☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » מצב"פ ווען יעדער קוקט אויף דיר

מצב"פ ווען יעדער קוקט אויף דיר

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2557

קאווע טרינקער » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 1:36 pm

· #70816
מצב"פ ווען יעדער קוקט אויף דיר
ווי תמיד, פראביר איך נישט צו זיין איינזייטיג ווען די צוויי "פאקטען" זענען מחוץ מיינע ד' אמות. וואס ווייס איך? איינער שרייט ס'איז טריפה, דער צווייטער שרייט "וואו איז דא צומות ממכירה ואילך?" צו דען בין איך געווען דערביי ווען א טעראפיסט האט געטראפט חלב (מיט א צירי) במקום חלב (קמוצה)? שיטה מקובצת און מו"ר ר' הערשל שעכטער ווילען זעהן גרויסע כלים אויפן סנדק'ס שויס, אויף די אנדערע זייט שטייען רבנים פון גאנץ נארט-אמריקה און פארלאנגען זייערע בירגער-רעכטען (יידל איז דאס שוין מסביר במקומו). און איך שטיי אינדערמיט, ווער וויל דען אריינלייגן זיין קאפ צווישען צוויי בערג ? סא סכנה! איר קענט דאך די מעשה ווי צוויי בערג זענען זיך צוזאם-געקומען, א בילד דערפון איז דא אין יואלי לעבאוויטשע'ס שווער'ס "הילף פאר די קינד".

איך ווייס נישט וואספארא נייעס די היינטיגע געריכט איבער מצב"פ וועט ברענגען. קאורט ריזאלטס זענען פשוט-קאמפליצירט פאר מיר, איך קען נאר ליינען פשוטע ווארע. – טאקע אין אישי שיקט מיר א גוט הארציגע ניק, כ'וועל נישט פורש בשמו זיין, נאר ברמיזה ********: "איך האב דיך געלייקט. ווען איך עס מיטאג, האב איך ליב פלאטשיגע סחורה, ביסט גוט, שכועך" (סארא נועם המידות...)
וואס דען? לאמיר דעבאטירען סתם, אלץ חברים וואס האבן זיך פונקט אריינגעבאמפט אין קאווע שטיבל.
לאמיר זאגן, אז דאס מאל איז נישט געווען "והיא לא תצלח", און די שטאט פירער פירען איין א געזעץ וואס אסר'ט מציצה בפה. פארשטייט זיך אז מענצער-און-גאלדבערגער, וואס די הייליגע מצוה ברענט אין זיי, וועלען נישט איינרוהען, אבער לעת עתה, שוועבט א געלט/תפיסה עונש אויף די טאטע/מאמע/מוהל וואס וועלן נישט הארכען.

והנה און און (קרעדיט: קופורניקוס אין ק"ש), מ ז ל ט ו ב ! א נייע קינד אויף די קוויטעל, נישט סתם א קינד, נאר א יונגעלע! א בן זכר! האסט משקיע געווען? יעצט עס די פירות! איך בין זייער פרייליך פאר דיר און דיין ווייב, זאלען ענק טאקע נחת שעפן ביז דער 120.
דו ווייסט פון גארנישט, קומסט אריין אין ס'מדרש צו מעריב (יא, ס'נאך דא אידן וואס דאווענען מנחה מעריב טעגליך) חיים שלמה גיט דיר א ברייטע מזל טוב, און דער אלעמען באקאנטע אויפגעקלערטע נחמן דערנענטערט זיך צו דיין אויער איז זאגט בלחישתא: דו ווייסט אז דעם טאג פון דעם ברית איז פונקט דער טאג וואס מציצה בכלי גייט אריין אין קראפט. הא?

דו ווערסט רויט, פארשעמט, וואס טוט מען?

[list]א - כ'וועל רופען א מוהל וואס האט דער כלי. מיין טאטע און שווער לעבן שוין נישט, סאו קיינער קען מיר נישט הייסן וואס צו טוען. – און די ברית וועט טאקע מוזן זיין א שוהל אינדערויסען פון ברוקלין. כ'וועל בעהטן ניקלשבורג רבי פון ב"פ צו עפענען זיין שוהל אין די בערג.

