☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » לייקס

לייקס

46 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #257

דולה ומשקה » מאנטאג מערץ 26, 2012 1:07 am

· #2798
לייקס
דא אונעם קאווע שטיבעל איז דא דער 'לייקס ליסטע' אין דער 'לייקס ראנגען'.
מה טיבו פון די 'לייקס', וואס פאר א ווארט איז דאס אידיש ענגליש אדער היברעיש.
ביי מיין נאמען שטייט דער נומער זעקס, וואס דארף דאס צו מיינען? איז בעסער צו האבען ווי מער פון די דאזיגע לייקס אדער איז בעסער צו האבען ווי ווייניגער?
כ'האב באמערקט איינער האט אכצען פון די לייקס, דארף איך ארויף קוקען אויף אזא איינעם? איז דא א פארמעסט אין דעם ענין?

דולה ומשקה » דינסטאג מערץ 5, 2013 3:36 pm

· #93259
איך האלט דאס פאר א פרעזענטליכע זכיה צו האבען געגעבען דעם 1000'סטע לייק פאר קאווע טרינקער!!!

לעמיל » דינסטאג מערץ 5, 2013 3:39 pm

· #93262
ווי זעיסטו דעיס?

דולה ומשקה » דינסטאג מערץ 5, 2013 3:40 pm

· #93265
איך האב עס מיט געהאלטן לייוו, איהר מיזט זיך פארלאזען אויף מיין עהרע ווארט.
כ'האב געזעהט אז ער האלט ביי 999, שנעל געלאפען, געטוהן צו דער זאך, געגעבען א קוועטש דעם לייק, אין פון איין סעקונדע צום צווייטען ארויף צו דער הויעכער ציפיר פון 1000

קאווע טרינקער » דינסטאג מערץ 5, 2013 3:43 pm

· #93267
ייש"כ.

לעמיל » דינסטאג מערץ 5, 2013 3:45 pm

· #93268
אהההה, פאר קאווע טרינקער איך האב געמיינט 10000 פאר קאווע שטיבל

קאווע טרינקער » דינסטאג מערץ 5, 2013 3:45 pm

· #93269
דולה ומשקה
איך האלט דאס פאר א פרעזענטליכע זכיה צו האבען געגעבען דעם 1000'סטע לייק פאר קאווע טרינקער!!!

איך וועל זיך נוקם זיין. כ'מיין לטובה, פארשטייט זיך.
ווילסט ארויסגיין אויף א נאכטמאל?

(לעמיל, זיי נישט מקנא, דו האסט געהאט דיין טשענס)

איך אויך » דינסטאג מערץ 5, 2013 6:57 pm

· #93400
קאווע טרינקער

ווילסט ארויסגיין אויף א נאכטמאל?

ווילסט מען זאל אסר'ן קאווע שטיבל?

קאווע טרינקער » דינסטאג מערץ 5, 2013 8:44 pm

· #93436
אסר'ן? קאווע דארף נישט קיין הכשר.

איך אויך » דינסטאג מערץ 5, 2013 8:48 pm

· #93439
אבער א נאכטמאל דארף יא.

קאווע טרינקער » דינסטאג מערץ 5, 2013 8:50 pm

· #93442
דו האלסט אז לעמיל האט געגעסען מיט מיר אין הכשרלאזע מקום ? חלילה.

איך אויך » דינסטאג מערץ 5, 2013 8:56 pm

· #93444
ער האט שוין געגעסן מיט דיר? אויב עס איז שוין לאחר המעשה זאג איך גארנישט.

דער (פינטעל) איד » מיטוואך פעברואר 12, 2014 8:44 pm

· #183378
איז דא א וועג צו זען אלע לייקס וואס איך האב באקומען און פון וועם און אזוי אויך לייקס וואס איך האב געגעבן. יעצט זעט מען נאר אביסעלע געגעבענע און באקומענע, רוב קען מען נישט זען. ס'שטייט "און נאך כך וכך".

דער (פינטעל) איד » פרייטאג פעברואר 21, 2014 4:56 pm

· #185483
לעצטענס האב איך ממש כמעט נישט באקומען לייקס , כ'בין צובראכן דערפון. איינער קען מיר געבן א לייק נאך בעפאר שבת?
ולמצוה גדולה יחשב!

דער (פינטעל) איד » פרייטאג פעברואר 21, 2014 5:14 pm

· #185485
יש"כ שמעקעדיג פאר דיין לייק. האסט אריינגעכאפט א מצוה! יעצט קען איך אריינגיין אינעם שבת מתוך שמחה 😃

קאווע טרינקער » פרייטאג פעברואר 21, 2014 5:20 pm

· #185486
איך גיב דיר א לייק לכבוד שבת, מוצאי נעם איך עס צוריק.

