☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » אשכול אן א טיטל #2522

אשכול אן א טיטל #2522

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2522

— » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 12:03 am

· #69531

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

בענדזשאמין פרענקלין » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 1:27 am

· #69588
קודם כל תודה על הפרסומת. יכול להיות שקיימת בזה גם הענין של פרסומא ניסא בחנוכה.
אבל אני גם מוטרד קצת שאני רואה שלדעתך לא שמתי התירוץ במדור הנכון, אני שמתי אותו במדור המחשבה ותורה, ואתה שם אותו במדור החיוך,
מאידך גיסא חשבתי אשרי יושבי הקאווע שטיבל שחיוכם ג"כ דברי תורה.
ועוד משהו, אני לא תופס, ממה נפשך אם בתר הניק שלי אתה הולך הרי שמי פרוס לפניך בנימין פרנקל, ואם בתר התמונה אתה אזיל הרי השם ידוע לכל בענדזשאמין "פרענקלין", מה זה הערב רב שאתה עושה כאן תערובת היהודי עם הגוי -בענדשמין עם פרנקל, תחליט האם לנו אתה או לצרינו?

איחוד פעלד » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 1:55 am

· #69604
אכט הונדרעט זיבעציג?

יתרו » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 1:06 pm

· #69653
קופערניקעס איך האלט אז די ביסט באגאנגען א טעות, די וואלס יא געדארפט שרייבן דעם תירוץ, בענדשאמין לחוד וקפוערניקעס לחוד יעדער מיט זיין שפראך יעדער מיט זיין חן, עס איז נישט קיין שום סתירה, עניוועי בנוגע איחוד'ס שאלה דא פארוואס אכט הונדערט און זיבעציג יאר, איז קען זיין אז קופערניקס לשון גוזמא נקט, אדער באצוט ער זיך אויפן ריטב"א וואס פרעגט שוין די קשיא פון בית יוסף.

יתרו » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 1:08 pm

· #69654
עוד רגע אדבר, וואס איז טאקע פשט אז קיינער און די לעצטע פיר הונדערט יאר איז נישט בייגעפאלען דעם סימפעל תירוץ ?
איך טראכט אז אולי איז פון דא א ראי' צו עוועלאשען ? דשאסט קידינג.

בן תמליון » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 1:18 pm

· #69655
איך געדענק פון ישיבה אז דער געשטעטנער פון מאנסי וואס איז ביזי מיט די פאלשע גיטין האט א ספר ווי ער טענה'ט דעם בית יוסף'ס קשיא הייבט זיך נישט אן. ער גייט אריין אין די פסיכלאגיע אז וויאזוי נאר איר באטראכסט דעם מציאות פונעם נס אינעם הוא אמינא מוז עס זיין מיט איינס פון די דריי וועגן וואס דער ב"י ענטפערט ממילא איז נישטא קיין קשיא. עפעס אזוי.

יידל » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 2:01 pm

· #69671
בן תמליון
איך געדענק פון ישיבה אז דער געשטעטנער פון מאנסי וואס איז ביזי מיט די פאלשע גיטין האט א ספר ווי ער טענה'ט דעם בית יוסף'ס קשיא הייבט זיך נישט אן. ער גייט אריין אין די פסיכלאגיע אז וויאזוי נאר איר באטראכסט דעם מציאות פונעם נס אינעם הוא אמינא מוז עס זיין מיט איינס פון די דריי וועגן וואס דער ב"י ענטפערט ממילא איז נישטא קיין קשיא. עפעס אזוי.

די נקודה איז אז די נס האט נאר געקענט פאסירן דורך איינע פון די דריי וועגן וואס די בית יוסף ענטפערט. קיין שום אנדערע וועג איז נישט שייך.

לעמאן דזשוס » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 2:18 pm

· #69678
יידל
בן תמליון
איך געדענק פון ישיבה אז דער געשטעטנער פון מאנסי וואס איז ביזי מיט די פאלשע גיטין האט א ספר ווי ער טענה'ט דעם בית יוסף'ס קשיא הייבט זיך נישט אן. ער גייט אריין אין די פסיכלאגיע אז וויאזוי נאר איר באטראכסט דעם מציאות פונעם נס אינעם הוא אמינא מוז עס זיין מיט איינס פון די דריי וועגן וואס דער ב"י ענטפערט ממילא איז נישטא קיין קשיא. עפעס אזוי.

די נקודה איז אז די נס האט נאר געקענט פאסירן דורך איינע פון די דריי וועגן וואס די בית יוסף ענטפערט. קיין שום אנדערע וועג איז נישט שייך.


אט אזוי ר׳ יידל,

און נישט גשטטנר פון די גיטין, נאר עס איז מתאמר משמי׳ פון הגאון ר׳ מרדכי בעק

בן תמליון » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 2:23 pm

· #69680
איך האב עס געזען ביי געשטעטנער איז שני נביאים נתנבאו בסגנון אחד. הצד השוה שבהן ביידע וואינען אין מאנסי.