☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » מיליאן דאלאר קאמפיין אין שוואונג

מיליאן דאלאר קאמפיין אין שוואונג

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2543

לעמאן דזשוס » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 7:57 pm

· #70353
מיליאן דאלאר קאמפיין אין שוואונג
התנצלות, היות שאשכול הסאמאטוכע כבר נוזל מחורי האף ע״כ חשבתי לנכון להציג אשכול חדש שידון בדבר צד צדדי מאותו האשכול. ויהי רחום יכפר

סוי אין א דירעקטע המשך צום ״עלילת שבעים וחמש״ וואס האט זיך נעבעך ביטערליך אויסגעלאזט יענע געלט איז געגאנגען פאר די שטאב אדוואקאטן וואס האבן נישט געקענט אפשטעלן די פראקורן און די דיעי פון ברוקלין צו איבערצייגן די צוועלף פארשוינען איבער די שולד פון נחמי׳ צבי בן דינה,

גרייטן זיך די עסקנים איצט צום צווייטן פאזע און זיי גרייטן אין די איצטיגע טעג אן א מאסיווע קאמפיין צו שאפן א מיליאן דולר, צו קענען אויפנעמען מיסטער עלען דערשאוויץ ער זאל פרובירן דאס זייניגע.

אפדעיט; א בחור׳ל פון די סאטמארע ישיבה קטנה אין וויליאמסבורג האט שוין פריער נאכמיטאג אריינגעקלאפט אין טיר אויסרופנדיג ״פדיון שבויים״ אויף מיין פראגע וועמען מען וויל פודה זיין איז געקומען די ענטפער ״נחמי׳ , וועבערמאן

ער זאגט אז די ישיבה האט פארלאנגט/ געבעטן מען זאל גיין

וה׳ יצליח דרכם

יתרו » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 9:17 pm

· #70376
האסט עם געדארפט פרעגן וואס נחמי' האט געטאן, אדער וואס ער האט נישט געטאן

געפילטע פיש » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 9:29 pm

· #70382
פארגינסט נישט יענעם אשכול אנצוקומען צו א מאה בלעטער? נאך צען בלעטער צו גיין.

אוהב דעת » מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 5:54 pm

· #70575
געפילטע פיש
פארגינסט נישט יענעם אשכול אנצוקומען צו א מאה בלעטער? נאך צען בלעטער צו גיין.

האסט טאקע מורא סוועט נישט אנקומען צו100 בלעטער?

געפילטע פיש » מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 6:17 pm

· #70590
נישט אויב יעדע קאמפיין וועט האבן אן עקסטערע אשכול, קודם די מיליאן דאלער, נאכדעם די דריי מיליאן דאלעק קאמפיין, צען מיליאן, אא"וו...

(זר, ס'נישט קיין קללה, נאר א דזשאוק)