעס קומט מען ווען עס איז דא שיינע מוזיק אדער ביי א מסע המלכות. נישט קיין נפק"מ ביי וועלכער הויף.
א גיט שבת

געפילטע פיש » פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 12:09 pm

· #71876
איך וואלט געצאלט צו זען א דעבאטע ציווישן קאנדידאטן.
חסידים טייערע, דער פראנקפארטער איז טאקע א ערליכע איד, אבער קען ער דען צוזאגן זש"ק? איז דא איינער דא איז שוין געהאלפן געווארן דורך עם? איך זאג צו אז איך וועל נישט רייסן געלט פונעם עולם, מ'וועט געבן אפארדיבעל שכ"ל, איך וועל שניידן מעמבערשיפ געלט מיט 30%, און מ'וועט איינפירן א "נאו חסיד לעפט ביהיינד" פאליסי... אוי די דמיונות לויפן.

פיקציע » פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 12:14 pm

· #71878
פון וויפעל איך ליין פארשטיי איך אז בונעס איירעס איז מסכים אז עס זאל בלייבן צושפליטערטע פארטייען, דארף מען נאך באשליסן אויף וואס מ'זאל זיך אמפערן צווישן זיך, אפשר קען מען אויף דעם אויך מאכן וואלן?...

ועוד, וואס זאל איך טוען אויב איך באלאנג צו פארטיי א', און פארטיי ב' האט אריינגעוועלט הרב ג. (אדער מיניסטער ג.) וועלכער איז גאר א געלונגענער פירער וועמען איך שעץ זייער שטארק, דארף איך טוישן פארטיי?

געפילטע פיש » פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 12:19 pm

· #71880
ס'ווענדט זיך אויב פארטיי א' און ב' האבן דיפלאמאטישע באציאונגען, אויב יא קען דער אמבאסאדאר פון פארטיי ב' צו א' דיר ארויסהעלפן מיטן אריבערגאנג, און אפשר וועט מען לאזן דיינע קינדער ענדיגן די יאר אין מוסדות א'. אויב איז נישט דא קיין דיפלאמאטישע באציאונגען קען מען פראבירן צו קלעימען אסיילום אין פארטיי ב' און ווערן אנגענומען אלס א פאליטישע רעפיוזשי.

שמעקעדיג » פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 12:36 pm

· #71890
כדרכו של צימעס, ווי יעדע צווייטער אשכול הייבט זיך אן מיט אלוועלטליכע חסידות, און פארט צוביסלעך אריין אין די סאטמארע דרעק, כן הדבר הזה.

אבער די "גוטע נאז" מעשה, בעת איך איך וועל מודה זיין דערצו, האט אסאך סתירות.
די ארונים טענה'ן אז כלל ישראל (די וואוילע, נישט די שטריקעס) האבן א גוטע נאז, און זיי האבן דערשמעקט ר' אהרנ'ען, ופה ישבו כי אויתוה.
און זיי האבן פשוט פיינט דעם קאמפעטישן (כ'מיין, נישט ממש פיינט, נאר "ס'גייט זיי נישט אן") ווייל ער שטערט זייער רבי'ן פון מרביץ זיין תורה ויראה אויף גאנץ סאטמאר בעל כרחם, און ווייל יענער איז א שטריק און נאר שטריקעס קלעבן צו אים (באמת?) וכו'.

וואס וועלן זיי אבער ענטפערן פאר אנדערע חסידות'ער? צב"ש תולדות אברהם יצחק אדער תולדות אהרן? דא זענען ביידע ערליכע אידן, יראי ה', עובדים ה' מנעוריהם ומשחר ימיהם, און ביידע האבן קהלות וואס באשטייען ע"פ רוב פון אמת'ע ערליכע עובדי ה', דבוק בה', זיצן על התורה ועל העבודה (אמת אז ביידע האבן שטריקעס אויכעט, פונקט ווי יעדע קהלה, אבער איך רעד פון אדורכשניטליך).

