☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » אשכול אן א טיטל #2534

אשכול אן א טיטל #2534

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2534

— » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 12:58 am

· #70060

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

קאווע טרינקער » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 3:35 pm

· #70252
ממי-, נאך פליז

עוד מישהו » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 3:56 pm

· #70265
אז מ'רעדט שוין פון בארבארן, די אלטע נאמען פון די גערמאנישע (דייטשן ועוד) פעלקער, איז געווען בארבארן.
אין צפון אפריקע איז אויך דא א מינאריטעט פאלק וואס ווערן נאך ביז היינט גערופן בערבערן.
פארוואס? אפשר איז דאס וואו מ'האט פריער דערמאנט, זיי זענען געווען אנדערש וואו די יוונים, איך ווייס נישט.

קליינע רעבעלע » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 6:35 pm

· #70323
ממי שאמרו הערליך שיין
גיי אן מיט דיין ארבערט

יידל » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 6:44 pm

· #70327
ר' ממי שאמרו, הערליך שיין, כראוי וכיאות לחכם כמותך. כמותך ירבו בקאווע שטיבל!.

איך וועל נאר מעיר זיין איין נקודה. עס איז מיר א פלא אז דו לאזט אויס די חלק אז אלכסנדר איז געווען א תלמיד מובהק פון אריסטו און אסאך פון זיינע פילאזאפיעס (בפרט איבער איינעמען די וועלט כדי עס צו באפרייען פון די "חשכות") האט ער קונה געווע פון אריסטו.

איחוד פעלד » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 7:02 pm

· #70335
, ווי א קאלט בלוטיגע רוצח וועלכע נעמט איין דריי פערטל וועלט און זייט אן א חורבן (דערמאנט עפעס פון בוש?).


פירוש המילות ביטע.

און בוש?

יידל » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 7:18 pm

· #70342
[ציטאט אראפגענומען]

נישט באמערקט דעם שורה דארט. כ'האב זיך פארגעשטעלט אז אזא ידען ווי דיר וואלט נישט אויסגעלאזט אזא וויכטיגער פרט.

יאיר » זונטאג דעצעמבער 16, 2012 8:04 pm

· #70360
א הערליכער מאמר. איך האב נאר איין נקודה צוצולייגן. אלכסנדר איז געווען א גרויסער שטיצער פון diversity. דאס מיינט אז ער האט ליב געהאט א מישמאש פון אלע סארטן קולטורן, און אלע גלויבנס זענען געווען וועלקאם, ער האט נישט געזוכט צו אויסרייסן די קולטור פון אלע לענדער און עס ערזעצן מיט העלעניזם, נאר צו אריינברענגען נייע געדאנקען אין צוגאב צו די ביז איצטיגע. דערפאר האט ער אויך חתונה געהאט מיט די פרינצעסינס פון פארשידענע לענדער, כדי אז אלעס זאל ווערן איין גרויסע צוזאמענשמעלצונג, און דערפאר האט אים אויך נישט געשטערט אז די אידן האלטן אן זייער רעליגיע.
אגב, איך בין מחולק מיט דעם צושטעל פון בוש צו אלכסנדר. אלכסנדר האט געזוכט צו זיין בעל הבית אויף די לענדער וואס ער האט איינגענומען און עס פירן לויט ווי אזוי אים שמעקט. בוש האט אינוואדירט איראק פאר א פונקט פארקערטע סיבה, כדי צו אראפווארפן א דיקטאטור און לאזן דאס פאלק פירן דאס לאנד לויט ווי אזוי זיי שמעקט. העלעניזם איז אפשר געווען באטראכטן אלס א דעמאקראטיע אין יענע יארן, אבער עס איז לגמרי דאס פארקערטע ווי די היינטיגע דעמאקראטיע.

אריק » מאנטאג דעצעמבער 17, 2012 3:39 pm

· #70538
[ציטאט אראפגענומען]


שקויעך פארן דערמאנען. איך האב געדענקט דעם געדאנק פון ערגעץ.

יתרו » זונטאג יאנואר 13, 2013 9:57 pm

· #79676
האלו ממי שאמרו עס איז שוין דורך צווי וואכן נישט איינס