מאלעסטינג סקאנדאל אין Yeshiva University
41 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2524
מאלעסטינג סקאנדאל אין Yeshiva University
א מאלעסטינג סקאנדאל הויבט זיך אן קאכען אין Yeshiva University וואס זיי געבן ארויס די רע-בנים וואס רייסן אראפ די חרדים און יעדע ערליכע מנהג ווי זיי קענען נאר (און ביי זיי איז עמטלעך דא א תועבה קלאב)
ס'קומט ארויס אז ס'איז פאר געגאנגען מאלעסטינג דורך א''ג רבנים רשעי ישיבות, און די מנהל פארענטפערט זיך אז ער האט געהאט וויכטיגערע זאכען צו טון (ווי צו ראטעווען קינדער מרדת שחת.
Lamm further defended his lack of action by saying he was preoccupied at the time with YU’s precarious financial situation. “The question of homosexual relations by teachers or principals…was not that clear, and it was not that significant relative to other things that we were dealing with” at the time, Lamm said
דאס איז א מוסר השכל פאר די ''מה יפית'' חברה, וועם ווילט איר געפעלען ? פאר די נידריגסטע פון די נידריגסטע
<a class="postlink" href="http://www.vosizneias.com/119327/2012/12/13/new-york-report-yeshiva-university-caught-up-in-abuse-scandal">http://www.vosizneias.com/119327/2012/1 ... se-scandal</a>
אוי וויי! ווי גייט
קול דודי גיין יעצט
ווען די רעפארט קומט ווען ארויס קעגן א חסידישע מוסד וואלט די ענטפער תיכף געווען 1) יעצט דערמאנען זיי זיך איבער עפעס וואס האט פאסירט אין די 1970ס? עפעס איז פישי 2) מ'האט דאך דאן געטוהן צו די זאך בשתיקה 3) די פארווארטס זענען אנטיסעמיטען וועלכע ווילן אונז באשמוצן.
קודם כל 1995 איז נישט אין די 1970ס , און פארגעס נישט דער פינקעלשטיין איז דערנאך געווארען א מנהל אין א סקול אין פלארידא.
a number of students were repeatedly sexually abused by two staff members – identified as Talmud teacher Rabbi Macy Gordon and former high school principal Rabbi George Finkelstein – during the later part of the 1970s and early 1980s at the YU High School For Boys in Manhattan.
לכאורה אין 1995 האט מען דאס ערשטע מאל געדיעלט דערמיט.
אהה כ'פארשטיי אז ס'געווען א מעשה אין 1970 טאר איך נישט רעדן פון א שפעטערע מעשה וואס מ'האט געמאכט א שווייג, אז דערנאך וואס ער איז ''שטילערהייט'' געגאנגען, איז ער ר''ל געווארען א מנהל אין א סקול .
No one said this doesn't happen in other orthodox circles. The important thing is that everyone should take action in these situations. Investigate and throw out and report these people if necessary. And the forward doesn't discriminate. They hate all religious Jews. The whole thing is heartbreaking.
און אז וויי יו מעג מאלעסטערן קינדער, מעגן חסידישע אידן עאכו"כ!...
(זר, דער דריי פינטעלעך צייגן אויף סארקאזם...)
די נקודה איז אז מ'האט זיי געלאזט גיין טרעפן ארבעט וואו זיי האבען ווייטער געהאט קאנטאקט מיט קינדער
מאראל פונעם געשיכטע: פון פענן סטעיט אוניווערזיטעט ביזן קאטוילישען קירכע, פון YU ביז UTA. קראנקע מענטשן זענען דא איבעראל, און קאוועראפס זענען דא איבעראל. קיינער איז נישט אימיון.
פון זיי דארפן מיר זיך לערנען! פון די 'עליטע' אידן, די וואס ווייסן וויאזוי צו אפהיטן אויף די קינדער פון מאלעסטערס, די וואס ווייסן וויאזוי צו שימפן אויף די פרומע און געבן הדרכה אין אידישקייט, די וואס גנב'ענען נישט קיין קליין געלט, נאר 'מעידאף סטייל' - ביליאנען אויף אמאל, לאמיר קוקן וויאזוי זיי 'נעמען קעיר' פון מאלעסטעישאן אין זייערע שולעס, נישט אונטער א קליינע נארישע קארפעט דארף מען עס ווארפן, נאר אזא גרויסע פענסי 'מעידאף סטייל' קארפעט, ווי ס'פאסט פאר די עליטע מאדערן ארטאדאקסישע אידן, אזוי אז ס'זאל פארשוויגן ווערן פאר גוטע 30 און 40 יאר.