ווילט איר מיר זאגן אז די וואס האבן די "גוטע נאז" זענען געגאנגען צו ר' שמואל יעקב'ן (דער ערליכער און ריכטיגער מ"מ לשיטתכם), און בלויז די שטריקעס מיט די שלעכטע נאז זענען געלאפן צו ר' דוד (דער יורש לפי שיטת צד מהרז"ל)?

הערטס מיך אויס. אין סאטמאר רבי'נס צייטן איז נאך אפשר געווען וואס צו בויען אויפן נאז. היינט איז אונזער נאז פארשטאפט, ביג טיים. יעדער טוט וואס ער וויל, און הערט אויף דרייען א קאפ. יעדער רעבבע האט זיך זיין קופה של שרצים מאחוריו, און יעדער חסיד ווייסט דעם קאמפעטישאנ'ס עוולות. און די חסידים דרוקן זיך צו לערנען פשט אין די גרויסקייט פונעם אייגענעם רבי'ן, כאטש טיף אין הארצן האט "יעדער" !!! געוויסע קשיות אויף זיין רבי'ן, און וואלט געוואלט אז געוויסע זאכן זאלן זיך אנדערש פירן. אבער מען איז אחד בפה ואחד בלב.

ביטע האקט נישט קיין טשייניק.

זר זהב » פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 12:38 pm

· #71892
מיין רבי איז נישט קיין זון פון א רבי, נישט קיין כבוד זוכער. קומט נישט ארויס יעדן שני וחמישי מיט באמבאסטישע סטעיטמענטס און אויסגעטראפעמע מכשולות ביי כלל ישראל פאר אביסעלע אטענשאן און אנערקענונג. מיין רבי איז א צדיק וקדוש, תמים וחסיד במעשיו.

זאל ער דערלעבן משיח'ן אמן.

שמעקעדיג » פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 12:53 pm

· #71895
זר זהב, דו האסט פילייכט גאר א גוטע נאז.
זעלטן וואס איינער קלויבט זיך אויס א רבי אנדערש ווי זיינע עלטערן.
(אפשר זאלסטו אונז אביסל פארציילן איבער דיין שייכות מיטן דיין רבי'ן... מיר לעכצן צו הערן...)

זר זהב » פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 12:58 pm

· #71898
וואס איז די ליצנות מיט די דריי פונטליך? ער איז מיין רבי, איך לערן זיינע ספרים, איך הער זיינע קאסעט'ן. און אויב זאל זיך מאכן עפעס ערנסט וועליך טון אלעס אנצוקומען צו אים.

שמעקעדיג » פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 1:04 pm

· #71901
ליצנות? חס מלהזכיר.
איך בעט דיך שוין איבער.

זר זהב » פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 1:05 pm

· #71902
Okay

גאלד » פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 1:13 pm

· #71903
זר זהב
מיין רבי איז נישט קיין זון פון א רבי, נישט קיין כבוד זוכער. קומט נישט ארויס יעדן שני וחמישי מיט באמבאסטישע סטעיטמענטס און אויסגעטראפעמע מכשולות ביי כלל ישראל פאר אביסעלע אטענשאן און אנערקענונג. מיין רבי איז א צדיק וקדוש, תמים וחסיד במעשיו.

זאל ער דערלעבן משיח'ן אמן.

ברוך השם!

מיין רבי ברוך השם האט אויך די אלע שיינע מעלות ועוד, ער איז גראדע יא א בן קדושים, און ער קומט גראדע יא ארויס מזמן לזמן צו מעורר זיין אידישע קינדער איבער מכשולות פגעי הזמן אבער ב"ה ער איז א צדיק און ער מיינט עס לשם שמים וכבוד תורתו

איך מיין אונז ביידע זאל מיר שטיין און א זייט און לאזן הערן די שאר החסידים, וואס זענען נעבעך נישט אזוי לאקי ווי אונז, מ'מיינט דאס נישט אונז

outspoken » פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 1:14 pm

· #71904
שמעקעדיג
זר זהב, דו האסט פילייכט גאר א גוטע נאז.
זעלטן וואס איינער קלויבט זיך אויס א רבי אנדערש ווי זיינע עלטערן.
(אפשר זאלסטו אונז אביסל פארציילן איבער דיין שייכות מיטן דיין רבי'ן... מיר לעכצן צו הערן...)

