דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
אשכול אן א טיטל #2551
22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2551
אוי, שמע בני מוסר קופערניקוס...
אינטערסאנט ר' קופערניס, וועלעכע ספרים מיינסטו? וועלכע האסטו געליינט אלץ קינד, און וואס ביסטו מציע עפעס בעסער?
[ציטאט אראפגענומען]
מחיבת הקודש בין איך מצטט יעדע ווארט אילו כהייתי נושקם.
[ציטאט אראפגענומען]
ריזיג!!!
נישט געוויסט אז נאך איימיצער האט פארמאגט אזא ריזן ביבליאטעק ווי מיר האבן פארמאגט. פארבינדענע אידישע קוואל האט איר נישט פארמאגט? וואס טיט זיך מיט כולל ענינים?
א סקווירא איד האט מיר יענע וואך געזאגט אז סאטמאר האט אלס אהערגעשטעלט אינפארסטרוקטור פון וואס אנדערע האבן נהנה געווען. עכ"פ אין די בראשית יארן. לגבי ליין מאטריאל, סאטמאר האט פארמאגט די "הוצאות ספרים" פובלישונג, און אין סקווירא אין די פריע יארן האט מען געניצט סאטמאר'ס ביכער. ווי אויך איז סאטמאר פאר לאנגע יארן געווען די איינצוגסטע חסידות מיט א צייטונג. (די נקודה איז געווען אז די אלע אינסטיטוציעס האבן געגעבן סאטמאר די מעגליכקייט פון באיינפלוסן אנדערע, און אהערשטעלן אן העגעמאניע.)
ס'וואלט אינטערעסאנט געווען צו הערן פון נישט סאטמארע וויאזוי זייער ליידיגע שראנק האט אויסגעקוקט מיט צוואנציג יאר צוריק.
ס'וואלט אינטערעסאנט געווען צו הערן פון נישט סאטמארע וויאזוי זייער ליידיגע שראנק האט אויסגעקוקט מיט צוואנציג יאר צוריק.
כולל ענינים
יווווווווווווווווווווו, דערמאנסט מיך חדר זכרונות.................
יווווווווווווווווווווו, דערמאנסט מיך חדר זכרונות.................
וואס מיינען די אידן ווען זיי רעדן וועגן כולל ענינים
כולל ענינים איז פון בנימין הערש בערקאוויטש, דאכט זיך עס איז געווען מוסר?...
ב"ה איך בין אויפגעצויגן אין א היימיש חסידיש שטוב אבער נישט על אדמת ניו יארק, מיינע עלטערן האבן מיר אייביג געשטופט מיט אינפארמאציע, ביינונז אינדערהיים איז געווען איעדעס אידיש ביכל וואס איז נאר ארויס אויפן מארק, און אזוי אויך א גאנצע אפטיילונג פון גוי'שע ביכלעך ספעציעל פאר קינדער, אלעס איבער מאטעמאטיקס, געאגראפיע, פיזיקס און אסטראנאמיע, וכדו', אפענע אפיקורסות און געוויסע ביאלאזשי סייענס (ריפראדאקשן) איז געווען פארקלעבט... אבער מיר האבן זיך דארט אויך אן עצה געגעבן, אלס קינד האב איך נישט אזוי שטארק מחשיב געווען מיינע עלטערן דערפאר און איך האב אלעס גענומען פאר גרענטעד אבער היינט בין איך זיי מכיר טובה, איך קען מיר נישט זעהן זיין אנדעם.

דאט קאם, וועלקאם בעק! יהא שובך לברכה. האסט נישט קיין השגה ווי שטארק דארפסט מכיר טובה זיין דיינע עלטערן. איך האב גראדע יא געהאט א ברייטערע ליטעראטור אינדערהיים, בעיקר אנגלא-אידישע נאוועלן פון ארטסקראל, שער פרעס, פעלדהיים וכו' און אביסל לשה"ק/העברעאיש. קופערניקוס האט דערמאנט הרב זוין'ס ספרים, מיין טאטע האט מיר שוין געגעבן צו ליינען אישים ושיטות ביי די 13 יאר. פארשטייט זיך אז כ'האב נישט פארשטאנען קיין תיבה, אבער עס האט בלי ספק געהאלפן פארברייטערן מיינע השגות. ר' אביגדור מיללער'ס ספרים אין ענגליש זענען אויך געווען לחם חוקי אין די בחור'ישע יארן, און איך האב אסאך קונה געווען פון אים, סיי אין היסטאריע און סיי אין וויסנשאפט. אה, און ביי ענגליש האב איך נישט געווארפן קיין פיטשעס נאר שיין אויסגעהערט און דורכגעליינט אלע מיינע ריעדערס און היסטאריע ביכער וואס די חדר האט פארטיילט.
און וואס איז מיט שלשה אחים? האסט עס נישט געהאט?
מ גפניאון וואס איז מיט שלשה אחים? האסט עס נישט געהאט?
הא! איך קען מיר נאך היינט חלומ'ן פון די קאניבאלן אינעם מדבר...
וואס האלט דער עולם וועגן ארויסגעבן סייענס ביכלעך אין היימיש אידיש?
מיין שאלה איז: כ'ווייס אז ביכלעך בדרך כלל איז היינט נישט פראפיטעבל, אבער צו וועלן בכלל זיין מענטשן וואס וועלן עס קויפן? וועט זיין מעגליך צו באקומען הסכמות פון רבנים?
מיין שאלה איז: כ'ווייס אז ביכלעך בדרך כלל איז היינט נישט פראפיטעבל, אבער צו וועלן בכלל זיין מענטשן וואס וועלן עס קויפן? וועט זיין מעגליך צו באקומען הסכמות פון רבנים?