קפנדריא, איך שפיר אז דו ליידסט פון אן אינפעריער קאמפלעקס. פארוואס דארף מען זיין ביזי א גאנצע צייט קאמפערן און צושטעלן דען צו יענעם "אונז" צו "זיי"? יעדער דארף טון דאס ריכטיגע און פערטיג. עס זענען איבעראל דא מאנסטערס, און עס זענען איבעראל דא מענטשן וואס קאווערן פאר מאנסטערס. און איבעראל דארף מען ארבעטן דאס צו פארבעסערן.
ניין יודל ניין. דא שטעלט זיך עס אפ! וואו איז נחום יעצט? - וואו זענען אלע שרייערס? פארוואס פונקט יעצט איז שטיל?
מיין פראבלעם איז נישט יעצט צי עס איז דא צי נישט. דער ענטפער ווייס איך סיי ווי אז איבעראל איז דא. מיין פראבלעם איז אז דארט פארשווייגט מען עס! יא, מען פארשווייגט מאלאסטעישן, די היץ-קעפ וואס טענה'ען אז זיי שטעלן זיך ארויס פאר די קינדערלעך, זיי זענען דא שטיל. זיי פארשווייגן מאלעסטעישן און באדעקן עס אונטער די קארפעט. היה לא תהיה. אונזערע קינדער זענען נישט הפקר.
פארוואס קומען זיי נישט ארויס דא, און נאר ביי אונז קומען זיי ארויס?
'דאס' איז דער פראבלעם.
קפנדריאפון זיי דארפן מיר זיך לערנען! פון די 'עליטע' אידן, די וואס ווייסן וויאזוי צו אפהיטן אויף די קינדער פון מאלעסטערס, די וואס ווייסן וויאזוי צו שמיפן אויף די פרומע און געבן הדרכה אין אידישקייט, די וואס גנב'ענען נישט קיין קליין געלט, נאר 'מעידאף סטייל' - ביליאנען אויף א מאל, לאמיר קוקן וויאזוי זיי 'נעמען קעיר' פון מאלעסטעישאן אין זייערע שולעס, נישט אונטער א קליינע נארישע קארפעט דארף מען עס ווארפן, נאר אזא גרויסע פענסי 'מעידאף סטייל' קארפעט, ווי ס'פאסט פאר די עליטע מאדערן ארטאדאקסישע אידן, אזוי אז ס'זאל פארשוויגן ווערן פאר גוטע 30 און 40 יאר.
אזוי גוט ארויסגעברענגט, אשאד מ'קען נישט לייקן 10 מאל.
נישט ווייל ביי אינז טאנצען נישט מענער מיט פרויען - איז דא ביי זיי אין יעשיבע GAY CLUBS.
נישט ווייל ביי אינז גייען די פרויען צניעות'דיג - טוט מען ביי זיי מאלעסטען און מ'באהאלט דאס.
נישט ווייל ביי אינז גייט מען בארד און פיאות - האט מעידאף באגנבט50 ביליאן.
נאר ווייל זיי האבען די פארדארבענע חינוך, און זיי האבן נאך די חוצפה ארפצורייסען אונזער וועג פון חינוך, ממש א עקל,.
אזוי קען מען אויסרעכענען הונדרעטער ביישפילען
דרך אגב א חילוק ציווישען רובאשקין VS מעידאף
רובאשקין, 25 מיליאן
מעידאף, 50 ביליאן, 200 מאל אזוי סאך
רובאשקין, האט באצאלט, ביז די רעגירונג האט אים באנקרעטירט.
מעידאף, גניבה לשם גניבה.
רובאשקין, שאדען געמאכט פאר בענקס
מעידאף, געגנבט פון יחידים, צדקות, ארג. וכו'
A couple things I'm curious about. What exactly does this YU thing have to do with Weberman? Why does there have to be a comparison for everything?
Where does Madoff come into the picture?
געוואלד געשריגןA couple things I'm curious about. What exactly does this YU thing have to do with Weberman? Why does there have to be a comparison for everything?
Where does Madoff come into the picture?
are you for real, look at there comments and interviews all over.
outspokenגעוואלד געשריגןA couple things I'm curious about. What exactly does this YU thing have to do with Weberman? Why does there have to be a comparison for everything?
Where does Madoff come into the picture?
are you for real, look at there comments and interviews all over.
Yup. But notice YU's reaction
[ציטאט אראפגענומען]
"יאנקל", גוט געשריבן.
