☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » הלכות מאבד עצמו לדעת

הלכות מאבד עצמו לדעת

25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #254

קול גדול » זונטאג מערץ 25, 2012 4:05 pm

· #2679
הלכות מאבד עצמו לדעת
אינטערעסאנטע ארטיקעל איבער די נושא פון מאבד עצמו לדעת:
http://jewsonmoon.wordpress.com/2012/03/20/%D7%94%D7%AA%D7%90%D7%91%D7%93%D7%95%D7%AA-%D7%9B%D7%99%D7%A6%D7%93-%D7%96%D7%99%D7%95%D7%A3-%D7%9B%D7%9E%D7%A2%D7%98-%D7%A9%D7%99%D7%A0%D7%94-%D7%90%D7%AA-%D7%94%D7%94%D7%9C%D7%9B%D7%94/
איך האף אז רוב עולם דא (לפחות) פארשטייט העברעאיש ווייל איך האב נישט קיין כוח איבערצוטייטשן.

דולה ומשקה » מאנטאג מערץ 26, 2012 12:27 am

· #2790
Re: הלכות מאבד עצמו לדעת
ביי די מלחמת העולם האחרונה, ווען א איד איז געוועהן גרייט זיך צו לאזען הרג'ענען אנשטאט א צווייטען, איז ליידער ליידער ארויף געקומען אזעלכע שאלות וואס איז קיינמאהל עולה געוועהן על דעתם, אז זסיי גייען ברויכען צו וויסען תירוצים אויף אזעלכע שאלות, הי"ד. כידוע דער מעשה מיטן ווייצענער רב אין אוישוויץ. הי"ד.

אין די חסידישע וועלט דרייט זיך ארום עטליכע סיפורים, ווי צדיקים זענען גרייט געוועהן צו שטארבען אבער אלס כדי אז די שטאטסלייט אדער חסידים זאלען בלייבען לעבען ווי למשל ביי א מגיפה. געהערט א מאהל ווי איינער איז נו"נ צו דאס איז מאבד עצמו לדעת אדער היות דאס ראטעוועט א עדה אידען וכו'.

שמואל הלוי » מאנטאג מערץ 26, 2012 10:08 am

· #2808
Re: הלכות מאבד עצמו לדעת
דאס הייסט מסירות נפש, נישט איבוד עצמו לדעת ח"ו.

יידל » מאנטאג מערץ 26, 2012 10:14 am

· #2812
Re: הלכות מאבד עצמו לדעת
שמואל הלוי
דאס הייסט מסירות נפש, נישט איבוד עצמו לדעת ח"ו.

נאט סאו סימפיל. הרב אשרי אין שו"ת ממעקים טוט גוט דורך די שאלה.

שמואל הלוי » מאנטאג מערץ 26, 2012 10:18 am

· #2815
Re: הלכות מאבד עצמו לדעת
און וואס בלייבט ער צום סוף להלכה?

יידל » מאנטאג מערץ 26, 2012 10:22 am

· #2818
Re: הלכות מאבד עצמו לדעת
שמואל הלוי
און וואס בלייבט ער צום סוף להלכה?

מיינסט איך געדענק אויף אויסעווייניג? מסתמא בלייבט ער אז עס איז א מחלוקת הפוסקים... ערנס גערעדט, אפילו לאמיר זאגן אז ער בלייבט אז ס'איז מסירות נפש, איז עס אויך נאך דורכאקערן די ראשונים, נישט סתם געגאסן פון ארבעל ווייל אזוי זאגט די געפיל.

שמואל הלוי » מאנטאג מערץ 26, 2012 10:26 am

· #2823
Re: הלכות מאבד עצמו לדעת
אגב; איינער ווייסט די מקור פון המאבד עצמו לדעת אין לו חלק עולם הבא?