לויט ווי מיין זכרון ארבעט, רעדט מען פון הרה''צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט''א

זר זהב » פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 1:17 pm

· #71906
גאלד
זר זהב
מיין רבי איז נישט קיין זון פון א רבי, נישט קיין כבוד זוכער. קומט נישט ארויס יעדן שני וחמישי מיט באמבאסטישע סטעיטמענטס און אויסגעטראפעמע מכשולות ביי כלל ישראל פאר אביסעלע אטענשאן און אנערקענונג. מיין רבי איז א צדיק וקדוש, תמים וחסיד במעשיו.

זאל ער דערלעבן משיח'ן אמן.

ברוך השם!

מיין רבי ברוך השם האט אויך די אלע שיינע מעלות ועוד, ער איז גראדע יא א בן קדושים, און ער קומט גראדע יא ארויס מזמן לזמן צו מעורר זיין אידישע קינדער איבער מכשולות פגעי הזמן אבער ב"ה ער איז א צדיק און ער מיינט עס לשם שמים וכבוד תורתו

איך מיין אונז ביידע זאל מיר שטיין און א זייט און לאזן הערן די שאר החסידים, וואס זענען נעבעך נישט אזוי לאקי ווי אונז, מ'מיינט דאס נישט אונז

מיין רבי איז אויך א בן קדושים. פארמיש נישט 'קדוש' מיט 'רבי' ביטע.

בונעס איירעס » פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 1:32 pm

· #71915
חברה סאיז ידי מסלקת פון די גאנצע ענין הבחירות!!!

יאך זעי פון אייערע קאמענטארן איר האט לגמרי נישט געכאפט מיינע רייד, יעדער קומט ארויס ווייטער ווי ביי די קידישמלעך אפענטפערן אז זיינס איז יא עפעס וואס ער וואלט וועין געוואלט פון לכתחילה, כאהב געמיינט מקעמער אביסל רעדן מיט יודעי חן, אויף א הומאריסטישן פארנעם, דאס אלעס האב איך און עפענטליכע מקומות צו וואס פעילט דאס אויס אינעם קאפע ווערץ הייזל א שאד די צייט, יאך זעי איר ווילט דייקא יא טאנצען דעם מה יפית פאר אייערע פריצימלעך (רעביס) און זיי זאלן ווייטער לאכען א גוטס אויף אייער חשבון!!! דאן טוט אן דעם קיטל מיטן שטריימעל נעמט דעם גראגער אין די אנדערע האנט און גייט א רקידה

חלילה וועלן מיר מאכען וואלן!!
 
זר זהב » פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 1:34 pm

· #71916
וואלסט נישט געדארפט עפענען דיין אשכול אין צימעס. באמת, ס'באלאנגט אין געזעלשאפט אדער אין א שמייכל

בונעס איירעס » פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 2:18 pm

· #71921
איין מינוט נאר איך זעי גוט? ר' בערל פריעדמאן האט געפרעגט הרה"ק רבי יואליש אזא דקותדיגע געוואגטע פראגע?

לויט מיין באוואוסטזיין האבן אלע מענטשען וואס האבן זיך געדרייט און הרה"ק גענגווארג יעדן טאג זיינע נאטנסטע, האבן געהאט פאר אים דאס יעניגע! און יעדעס מאל פונדאסניי נאך מער כלל ישראל'ס הויעכגעשעצטע פון יענס צייטן אפילו קילע לופטוגע גוטע אידן פון די פויליש גאליציאנער געגענטער, וואס האבן נישט דעם אנגארישן התבטלות איז דא געווען אן אויסנאם, זיי פרעגן זיך אליינס צופרעגן וואס פאסירט דאס מיט מיר אז איך כאפ דאס דאס קדחת יעדעס מאל באזונדער.

