☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » מאמע צווינגט זוהן צו האלטן סיין אויפן גאס

מאמע צווינגט זוהן צו האלטן סיין אויפן גאס

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2577

גאלד » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 6:21 pm

· #71557
מאמע צווינגט זוהן צו האלטן סיין אויפן גאס
ליסעט לאפעז פון אוקלענד פארק פלארידא, איז געווען זייער בייז ווען מ'האט ארויסגעווארפן איר זוהן, עראל פיוסטין, פון סקול צוליב נישט הארכן און רעדן ווילדע מיסע ווערטער אין קלאס. האט זי אויסגעארבעט אזא מין קנס וואס זאל זיין אזוי דערנידערונג און פארשעמעדיג ווי זיין אויפגעפירעכט איז געווען קעגן זיין טיטשער: ער האט געמוזט שטיין אויפן גאס פארנט פון זיין סקול "ריקארד מידל סקול" יעדן צופרי און נאכמיטאג דורכאויס די אלע 3 טאג וואס ער איז געווען ארויסגעווארפן, האלטנדיג א גרויסע סיין אז ער בעט מחילה פאר זיינע מעשים לא טובים.

"מיינע קינדער ווייסן לעולם, נישט צו זיין קיין מחוצפים, און ער איז נישט קיין שלעכט קינד" האט לאפעז געשולדערט פאר די נייעס אגענטור עסאשיעטעד פרעסס בעת איר זוהן האט זיך געביסן זיינע ליפן און אוועקגעקוקט פון די קעמערע. "ער שפילט זיך ארום אין קלאס אזוי ווי דאס רוב אנדערע קינדער. אבער ער ברויך צו וויסן אז ווען דו ביסט און סקול ביסטו דארט צו לערנען ביסט נישט דארט צו שפילן"

"ער איז שוין געווען אויף צרות בעפאר, האט לאפעז געזאגט פאר WSVN News7, ער האט זיך אויפגעפירט ווי דער לץ פון קלאס, דאס סיין האלטן קנס איז איר לעצטער מיטל ער זאל איר דערהערן, האט זי געזאגט. זיין טאטע איז נישט צום האבן ער האט א קרימינאלער רעקארד, האט זי געזאגט פארן נייעס סטעישן, און זי וויל נישט ער זאל גיין און זיינע דרכים, "ער האט א יונגערע שוועסטער און א ברודער וואס קוקן ארויף אויף איהם און ער ברויך זיין א מוסטער פאר זיי"

"ווען זיין טיטשער האט איהם געהייסן אוועקריקן די ביכער האט ער נישט געפאלגט זאגענדיג אז ער "גיבט נישט קיין 'f'," און איר אנגערופן די 'b' ווארט, האט לאפעז געזאגט. שטייענדיג מיט אירע הענט אויף זיין יונג אינגעל'ס אקסלען, לאפעז האט מסביר געווען איר סברה אונטער דעם פובליק שטראף. "ער האט דאס געטאן ווען די גאנצע קלאס איז דארט געווען און ס'וועט זיך צישפרייטן איבערן גאנצן סקול און כאב נישט געוואלט אז אנדערע סטודענטן זאלן איהם מוטיגן ווי למשל 'אה, א גוטע שטיקל!' אדער 'מיר אלע האבן דאס אויך געוואלט טוהן', דעריבער מוז דער איבערבעטונג אויך זיין ברבים פאר די גאנצע סקול"

דאס קינד עראל האט אנגעהאט א שווארצע סוט און א נעקטיי אום דינסטאג בעת ער האט געהאלטן א גרויסע היימיש געשריבענע פלאקאט פאר זיין חברים פון קלאס און זייערע עלטערן זאלן עס זעהן. בעת די סטודענטן האבן זיך געדרייט ארום איהם, איז געווען טרערן אין זיינע אויגן; איין קינד האט איהם געגעבן א גלעט אויפן רוקן אויף א ליבליכע וועג און זיך אוועק געוואקט.

