☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » איז דא א חילוק צווישן די היימישע סוט געשעפטן?

איז דא א חילוק צווישן די היימישע סוט געשעפטן?

33 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2562

יושב קרן » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 11:07 pm

· #70983
איז דא א חילוק צווישן די היימישע סוט געשעפטן?
א גוטן. איך קען נישט היסטאריע אזוי גוט, אויב קען איך געסס'ן גוט איז לכאורה ראטה קלאדינג דער עלצטער סוט געשעפט, יא? עניוועי די מערסט באקאנטע איז אלעמאל געווען זינט איך געדענק G&G, זיי האבן מסתם פארקויפט אין די גוטע צייטן מער סוטס ווי אלע קאנקורענטן צונאזאם. זיי זענען אייביג געווען דאס ביליגסטע, אין דוכשנוטליך זענען זייערע פרייזן געווען האלב די סומע פון די טייערע זינגער געשעפט.

ס'דא אויך גאנץ באקאנט שוין יארן דער ליע עוו קלאדינג, ער איז אויך אלעמאל געווען טייערער פון GG אבער נישט ווי זינגער. אין בארא פארק איז דא ריינהאלד, כתר און מסתם נאך עטליכע וואס איך בין נישט באקאנט.

איך בין אייביג געגאנגען פארשטייט זיך מיט GG דאס ביליגסטע און גאנץ שיין (לויט וויפיל איך פארשטיי) דורך די יארן פלעג איך הערן אז זינגער איז טייערער ווייל זיי מאכן עפעס גאר א שיינער פיט, איך האב נישט געזען וואס איז ראנג מיט מיין GG פיט. ריינהאלד, פלעגט מען שמועסן, האט די בעסטע בעקישעס, טאקע אזוי? כ'ווייס נישט. די לעצטע פאר יאר איז אויך צוגעקומען GB, כ'ווייס נישט דער חילוק צווישן זיי און GG. עכ"פ לעצטענס ביניך אריין אין GG קויפן א נייעם סוט אויף א ''מעגע סעיל''... איך האב געמיינט אז איך גיי צאלן ביים מעגע סעיל 125- 150. ניין, 190 דאלער ביים סעיל.. איך פרעג מיט וואונדער וואס איז די רעגולערע פרייז? 255 איז דער ענטפער. WOW

קען זיין איך בין סטאק אין די פעסט (דער 'פ' מיט א פינטל) אויב GG קאסט שוין 255 אפשר לוינט שוין פרובירן דער גוטער פיט פון זינגערס?... אדער די יוניקנעס פון ליע עוו קלאדינג (אייגענטליך וואס איז די יוניקנעס פון ליע עוו? איך האב קיינמאל נישט געהערט)

א באקאנטער אין איינע פון די געשעפטן האט מיר איינמאל אזאג געטון סאמטינג טו דיס אפפעקט "דו מיינסט ס'דא א חילוק פון איין געשעפטן ביזן צווייטן? זינגערס האט אונז אמאל גערופן פרעגן צו אונז האמיר איבעריגע סחורה, ער איז עפעס אויסגעלאפן"... עפעס אזוי.

מיין פראגע איז צו די אלץ-ווייסער'ס. איז באמת דא א חילוק פון איין געשעפט צום צווייטן? פארוואס איז איינער גאר טייערער און דער צווייטער ווארפט סחורה פאר סך ביליגער? (היינט שוין טאקע נישט צו סך ביליגער ליידער) און בכלל וואו האט דער עולם גוטע עקספיריענס?

נאר גוטע עקספיריענס ביטע. נישט בארעדן קיינעם. ס'איז א פאזיטיווער אשכול. א דאנק.