זאגט איר אז ר' בערל האט נישט געהאט דעם פראבלעם.

מיר ווייסען פון אנדערע מפורסמדיגע נעמען וואו רבי אברהם קאלמאנאווישט ז"ל וואס האט געקענט רעדן מער בידידות מיט הרה"ק, זאכען וואס קיינער האט נישט גענומען די העזה און נאך אנדערע, אלגעמיין די וואס האבן אמאל געפרעגט געוואגטע קשיות זענען געווען זיינע ידידים פון די פרעמדע גאס,

ר' סענדר דייטש ז"ל האט נישט געפרעגט אט די ברענעדיגע שאלה ווען עס איז לכאורה געווען זיין פראבלעם וואס וועט זיין נאכדעם, אבער ר' בערל יא?? מאכט דאס סענס??

איבערהויבט וואס הרה"ק וואו באוויסט האט זיך באנומען מיט נערנים אוואו דעם ראפשיצער רב זאגסטו מיר אז זיי גאר האבן געפרעגט דעם שווערסטן שאלה פון דעם מנהיג ישראל.... און האט אים גאר גענטפערט אויך?

אלענפאלס מיר זוכן נישט צו רעדן נאר פון סאטמאר יעדעס מאל, מיר זוכן דייקא יא צו רעדן פון סטאלין, סלונים, באיאן אויך

שרייבער » פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 2:51 pm

· #71929
נישט יעדער האט געהאט פון רבין דאס 9 יעריגס, בפרט אין די ערשטע יארן
און יא, ר' סענדר וואלט עס אויך געקענט פרעגן, ער איז נאר געווען קלוגער פון דעם, דערפאר האט עס נאר ר' בערל געפרעגט והמי"ב

עוד מישהו » מוצ"ש דעצעמבער 22, 2012 7:34 pm

· #71943
היינטיגע דורות, ווען מ'מאכט וואלן וואלט דען בעסער געווען?!
אינדערהיים האט מען שוין גערעדט דערפון, ס'איז דא אן אלטע מהלך, וואס איז מסביר די פראסעס פון ירידת הדורות.

אמאל איז א רב געווען וואו די פרעזידענט פון זיין קהילה און יעדער האט געציטערט פון אים, אין זיין בית דין שטיבל האט ער געמעגט איינשפארן א סרבן, זיין ווארט איז געווען זייער פאוערפול. ער האט געקענט פארדאווענען, האלטן דרשות, פסק'נען שאלות, שחט'ן א בהמה, שרייבן תפילין, און פארלערנען שיעורים פאר בחורים, א מוהל פאר ניי געבוירענע אינגלעך.

היינט צו פארדאווענען נעמט מען א חזן\בעל תפילה, פסק'נען שאלות א דיין, זאגן דרשות ביי שלש סעודות נעמט מען אויף א רבי, צו איינשפארן א סרבן פאליציי\געריכט (א"י), שחט'ן איז דא א שוחט, פאר תפילין איז דא א סופר, פאר בחורים נעמט מען היינט אויף א ראש ישיבה, וכו' וכו'.