מסביר צו זיין מיין פוינט, דארף מען עס צוטיילן אין 3 חלקים:
1. ווי אזוי א institution ווי א קהלה, קאמיוניטי, קאלעדזש, להבדיל א קלויסטער דילען מיט די פראבלעם פון מאלעסטינג.
2. מעשה נחמי' וועבערמאן.
3. עצם חינוך פון א קהלה.
איצט לאמיר אנהויבען, איינס ביי איינס:
1. ווי אזוי א institution ווי א קהלה, קאמיוניטי,קאלעדש, להבדיל א קלויסטער דילען מיט די פראבלעם פון מאלעסטינג.
ווי ס'קוקט אויס האט מען ביז 30-40 אר צוריק נישט פארשטאנען די דעמעדזש וואס מאלעסטינג טוט (און ס'דא א סברא אז אמאל האט דאס נישט אזוי געשאדט ואכמ'''ל) און ס'האט גענומען צייט ביז מ'האט זיך געעפענט, די ערשטע איז געווען דער פרייער גוי וואס אז נישט צוגעבונדען צו קיינעם, דערנאך בערך 10 יאר צוריק האט זיך די קלויסטער געעפענט, דערנאך אז געקומען די קאלעדשעס, איצט האלט מען ביי די היימישע, ס'שוין דא אסאך רבנים (אויך לאבאביטץ) וואס האלטן אז א מאלעסטער האט א דין רודף און מ'דארף אים איבערגעבען צו די פאליציי, סאטמאר האלט נישט דארט די DA פלאנט צו ארבעטן דערויף.
2. מעשה נחמי' וועבערמאן.
לענ''ד איז ער געפאלען א קרבן פון די נישט פראפשענעליזם ווי אזוי מ'האט געדילט מיט פראבלעמאטישע קינדער, (ווי זיצן 3 שעה, פארן צו אן אנדערע שטאט, נישט זיין לייסענסד, און מ'קען צולייגען ווייל ער איז א חסיד'ישע איד) דערפאר האט אים די דשזורי געפינען שולדיג ר''ל, ד' יצילהו מכל צרה. האפענטליך אז מ'וועט יעצט אנהויבן צו ארבייטן מיט לייסענס סייקאלעדזשיסט.
3. עצם חינוך פון א קהלה.
קענען מיר זיך הייבן די קעפ און זאגן, ב''ה מיר האבען א שיינע חינוך, NO CRIMES AND DRUGS, אונזער קינדער וואקסען אויף לד' ולתורתו, אז ס'איז א שטאלץ פאר אונזערע אבות הקדושים. (אנדערש ווי תורה ומדע ווי ס'איז שוין אפילו דא תועבה CLUBSׂ )
יעצט, צו מיין פוינט, ווען ס'דא א מאלעסטינג סקאנדאל אין סאטמאר הערט מען נישט פון די א''ג מאדערן ארטעדאקס שרייען, אז סאטמאר האלט דארט ווי זיי האבן געהאלטן 10 יאר צוריק (ווי דער DA שרייט), נאר די לאנגע קליידער, דיקע זאקען, מענער און פרויען אפגעטיילט ועוד ועוד דברים של קדושה, דאס באדערט זיי און דאס שרייען זיי מיט זייער שנאת היהדות (כאטש איינס האט נישט מיט די צווייטע).
כנלענ''ד.
יאנקל האט גוט געזאגט, עס זענען דא קאוועראפס ביי יעדן. די שאלה איז, ווי אזוי באהאנדלט מען עס. ביי פען סטעיט האט מען אפגעזאגט דעם אלטן דזשאו פעטערנאו צוליב דעם. דאס איז אזוי ווי סאטמאר זאל אפזאגן דעם רבי'ן פון זיין פאזיציע ווייל ער האט זיך נישט וויסנדיג געמאכט פון די מאלעסטעישן קלאגעס. און לאמיר זיין קלאר, די וויי יו און פען סטעיט זענען נישט מער עמפינדליך צו דעם ווייל זיי זענען גרעסערע צדיקים, נאר ווייל זיי ווייסן אז זיי גייען צאלן א פרייז אויב זיי שטעלן זיך נישט צו, און דעריבער האבן זיי איגנארירט די קלאגעס אין די פירסט פלעיס. אבער סאטמאר דארף גאנץ קנאפ מורא האבן אז מען וועט אויפהערן שיקן זייערע קינדער אין די מוסדות, דערפאר קענען זיי טון וואס זיי ווילן.