יידל » מאנטאג מערץ 26, 2012 10:34 am

· #2825
Re: הלכות מאבד עצמו לדעת
גוגל איז דיין פריינט.... כ'האב עס געגוגלט, און דער ערשטער ריזאלט איז געווען: <a class="postlink" href="http://www.kotar.co.il/KotarApp/Index/Chapter.aspx?nBookID=95486273&nTocEntryID=95489873">http://www.kotar.co.il/KotarApp/Index/C ... D=95489873</a>
דארט שטייט אזוי געשריבן:
"המימרה הרווחת בספרות ההלכה המאוחרת "המאבד עצמו לדעת אין לו חלק לעולם הבא , " אינה מצויה במקורות התלמודיים . מספר מפרשים עוסקים במציאת מקור למימרה זו . רמז למימרה זו ניתן למצוא במדרש שוחר טוב על תהלים , מזמור קכ : " וכן אתה מוצא בדואג שהרג עצמו ואין לו חלק לעולם הבא . " מימרה דומה מובאת על ידי ר' מנחם ב"ר שלמה במאה השתים עשרה במדרש שכל טוב לבראשית מד לד : "שכל המאבד עצמו לדעת יורד לגיהנם . " הרב מנחם מ' כשר מביא ( בתורה שלמה על פרשת נח , אות לא ) מקור לכך ממדרש תימני - אור האפלה ( בור אלצולם ) אשר חברו ר' נתנאל בן ישעיהו בשנת פ"ח : ( 1338 ) "את דמכם לנפשותיכם אדרוש - זה ההורג עצמו ואין לו חלק לעולם הבא"
דרך אגב האב איך שוין געטראפן דעם שיינעם ספר "המאבד עצמו לדעת": <a class="postlink" href="http://www.kotar.co.il/KotarApp/Viewer.aspx?nBookID=95486273">http://www.kotar.co.il/KotarApp/Viewer. ... D=95486273</a>

שמואל הלוי » מאנטאג מערץ 26, 2012 10:37 am

· #2827
Re: הלכות מאבד עצמו לדעת
יישר כחכם

בין הזמנים » דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 8:17 pm

· #230205
איינער ווייסט פארוואס למעשה האבן די חכמים געזאגט אז המאבד עצמו לדעת אין לו חלק לעולם הבא?
צו ווייל ער טוט קעגן די רצון הבורא אויב אזוי וואס איז עס אנדערש פון יעדע אנדערע עבירה וואס מען טוט איעדע עבירה איז דאך קעגן דעם רצון פונעם אייבערשטן?

פארוואס? » דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 8:40 pm

· #230214
בין הזמנים
איינער ווייסט פארוואס למעשה האבן די חכמים געזאגט אז המאבד עצמו לדעת אין לו חלק לעולם הבא?
צו ווייל ער טוט קעגן די רצון הבורא אויב אזוי וואס איז עס אנדערש פון יעדע אנדערע עבירה וואס מען טוט איעדע עבירה איז דאך קעגן דעם רצון פונעם אייבערשטן?

בפשטות איז עס אלס די כפיות טובה.

כ'האף אז עס איז אייך נישט נוגע למעשה...

נולד מאוחר » דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 8:51 pm

· #230217
איך קלער אלץ אז איינער וואס גלייבט באמת אין עולם הבא, העולם הזה דומב לפרוזדר. וואלט געדארפט ווארטן אוו ארויסקוקן אנציקימען דארט asap.
יתכן אז חז"ל האבן געוואלט אפהאלטן די ערליכע אידן פון יענע תקופה וואס האבן געטון השתדלת אנציקמען אהין.

חקרן » דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 11:26 pm

· #230281
איך האב אזא שאלה:

ווי באקאנט, אז אויב איינער וויל זיך מוסר-נפש זיין, כדי נישט צו דארפן עובר זיין אן עבירה, הרשות בידו. למשל אויב ער וויל נישט מחלל שבת זיין, האט ער רעכט זיך צו הרג'ענען כדי נישט צו דארפן עובר זיין דערויף, וכמה מעשיות יש בדבר וכבר נפסקה הלכה כותיהו, איך האב נישט יעצט די מקורות, אבער איך געדענק אז מען האט עס שוין אמאל דורכגעטאן און איך האב געהאט מקורות דערויף, ויבואו הידענים ויגידו.