דאס מיינט ירידת הדורות, אז מען דארף שוין נישט א רב, ער איז איבריג. (אין אמעריקע האבן טאקע שטעט נישט קיין רב כמעט)

בונעס איירעס » זונטאג דעצעמבער 23, 2012 2:51 pm

· #72140
מיר רעדן בכלל נישט פון וואלען פאר רבנים, מיר האבן בכלל אזא באגריף נישט היינט נישטא אוואו אמאל שטעטלעך און די הונדערטער און די ראשי קהלה זענען מחליט אויפצונעצן א רב, היינט א רב איז ווער עס האט א בעיסמענט אונטער זיין פארמארטגידזטשען הייזקע און שטעלט צו א פעסל קאווע, רייניגט אפ די שויבן פון צייט צו צייט, ווערט ער א הגה"צ אב"ד אויפן לעטער העט וואס ער לאזט זיך באשטעלן ביים געלונגנעם זון זיינעם וואס וויייסט אביסל וואו צו קלאפן אותיות אויף די כלי, אויב האט ער שוין א שטיקעל כולל פאר עלטערע בחורימלעך וואס קומען אריין אויספאסטן מוצאי א תענית איז ער שוין א מורינו אב"ד ור"מ, עס האט גארנקיסט מיט ירידת הדורות עס איז אזוי געווארן פון זיין גאנץ כלל ישראל קאנצעטרירט אויף איין מקום, נאא וואס זאל דער בנש"קל/רבניש קינד טון און דעם גלות ניו יארק? גייו ארבייטן? צו וואס? אבער בכלל גארנישט מיט ירידת הדורות נאר פארקערט אויב איז דא איינער וואס שטעלט אריין א פינגער אין קאלט וואסער פאר א צווייטען איד, איז עס אפשר נאך די רבנימלעך און קלענערע רעביס'לעך וואס ברויכן מנין... צו א אפאר יודן ביים טיש

מיר רעדן וואלן פאר די גרויסע פארטיי פיריער וואס טוען בעצם גארנישט פארן ציבור, אויסער זיך אפברוינען אויפן געלען זון ביים בלויען טייך, ביי די גערענצען פון די באהאמעס!

און אוודאי רעדן מיר נישט פון אמעריקאנער רעפארעם ראבייס וואו איך פארשטיי ערווענט איר צום סוף ! 

פרענטש וואנילע » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 10:54 am

· #72758
דערמאנט מיך פון "די נאר זאל ארויס פון מקוה".. בוענעס עפענט א נייטראלער אשכול מיט א גאנץ אינערעסאנטע נושא, קומען תיכף צולויפען "שבעה ניקיים" פון א געוויסע חסידות, און ווייזען זייער קאמפלעקס בפני כל עם ועדה, און הויבען זיך אן צו פארענטפערען ווי אויף זייער קאפ ברענט דאס היטעל...

למדן » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 3:00 pm

· #72824
לויט ווי איך פארשטיי איז אין יעדע פלאץ וואס עס איז דא א מחלוקה איז אויטאמאטיש דא וואלן בשעת די מחלוקה הייבט זיך אהן, פארשטייט זיך אז די קאנדידאטן זענען נאר די צוויי וואס שלאגן זיך, יעדער גייט וואו ער קלערט איז דער ריכטיגער ראוי לאותו איצטלא (וואו ער האלט דער געווינער איז) און ס' דא גענוג וואס האלטן אנדערש פון זייער טאטן און גענוג וואס טוישן זייער מהלך אינדערמיט, זייער אסאך וואס האן געלערנט ביי איינעם פון די צוויי סאטמארע רביס האלטן פון דעם וואס ביי איהם האבן זיי געלערנט אנדערע האלטן דוקא נישט פון ביי וועם זיי האבן געלערנט פון די וואס האבן געלערנט ביי ביידע איז אויך צוטיילט געוויסע אהער און געוויסע אהין, דאס מאכט מיך טראכטן אז פון די וואס גייען יא נאך זייערע עלטערן לכאן ולכאן איז עס ווייל אזוי ווילן זיי און די איבעריגע וואס טאנצן נאך האבן אויך אזוי באשלאסן צו טוהן, ס' אלס דא אינדעפענט אויף ביידע זייטן
און אפילו אויב עס זאלן זיין וואלן אויף די רביס מיינט נאך אלס נישט אז ער וועט קיינמאל נישט טוהן קיין מיסטעיקס ער איז נאר א מענטש און איז ענטייטלט פאר מיסטעיקס אונזערע זיידעס האבן געוועלט דעם רבין ז"ל, סאטמאר מארמאראש איז נישט געווען האלב פון דא נאך די קריג פון מיינע פיהר זיידעס האב א ספק אויף איינעם אויב ער איז געווען א חסיד פון רבין פארן קריג די איבעריגע זיכער נישט און זיי האבן געוועלט פאר איהם, ווייניג האבן די סאטמורים איבערגעדרייט און די רבי האט זיך צומאל געדארפט פארענטפערן ארויס ווארפן אדער פארדאמען

