☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » אשכול אן א טיטל #2536

אשכול אן א טיטל #2536

18 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2536

— » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 1:46 am

· #70069

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

ביבער » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 1:18 pm

· #70173
[ציטאט אראפגענומען]


לכאורה רעדט ער דארט נאר בשעת תפילה אין וואס סימן צ"ה איז עוסק. אלנפאלס קיין בפירוש'ער שו"ע איז עס נישט ווייל ס"ה איז עס א ט"ז וואס קריגט אויפ'ן ב"י וואס האלט אז קנאקן איז אייביג גוט...

(מסתבר איז אויך אזוי אז ער רעדט נאר בשעת תפילה, ווייל קנאקן די פינגער איז אמאל געווען א סימן פון צער ווי מ'זעהט דארט רב כהנא בעידן צערא בעלמא שדי גלימיה ופכר ידיו ומצלי, און בעידן דשלום האט ער נישט געקנאקט, פארוואס? ווייל אויב סגייט דיר גוט און די רעדסט דיך אפ ברענגט עס אראפ דינים, אבער שלא בשעת תפלה פארוואס זאל מען נישט מעגן קנאקן פינגערס? און כל שכן היינט ווען עס איז נישט א סימן צער?)

יאיר » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:08 pm

· #70409
ממי שאמרו, איך ווייס נישט צו איך וועל דיר אמאל קענען מוחל זיין פאר'ן אוועקנעמען די איינציגע הנאה גשמי וואס איך האב נאך אויף דער וועלט, נעמליך, צו געבן אזא געזונטער ק-ר-א-ך! מיט'ן פינגער אז עס זאל זיך הערן מיילן ווייט, און זיך שפירן אין אלע ביינער.

איחוד פעלד » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:15 pm

· #70412
דאס איז גוט.

אסאך מאהל דער עולם דאווענט שמו"ע און חלומ'ט געמיטלעך, און איינער גיט א קנאק מיט אצבע צרידה, און טראך, די גאנצע מנין גיט זיך א וועק אויף, און פארלירט די המשך צום חלום.....

און דער אמת אז ממישאמרו איז כשר גערעכט, עס איז דא א בפירושער איסור אויף וועקען איינער אין מיטען חלומען, אלזא, לאמיר זיך מקבל זיין, קיינמאל מער נישט מאכען די קנאקען, און אזוי ארום וועט דער עולם ווייטער קענען חלומען וינוחו בשלום על משכבותם, ונראה מה יהי' חלומותיו.

געפילטע פיש » מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 12:06 am

· #70424
די באבעס פלגען זאגן אז קנאקען ברענגט אז די הענט זאלן ציטערען ווען מ'ווערט אלט. אל תטוש.

נו גוט נו » מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 12:10 am

· #70425
ממי, קיינמאל נישט געוויסט דערפון אז עס ברענגט אראפ דינים שכח.
חוץ מזה וואס שפעטער ווארפט זיך די הענט ה"י,
געפילטע האקט איך שיק אבער...

געפילטע פיש » מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 12:25 am

· #70427
איך האף דו ווייסט אז דאס פלעגן די באבעס זאגן בבחינת אל תטוש, אבער מיט מציאות האט דאס גארנישט צו טוהן.
אויב גלייבסטו מיר נישט אויפן ווארט קוק דא.

א געוויסע דר. דניאל אונגאר האט ספעציעל געקראכט יעדן טאג די פינגער נאר פון זיין לינקע האנט, און קיינמאל נישט די רעכטע האנט, פאר איבער זעכציג יאר! אין 2009 האט ער געוואנען די איג-נאבעל פרייז אין מעדיצין פארן איבערווייזן אז זיין לינקע האנט איז געווען פונקט אזוי געזונט ווי די רעכטע.
מקור

טעפל » מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 9:54 am

· #70446
געפילטע פיש
איך האף דו ווייסט אז דאס פלעגן די באבעס זאגן בבחינת אל תטוש, אבער מיט מציאות האט דאס גארנישט צו טוהן.
אויב גלייבסטו מיר נישט אויפן ווארט קוק דא.