צו די וואס שימפן אויף די וויי יו אז דאס קומט צוליב זייער פארדארבענע חינוך, וואלט איך געוואלט פרעגן מיט וואס זיי זענען אנדערש ווי די מאדערנע אדער גויים וואס באשולדיגן די חסידישע אידן אז זייער חינוך סיסטעם ברענגט אזעלכע אדער אנדערע קרבנות.
אגב, מיר זעט אויס אז דאס איז נישט געווען קיין עכטע מאלעסטעישן קעיס, נאר א האמאסעקסועלע שייכות צווישן די לערערס און די ערוואקסענע מענער.
איך גלייב נישט וואס מיינע אויגן זעהן! צו זעהן זיי ריכטיג? אידן טאנצן און שפרינגן פאר פרייד אז מ'האט געכאפט אנדערע אידן מיט עבירות? און אז מ'האט עס מפרסם געווען ברבים? אזא הנהגה פאסט פאר די אפגעפארענע וואס קומען פראטעסטירן פארנט פון די ארמארי געביידע אין וויליאמסבורג אום כ"א כסליו, נישט פאר היימישע חסידישע אינגעלייט.
מורינו הרבניין יודל ניין. דא שטעלט זיך עס אפ! וואו איז נחום יעצט? - וואו זענען אלע שרייערס? פארוואס פונקט יעצט איז שטיל?
מיין פראבלעם איז נישט יעצט צי עס איז דא צי נישט. דער ענטפער ווייס איך סיי ווי אז איבעראל איז דא. מיין פראבלעם איז אז דארט פארשווייגט מען עס! יא, מען פארשווייגט מאלאסטעישן, די היץ-קעפ וואס טענה'ען אז זיי שטעלן זיך ארויס פאר די קינדערלעך, זיי זענען דא שטיל. זיי פארשווייגן מאלעסטעישן און באדעקן עס אונטער די קארפעט. היה לא תהיה. אונזערע קינדער זענען נישט הפקר.
פארוואס קומען זיי נישט ארויס דא, און נאר ביי אונז קומען זיי ארויס?
'דאס' איז דער פראבלעם.
ס'זעט מיר אויס אז דו האסט פארפאסט אז די מעשה האט פאסירט פאר איבער 30 יאר צוריק. היינט איז אן אנדערע מעשה אין YU. ברענג א היינטיגע מעשה אין YU אין דעמאלטס וועסטו האבן טענות אויף די אלע שרייערס.
אוטספאוקן, זיי מיר מוחל אבער טו די בעסט אף מיי קנאלידזש האט מיסטער מעידאף נישט געלערנט, און אויך נישט שטודירט אין ישיבה יוניווערסיטי, סוי ער איז כלל נישט די רעדע
און יענקל, הענדס אפ צו דיר, מאכסט זייער זייער א שטארקע וואלידע פונקט בנוגע די שטארקע קאנטראסט וויזוי סאטמאר האט אפגעענטפערט די סקאנדאל און וויזוי וויי יו האט עס געטון
אבער דאס אז קעגן רייכמאן איז דא ״שטארקע״ באשולדיגונג וויל איך דיר פרעגן וואס זענען זיי, איז ענגלמאן׳ס ווארט א שטאאאררקע באשולדיגונג, למה
און הכלל, מהיום והלאה עניבאדי וואס קומט נאך וויפיל יאר אים געפעלט און דערציילט א אויסגעזויגענע געשיכטע פון ווען ער איז געוועהן זיבן יאר אלט דארף מען ארויסווארפן דעם באשולדיגטן....אפילו ביים ״אויפגעקלערטן גוי״ איז דאך דא אזא זאך ווי סטעטשו אף לימיטעישן
לעמאן דזשוסאוטספאוקן, זיי מיר מוחל אבער טו די בעסט אף מיי קנאלידזש האט מיסטער מעידאף נישט געלערנט, און אויך נישט שטודירט אין ישיבה יוניווערסיטי, סוי ער איז כלל נישט די רעדע
Merkin, a graduate of Columbia College and Harvard Law School, was a
trustee, along with Madoff, of Yeshiva University,
<a class="postlink" href="http://articles.chicagotribune.com/2012-06-24/business/sns-rt-us-madoff-fraud-merkinbre85n0k5-20120624_1_ezra-merkin-madoff-customers-ponzi-schemer-bernard-madoff">http://articles.chicagotribune.com/2012 ... ard-madoff</a>
Until resigning from both posts last week following his arrest,
Madoff served as treasurer of Y.U.'s board of trustees and chairman of its Sy Syms School of Business.