וואלן איז דא, געוויסע וועלן אנדערע טאנצן מיט און ס' דא ווער ס' גייט אינגאנצן אוועק, אבער דאס גייט נאך נישט אוועק נעמען די קעפעביליטי פון א רבי צו מאכן מיסטעיקס א פרעזידענט ווערט אויך אריינגעוועלט און מאכט מיסטעיקס

berlbalaguleh » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 6:58 pm

· #72887
זר זהב
מיין רבי איז נישט קיין זון פון א רבי, נישט קיין כבוד זוכער. קומט נישט ארויס יעדן שני וחמישי מיט באמבאסטישע סטעיטמענטס און אויסגעטראפעמע מכשולות ביי כלל ישראל פאר אביסעלע אטענשאן און אנערקענונג. מיין רבי איז א צדיק וקדוש, תמים וחסיד במעשיו.

זאל ער דערלעבן משיח'ן אמן.

ווער. דיין רבי אדער דער צד שכנגד? ביטע נעם עס אויף מיט א שמייכל. (פון מיינטוועגן זאלן ביידע רעבעס דערלעבן משיח'ן). ס'דא ווער ס'זאגט גם לי גם לך לא יהי'.

berlbalaguleh » דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 7:16 pm

· #72891
ענטפער צו בונע סיירעס
איך האב שטארק הנאה געהאט פון דיין ציורות'דיגן דמיון. דו דארפסט אבער געדענקען (חוץ פון די היינטיגע פאליטיק) אז דער אנהייב פון דרך הבעש"ט הק' זי"ע, דער דרך החסידות איז געווען א דרך אהבה ואחוה שלום ורעות. און א רבי א מנהיג וואס איז אויסגעוועלט געווארן איז עס געווען מכח רצון והערצה. און אפילו דער זון אן אייניקל זענען עפ"י רוב געווען ראוי לאותה איצטלא און מקובל אויפ'ן עולם. נעם למשל די בעלזאער גזע. איך בין נישט דארט געווען בשעת זייער הכתרה. אבער ס'איז נישט פארשריבן אין היסטאריע אז ס'איז געווען התנגדות און מחלוקת צו זייער התמנות. היינט איז עס מער א שאלה צו וואוטן וועם ארויסצושטופן פון די הנהגה ווי איידער ממשיך צו זיין ווייל דער אזוי גערופענער רבי איז אן עם הארץ און א שטריק. א פוסטער קאפ.

בונעס איירעס » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 12:24 am

· #73003
berlbalaguleh

איר האט אנגעכאפט זייער א נישט גוטן משל מיט בעלזא ווייל דארט איז פארהאנען דאס "כבוד בית בעלזא" אבער אויב האט איר מאנכע בעלזער פריינט וואלט איר געוויסט וואס א מין קאמפלעקס זיי האבן אז נאר!! און ווער רעד נאך ווען עס קומט צום בן האדמו"ר דארט שפאצירן זיי אוועק נאך פארן אנהייבן...

דרך הבעש"ט האט גארניקסט געהאט מיט א א דינאסטיע... און האף איר פארשטייט אליינס אז ווען מיר רעדן פון די היינטיגע סיסטעם פון א רבי מיט חסידים, איז דאס ניטאמאל נאכגעמכט דעם דרך הבעש"ט אויב זענט איר באקאנט... ווען גערעד פון רביס איז ליבערשט פארשטענדליך אנצוברענגען פאר משל ונמשל די פארצייטישע פריצים און פירשטן וואס איז מער נאכגעמאכט יענעם סטייל... 