"איך בין געווען אומ-דרך ארץ'דיג צו מיין טיטשער" האט זיך טייל פון פלאקאט געליינט, "איך בין יעצט ארויסגעווארפן פאר 3 טאג. איך וויל מפייס זיין נישט נאר צו די טיטשער נאר אויך צו אלע ערוואקסענע" ווען טעלעוויזשן נייעס באריכטער האבן איהם געפרעגט צו ער האלט אז ער געטאן עפעס שלעכט האט ער בלויס געענטפערט "יא".

עראל זאגט ער האט געהאט זיין לערן געלט.

"איך האב מיך אויסגעלערנט אז איך זאל נישט רופן א טיטשער צו סיי וועלעכער ערוואקסענער אדער שטאב ביי די סארט שפעט נעמען" האט ער געזאגט מיט א חרטה'דיגע שטימע, "ווייל עס איז אומרעספעקטפול".

קוואל: יאהו שיין

שמעקעדיג » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 6:27 pm

· #71560
א שאד ער איז א גוי. יעצט עט ער נישט קענען אפפארן פונעם דרך.

מורינו הרב » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 6:28 pm

· #71561
ער קען נאך ווערן א בעל תשובה, ווייל מען האט אים געפייניגט.

יואליש » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 7:16 pm

· #71600
I remember once reading a report about a juvenile in FL who was convicted of shoplifting and was sentenced by a judge to hold a sigh on a busy street "I stole!".

יואליש » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 7:17 pm

· #71603
The judge came very close to being antisemitic, had the juvenile been a Hassid.

גאלד » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 7:19 pm

· #71605
נישט שלעכט,

וואס וואלט שלעכט געווען שטאטס פארווארפן מענטשן אין תפיסות לעולם ועד אן קיין שום תועלת ותכלית פאר קיינעם, זאל מען נעמען דעם פאברעכער זאל שטיין אויפן ברוקלין בריק פאר 2 וואכן מיט א גרויסע סיין "I AM A PEDOPHILE" פאר רוב מענטשן וואלט עס געהאלפן פונקט ווי תפיסה,

געפילטע פיש » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 8:04 pm

· #71623
ער וואלט עס נישט איבערגעלעבט, ער וואלט דערטרונקען געווארן אין שפייעכטס.

שמעקעדיג » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 8:06 pm

· #71624
מען קען אים אנטון א גלאזערנעם מאסקע, א_ווי אסטרייכער אין באליוויע.

גאלד » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 8:07 pm

· #71626
פון וועם רעדט מען דא? "ער וואלט דאס" "ער וואלט יענס" ווער איז דער "ער"

דשאסט קידינג 😉

געפילטע פיש » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 8:08 pm

· #71627
ער ואונן

גאלד » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 8:14 pm

· #71631
איך ווייס נישט,
דו לעצטע שטיק צייט שווינדלט מיר מיין קאפ נאר "וועבערמאן וועבערמאן וועבערמאן" יעדער נייעס אדער ארטיקל צו דא צו ערגעץ אנדערש זעה א רמז אדער א דמיון צו די וועבערמאן סאכוטאמע (האבעך עס גוט געזאגט? וואט עווער) צו ס'האט א שייכות צו נישט,
זענען אנדערע אויך אזוי

שמעקעדיג » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 8:37 pm

· #71637
גאלד
א דמיון צו די וועבערמאן סאכוטאמע (האבעך עס גוט געזאגט?)

ניין. ריכטיג איז: סאטו-מארע

petergrifin » פרייטאג דעצעמבער 21, 2012 1:35 am

· #71770
שמעקעדיג
א שאד ער איז א גוי. יעצט עט ער נישט קענען אפפארן פונעם דרך.

😂 😂 😂
דערמאנסט מיך פין דער װארט פאר פענסי געקלײדעטער חסידעשע ״נעבעך ער איז אין גאנצן פארליטװישט״