דער (פינטעל) איד » זונטאג פעברואר 23, 2014 11:58 am

· #185644
א דאנק רויטע וואנצעס פארן לייק.

דער (פינטעל) איד » זונטאג פעברואר 23, 2014 12:11 pm

· #185645
א דאנק פישל'ע פארן לייק!

דער (פינטעל) איד » דינסטאג פעברואר 25, 2014 10:55 pm

· #186750
היינט איז געווען א מאדנע טאג. כ'וואלט עס גערופן דער 'אסארטמענט לייק טאג', כ'באקומען לייקס פון אלע שיכטן און קרייזן. ב"ה פאר דעם. שכוח פאר אלע



.

דריידל » מיטוואך פעברואר 26, 2014 10:00 am

· #186813
איך האב געקלערט עס וואלט געווען אן איידיע אז מען זאל קענען געבן א לייק פאר אן אוועטער. גאנץ אפט מאכט זיך אז אן אוועטער ברענגט א שמייכל, איז פארוואס זאל נישט זיין די אפציע אויסצודריקן הכרת הטוב?
וואס האלטן דער עולם?

ברעט מענינג » מיטוואך פעברואר 26, 2014 10:03 am

· #186814
איך געב שוין א לייק פאר די אוועטער פון "דריידל"

מאטי » מיטוואך פעברואר 26, 2014 11:00 am

· #186829
פינטל האט אויסגעטראפן א וועג ווי אזוי צו באקומען אינפיניטי לייקס... קודם בעט ער בתחנונים מ'זאל אים געבן א לייק, א קבוצה וואס האבן א הויכע סענס פון גילטי פלעזדשור דערלאנגן אים איינס . נאכדעם באדאנקט ער זיך פאר זיי, קריגט ער ווייטער א לייק פארן דאנק. נאכהער באדאנקט ער די לייקערס וואס האבן אים געלייקט פארן דאנק. וואס טריגערט נאך א לייק וחזר הדין לא ראי זו כזו ולא ראי זה כזה הצד השווה שבהן.....

דער (פינטעל) איד » מיטוואך פעברואר 26, 2014 11:02 am

· #186832
אבער איך זע דו האסט אויך אויסגעפיגערט וויאזוי צו באקומען א לייק... ליסטען , ס'א חוש... און ס'דא גענוג פאר יעדן

רויטע וואנצעס » מיטוואך פעברואר 26, 2014 12:00 pm

· #186851
]דריידל]
איך האב געקלערט עס וואלט געווען אן איידיע אז מען זאל קענען געבן א לייק פאר אן אוועטער. גאנץ אפט מאכט זיך אז אן אוועטער ברענגט א שמייכל, איז פארוואס זאל נישט זיין די אפציע אויסצודריקן הכרת הטוב?
וואס האלטן דער עולם?


איך בין מסכים, אבער נאר אויב מ'קען לייקן מער ווי איין מאל, ווייל ס'קומט זיך דיינס מער ווי איינס.

סאו וואט » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 10:46 pm

· #187398
דער (פינטעל) איד
היינט איז געווען א מאדנע טאג. כ'וואלט עס גערופן דער 'אסארטמענט לייק טאג', כ'באקומען לייקס פון אלע שיכטן און קרייזן. ב"ה פאר דעם. שכוח פאר אלע



.


היינט האב איך א פארקערטע מעשה, כ'האב שוין לאנג נישט אזוי סאך גע'לייקט אויף איין טאג, אזוי ווי היינט.

דער (פינטעל) איד » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 10:51 pm

· #187401
פארוואס פארקערט? איך לייק אויך אסאך. רעדן רעד איך נאר פון וואס איך באקום, וויל דאס איז א חידוש. היינט האב איך געהאט מיין איך א גוטע 15 לייקס קע"ה, כן ירבו
ישתבח שמו

סאו וואט » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 11:06 pm

· #187407
עקסקיוז מיי לענגוויטש.
אבער דו ביסט גוט משוגע לאותו דבר.
אזוי יון טרעק מיינדיד צו זיין מיט באקומען לייקס.
איר דארפט א גוטן דאקטער, זאל אייך געבן אן איינשפריץ.

דער (פינטעל) איד » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 11:10 pm

· #187409
נכונים דבריך. איך לייד דערפון איז וואס דארפסטו לייגן זאלץ דערויף?

סאו וואט » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 11:21 pm

· #187420
נאדיר א לייק פאר דו וואנדען,
כ'מוז דיר זאגען, דו באקומסט ארויס לייקס פון חברה דא, גאנץ פראפעשענעל, ווי אזוי מאכסטו עס?