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 1:43 am

· #73018
בונעס איירעס

מ'רעדט דאך נישט וועגן היינטיגן אדמו"ר און זיין זון, וואס ווי יעדער ווייסט איז דארט מלא וגדוש מיט מחלוקת און קאנספיראציעס. און אפילו בשעת, און פאר די התמנות פון היינטיגן רבי'ן איז דארט געווען "אויף טישן און בענק". איך בין ניקס אזא תמים. מ'דארף נישט מער ווי דערמאנען א נאמען "שלום פויגל ".דאס זאגט שוין אלעס.

בונעס איירעס » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 3:09 am

· #73030
איבער היינטיג בעלזא בימים ההם איז איין קאנספיראציע פארהאנען היות דאס קרוינען א קינד פון 7 יאר אלט פאר אן עדה ערליכע אידן וואס האבן זיך נאך געווייקט ביי אדמורי בית בעלזא הייליקע צדיקים.

איך אויך » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 9:16 am

· #73045
סאטמארע חזרים ביטע גייט דרעקטס אן ערגעץ אנדערש.

sunbar » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 9:48 am

· #73055
איך אויך
סאטמארע חזרים ביטע גייט דרעקטס אן ערגעץ אנדערש.

בונעס איירעס » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 10:11 am

· #73065
איך אויך
סאטמארע חזרים ביטע גייט דרעקטס אן ערגעץ אנדערש.

אההה.. געכאפט ביי די מעשה!! קוקט אויס אז ס'שטעקט טאקע אן אמת און אלעם דערמאנט! נאא.. אויב אזוי..(מיט א ניגון) געב אהער אלדאס פאר אונז.. צו וויסען לאמיר זיך פארסמאקעווען

שמעקעדיג » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 1:10 pm

· #73107
איך אויך און סאנבאר,
אנשטאט צו באשמוצן יענעם, הייבט אליינס אן צו רעדן פון ענקערע רבי'ס! די סאטמארע קענען דאך נאר רעדן פון זייער עקספיריענס!
מיטן ארויסווייזן שנאה צו יעדע סאטמארע נושא וועט איר דא אין ערגעץ נישט אנקומען. איר פרובירט צו פארטרייבן חושך מיטן שטעקן.
טוט צו די זאך. ברענגט אריין אביסל אור, שרייבט פון אייער הייליגע דינאסטיעס. פתחו את פיכם!!

טעפל » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 2:27 pm

· #73130
שמעקעדיג
איך אויך און סאנבאר,
אנשטאט צו באשמוצן יענעם, הייבט אליינס אן צו רעדן פון ענקערע רבי'ס! די סאטמארע קענען דאך נאר רעדן פון זייער עקספיריענס!
מיטן ארויסווייזן שנאה צו יעדע סאטמארע נושא וועט איר דא אין ערגעץ נישט אנקומען. איר פרובירט צו פארטרייבן חושך מיטן שטעקן.
טוט צו די זאך. ברענגט אריין אביסל אור, שרייבט פון אייער הייליגע דינאסטיעס. פתחו את פיכם!!

זיי האבען מורא אז וואו נאר זיי וועלען אנהייבען רעדען וועלען די סאטמערע עס אנשמירען אינגאנצען אז ס'וועט זיין נישט צו דערקענען!

sunbar » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 4:45 pm

· #73177
שמעקעדיג
איך אויך און סאנבאר,
אנשטאט צו באשמוצן יענעם, הייבט אליינס אן צו רעדן פון ענקערע רבי'ס! די סאטמארע קענען דאך נאר רעדן פון זייער עקספיריענס!
מיטן ארויסווייזן שנאה צו יעדע סאטמארע נושא וועט איר דא אין ערגעץ נישט אנקומען. איר פרובירט צו פארטרייבן חושך מיטן שטעקן.
טוט צו די זאך. ברענגט אריין אביסל אור, שרייבט פון אייער הייליגע דינאסטיעס. פתחו את פיכם!!

