פרענטש וואנילעאין קרית יואל האט מען זיך אויכעט שרעקליך געמוטשעט אין אנהויב, דאס ערשטע האט מען אריבערגעפירט די טישען פון גרויסען ביהמ"ד צו די כולל, שוין געלעזט דריי פערטעל פראבלעם, דערנאך האט מען געמאכט אז דער רבי זאל יעדע פאר וואכען זיין אוועק פון שטעטעל, אזוי אז צווישען יעדע פאר שבתים אין וויליאמסבורג, אפאר חדשים אין פאלם ספרינגס און ניו העמפשער אויף דאטשע, און אפאר וואכען א יאר מעג מען סתם אזוי צומאל אויסלאזען א טיש דא און דארט, בלייבט איבער בערך א האלב יאר...
נו, וואס טוט מען מיט דעם האלב יאר טישען? נאך א לאנגע צייט מוטשענישען און בזיונות איז מען אויפגעקומען מיט א געניאלען איינפאל, די בחורים דארפען דאך עסען די סעודה, וועלען זיי עסען די סעודה ביים רבי'נס טיש, אדער בעסער געזאגט, דער רבי וועט פירען זיין טיש ביי די בחורים סעודה, אזוי ארום האט ער געהיידזשעקט אפאר הונדערט בחורים אן א שאס מיט א ביקס, ביז תורה איז טאקע זייער שיין, די בחורים זענען הונגעריג און א סעודה מוז מען עסען, זיצען זיי שיין ביי די געדעקטע טישען, אבער ביי תורה ווערט שוין אנגעשטרענגט און די כולל ווערט היפש אויסגעליידיגט, ווען פיל בחורים פלאצען שוין פון די געדולד און דארפען די טיש ווי אויף כפרות, גייען זיי ארויס שעפען לופט..
די געפעלסט מיר היפש, מיט דיינע אפשאצונגען און אנעלעזירונגען, מיט אזא גענויער פונקליכקייט,
אבער מיטן מציאות זילטש.....
עס איז גראדע א גוטער פלאן פאר די וואס מיטשענען זיך, עס קומט טאקע אריין אין דעם אשכול,
נאר איין קלייניגקייט האסטו פארטוישט,
פון וועלכע רבי די רעדסט,
נו נישט געפערליך, די עצה איז א פיינער,
און גראדע די סבה דערצו,
האב איך אמאל געהערט פון א חשובן מנהל,
איז צוליב לא איכפת ליה,
פשוט עס גייט אים נישט אן,
דער בחור ווייזט נישט ארויס קיין שום אינטרעסע,
דער בחור פארשטייט נישט אזויפיל, הכרת הטוב פארן ראש ישיבה...