יתרו » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 11:18 pm

· #70989
דו פרעגסט אויב עס איז דא א חילוק צווישן G&G און G&B,
יא עס איז דא א גרויסע חילוק, איינס צורייסט זיך נאך איין וואך און די צווייטע נאך צוויי וואכן,
איינס ווערט גרין ווען עס ווערט אפגענוצט, און איינס ווערט גרוי, (גאנץ ענליך),
וכהנה וכהנה איז די חילוקים רבים אשר אי אפשר לפורטם כי רבים הם

יושב קרן » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 11:25 pm

· #70995
גראדע האב איך געוואלט הערן מער דער חילוק GG ווערסעס זינגער ווערסעס ליע עוו קלאדינג. און אגב, איך וואלט ענדערש געקויפט די סוט וואס ווערט גרוי ווי איידער די וואס ווערט גרין, שוין איינמאל א חילוק... אבער ליצנות אין א זייט געלייגט ביטע.

יתרו » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 11:28 pm

· #70997
וואס איז פשט פון דיין ניק ?

יושב קרן » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 11:32 pm

· #71001
כ'בין א ווינקל זיצער, אזוי האב איך נישט מורא אז איינער מאכט אפשר פאני פעיסעס אין בעק פון מיר.

איך אויך » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 11:33 pm

· #71002
רירסט אן א נקודה, די G&G "מעגע סעיל" איז איין שטיק אחיזת עינים, אלטע סחורה פאר געשוואלענע פרייזן, איך בין נישט זיכער אויב ביי G&B איז די זעלבע אבער אויב געדענט איך גוט איז ביי זיי יא שטיקל עכטע סעיל.

ניו יארק » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 11:36 pm

· #71004
יושב קרן
כ'בין א ווינקל זיצער, אזוי האב איך נישט מורא אז איינער מאכט אפשר פאני פעיסעס אין בעק פון מיר.

געווענליך ווערט א סוט גאנץ שנעל גרין ווען מען זיצט אין ווינקעל

נולד מאוחר » מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 2:45 am

· #71039
זינגערס האט סאך א טייערע און בעסערע סחורה.
די צייט פון דריי gg האלט איין זינגער.

זר זהב » מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 2:53 am

· #71042
[ציטאט אראפגענומען]

וועגן GB ווייסיך נישט. גייסט מיר אבער זאגן אז די GG קונים קויפן יעדעס יאר א פרישן סוט? איך קויף דאס נישט! (נאו פאן...)

טעפל » מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 5:19 am

· #71060
[ציטאט אראפגענומען]

לאו דוקא, מיין עקספיריענס איז געווען פארקערט, כ'האב דעלמאטס גערעדט מיט מיין שוואגער ער האט א משנתו סדורה וואס מ'קויפט ביי GB און וואס מ'קויפט ביי GG רעקל, בעקיטשע וכדומה.

outspoken » מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 8:59 am

· #71068
אין די צייטען ווען די אקאנעמי איז געווען גוט, האט מען געקויפט מער סוטס, האבן זיי בכלל געקענט געבען פאר ביליגער, און די סעילס זענען געווען פטור צו ווערן די אלטע סחורה און מאכען פלאץ פאר די נייע. היינט צוטאג קויפט מען אסאך ווייניגער, מאכען זיי די עיקר ביזנעס ביים סעיל, דערפאר איז שוין נישט דא קיין מציאות.

איך אויך » מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 11:12 am

· #71100
דאס וואס איך זאג די "מעגע סעיל" איז ס"ה א אויגן-פארבלענדעניש ,ווילסט פארקויפן סוטס געזונטערהייט אבער טוה עס ביושר אן קיין טריקס.

קפנדריא » מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 11:22 am

· #71105
איך קען ישט גלייבן אז דו האסט פארזען די אלעמען באקאנטע 'פראנקפורטער' אנצוג געשעפט, בשעת ראטה האט גערעכנט פאר די זעלבע אנצוג בלויז הונדערט מיט צוואנציג, און ביי נייע קאנקורענטן 'זופניק' קלאודינג [ע"ה] און G&G איז מען אפגעקומען מיט א בלויזן הונדערטער, דענסטמאל ווען איינער האט זיך געוואלט דערקלערן ראש הקהל האט ער געמוזט צום ערשט האבן אמווייניגסטנס א 'פראנקפורטער' סוט [א סגן ראש הקהל האט זיך געקענט דורכרוקן 'בלויז' מיט א זינגער סוט].

