☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » אשכול אן א טיטל #2559

אשכול אן א טיטל #2559

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2559

— » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 3:12 pm

· #70842

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

לעמאן דזשוס » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 3:21 pm

· #70848
יישר כח ממי שאמרו,

כאב אפגעליינט דיין שטיקל אין איין פארכאפטן אטעם, די קרייציגלער סלעש מיטלאלטער יארן זענען פון מיינע פעיוואריט היסטארי עפאכע׳ס

און דו שרייבסט אזוי הערליך דערפון

איך האב נאר א בקשה, צו דיר און אלע וואס נעמען די מיה און שרייבן....ביטע אויב מעגליך צוצייכענען מקורות. אויף יעדן פאראגראף אדער כאטש בכלליות די נושא...

לעמאן דזשוס » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 3:27 pm

· #70851
איינע פון די אינטערעסאנטסטע קוריאזן וואס היסטאריע האט פרודוצירט איז די קאמישע אויסלאז פון די קרייצציגלער

הונדערטער יארן האבן די שמייליגע פויערן גע׳שחט׳ן יידן אויף זייער וועג קיין ארץ ישראל, אין נאמען פון קריסטנטום און די וואטיקאן....און עס איז זיי גארנישט געלונגען

פאר עטליכע זעכציג יאר צוריק, זענען עס געוועהן די אידן וואס האבן באפרייט ארצישראל פון אונטער די אראבער, און אויסגעפירט וואס זיי די שמייליגע האבן אזוי געווארט און געהאפט

און זינט דאן איז אפיציעל די וואטיקאן זייער נאנט צו אידן, די איוועןדזשעליקן און אמעריקא זענען פון די שטערקסטע שטיצער פון מדינת ישראל, יעדע פאר יאר קומט ארויס פרישע איבערבעטונגס פון רוים צו די אידן

די קאמישקייט איז הפלא׳דיג

געוואלד געשריגן » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 3:34 pm

· #70852
the evangelicals hate the catholics...they have a primarily protestant ideology, based primarily on converting Jews. The reason they support Israel is because of their agenda about the second coming. But...it's a cycle. They switch off hating us. The real irony is that the founder of the protestant reformation, Martin Luther, was a massive anti-semite.

לעמאן דזשוס » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 3:37 pm

· #70853
שקויעך געוואלד און געשריגן

בכל אופן סיי די קאטאליקן, סיי די פראטעסטאנטן זענען שטיצער פון מדינת ישראל

איך אויך » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 3:41 pm

· #70854
הערליך!

געוואלד געשריגן » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 3:56 pm

· #70860
לעמאן דזשוס
שקויעך געוואלד און געשריגן

בכל אופן סיי די קאטאליקן, סיי די פראטעסטאנטן זענען שטיצער פון מדינת ישראל


זייער גוט. אבער יעצט מיר האבן די אראבער/מוסולמענער

!נאך בעסער

אוי וויי.

די אמתע קאמישע זאך איז אז די ליבעראלער אמעריקאנער און אייראפישער זענען קלאר אנטי-ציוניסטיש. נישט צוליב דעם וואס דער סאטמאר רבי האט געשריבן. ווייל זיי זאגן אז די מדינה איז ראסיסט און טעראריסטיש. אייראני..ווייל מדינת ישראל איז א דעמאקראטיש און אלע אראבישע לענדער זענען דיקטאטארשיפס אדער אנדערע גוטע זאכן. די הויפט געזעצן קומט פון די קאראן. נישט קיין סיוויל רייטס און אזוי ווייטער

I'm equating the two because goyim don't see a difference between zionism and judaism

the result. I could care less why or why not they support Israel. In turn, it means they have less hate for Jews.

אבער איך בין נישט קיין נאר

But yes, over the last 2000 years, the catholics have been the worst. Up until the holocaust, which was inspired by Martin Luther..may he rot in hell for eternity

p.s. sorry for rambling

לעמאן דזשוס » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 4:38 pm

· #70869
[ציטאט אראפגענומען]


יא און ניין

אין ניינטין פארטי זעבען האט די וואטיקאן אונטעגעשטיצט די יו ען רעזולוציע 181 אין וועלכע די פאראייניגטע לענדער פארלאנגן פון ענגלאנד זיך ארויסציצוען פון פאלעסטינע טעריטאריע און ירושלים זאל דינען אלס רעליגיע הויפט שטאט פאר אלע דריי רעליגיעס

היסטאריקער זענען צוטיילט אין דעם פראגע פארוואס עס האט געדויערט ביז 3991 אז די וואטיקאן זאל פארמאל אנערקענען מדינת ישראל און אנקניפן פאליטישע באציאונגן