ב - אלץ מיר אויס גייט מיר נישט אן, אבער מיין טאטע סטראשעט מיט די ירושה.

ג - כ'וואלט געמאכט בכלי בפרהסיא, און איבער געמאכט בפה אין קעלער.

ד - כ'וואלט געמאכט בפה, און געווארן כלל ישראל'ס צדיק. [/list:u]

איך פרעג נאר

יידל » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 2:16 pm

· #70819
כ'פארשטיי נישט דיין קושיא, וואס א נפק"מ פאר דיר צו די געזעץ גייט אריין אין קראפט צו נישט? ס'איז נישט דיין פראבלעם, די געזעץ איז מחייב די מוהלים דיך צו גיבן א קאנסענט צעטל, דו ביזט נישט עובר קיין שום געזעץ אויב דער מוהל גיט דיר נישט דאס צעטל.

קאווע טרינקער » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 2:22 pm

· #70820
איך רעד אין א מצב וואס מציצה בפה איז גע'אסר'ט אינגאנצען.

יידל » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 2:27 pm

· #70823
הממ. פארוואס נישט מאכן די ברית אויף א שיף אינדרויסן פון די ניו יארקע וואסערן?

קאווע טרינקער » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 2:29 pm

· #70826
אין א פאל די זיידע שרייט "התחדשות". א ברית מאכט מען א ס'מדרש!

יידל » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 2:31 pm

· #70828
כ'האב געמיינט דער זיידע לעבט שוין נישט. א ס'מעדרעש אין ניו דזשערסי איז אויך פיין.

נולד מאוחר » מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 2:01 am

· #71035
ביי אונדז אינדערהיים פלעגט זיין זייער שכיח מילבין, קליינע ווערים.
עד כדי כך אז און א גוויסע צייט פון יאר פלעגט מען נישט קישן די מענטעלע פון די ספר תורה, אלץ חשש ווערים.
וואס האבן די ערליכע אידן געטאן. זיך ציגעריקט די מויל אזוי אז סזאל אויסזען ווי מקישט.

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 2:46 pm

· #71176
א שאלה צו קאווע טרינקער שי'
די אלף בית גימל דלת אין דיין תגובה איבער מצציצה בפה איז "מאלטיפל טשויס"? ווייל אויב נישט האב איך א קשיא. 🙄

קאווע טרינקער » מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 2:56 pm

· #71184
berlbalaguleh
די אלף בית גימל דלת אין דיין תגובה איבער מצציצה בפה איז "מאלטיפל טשויס"? ווייל אויב נישט האב איך א קשיא. 🙄

פרעג אין אישי די אנדערע מגיבים וויאזוי זיי האבן דאס פארשטאנען.
בד"וו, די 3 צ'צ'צ' אין דער ווארט מציציה אין דיין תגובה, איז איינס איבריג? ווייל אויב נישט האב איך א קשיא

געפילטע פיש » מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 4:23 pm

· #71236
די צצצ איז מאלטיפל טשויס.

צדיקל » מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 4:53 pm

· #71248
קאווע טרינקער
berlbalaguleh
די אלף בית גימל דלת אין דיין תגובה איבער מצציצה בפה איז "מאלטיפל טשויס"? ווייל אויב נישט האב איך א קשיא. 🙄

פרעג אין אישי די אנדערע מגיבים וויאזוי זיי האבן דאס פארשטאנען.
בד"וו, די 3 צ'צ'צ' אין דער ווארט מציציה אין דיין תגובה, איז איינס איבריג? ווייל אויב נישט האב איך א קשיא



אזוי בד"וו די צווייטע י' אין דער ווארט מציצה איז איבריג, כ'קען עס בארגן?

נולד מאוחר » מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 5:06 pm

· #71255
גיבט אבאכט צצצ xxx קען אויסזען ענליך פאר א בליטש'יגע אויג. ספעציעל ווען סשטייט איין ביים יסוד

איך אויך » מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:57 pm

· #71313
לולאכטי.