signout » מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 11:24 am

· #71107
די מעגא סעיל איז צו ריקען סחורה, פארשטייט זיך אז די אלטע סחורה גייט פאר אסאך ביליגער ווי די נייערע, עס זענען פאראן קאטאגאריעס פין פרייזן, דאס איז ביי ביידע סטארס

signout » מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 11:26 am

· #71108
איך וואלט געקויפט ביי זשי ענד זשי אפילו זיי וואלען געווען טייערער פין זינגער, איך גלייך זייערע סוטס אין סערוויס, (אין צוגאב וואס זיי האבען בשנים קדמניות אראפגעברענגט די פרייזן אין די גיטע צייטן)

זר זהב » מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 11:39 am

· #71111
signout
די מעגא סעיל איז צו ריקען סחורה, פארשטייט זיך אז די אלטע סחורה גייט פאר אסאך ביליגער ווי די נייערע, עס זענען פאראן קאטאגאריעס פין פרייזן, דאס איז ביי ביידע סטארס

נישט אמת. ביים איצטיגן סעיל האבן זיי איין פרייז

ישמעאל הכהן » מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 12:26 pm

· #71128
GB'ס טאשן אין די וועסטלעך זענען צו טיעפ פאר מיינע נערווען. איך מוז אריינשטעקן דאס גאנצע האנט ארויסצונעמען דאס קעמעל. איך בין צוריק צו GG נאך די סאמאטוכע

פיקציע » מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 1:32 pm

· #71152
עס איז פארהאן א גרויסע חילוק פון GG GB און לי קלאודינג - זינגער, איך קויף ביי אלע פון זיי
GG: שנעלערע און בעסערע סערוויס, א גרעסערע אויסוואל פון דעזיינס
GB: איז כמעט די זעלבע ווי GG, מיט די סערוויס ווענד זיך ווי ס'איז מער אנגעלייגט
זינגער: בעסערע פיט, שטארק און שיינע סחורה (ספעציעל די 100% וואל)
לי קלאודינג: האט א ברייטערע פיט, שטארקע סחורה

אסאך מענטשן גלייכן נישט זינגערס פיט וועלכע איז ממש אויפן פיגער פונעם מענטש, מאכענדיג כמעט אומעגליך צו האלטן א פושקע ציגארעטן אין ביזעם טאש אן דעם וואס עס זאל זיך ארויסשטעקן. בעת וואס אנדערע גלייכן נישט לי עוועניו'ס פיט וועלכע איז פאר זיי צו ברייט.

ווען איך זיך איינצוהאנדלען א סוט איינס צווי נוץ איך GG אדער GB, איך באזוך קודם איינעם אויב איז ער צו אנגעלייגט גיי איך צום צווייטן.
אויב זוך איך א גוטע שיינע סוט וועלכע זאל האלטן פאר עטליכע יאר וועל איך ענדערש גיין צו זינגער אדער לי עוועניו קלאודינג.
ערב ימים טובים וועט גווענליך זיין זייער אנגעשטויסן ביי GG און GB, און ביי זינגער וועט געווענליך זיין פיל רואיגער.

דאס אלעס איז געשריבן בלויז לגבי סוטס בעקיטשעס איז אן אנדערע מסכת.

זר זהב » מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 1:52 pm

· #71154
ס'קוקט מיר אויס ווי דו קויפסט א סוט אזויווי ברויט. ווייל ס'אביסל אנגעשטויסן ביי GG וועסטע ספענדן דאפעלט ביי זינגערס? און איך גלייב אז ס'דא עפעס חילוקים צווייזן GG און GB מער ווי בלויז סערוויס.

פיקציע » מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 2:01 pm

· #71157
איך האב פארגעסן צו שרייבן איבער די פרייזן.