<a class="postlink" href="http://www.jta.org/news/article/2008/12/14/1001526/yeshiva-university-rocked-by-madoff-fraud">http://www.jta.org/news/article/2008/12 ... doff-fraud</a>
נישט אז ער האט דארט געלערנט אדער שטודירט....
ער איז געוועהן א טראסטי וכדומה, ער האט געטון ״ביזנעס׳ (אויך מיר ביזנעס( מיט זיי, זיי האבן ביי אים אינוועסטירט עטליכע מיליאן דאלאר....
ביטע מעידאף איז וויי יו׳ניק אזוי ווי וועבערמאן פירט סאטמאר
מיט וועלכע קני מדה מעסט זיך נאמנות פון א מענטש דורכ׳ן בלויזן שריי
אז איינער שרייט אז דיין הויז איז זיינס און ער איז גרייט צו ליארמען אין שטאט דערפאר איז וואס, ובכן המוציא מחבירו עליו הראי׳ זאגן חז״ל אין ב״ק למה לי קרא סברא היא, מאן דכאיב ליה כאיביה אזיל לבי אסיא
ובפרט אז ער דער שרייער האט נישט וואס צו פארלירן, נאר געווינען אביסל נויטיגע סימפאטיע פון זיין מאמע׳ן און אזוינע ווי דיר
אין וועלכן לאגיק שטייט אז שרייען ווייזט אן אויך די ווארהייט פונעם געשריי
זאג, אז די פאלעסטינע שרייען אז דאס לאנד צווישן ים התיכון און דעם ירדן געהער צו זיי, זאגט עס שוין עפעס, ועוד זיי זענען גרייט זיך זעלבסט צו מארדן פאר דעם געשריי אלא מאי איז וואס
און אז די סאטמארע פארטיי יונגלעך שרייען אין וויליאמסבורג שאבעס איז שוין פשט אז עס קיין עירוב נישט פארהאן
ווען איך בין ווען סאטמאר'ס יועץ וואלט איך אויך אזוי געראטן, שיק ווייטער און געגאנגען, אבער אביסל האב איך געהערט פון אונטער די קוליסן, סאטמאר האט אים געשיקט לופטערן אויף איין יאר, און זיי האבן געטון א געוואלד ריסורטש און אויספארשונגען, איך וויל נישט אריינגיין אין פרטים, ער איז זייט דעמאלס דורך די הנהלה אונטער א שטארקע ספאט לייט, ער איז ארויסגעקומען פון די אלע באשולדיגונגען ריין ווי א תינוק בן יומו.
מיט דעם אלעס וואלט איך נאך אלס געראטן סאטמאר זאל אים ווען באזייטיגן, איך מיין אז אויף דעם יאר האבן זיי אים געבעטן נישט צוריק צו קומען.
איך וויל פרעגן יעדן איינעם דא אין שטיבל.
אויב קלאגט איינער אן א מלמד, וועגן מאלסטעישין, אין די מוסד פארשיקט יענעם, און נאכדעם מאכט מען אלע מיני חקירות ובדיקות, און מען זעהט אז אלעס איז שוא ושקר, איז נאך דא א וועג צוריק פאר דעם מלמד, אזער זאל ער גיין צו אלע שווארצע רוחות ?
יידלמאראל פונעם געשיכטע: פון פענן סטעיט אוניווערזיטעט ביזן קאטוילישען קירכע, פון YU ביז UTA. קראנקע מענטשן זענען דא איבעראל, און קאוועראפס זענען דא איבעראל. קיינער איז נישט אימיון.
יידל, אבער דעם מאראל פון די געשיכטע וועסטו נישט געפונען נישט אינעם טיימס, נישט אינעם דעילי ניוס און אויך נישט אינעם פאוסט. דארט וועסטו נאר טרעפן שוידערליכע, גרויליגע און שרעקעדיגע העצערייען קעגן חסיד'ישע אידן...
און ביי געוויסע מה יפית אידן איז דאס גאר א גוטע זאך
[ציטאט אראפגענומען]
אנאנים, מסכים, אבער נישט נאר מיט דעם, נאר מיט אלעס וואס קומט פון די גוי'אישע גאס זענען מיר אינטערשטעליג, מיט דאס גוטע און מיט דאס שלעכטע. ביי אונז טרעפסטו נאך נישט איגעלייט מיט ביבער הוטן וועלכע וואוינען צוזאמען אין א דירה אלס טאטע און פערענט און האבן אויך אריינגענומען אן אויפצאכטלונג וגו' וכו'.