יעצט איז די שאלה, אויב איינער שפירט, אז ער גייט אט אט עובר זיין אויף אן עבירה, למשל ער וויל זיך נעמען חלילה דאס לעבן און מען טאר דאך נישט דאס טון, ער וויל זיך ראטעווען דערפון, וויל ער זיך דערפאר הרג'ענען, כדי נישט צו זיין א מאבד עצמו לדעת, ס'טייטשט ער וויל זיך מונע זיין פון די עבירה פון המאבד עצמו לדעת, מעג ער זיך דעריבער הרג'ענען אז ער זאל נישט עובר זיין דערויף?

וואס איז די הלכה?

בין הזמנים » פרייטאג אקטאבער 24, 2014 12:25 am

· #230292
צו ער מעג זיך הרגענען כדי נישט צו זיין א מאבד עצמו לדעת.
ההההממממ......

בעצם לכאורה מעג מען זיך נישט מוסר נפש זיין פאר דעם וויבאלד דאס איז דאך נישט פון די דריי עבירות אויף וואס מען מעג זיך לאזן הרגנן.
אדער קען מען זאגן אז מען מעג יא נאר די חכמים האבן עס נישט געשריבן וויבאלד איינער וואס האלט דארטן געווענטליך איז אים שוין נישט קיין נפקא מינא אויב ער איז אויך מקיים א מצוה.

(דאס אלעס איז נישט למעשה)

איחוד פעלד » פרייטאג אקטאבער 24, 2014 11:22 am

· #230346
חקרן,

נעבעך, וכבר היה אז אינגלעך פין צוועלעף ביז פערצען האבען זיך גענומען דאס לעבען כדי נישט ווערען מאלעסטירט, און ביי די לוויה האט די משפחה געשריגען אז ער איז געוועהן א הייליג קינד. דמעת העשוקים אשר אין להם מנחם.

ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 3:58 pm

· #231741
מען דערציילט א מעשה אז איינמאהל איז א איד געקומען צום מלב"ים און האט איהם געזאגט און זיך אויפגיטהון אז ער האט שוין עובר געוועהן אויף אלע עבירות פון די תורה... חוץ פון מאבד עצמו לדעת.

האט איהם דער מלב"ים ג'ענטפערט... דער עבירה קאנסטו נישט עובר זיין ווייל אויב יא וועסטו מקיים זיין די מצוה פון... ובערת הרע מקרבך.

געוואלדיג » זונטאג יאנואר 3, 2016 7:35 pm

· #315866
שמואל הלוי
אגב; איינער ווייסט די מקור פון המאבד עצמו לדעת אין לו חלק עולם הבא?


מצאתי מקור בספר ליקוטי שושנים נאך וואס ער שרייב דאס בשם מדרש תלפיות ברענגט ער אז ספר תשובה מאהבה, והגהות יד שאול, ושו"ת מהרי"א כתבו שלא מצאו מקור לזה
ולפי עניות דעתי מצאתי מקור לזה מריש פרק חלק (סנהדרין צ.) דאמרו שם ד' הדיוטות אין להם חלק לעוה"ב וקחשיב שם אחיתופל ובגמ' לא נמצא שום טעם על אחיתופל מדוע אין לו חלק לעוה"ב ועיין בתוי"ט שם, ועל כרחך משום דאחיתופל היה מאבד עצמו לדעת כמו שכתוב ויצו אל ביתו ויחנק, ועל כן שגור בפי העולם דהמאבד עצמו לדעת אין לו חלק לעוה"ב, והוא נכון לדעתי