היינט צוטאג ווייס איך נישט פינקטיליך די חילוקים אין פרייז צוליב וואס עס ווערט געצאלט מיט א קרעדיט קארד, און ווערט אויסגעמישט צווישן צענדליגע אנדערע טשארדזעס סוף חודש.
אבער אמאל ווען מ'פלעגט נאך צאלן מיט א טשעק אדער קעש פלעג איך אראפלייגן ביי GG בערך 200 - 225 פאר א וואלענע סוט און 165 - 190 פאר א חצי וואל.

לי עוועניו פלעגט מיר קאסטן בערך 250 - 300

און זינגער 300 - 400

היינט מיין איך GG ביי 225 - 275 פאר וואל, און 195 - 245 פאר האלב פאליעסטער.
GB לויפט מיט בערך 10 דאלער ביליגער אויף אלע זייערע סוטס.
זינגער'ס פרייזן האב איך שוין לאנג נישט איבערגעקוקט, וואס זאל איך טון אז איך האב 2 סוטס פון זיי וועלכע האלטן נישט ביים אפדינען...

למעשה האלט איך אז עס איז היינט נישט דא אזא גרויסע חילוק אין פרייז (אויב בין איך מיר נישט טועה איז די חילוק בערך א מאה צווישן לי עוועניו אין GG) דעריבער מאכט מיר נישט אזא חילוק ווי איך קויף.

פיקציע » מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 2:08 pm

· #71162
ביי GG און GB איז אויך דא צו באקומען סוטס אהן ליינינג (כאלאטלעך) געמאכט פון פאליעסטער, וועלכע קען געוואשן ווערן און האלט געווענליך לענגער ווי א סוט, פאר בערך 125 - 150.

סעיל'ס איז אויך א געשעפט פאר זיך.
ווי געשריבן אויבן איז ביי די אמאליגע סעילס געווען סאך מער וואס צו קויפן ווי היינט, ווען מ'לייגט ארויס אן ארימע סעלעקציע פון דעזיינס וועלכע זענען עכט אויף סעיל (בערך 145 - 155 וועלענע 180 - 200), און אויב דאכט זיך אז מ'האט שוין געטראפן עפעס א מציאה זייט גערישט אז מען וועט אייך איינמעלדן אז דאס איז נישט אויף סעיל.

שמעקעדיג » מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 2:44 pm

· #71173
ישמעאל הכהן
GB'ס טאשן אין די וועסטלעך זענען צו טיעפ פאר מיינע נערווען. איך מוז אריינשטעקן דאס גאנצע האנט ארויסצונעמען דאס קעמל. איך בין צוריק צו GG נאך די סאמאטוכע

איך האב אויך נישט ליעב געהאט זייערע טיפע וועסטל טאשן. ביז כ'האב געקויפט מיין סמארטפאון. עס גליטשט זיך אריין ווי געגאסן. שווער צו גלייבן אז עס וואלט געגאנגען אין א G&G.

זר זהב » מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 2:45 pm

· #71175
יעצט פארשטייעך פארוואס ס'האט זיך געעפענט א סמארט פאון סטאר נעבן GB

קאווע טרינקער » מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 11:28 am

· #74077
גוגל'ס מיינונג
קיין וויץ, פראביר דאס אליין.
📎 GBorGG.jpg

נפתלי » מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 11:45 am

· #74080
קאווע טרינקער
גוגל'ס מיינונג
קיין וויץ, פראביר דאס אליין.

ווייל ס'הייסט GB און נישט G&B

signout » מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 12:15 pm

· #74084
פיקציע
עס איז פארהאן א גרויסע חילוק פון GG GB און לי קלאודינג - זינגער, איך קויף ביי אלע פון זיי
GG: שנעלערע און בעסערע סערוויס, א גרעסערע אויסוואל פון דעזיינס
GB: איז כמעט די זעלבע ווי GG, מיט די סערוויס ווענד זיך ווי ס'איז מער אנגעלייגט
זינגער: בעסערע פיט, שטארק און שיינע סחורה (ספעציעל די 100% וואל)
לי קלאודינג: האט א ברייטערע פיט, שטארקע סחורה

אסאך מענטשן גלייכן נישט זינגערס פיט וועלכע איז ממש אויפן פיגער פונעם מענטש, מאכענדיג כמעט אומעגליך צו האלטן א פושקע ציגארעטן אין ביזעם טאש אן דעם וואס עס זאל זיך ארויסשטעקן. בעת וואס אנדערע גלייכן נישט לי עוועניו'ס פיט וועלכע איז פאר זיי צו ברייט.