סאו גיב אונז א טשענס און מיר וועלן אויך מאכן אביסל סדר מיט מאלעסטערס. גיב אונז דעם בענעפיט פון צייט אזוי ווי וויי יו טענה'ט אז עס קומט זיי. אבער מען טוט דאס נישט. מען כאפט זיך ארויף אויף אונז ווי אויף א געבראטנס און מען האקט אריין אין אונז ווי מיר וואלטן ווען באמת געווען קאלטבלטיגע מענטשן פרעסער.
יאיריאנקל האט גוט געזאגט, עס זענען דא קאוועראפס ביי יעדן. די שאלה איז, ווי אזוי באהאנדלט מען עס. ביי פען סטעיט האט מען אפגעזאגט דעם אלטן דזשאו פעטערנאו צוליב דעם. דאס איז אזוי ווי סאטמאר זאל אפזאגן דעם רבי'ן פון זיין פאזיציע ווייל ער האט זיך נישט וויסנדיג געמאכט פון די מאלעסטעישן קלאגעס. און לאמיר זיין קלאר, די וויי יו און פען סטעיט זענען נישט מער עמפינדליך צו דעם ווייל זיי זענען גרעסערע צדיקים, נאר ווייל זיי ווייסן אז זיי גייען צאלן א פרייז אויב זיי שטעלן זיך נישט צו, און דעריבער האבן זיי איגנארירט די קלאגעס אין די פירסט פלעיס. אבער סאטמאר דארף גאנץ קנאפ מורא האבן אז מען וועט אויפהערן שיקן זייערע קינדער אין די מוסדות, דערפאר קענען זיי טון וואס זיי ווילן.
צו די וואס שימפן אויף די וויי יו אז דאס קומט צוליב זייער פארדארבענע חינוך, וואלט איך געוואלט פרעגן מיט וואס זיי זענען אנדערש ווי די מאדערנע אדער גויים וואס באשולדיגן די חסידישע אידן אז זייער חינוך סיסטעם ברענגט אזעלכע אדער אנדערע קרבנות.
אגב, מיר זעט אויס אז דאס איז נישט געווען קיין עכטע מאלעסטעישן קעיס, נאר א האמאסעקסועלע שייכות צווישן די לערערס און די ערוואקסענע מענער.
ר' יאיר אנטשולדיגט מיר. עס איז נישט נאר נישט קיין פארגלייך, נאר לגמרי צוויי אנדערע זאכן. קודם לאמיך דיר זאגן אז דשאו פאטערנאו אין פען סטעיט איז געווען זייער ווייט פון וואס דער רבי איז אין סאטמאר, ער איז געווען מער עפעס אזוי ווי א, לאמיר זאגן, ר' זלמן לייב פילאף, אדער כ'ווייס (כ'בין נישט גענוג באקאנט מיט די נעמען דארט) ר' .... בלומענפעלד אין די ישיבה אין קווינס.
אבער אסאך מער פון דעם איז דאס אז פאטערנאו האט פאר אסאאאאאך יארן אקטיוו געשטופט אינטערן קארפעט די קאמפלעינטס אקעגן זיין בייהעלפער מר. סענדאסקי. נאך מיט צען יאר פריער האט מען שוין געוואלט דעם סענדאסקי רעפארטן צו די אויטאריטעטן (עס איז שוין געווען באקאנט דארט נאך אסאך פריער פון דעם איבער די מעשים פון סענדאסקי, אבער אין 01 איז דא קלארע הוכחות אז מען האט אים געוואלט רעפארטן און פאטערנאו האט עס אפגעהאלטן) און דשאו פאטערנאו האט עס אקטיוו בלאקירט. און מען רעדט נישט דא פון אן איזאלירטן אינצידענט ווי איין מאמע מיט איר אפגעפארענעם זון שרייען אז ער האט מאלעסטעד, נאר פון פילע מעשיות, עס איז געווען א ברייט באקאנטע זאך אין קאלעדש דארט איבער די מעשים פון סענדאסקי. און דאך האט מען אים נישט פארשיקט ביז עס איז געווארן א מיאוס'ער שטינק איבער גאנץ אמעריקא.
און... מען האלט אין 2011 און אזא אנגעזעענע איניווערזיטעט ווי פען סטעיט האט נאך געווארפן די זאכן אונטערן קארפעט. און דא האט מען אזעלכע ווילדע טענות אויף סאטמאר...
לעמאן דזשוסנישט אז ער האט דארט געלערנט אדער שטודירט....
ער איז געוועהן א טראסטי וכדומה, ער האט געטון ״ביזנעס׳ (אויך מיר ביזנעס( מיט זיי, זיי האבן ביי אים אינוועסטירט עטליכע מיליאן דאלאר....