א געוויסע דא. דניאל אונגאר האט ספעציעל געקראכט יעדן טאג די פינגער נאר פון זיין לינקע האנט, און קיינמאל נישט די רעכטע האנט, פאר איבער זעכציג יאר! אין 2009 האט ער געוואנען די איג-נאבעל פרייז אין מעדיצין פארן איבערווייזן אז זיין לינקע האנט איז געווען פונקט אזוי געזונט ווי די רעכטע.
מקור

שכוח געפילטע, אפילו איך האב אין מיין לעבן קיינמאל נישט געקראכט מיין פינגער'ס האב איך נאך אלץ געגלייבט אז ס'איז שטותים די איינרעדעניש אז ס'וועט שאדען עלטערערהייט, אבער דאך זעהט אויס ס'איז אן איסור ווי ממשאמרע זאגט.

אריק » מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 4:34 pm

· #70555
דאן וואס איז יא דער אורזאך פאר די ציטערדיגע הענט?

DotCom » מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 4:59 pm

· #70562
עס פילט זיך ווי מיינע פינגער'ס בעטן זיך פאר א קנאק נאכן ליינען דעם אשכול.

גימפל » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 9:25 pm

· #70958
ישר כח הרב אנאנים פאר מעורר זיין ( אדער אפשר נישט, מוטב שיהיו שוגגין ואל יהיו מזידין?).

אבל מהיכן דנתוני אז א טו"ז איז שוין אן אויטמאטישער בפירוש'ער שו"ע?

צווייטענס, וואס מיינט דאס 'ברענגט אראפ אויף זיך דינים'?

לאדיך אפ » דינסטאג דעצעמבער 18, 2012 11:28 pm

· #70998
ברענגט אראפ דינים מיינט אז פון הימל איז מען דן מער מיט דין ווי יט רחמים.

נו גוט נו » מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 12:33 am

· #71023
אריק
דאן וואס איז יא דער אורזאך פאר די ציטערדיגע הענט?

געפילטע פיש » מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 1:29 am

· #71028
נו גוט נו
אריק
דאן וואס איז יא דער אורזאך פאר די ציטערדיגע הענט?

קען זיין אפאר זאכן, געוויסע ארטרייטיס מאכט די הענט ציטערען, נידעריגע צוקער, צו סאך קאפין (ד.ה. זיך צו סאך דרייען אין קאווע שטיבל), אנדרענאלין, פאניק, און ערענסטערע זאכן ווי פארקינסאנס, מוח דעמעדזש, MS, און איבעראקטיווע טיירויד.

שמעקעדיג » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 1:17 pm

· #73109
געפילטע פיש
נו גוט נו
אריק
דאן וואס איז יא דער אורזאך פאר די ציטערדיגע הענט?

צו סאך קאפין (ד.ה. זיך צו סאך דרייען אין קאווע שטיבל), פאניק,


אוי געוואלד. די צוויי זאכן איז יעצט ביי מיר כשני כתובין הבאין כאחד!
איז נאך דא א וועג צוריק?

געפילטע פיש » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 1:27 pm

· #73115
פאניק מאכט דיר קומען אויף קאווע שטיבל, אדער די פארקערטע?

נו גוט נו » מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 1:30 pm

· #73116
געפילטע פיש
פאניק מאכט דיר קומען אויף קאווע שטיבל, אדער די פארקערטע?

אוי ווי עס מאכט אים לויפן, קוק נאר מיט וואספאר א געוואלד ער איז אריין געקומען.

שמעקעדיג » דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2012 11:16 am

· #73345
פון ליינען צופיל אויף קאווע שטיבל בין איך אריין אין א היסטעריע און פאניק, נאכן ליינען געפילטעס אפשאצונג.