דער (פינטעל) איד » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 11:22 pm

· #187422
רחמנות געבעטן צוזאמען מיט סארקאזם איז דער טריק. שוין יעצט גייסטו גיין קאמפעטישן

דער (פינטעל) איד » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 11:26 pm

· #187424
זאלסט וויסן אלעמאל, ישראל קדושים הם! אז מ'בעט געט מען איבערהויפט אז ס'איז א זאך וואס קעסט נישט קיין געלט. אבער נישט יעדער איז אזוי משוגע ווי מיר צו קענען אפען בעטן. איך האב ביי מיר אפגעמאכט איך לעב נאר איינמאל און איך גיי זיך נישט לאזן פון בושה. אויף יענע וועלט איז שווער צו באקומען א לייק, איך גיי עס דא נעמען און איך בעט אפען אן בושה און איך באקום ב"ה, ס'ווערט בעסער און בעסער.
פון דער אנדערע זייט אבער שטיי איך דעריבער אויס צו קנאה ותחרית פון אומפאגינערס וואס ווילן אויך לייקס אבער פארשטייט זיך נאר בדרך כבוד, ס'פאסט זיי נישט געהעריג צו זאגן אפען ברחל בתך ביטע איך דארף א לייק. איז עס מיין שולד? ניין סארי!

שטילע אינגערמאן » זונטאג מערץ 2, 2014 7:07 pm

· #187940
פינטעלע טייערע. פשוט איך זעה ווי חשוב א לייק איז ביי דיר, כ'וויל דיך מעורר זיין מ'קען דיך נישט טעג'ן (tag). דאס קען אמאל גורם זיין פון נישט באקומען לייקס ווי למשל דא. (פישעלע ברענגט אראף אלע שרייבעס פונם גליון אין דיך טעגט ער נישט ווייל ער קען נישט)
אקעי, זיי רואיג, כאפ נישט קיין הארץ-אטאקע, כ'ווייס ס'מיינט ביי דיר אסאך, פראביר צו רעדן צו די מנהל זעהן טאמער מ'קען לייזן די פראבלעים.
כהאף כ'האב דיך נישט גורם געווען צופיהל עגמת נפש.

לאליפאפ » זונטאג מערץ 2, 2014 7:35 pm

· #187947
גראדע כ'האב היינט געשריבן א פאום אין משה געציל'ס אשכול אז קאווע צייכענט אפ 2 יאר, און כהאנאר באקומען 2 לייקס.. פאר יעדע יאר איין לייק 😢 😢

דער (פינטעל) איד » זונטאג מערץ 2, 2014 7:39 pm

· #187949
א נחת צו זען אז דער עולם ווארפט אראפ דע בושה און מ'בעט און מ'וויינט פאר לייקס. אזוי ברויך צו זיין!

דער (פינטעל) איד » זונטאג מערץ 2, 2014 7:47 pm

· #187953
שטילע אינגערמאן
פינטעלע טייערע. פשוט איך זעה ווי חשוב א לייק איז ביי דיר, כ'וויל דיך מעורר זיין מ'קען דיך נישט טעג'ן (tag). דאס קען אמאל גורם זיין פון נישט באקומען לייקס ווי למשל דא. (פישעלע ברענגט אראף אלע שרייבעס פונם גליון אין דיך טעגט ער נישט ווייל ער קען נישט)
אקעי, זיי רואיג, כאפ נישט קיין הארץ-אטאקע, כ'ווייס ס'מיינט ביי דיר אסאך, פראביר צו רעדן צו די מנהל זעהן טאמער מ'קען לייזן די פראבלעים.
כהאף כ'האב דיך נישט גורם געווען צופיהל עגמת נפש.

טענקס פאר'ן מעורר זיין. ווער ווייסט וויפיל צענדליגע ניקס האבן שוין געוואלט טעגן. איך בין מעגליך מער פאפולער ווי איך טראכט

שמעון וואלף » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 3:02 pm

· #249494
טייערע חברים,

ווי איך פארשטיי איז די לייק סיסטעם אהערגעשטעלט געווארן דורך די הנהלה צו געבן די מעגליכקייט אויסצודריקן א שכוח פאר די וואס שרייבן זאכליכע תגובות.

נעכטן האב איך אפגעשריבן מיינע פאר שורות ערגעץ בין כותלי השטיבל. איבער צען תגובות האבן נאכגעפאלגט וואס האבן זיך באצויגן צו מיין תגובה. קיינער איז נישט געווען קעגן וואס איך האב געשריבן און אעפ"כ האט קיינער נישט גענומען די מי מיך צו באדאנקן פאר'ן אנפאנגן די דיסקאשן.