ביטע מעידאף איז וויי יו׳ניק אזוי ווי וועבערמאן פירט סאטמאר
וועבערמאן ווערט נישט באצייכנט אצינד אין די מידיע אלס לידער אין סאטמאר צוליב דעם וואס ער האט געלערנט איז סענדס סטריט נאר צוליב דעם וואס ער געהער צו דעם קאמיוניטי. מעדאף האט געהערט צו דעם קאמיוניטי, אפגעזעהן פון ווי ער האט געלערנט אדער נישט געלערנט.
מיט'ן גרעסטן כבוד צום מלך אדום מוז איך חולק זיין אויף אים. פעיטערנאו איז געווען פיל מער ווי דער סאטמארער רבי. ער איז געווען באטראכט אלס א 'סעינט' (פארהייליגטער) ביי ריזיגע מאסן, זיין סטאטוע איז געשטאנען פראמינענט ביז דעם סקאנדאל, און מען האט פראדוצירט טי שוירטס וכדו' מיט זיין בילד, וואס זענען געווען בעסטסעללערס ביז לעצטנס. סאטמאר רבי וואלט זיך געווינטשן צו האבן איין פראצענט פון זיינע (געוועזענע) חסידים.
אבער מיט דעם עיקר נקודה ביסטו זיך טועה. איך פארטיידיג דא נישט פעיטערנאו אדער פען סטעיט. איך ברענג נאר ארויס אז ענדגילטיג האבן זיי זיך געמוזט ברעכן און אים אפזאגן טאקע וויבאלד די סקאנדאל איז ארויסגערינען, און די מאסן האבן נישט פארטיידיגט סענדאסקי אז ער דארף נאך שידוכים טון מיט די קינדער. אין פען סטעיט זענען עטליכע מענטשן געווען קארופטירט, ביי אונז איז רוב פון דער קאמיוניטי קארופטירט אין דעם הינזיכט, דערפאר האט מען געקענט טון וואס מען האט געוואלט, ביז דער דרויסנדיגע וועלט האט זיך ליידער אריינגעמישט מיט שלעכטע כוונות, און דאס האט טיילווייז געמאכט סדר - מיט ביטערע קאנסעקווענצן.
די איראנישע זאך איז אנשטאט מען זאל אנערקענען אז מיר לעבן נישט אויף אן אינזל און אז מען וועט ענדגילטיג מוזן אפגעבן דין וחשבון פאר אזעלכע סקאנדאלן, גייט מען מיט'ן קאפ אין וואנט, און מען באשולדיגט די צייטונגען כאילו זיי האבן געשאפן דעם פראבלעם.
ועבערמאן ווערט נישט באצייכנט אצינד אין די מידיע אלס לידער אין סאטמאר צוליב דעם וואס ער האט געלערנט איז סענדס סטריט נאר צוליב דעם וואס ער געהער צו דעם קאמיוניטי. מעדאף האט געהערט צו דעם קאמיוניטי, אפגעזעהן פון ווי ער האט געלערנט אדער נישט געלערנט
אז די מידיע זעהט אז מ'דינגט אויס א זאל אין צענטער פון שטאט, ס'הענגט פלאקאטן, מאסן קומען צו שטיצען, - מעג'ן זיי מיט רעכט באטראכטען אים ווי א וויכטיגע פיגור אינעם קומיוניטי. זיי ווייסען דאך נישט, אז באמת זענען אידן בני רחמנים, און זיי וואלטן גאשאפען מיליאנען פאר יעדע איד וואס דארף זיצען, למשל פאר דאסקלאוויטש וואס זיצט אין רייקערס
רבותי, ס׳איז צרות צרורות
באריכטן גיבן איבער אז א ערך פון פעעערצן תלמידים פון מיין באליבטע ישיבה וויי-יו האבן ׳אויף די רעקארד׳ ארויסגערוקט שרעקליכע פאסירונגען וואס איז מיט זיי פארגאנגן יארן צוריק דורך וויכטיגע מענטשן אינערהאלב די מוסד....