ווען איך זיך איינצוהאנדלען א סוט איינס צווי נוץ איך GG אדער GB, איך באזוך קודם איינעם אויב איז ער צו אנגעלייגט גיי איך צום צווייטן.
אויב זוך איך א גוטע שיינע סוט וועלכע זאל האלטן פאר עטליכע יאר וועל איך ענדערש גיין צו זינגער אדער לי עוועניו קלאודינג.
ערב ימים טובים וועט גווענליך זיין זייער אנגעשטויסן ביי GG און GB, און ביי זינגער וועט געווענליך זיין פיל רואיגער.

דאס אלעס איז געשריבן בלויז לגבי סוטס בעקיטשעס איז אן אנדערע מסכת.

איבער שטארקע סחורה האט איך אסאך אסאך בעסערע עקספיריענס ביי GG ווי ביי ליע עוו'

פיקציע » מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 3:21 pm

· #74111
קאווע טרינקער
גוגל'ס מיינונג
קיין וויץ, פראביר דאס אליין.

פרובירט. סארי.
📎 GB.jpg

געפילטע פיש » מאנטאג דעצעמבער 31, 2012 10:50 pm

· #74191

געפילטע פיש » דינסטאג יאנואר 1, 2013 2:12 am

· #74235
ס'דא נאך קאמפאניס וואס הייסן GB וואס פארקויפן קלאודינג, און די גרויסע ספייק ביי יולי און אוגוסט פון 2012 איז געווען די לאנדאל אלימפיקס ווען דער עולם האט געגוגלעט team GB clothing ווי GB מיינט גרויס בריטאניע, קוק אריין אין די דיטעילס וועסטו זען אז רוב סוירטשעס פאר GB איז פון ענגלאנד.

קאווע טרינקער » דינסטאג יאנואר 1, 2013 10:24 am

· #74273
פיקציע

פרובירט. סארי.

מאך נאך פונקט די זעלבע.

שמעון וואלף » זונטאג מאי 3, 2015 1:33 pm

· #272003
כ'האב יעצט געוואלט גיין צו gb clothing צו פאררעכטן א סוט וואס כ'האב לעצטענס געקויפט, זעה איך אז די גראטעס זענען אראפ געשלעפט און א צעטל הענגט וואס מעלדט אז זיי זענען געשלאסן די וואך צוליב די שבעה (די מוטער פון רב בירמאן איז נעכטן אוועק)

ס'איז זייער שיין אז ער זיכט נישט קיין חכמת מיט א היתר מכירה נאר פארמאכט טאקע דאס געשעפט. למעשה איז עס אים געלונגן אז זיין מאמע איז אוועק פונקט אין די ספירה טעג ווען ביזנעס איז סייווי סלאו.

ליפא » מיטוואך אוגוסט 26, 2015 7:35 pm

· #298046
איך האב א נייע סוט פון GG און איך האב שוין צופליקט מיין וועסטיל. אזוי ווי אייביג דארף מען מיט כח אויפרייסן די טאש וואס קומט פארנייט אבער צו מיין שאק זע איך אז ס'נישטא גארנישט דארט נארא גרויסע לאך האט זיך געפענט. ווען האט GG אויפגעהערט מיט אויבירשטע טאשן אין וועסטיל.

קאווע טרינקער » מיטוואך אוגוסט 26, 2015 7:39 pm

· #298048
איחוד הקהילות האט פארלאנגט.
נאכן געוואר ווערן אז די מאנכע ניצען יענע טאש צו באהאלטן די נישט כשרע טעלעפאונען