און אז איך האב נישט קיין רבי?

בונעס איירעס » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 5:17 pm

· #73189
sunbar
שמעקעדיג
איך אויך און סאנבאר,
אנשטאט צו באשמוצן יענעם, הייבט אליינס אן צו רעדן פון ענקערע רבי'ס! די סאטמארע קענען דאך נאר רעדן פון זייער עקספיריענס!
מיטן ארויסווייזן שנאה צו יעדע סאטמארע נושא וועט איר דא אין ערגעץ נישט אנקומען. איר פרובירט צו פארטרייבן חושך מיטן שטעקן.
טוט צו די זאך. ברענגט אריין אביסל אור, שרייבט פון אייער הייליגע דינאסטיעס. פתחו את פיכם!!

און אז איך האב נישט קיין רבי?

נאא קום לאמיר באנאזאם זוכען עפעס א רבין, וואס מיר וועלן קענען אטאקירן מזמן לזמן

sunbar » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 6:28 pm

· #73223
איך פארשטיי נישט די קעפל פון דער אשכול. קען עס אפשר איינער מסביר זיין?

בונעס, ווי הייבט מען אן זוכן?

בונעס איירעס » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 8:36 pm

· #73262
מעמיר אינוועסטירן און די קאלירפולע קלאון מאגאזינעם סיי פון דאהי און ארה"ב און סיי פון ארה"ק, מעהעמיר זיך מעיין זיין זעין מי ומי ההולכים.

וואס איז אייער פראגע בנוגע דעם קעפל אפשר קען איך איך פותר זיין די פראגע.

sunbar » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 9:34 pm

· #73275
דו קענסט מיר מסביר זיין וואס פונקטליך שטייט אינעם קעפל?

טעפל » דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 3:17 am

· #73320
sunbar
שמעקעדיג
איך אויך און סאנבאר,
אנשטאט צו באשמוצן יענעם, הייבט אליינס אן צו רעדן פון ענקערע רבי'ס! די סאטמארע קענען דאך נאר רעדן פון זייער עקספיריענס!
מיטן ארויסווייזן שנאה צו יעדע סאטמארע נושא וועט איר דא אין ערגעץ נישט אנקומען. איר פרובירט צו פארטרייבן חושך מיטן שטעקן.
טוט צו די זאך. ברענגט אריין אביסל אור, שרייבט פון אייער הייליגע דינאסטיעס. פתחו את פיכם!!

און אז איך האב נישט קיין רבי?

איז וואס שמועסטע אין די אלע אויבנדערמאנטע קרעמלעך???

sunbar » דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 8:14 am

· #73331
איך האב ליב אויסצוגיסן אלע טעפלעך.

יתרו » מוצ"ש דעצעמבער 29, 2012 10:20 pm

· #73700
גאלד
זייער א שטארקע און אלטער דערהער,
אבער ב"ה איך דאנק דעם אייבירשטן אז פאר מיר איז עס נישט נוגע,
ווייל ב"ה מיין רבי איז יא א אדם השלם מנעיריו, מיט אלע מעלות שמנו חכמים,
ממילא וועל איך לאזן דעבאטירן דעם נושא פאר די אנדערע געליטענע חסידים,

אבער אויב עס וואלט געווען וואלען וואלסטו געוואר געווארען אז די ביסטו פין א מיעוט שבמיעוטים וואס האלטען אז דיין רבי איז א אדם השלם מנעיריו,
אויך וואלט איך געוואלט וויסען צו די ווילסט דערלעבן דיינע זיבעציג אזוי ווי דיין רבי איז אן אדם השלם,
מיי פאאט, אדם השלם וואס נאך
אויב דאס איז אן אדם השלם וואס איז א אדם שאינו שלם