נאך דעקט די באריכט אויף אז אין יאר 1995 האט וויי-יו אקטיוו געשפילט א ראלע צו פארשיקן דעם אנגעקלאגטער און.....״פארפעלן מודיע צו זיין פאר אנדערע שולעס אים נישט אריינצונעמען״
ווי דעקט מען צו די פנים וואס איז רויט פארפלאמט פון חרפה, מי יגלה עפר מעיניך הגאון דער רב ר׳ יאשע בער ז״ל אז בימינו אלה איז וו-יו נאך יארן תורה ומדע, כמעט אויף די זעלבע שטאפל ווי די אוראלטע סאטמאר שטרעמונג
אין סאטמאר איז נישט דא קיייין באריכט, אפילו פאר א צייטונג, אז ״מען האט באריכטעט בשעתו פאר באהערדע, און מען האט פארדעקט״....דאס איז שוין אביסל טו מאטש
איך שעם זיך מיט די ישיבה, אויף וועם זאל איך איצט ארויפקוקן אלס מאדעל, צו וועם קען איך מיך יעצט ווענדן פאר הדרכה וויזוי א איד דארף אנקוקן א סקאנדאל
די פארגאנגענע זומער האט מען ביי אונז אין ישיבה אזוי הערליך צונומען דעם אידישן מהלך פון מיטווייטאגן מיט די פענן סטעיט געליטענע אע״פ זיי זענען גויים....בעני פרידמאן האט מראי מקום געוועהן צום רמב״ם אז מפני דרכי שלום. מתאבלים עם עכו״ם צו וועם זאל איך איצט גיין פאר די ריכטיגע השקפה
אין נויט, וועל איך זוכן א ווארטזאגער אין סאטמאר, ווייל עט׳ס ענטפערטס נישט די טעלעפוין ליין פאר קאממענטס, איך גלויב אבער אז אין סאטמאר וועט מען אייך נישט בארעדן...זיי זענען אייך סייווי מיט גארנישט מקנא....
איך וועל ווייטער מיטהאלטן די שיעורים תמידין כסדרן פון די ראש ישיבה ר׳ הערשל, איך ערלויב מיך נישט די לוקסוס אלעס אפצולאזן בלויז פאר דעם חטא...
אבער, איך בין א פארשעמטער! איך קען מיך שוין נישט רייצן מיט מיינע בארא פארק׳ע פריינט אז איך בין עפעס מער
האלט זיך ווייטער גרויס.
פון יארע 95 ביז יעצט זענען שוין צוגעקומען 20,000 ספרים אין די לייברערי
און טאנען פלייש זענען שוין געגעסן געווארן אונטער מו"ר שעכטער'ס השגחה.
לעמאן דזשוסאין סאטמאר איז נישט דא קיייין באריכט, אפילו פאר א צייטונג, אז ״מען האט באריכטעט בשעתו פאר באהערדע, און מען האט פארדעקט״....דאס איז שוין אביסל טו מאטש
למה הדבר דומה? לחזיר זו הפושט טלפיו ואומר ראו כי טהור אני.
יידללעמאן דזשוסאין סאטמאר איז נישט דא קיייין באריכט, אפילו פאר א צייטונג, אז ״מען האט באריכטעט בשעתו פאר באהערדע, און מען האט פארדעקט״....דאס איז שוין אביסל טו מאטש
למה הדבר דומה? לחזיר זו הפושט טלפיו ואומר ראו כי טהור אני.
ר׳ יידל, דהיינו
דהיינו זיך גרויס האלטן אז ס'נישט דא קיין באריכט אז מען האט באריכטעט פאר די באהערדע און די באהערדע האט פארדעקט. גרויסע חכמה, די קאווער אפ איז אזוי גוט אז ס'נישטא ווער ס'זאל דאס באריכטן.
יידלדהיינו זיך גרויס האלטן אז ס'נישט דא קיין באריכט אז מען האט באריכטעט פאר די באהערדע און די באהערדע האט פארדעקט. גרויסע חכמה, די קאווער אפ איז אזוי גוט אז ס'נישטא ווער ס'זאל דאס באריכטן.
איך רעד פון די דזשויל ענגלמאן כעוורע, און די׳אנדזשעלוי וואס זוכן מער נישט צו שווייגן....דאך זאגט קיינער פון זיי נישט אז זיי האבן דאנסמאל באריכטעט
זאג, דרוקסטעך נישט צו פארשטיין?
ווי קומט דיאנדזשעלוי צו YU?
הרב נחום לאם האט היינט רעזעגנירט פון זיין פאזיציע אין ישיבה אוניווערזיטעט, צוליב די סקאנדאל איבער זיין האנדלונג פון די אביוז קעיסעס אין ישיבה. דר. עלען נאדלער האט געשריבן א שיינער ארטיקל איבער הרב לאם און זיין רעזיגנאציע פארן פארווערטס <a class="postlink" href="http://blogs.forward.com/forward-thinking/179688/norman-lamm-deserves-better/">http://blogs.forward.com/forward-thinki ... es-better/</a>