טייל טענה׳ן אז די הויפט סיבה איז געוועהן מחמת זיי האבן געוואלט דערמיט באשיצן די קריסטן אין אראבישע לענדער, וואס וואלטן געקענט געשטעלט ווערן אין א באלדיגע סכנה, משא״כ נאך 39 ווען איזראעל האט זיך געריקט פאראויס אין אירע אייגענע באציאונגען מיט אראבישע לענדער דורך די אוסלו אפמאך

אנדערע ווילן יא זאגן אז עס האט געהאט צו טון מיט אנטיסעמיטישע געפילן וואס איז נאך געוועהן צו שטארק אריינגעבויעט אינעם וואטיקאן

איך אויך » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 4:54 pm

· #70873
מילא 181 האסטו געשריבן די צווייטע 1 פאר די ערשטע ,אבער וועלכע מדינת ישראל איז געשטאנען אין יארע 3991?

לעמאן דזשוס » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 5:27 pm

· #70887
לאל,

דאס איז מיין כלי שולדיג...1993

איך אויך » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 5:33 pm

· #70890
און וואס איז מיט די 39 איזראעל ? קענסט נישט באשולדיגן דיין מאשניקע אויף אלעס.

עוד מישהו » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 6:12 pm

· #70915
פון אלע קרייצצוגן וואס זענען געווען, דענק איך זענען א חלק בכלל געווען אומארגאניזירט, נישט דורך די קירכע און נישט דורך די קעניג, סתם אזא רעוואלט, ווען די פויערן האבן זיך איינגערעדט אז מ'וועט טוישן די רעגירונג.

בכלל איז געווען קעניגן וואס האבן טיילגענומען אין די קרייצצוג, וואו למשל ביי די דריטע, די ענגלישע ריטשארד די הארץ פון א לייב.
אויסער דעם זענען דא קעניגן וואס רופן זיך קעניג פון ירושלים, וואו למשל די שפאנישע קעניג כואן קארלאס דער ערשטער, איינע פון זיינע טיטלען איז "קעניג פון ירושלים". א זכר פארבליבן פון יענע תקופות

יאיר » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 7:46 pm

· #70942
א גרויסן ייש"כ ממי שאמרו פאר'ן באקענען די ליינער מיט איינע פון די טרויעריגסטע תקופות פון כלל ישראל.
ממי שאמרו
שטאפל 1) די גלחים גייען פרעדיגן פאר אפאר חדשים יעדן טאג איבער די גרויסע מצווה וואס ליגט אויף יעדע ערליכע קריסט צו פארן איין מאהל אין זיין לעבן עולה רגל זיין קיין ארץ ישראל (דארט איז יאשקע פאנדראק געבוירן און געפייגערט) און מסביר זיין אז ווער עס פארט נישט, גייט אריינגיין אין גיהנום, און ווער עס פארט יא, קען אפטוהן אלע עבירות שבעולם און וועט נאך אלס אריינגיין אין גן עדן.

שטאפל 2) דערנאך פאר אפאר חדשים גייט מען רעדן פון די שטארקע יסורים וואס יאשקע האט אויף יענע וועלט אז ירושלים איז אונטער די הערשאפט פון די אראבערס.

עס איז געווען נאך א שטאפל וואס ווערט גערופן indulgence דער באדייט דערפון איז, אז צוליב די שרעקליכע יסורים וואס ישו האט געליטן ביים ווערן געהאנגען, האט ער נישט בלויז פארגעבן די זינד פאר אלע זיינע נאכפאלגער עד סוף כל הדורות, נאר ער איז נאך געבליבן מיט א גאנצער באגאזש מיט "זכותים". אויף דעם באגאזש האט דער פויפסט די אויסשליסליכע רעכט צו פארטיילן זכותים פאר אזעלכע גוטע און ווירדיגע אקטן ווי למשל פייניגן די אידן און זיי אומברענגען. םאר די קרייצצוגן האט דער פויפסט געלאזט אויסרופן אז ווער עס וועט אנטיילנעמען אין די קרייצצוגן וועט געשענקט ווערן א שיינע הויפן פון זכותים. נו, וועלכער ערליכער קריסט האט זיך נישט צוגעכאפט צו אזא גוטע געלעגנהייט?

יידל » דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 1:38 pm

· #71459
הערליך שיין ממי שאמרו. כ'ווייס נישט וויאזוי כ'האב פארפעלט צו באמערקן דעם ארטיקל ביז היינט.