אויף די וואס האבן עס נישט געליינט, איז פארשטייט זיך נישטא קיין טענות. אבער פאר די אלע וואס האבן מגיב געווען וויל איך פרעגן: האסטי נישט הנאה ווען ס'איז פארהאן עפעס נארמאל אויסצושמועסן? וואס קאסט עס שוין צו געבן לייק?

געוואלדיג » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 3:45 pm

· #249500
צייכן צו צו דיינע שורות (לינ"ק בלע"ז) און מען וועט תשובה טוהן און לייקן

קאצקע ציקער » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 3:51 pm

· #249503
שמעון וואלף
טייערע חברים,

ווי איך פארשטיי איז די לייק סיסטעם אהערגעשטעלט געווארן דורך די הנהלה צו געבן די מעגליכקייט אויסצודריקן א שכוח פאר די וואס שרייבן זאכליכע תגובות.

נעכטן האב איך אפגעשריבן מיינע פאר שורות ערגעץ בין כותלי השטיבל. איבער צען תגובות האבן נאכגעפאלגט וואס האבן זיך באצויגן צו מיין תגובה. קיינער איז נישט געווען קעגן וואס איך האב געשריבן און אעפ"כ האט קיינער נישט גענומען די מי מיך צו באדאנקן פאר'ן אנפאנגן די דיסקאשן.

אויף די וואס האבן עס נישט געליינט, איז פארשטייט זיך נישטא קיין טענות. אבער פאר די אלע וואס האבן מגיב געווען וויל איך פרעגן: האסטי נישט הנאה ווען ס'איז פארהאן עפעס נארמאל אויסצושמועסן? וואס קאסט עס שוין צו געבן לייק?

וואס פארשטייסט נישט שמעון וואלף, די עולם האט מורא אז די צאל וויפיל מען האט געלייקט וועט איבערשטייגן די אייגענע צאל לייקס 😉

שמעון וואלף » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 4:33 pm

· #249525
@געוואלדיג
איך האב דירעקט נישט אהינגעלינקט לכתחילה, ווייל נישט דאס איז מיין ציל. כ'האב נאר געוואלט מעורר זיין אז אויב וויל מען אז ס'זאל זיין סחורה דא ברויך מען געבן אנערקענונג פאר איינער וואס שטרענגט זיך אן צו שרייבן עפעס זאכליך.

@קאצקע ציקער
קוקענדיג אויף דיין פראפיל זעה איך טאקע אז די לייקסט מיט א ברייטקייט. וממך ילמדו וכן יעשו. לאמיר האלטן פאר די אויגן אז ס'לוינט נישט צו פירן קיין חשבונות איבער לייקס. מיר זענען אלע דא פאר'ן זעלבן ציל - צו פארברענגען אין א היימישע סביבה. מ'דארף מחזק זיין די וואס געבן חומר לקריאה ולמחשבה

שמעקעדיג » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 5:05 pm

· #249554
דא האסטו דערוועגן, לייען מיט הנאה:
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/91886">viewtopic.php?p=91886#p91886</a><!-- l -->


דא שרייבט גאלד ענליך:
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/243281">viewtopic.php?p=243281#p243281</a><!-- l -->

און ישראל קאפקע אויך:
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/243326">viewtopic.php?p=243326#p243326</a><!-- l -->

ישמעאל הכהן » מאנטאג אפריל 27, 2015 5:48 pm

· #270162
11111
📎 Capture.JPG

ישמעאל הכהן » דינסטאג מאי 12, 2015 6:34 pm

· #274540
לעצטענס איז אן אפקומעניש ווען איך קליק אויף א לייק שיקט עס מיר צו אנדערע תגובות אדער בכלל נישט צו מיינע תגובות. ס'איז א לייק שאינו תליה בתגובה

ונבנתה העיר » דינסטאג מאי 12, 2015 6:40 pm

· #274542
זוך עס אויף צוויי בלעטער ווייטער.

ישמעאל הכהן » דינסטאג מאי 12, 2015 6:43 pm

· #274544
ס'נישט דארט.
נהורא'ס לייק איז יא געווען גוט, יש ויש

נהורא נפישא » דינסטאג מאי 12, 2015 6:46 pm

· #274546
כ'וועל פרובירן נאך אפאר מאל ביז ס'וועט גוט זיין
ס'גוט ?

ישמעאל הכהן » דינסטאג מאי 12, 2015 6:47 pm

· #274547
נהורא נפישא
כ'וועל פרובירן נאך אפאר מאל ביז ס'וועט גוט זיין
ס'גוט ?

דו לץ!!