פרייוויליג » מאנטאג יאנואר 4, 2016 12:13 pm

· #315938
קען זיין אז עס איז טעם וריח, אבער איך בין נישט משיג וויאזוי איינער קען אוועקגעבן צייט פאר די נושא. וואס איז דאס מעלה ומוריד. המאבד עצמו לדעת איז די נידריגסטע שלב וואס א מענטש קען זיך דערקייקלען. וואס מען זוכט מלמד זכות צו זיין אויף מאבדים? יאאאאךךך

געוואלדיג » מאנטאג יאנואר 4, 2016 12:15 pm

· #315939
אז אזעלעכע חשוב'ע גאונים האבן געטראפן צייט פאר די נושא, זאל איך נישט אוועקגעבן אביסל צייט פאר דעם?

פרייוויליג » מאנטאג יאנואר 4, 2016 1:32 pm

· #315961
שמעקעדיג
פרייוויליג
המאבד עצמו לדעת איז די נידריגסטע שלב וואס א מענטש קען זיך דערקייקלען. וואס מען זוכט מלמד זכות צו זיין אויף מאבדים? יאאאאךךך

דאס איז זייער א שארפע סטעיטמענט. נידריג אין וועלכע הינזיכט?
יעדער האט דאך מורא פונעם טויט. א מענטש וואס האט גענומען די דרייסטקייט צו נעמען א סוף צו זיין לעבן מוז זיין אז ער איז געווען שרעקליך פארביטערט.
ווייניג מענטשן קענען זאגן אויף זיך "טוב מותי מחיי" מיט אן אמת.
א מענטש וואס טוט דאס איז געווענליך א ביטערע רחמנות. וואו קומט דא אריין נידריגקייט?

א מענטש פארמאגט מאראלן און שלבים. אויב איינער קומט צו צו די הכרה פון טוב מותי מחיי, און ער פירט עס אויס, מיינט דאס אז ער איז נאקעט און ליידיג פון סייוואספארא מענטשליכער מאראל און געפיל. אפגעזען וואס דאס האט אים צוגעברענגט. קענסט אים העכסטענס אנרופען רחמנות, אבער נידריג בלייבט ער, א מענטש פארמאגט נישט קיין ערגערע שלב אין לעבן ווי צו בלייבן אן קיין טראפ ניצוץ וואס איז מהוה די תואר אנושי.

שלום על ישראל » מאנטאג יאנואר 4, 2016 2:43 pm

· #315971
איגנאראנץ בלע"ז

פרייוויליג » מאנטאג יאנואר 4, 2016 3:46 pm

· #315980
איך האף אז דו קאנסידערסט עס נישט.

שלום על ישראל » מאנטאג יאנואר 4, 2016 3:57 pm

· #315983
פרייוויליג
שלום על ישראל
איגנאראנץ בלע"ז

איך האף אז דו קאנסידערסט עס נישט.

חס וחלילה, אבער כ'ווייס א זאך אדער צוויי איבער זעלבסמארד. כ'האב שוין געדערט צו מער ווי איינער (נישט הייסערהייט) וואס האט געהאט מחשבות אדער מער. וואס קענסטו פארשטיין? וויאזוי קען מען דאס מסביר זיין פאר א מענטש וואס איז קיינמאל נישט געשטאנען אין א מצב (יואש אדער כעמישע אומבאלאנץ), אפילו מ'זאל אהננעמען אז דו ווילסט פארשטיין? נישט מעגליך! ס'איז נעבעך אזוי פינסטער און שטיקעדיק פאר די מענטשן. רחמנות איז נישט דאס ווארט!

פרייוויליג » מאנטאג יאנואר 4, 2016 4:00 pm

· #315987
הצד השוה שבנינו אז אונז ביידע פארשטייען עס נישט. אפילו איינער זאל דיר דאס מסביר זיין וועט דאס דיך נישט אריינקריכן אין קאפ.

געוואלדיג » מאנטאג יאנואר 4, 2016 4:27 pm

· #315998
רחמנות יא, פארט נידריג.