☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » פארקויפט די חמץ פאר ווארען באפעט

פארקויפט די חמץ פאר ווארען באפעט

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #258

יידל » מאנטאג מערץ 26, 2012 9:51 am

· #2803
פארקויפט די חמץ פאר ווארען באפעט
הרב יונתן גראס, רב פון בית כנסת בית ישראל און אמאהא, נעברעסקע, האט פארקויפט די חמץ פאר א "כשר'ן" גוי, נישט קיין אנדערער ווי ווארען באפעט... דאס איז לכאורה באפעטס מערסט אינטערעסאנטע "ביזנעס דיעל" וואס ער האט געמאכט אין זיין לעבן... עס איז אויך אינטערעסאנט ווי דער רב רב גראס האט אויסגעארבייט די דעטאלן מ'זאל קענען פארקויפן חמץ אזוי פרי ווי 6 וואכן פאר פסח!
ליינט דעם אינטערעסאנטן ארטיקל דא:



קרעמער1 » דאנערשטאג מערץ 29, 2012 1:49 pm

· #3452
Re: פארקויפט די חמץ פאר ווארען באפעט
דער רב זאגט אז ער האט עס געטוהן צו ברענגען מער יודן צו וויסן איבער בדיקת חמץ און אויך צו ברענגען פובליסיטי צו זיין ארגאניזעישן וואס זאמלט עסנווארג פאר נויטבאדערפטיגע.

קול גדול » דינסטאג אפריל 17, 2012 7:11 pm

· #5068
Re: פארקויפט די חמץ פאר ווארען באפעט
אין זכות פון די מצוות מכירת חמץ וועט דער רבש"ע אים זיכער צושיקן א רפואה שלמה פון די פראסטעט קענסער:
<a class="postlink" href="http://www.vosizneias.com/104769/2012/04/17/omaha-ne-warren-buffett-diagnosed-with-prostate-cancer/?utm_source=feedburner&utm_medium=feed&utm_campaign=Feed%3A+vin+%28Vos+Iz+Neias%29">http://www.vosizneias.com/104769/2012/0 ... z+Neias%29</a>