איך האלט נישט דערפון.
מיין טאטע האב מיר א כלל געלערענט: נייגעריגע מענטשען קענען אלעס.
אויב קען ער נישט ליינען ענגליש, איז דאך פשט אז ער ריז נישט נייגעריג, דאן וועט ער מדע אויך נישט קונה זיין.
מיין טאטע האב מיר א כלל געלערענט: נייגעריגע מענטשען קענען אלעס.
אויב קען ער נישט ליינען ענגליש, איז דאך פשט אז ער ריז נישט נייגעריג, דאן וועט ער מדע אויך נישט קונה זיין.
מ גפניאון וואס איז מיט שלשה אחים? האסט עס נישט געהאט?
פונקט געטראכט וואס קופערניקס האקט אין קאפ אריין, מיט אזעלכע דריי ברודער ווער דארף נאך עפעס? א ביך פיל מיט וויסענשאפט און חכמה, אסטראמניע געפלאכטן מיט סייענטיפישע עקספערמענטן, שיפן פליען ווי עראפלאנן, ביינער רעדן ווי לעבעדיגע.
לולא דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז דער ביך האט אסאך צוגעגעבן צום חלק החכמות פונעם עם הנבון.
ווי אזוי קען מען אויסלאזן די געלע בענדער ליכט שטראלן, אזעלכע זאפטיגע מעשיות ווי דער מהר"ל מיט די שטיינער פון דער חושן, און די "היסטארישע" ביאגראפיע פון הרב קוק, ווי ער פלעגט זאגן ביי שלש סעודות תורה אז ער האט א צושפאלטנטע נשמה. אבער עס פלעגט שטיין א גרויסער דיסקלעימער אין אנהויב: נעמען זענען פיקטיוו...
רבותי, אויב איר וועט ווארטן פאר תוכנ'דיגע ביכער אויף אידיש, אדער אפילו אויף א לייכטער אלטמאדישער לשון קודש וואס קינדער קענען פארשטיין, וועט איר אין ערגעץ נישט אנקומען. די ריכטיגע וועג איז אויסצולערנען די קינדער ענגליש און זיי קויפן גרינגע וויסנשאפט און היסטאריע ביכער אויף ענגליש. דאס איז ווי אזוי איך האב אנגעהויבן. ווען איך בין געווען צען יאר און איך האב זיך דערזען אז איך האב שוין אויסגעליינט און איבערגעקייט דריי מאל יעדע איינציגסטע לעזבארע אידישע ווארט אין די שאפעס, האב איך זיך גענומען צו ענגליש, איך האב אנגעהויבן מיט קינדערישע ביכלעך ווי the ugly duckling (יא, לאכט נישט...) מיט א ווערטער בוך צו דער זייט, און אזוי בין איך געגאנגען שטאפל ווייז ביז איך האב שוין געקענט ליינען פליסיג אן ארטסקרול בוך פון די ביאגראפיע פון ר' משה פיינשטיין, און א נאוועל פון חיים זעלצער וואס מיר האבן צו מזל פארמאגט אינדערהיים. מיין טאטן זז"ג האט זיך נעבעך אויפגעגעסן זעענדיג אז זיין תכשיט האט זיך גענומען ליינען דעם טמא'נעם שפראך. ווען ער וואלט געוואוסט וואספארא ביכער איך ליין היינט וואלט ער שוין מוחל געווען דער שפראך אין וואס עס איז געשריבן.

איך האמיר אויסגעלערנט ענגליש אויסהערענדיג די ראדיא און ליינען גוישע צייטונגען פאר א לענגערע צייט. ס'ניטאמאל געווען מיין ציהל, נאר אגב.
אויפכאפן שפראכן איז א עקסטערע חוש, איך קען איינעם וואס האט קיינמאל נישט געלערנט ענגליש און ער האט זיך אין א קורצע צייט אליינס דערלערנט בעסער ווי אנדערע וואס האבן געלערנט.
DotComאויפכאפן שפראכן איז א עקסטערע חוש, איך קען איינעם וואס האט קיינמאל נישט געלערנט ענגליש און ער האט זיך אין א קורצע צייט אליינס דערלערנט בעסער ווי אנדערע וואס האבן געלערנט.
איך קען אים אויך.
[ציטאט אראפגענומען]
😂 you never fail to make me laugh lol
[ציטאט אראפגענומען]
שוין וועגען דעם האב איך געפרעגט מיין שאלה, איך בין ב"ה אויף א בעסערן צושטאנד ווי דו 😉 די ערעשטע פאראגראף וואס די האסט דערמאנט האב איך ב"ה גארנישט געליינט נישט בד"ץ נישט מסע המלכות וכו' און דוקא פון די שפעטערע וואס דו האסט געוואלט ליינען האט מיין טאטע (גראדע א מחנך) מיל געשטופט צו ליינען צו נתיבות שלום צו ר' אליהו דסלר, צו ר' דוד זריצקי (וואס איך געדענק וואו ער האט מיר ממש משכנע געווען אז איך וועל זיך מחיה זיין) אלע מנחם מענדל ביכלעך זענען געווען ר' שלמה יוסף זוין בקיצור איך דארף אביסל וייניגער וויינען.....
הייעלי רעקאמענדירט.
ס'דארף בקרוב ארויסצוקומען א דערהיינטיקטע ווערסיע. אבער אפי' אויב דער איז פון 1989 איז דאס ווערט. כ'ווייס נישט אויב די נייע וועט האבן די האנט געמאלענע אילוסטרירונגען.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk