☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » טעכנאלאגיע » קאמפיוטער פראבלעמס

קאמפיוטער פראבלעמס

46 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2517

למדן » מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 3:58 pm

· #69363
קאמפיוטער פראבלעמס
מיין סקרין איז געווארן zoomed in און איז זייער גרויס נאר אויף קאווע שטיבל, כ' האב מסתמא עפעס געטוהן וואס איך ווייס נישט אזויווי אייביג, געווענליך גוגל איך פאר יעדע סקרין פראבלעם אבער זיי הייסן רייט קליקן פאר די פראפערטיס און אראפ רוקן די רעזעלושען און איך טרעף עס נישט, ווייסט איינער וואס ס' קען זיין

לעמיל » מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 3:59 pm

· #69364
אויב געדעינק איך גוט האט ערגעץ געפילטע געגבען א עיצה צו דריקען ctrl מיט 0 צוזאמען

למדן » מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 4:26 pm

· #69373
יישר כוח איך האב דערווייל געמאכט "- ctrl ", אבער דיין עצה (כ'מיין געפילטע'ס איך געדענק נישט קיין סעלושענס ווען איך האב נישט קיין פראבלעמס) האט עס אוועק געשטעלט כבתחלה
נאך א מזל ס' געשען אויף קאווע שטיבל אזוי האב איך געהאט וועם צו פרעגן

נו גוט נו » מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 4:56 pm

· #69392
אויב ניצטו קראם גיי צו סעטינגס (עס האט א פיקשער פון א צווענגיל אויבן די רעכטע זייט) איינע פון די ערשטע זאכן דארט וועסטו זען ווי גרויס די סקרין איז, ריק עס אראפ צו 100%

עולם_גולם » מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 4:59 pm

· #69394
Ctrl +/- will zoom in or out

שמעקעדיג » מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 10:54 pm

· #69497
אדער קאנטראל און סקראול דעם מייזל.

געפילטע פיש » מיטוואך דעצעמבער 12, 2012 11:25 pm

· #69514
נו גוט נו
אויב ניצטו קראם גיי צו סעטינגס (עס האט א פיקשער פון א צווענגיל אויבן די רעכטע זייט) איינע פון די ערשטע זאכן דארט וועסטו זען ווי גרויס די סקרין איז, ריק עס אראפ צו 100%

זעט אויס דו האסט נישט די לעיטעסט ווערסיע פון קרואם, די נייערע ווערסיעס האבן שוין נישט קיין צווענגל, נאר אפאר ליינס, כזה:

נו גוט נו » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 10:01 am

· #69625
געפילטע פיש
נו גוט נו
אויב ניצטו קראם גיי צו סעטינגס (עס האט א פיקשער פון א צווענגיל אויבן די רעכטע זייט) איינע פון די ערשטע זאכן דארט וועסטו זען ווי גרויס די סקרין איז, ריק עס אראפ צו 100%

זעט אויס דו האסט נישט די לעיטעסט ווערסיע פון קרואם, די נייערע ווערסיעס האבן שוין נישט קיין צווענגל, נאר אפאר ליינס, כזה:

געפילטע שכח, איך בין נישט געווען ביים קאמפיוטער בשעת׳ן ענטפערן, עס איז מיר געלעגען נאך און קאפ אז עס האט א צווענגיל מגירסא דינקותא

געפילטע פיש » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 10:19 am

· #69628
יישר, אין כ'האב נישט באמערקט, א נייע ניק, נאך אין די רעפפער, שלום עליכם אייך, מאכט אייך היימיש, די קעסל איז קאלט יעצט, ווארט א פינף מינוט די וואסער זאל קאכן.

למדן » דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 1:33 pm

· #69660
א גרויסע יישר כח פאר הרב געפילטע פאר'ן מיך אויפנעמען אזוי ווארעם, און א יישר כח פאר די וויכטיגע אינפארמאציע, ס' געווען שלח לחמך על פני המים כי ברוב הימים האט עס א צווייטער געטראפן, גראדע קוקט די קעסל אויס גאנץ הייס און איך ווארט עס זאל אביסל אפקילן...

מאטי » זונטאג יאנואר 20, 2013 3:32 pm

· #81033
איז מעגליך צו ריטריווען דיליטעד אימעילס פון גימעיל פליז אויב איינער קען זאל זיך אנרופן

גאלד » זונטאג יאנואר 20, 2013 3:49 pm

· #81038
באקוק די TRASH פאלדער, צו עס ליגט דארט

מאטי » זונטאג יאנואר 20, 2013 6:49 pm

· #81108
..?Trash folder is empty can I do anything to recover it

געפילטע פיש » זונטאג יאנואר 20, 2013 10:43 pm

· #81161
ניין (AFAIK)

איך אויך » דינסטאג יאנואר 22, 2013 9:52 am

· #81404
קענסט טוהן עפעס קרימינאל און 'די מענער אין שווארץ' וועלן שוין אויפזיכן אלע דיין אימעילס מיום עמדך על דעתך.

איך אויך » מוצ"ש מערץ 2, 2013 11:42 pm

· #91903
ער/זי האט געליינט אז הערר ראש הקהל איז א גביר וויל ער/זי מער נישט ארבייטן בחינם.

שמעקעדיג » מוצ"ש מערץ 2, 2013 11:48 pm

· #91907
אויבנאויף קוקט אויס אז ער קען נישט דערשנאפן דיין הארד דרייוו, וואס דאס איז געווענליך דער BOOT דרייוו, וואו עס געפינען זיך אלע סיסטעם פיילס.
ס'וועט לכאורה נישט זיין גענוג צו פרעגן דא, איך גלייב אז א פראפעשאנעל וועט מוזן זיך מטפל זיין דערמיט.
איך האף אז דיין הארד דרייוו וועט צוריקקומען לחיים טובים, אדער אז דו האסט לכה"פ א בעקאפ פון אלע אינפארמאציע דערויף. (אדער אפשר האסטו בכלל נישט קיין וויכטיגע זאכן דערויף)

דער הארד דריוו פון א קאמפיוטער פארמאגט אויף זיך אלע אינפארמאציע, פיילס, בילדער, וואס ליגן אינעם קאמפיוטער. ער קען זיך גאר שנעל צוברעכן, בפרט די עלטערע סארט.
די נייערע HDD דרייווס האבן שוין געווענליך א "שאק-רעזיסטענס" טעכנאלאגיע וואס פרובירט זיך אכטונג צו געבן ווען ער דערשפירט אז ער פליהט אראפ. בפרט טרעפט מען עס אין לעפטאפס.
נאך א סיבה צו סוויטשן צו די נייערע SDD דרייווס, ווי איך האב שוין מאריך געווען במקום אחר, וואס איינע פון די מעלות איז אז ער איז נישט קיין מעקעניקעל זאך, נאר אלעס ליגט אין פלעש מעמארי, און ווען עס פאלט אראפ פאסירט גארנישט מער ווי א SD קארטל אדער פלעש דרייוו פאלט אראפ.
והמבין יבין.

געפילטע פיש » דינסטאג מערץ 5, 2013 1:29 am

· #93005
[ציטאט אראפגענומען]

לויף נאכנישט אריין אין א פאניק, מ'סתם איז א ווייער אדער קאנעקשען געווארן דיסקאנעקטעד פונעם פאל, ממילא ברויכסטו איינער וואס ווייסט וואס טוט זיך אין די געדערעם פונעם קאמפיוטער צו טשעקען אלע חיבורים.

[ציטאט אראפגענומען]

דארפסט טשעקן אויב יענע פרינטער האט א ווינדאוס שמונה דרייווער.

ברסלבער » דינסטאג דעצעמבער 15, 2015 10:07 am

· #312394
מיין קאמפיוטער האט עטליכע הונדערט גיג ליידיג, און פלוצלינג געבט זיך עס א פול אן פון זיך אליין אין א מינוט, דערנאך גייט עס צוריק אראפ און ארויף ווי א ראלערקאסטער. יעדע פאר מינוט לאזט ער מיר גארנישט טון ווייל די הארדרייוו איז פול. לכאורה איז דאס א וויירוס, AVG האט גארנישט געטראפן.
איינער מיט אן עצה?

שלום על ישראל » דינסטאג דעצעמבער 15, 2015 10:37 am

· #312396
ברסלבער
מיין קאמפיוטער האט עטליכע הונדערט גיג ליידיג, און פלוצלינג געבט זיך עס א פול אן פון זיך אליין אין א מינוט, דערנאך גייט עס צוריק אראפ און ארויף ווי א ראלערקאסטער. יעדע פאר מינוט לאזט ער מיר גארנישט טון ווייל די הארדרייוו איז פול. לכאורה איז דאס א וויירוס, AVG האט גארנישט געטראפן.
איינער מיט אן עצה?

איז מעגליך אז דיין ווינדאס בעקאפ פראבירט צו מאכן עטליכע ווערסיעס?

ברסלבער » דינסטאג דעצעמבער 15, 2015 10:44 am

· #312397
איך ווייס נישט. און אויב יא, ווי אזוי פארעכט מען דאס?

שמעקעדיג » דינסטאג דעצעמבער 15, 2015 11:06 am

· #312399
כ'בין נישט איבערצייגט אז עס איז א ווירוס. אבער אויב יא, איז AVG נישט די בעסטע אפציע, בפרט די אומזיסטע ווערסיע.

אלענפאלס, מאך א סקען מיט "מאלוועיר-בייטס" - malwarebytes
<a class="postlink" href="https://www.malwarebytes.org/mwb-intercept/">https://www.malwarebytes.org/mwb-intercept/</a>

מאך א deep, full scan

עס קען נעמען א שעה-צוויי, געוואנדן אין די גרויסקייט פון דיין הארד דרייוו און וויפיל אינפארמאציע דו האסט דערויף.
דערנאך קום צוריק רעפארטן וואס ער האט געטראפן.

שלום על ישראל » דינסטאג דעצעמבער 15, 2015 11:12 am

· #312400
ברסלבער
איך ווייס נישט. און אויב יא, ווי אזוי פארעכט מען דאס?

קודם דארפן מיר אויסגעפונען די פראבלעם און דערנאך די רעמעדי. גיי פליז צו די Event Viewer, אויף די לינקע זייט כאפ אהן Applications and Services Logs, דערנאך Microsoft, דערנאך Windows, דערנאך FileHistory-Version, און דאן File History Backup Log.

קוק אויך די לעצטע פאר error מעסעדזשעס, און פראביר צו פארשטיין אויב די טאג-זייגער שטימט מיט די צייט ווען די הארד-דרייוו ווערט אהנגעפילט, און זעה וואס די מעסעדזשעס פארציילן.

ברסלבער » דינסטאג דעצעמבער 15, 2015 12:33 pm

· #312413
מ'האט שוין געכאפט דעם שגץ, מ'האלט אים אינמיטן ארויסווארפן פון שול. ווען איך בין פארטיג וועל איך געבן אן אפדעיט, אפשר וועט עס העלפן פאר א צווייטן וואס וועט זיך טרעפן מיט אזא פראבלעם.

שלום על ישראל » דינסטאג דעצעמבער 15, 2015 12:40 pm

· #312415
ברסלבער
מ'האט שוין געכאפט דעם שגץ, מ'האלט אים אינמיטן ארויסווארפן פון שול. ווען איך בין פארטיג וועל איך געבן אן אפדעיט, אפשר וועט עס העלפן פאר א צווייטן וואס וועט זיך טרעפן מיט אזא פראבלעם.

כ'האב נישט געוויסט אז מ'טוט די זאכן אין ברסלב...

שמעקעדיג » דינסטאג דעצעמבער 15, 2015 1:02 pm

· #312418
ברסלבער
מ'האט שוין געכאפט דעם שגץ.

מיר ווארטן צו הערן אפדעיטס.

ברסלבער » דינסטאג דעצעמבער 15, 2015 1:22 pm

· #312421
איך האב גענוצט א פראגראם WinDirStat וואס ער זוכט אויף וואו עס ליגט באהאלטן אסאך סחורה אויפ'ן קאמפיוטער, ער האט מיר אויפגעדעקט אז דער פראגראם AVG Web TuneUp האט געסטארידשט אין זיין עפפ דעטע א סך הכל פון 550 גיג!
איך האב עס קודם פארמעקט, איך בין נישט זיכער אויב דאס איז א פאלשע AVG אדער די ריכטיגע וואס האט זיך פשוט עפעס צופראסקעט. למעשה האב איך אבער נאכנישט מצליח געווען צו אנאינסטאלן דעם פראגראם. ער איז א גרויסער מחוצף, ער לאזט זיך נישט ארויסווארפן.

שלום על ישראל » דינסטאג דעצעמבער 15, 2015 1:32 pm

· #312422
ברסלבער
איך האב גענוצט א פראגראם WinDirStat וואס ער זוכט אויף וואו עס ליגט באהאלטן אסאך סחורה אויפ'ן קאמפיוטער, ער האט מיר אויפגעדעקט אז דער פראגראם AVG Web TuneUp האט געסטארידשט אין זיין עפפ דעטע א סך הכל פון 550 גיג!
איך האב עס קודם פארמעקט, איך בין נישט זיכער אויב דאס איז א פאלשע AVG אדער די ריכטיגע וואס האט זיך פשוט עפעס צופראסקעט. למעשה האב איך אבער נאכנישט מצליח געווען צו אנאינסטאלן דעם פראגראם. ער איז א גרויסער מחוצף, ער לאזט זיך נישט ארויסווארפן.

האסט שוין פראבירט צו ריסטארטן דעם קאמפיוטער און נאכאמאל אנאינסטאלן?

ברסלבער » דינסטאג דעצעמבער 15, 2015 1:41 pm

· #312424
מער ווי איינמאל.

שמעקעדיג » דינסטאג דעצעמבער 15, 2015 5:14 pm

· #312440
פרוביר עס צו ארויסווארפן בשעת דו ביסט אין SAFE MODE

ברסלבער » דינסטאג דעצעמבער 15, 2015 5:30 pm

· #312441
דאס האב איך אויך פרובירט און ס'האט נישט געארבעט.

למעשה האב איך מיט גרויס שוועריקייטן באוויזן אים אויסצוראטן פון קאמפיוטער, איך האב געדארפט נאכגיין אלע פיילס און סיסטעם פיילס וועלכע האבן שייכות מיט AVG און עס פארמעקן.

ומכאן מודעי אז דער פראגראם פון AVG מיט'ן נאמען AVG PC TuneUP אדער AVG Web TuneUP זענען גראדע גאנץ גוט אין אנהויב, זיי האבן גאר גוטע פיטשערס ווי אזוי צו פארבעסערן און פארשנעלערן דעם קאמפיוטער. זיי זענען אבער תחלתן שלוה וסופן יסורים. עס לוינט זיך זייער נישט, ווייל עס איז גאר גאר שווער עס צו אנאינסטאלן און עס קען מאכן גאר אסאך פראבלעמען.

זוכענדיג אויפ'ן געוועב איבער מיין פראבלעם, האב איך געטראפן פילע אחים לצרה וועלכע האבן זיך אויך געמוטשעט מיט די זעלבע און ענליכע פראבלעמען פון די אויבנדערמאנטע פראגראמען. אויך קומט מיט דערמיט א פראגראם מיט'ן נאמען vprotect וואס מאכט אן אסאך צרות גאנץ ענליך צו א וויירוס, דער פראבלעם איז נאר אז אזוי ווי עס קומט פון AVG ווערט עס נישט פארעכנט אלס וויירוס און די אנטיוויירוס פראגראמען רעכענען עס נישט פאר א פראבלעם.

א גרויסן דאנק פאר די אלע וועלכע האבן פרובירט צו העלפן.

בנימין » מיטוואך יולי 13, 2016 7:55 pm

· #341931
איך האב א פראבלעם מיט מיין קאמפיוטער, אפשר קען מיר איינער ארויסהעלפן. די backspace קנעפל האלט זיך אין איין דרוקן ווי פון זיך אליין. איך ריר נישט אן דעם קנעפל, און גארנישט דרוקט עס אראפ, און יעדע פאר מינוט הויב אן צו פליען בעקספעיס אזוי ווי איך וואלט עס ווען געהאלטן אראפגעדרוקט. אויף דערווייל האב איך אנגעצינדען די filter key אפשען, וואס מאכט אז אפילו ווען מען האלט אראפגעדרוקט א באטאן, וועט עס נאר גיין איין מאל. דאס איז אבער נישט די ריכטיגע לעזונג, און דאס מאכט מיר נישט באטעמט ווען איך דארף יא אמאל דרוקן א באטאן פאר לענגער.

הקטן » מיטוואך יולי 13, 2016 7:57 pm

· #341934
טריי טוישען דעם קי-בארד

בנימין » מיטוואך יולי 13, 2016 8:02 pm

· #341935
ס'איז א לעפטאפ

שלום על ישראל » דאנערשטאג יולי 14, 2016 1:41 am

· #342003
ביי אסאך לעפטאפס קען מען אראפנעמן די קנעפלעך (אהן צוברעכן...), אז יא, נאם אראפ און ריין און לייג צוריק. אז נישט, פראביר צו רייניגען מיט קאמפרעסטע לופט.

בת קול » דאנערשטאג יולי 14, 2016 1:27 pm

· #342092
אלעס ביי די אינטערנעט קומט מיר יעצט אויס צאמגעמישט און נישט אין סדר. איך האב גענומען א סקרין שאט אבער איך קען עס נישט עפענען.
קען איינער העלפן? ביטע מעלדן אין אישי.
שכוח.

געוואלדיג » דאנערשטאג יולי 14, 2016 1:36 pm

· #342095
עס קען זיך מאכן ווען די קאנעקשן איז שוואך.

כרם זית » זונטאג אוגוסט 16, 2020 4:24 pm

· #456530
די ''עראו'' (cursor) פון מיין לעפטאפ האט זיך אויסגעלאשן, קען מיר איינער העלפן עס צוריק אנצוצינדן?

פאליטיקאנט » זונטאג אוגוסט 16, 2020 11:30 pm

· #456581
Re: קאמפיוטער פראבלעמס
דארפסט געבן מער פרטים, איז עס מיט א ווייער און האסט עס ארויסגענומען און צוריק אריינגעשטעקט?

אויב מיט בלוטוט, שטייט אז עס איז מחובר?

האסט שוין פרובירט צו פשוט ריסטארטן די קאמפיוטער?

קא משמע לן » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 2:16 am

· #456585
איז עס די מויז אדער נאר די טאטש פעד?
אויב איז עס נאר די טאטש פעד, דעמאלטס קען זיין אז די האסט אומוועלענדיג געדרוקט א האט קי וואס לעשט עס אויס. די קנעפל איז איינע פון די קלענערע עף באטטענס.

באר מים » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 11:34 am

· #456624
אויב איז עס Bluetooth דארפסטו לכאורה פשוט טוישן די battery

כרם זית » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 2:03 pm

· #456644
פאליטיקאנט
דארפסט געבן מער פרטים, איז עס מיט א ווייער און האסט עס ארויסגענומען און צוריק אריינגעשטעקט?

אויב מיט בלוטוט, שטייט אז עס איז מחובר?

האסט שוין פרובירט צו פשוט ריסטארטן די קאמפיוטער?


עס איז א לעפטאפ, ביז דערווייל ניץ איך א מייזל מחובר דורך א u s b.

כרם זית » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 2:04 pm

· #456646
קא משמע לן
איז עס די מויז אדער נאר די טאטש פעד?
אויב איז עס נאר די טאטש פעד, דעמאלטס קען זיין אז די האסט אומוועלענדיג געדרוקט א האט קי וואס לעשט עס אויס. די קנעפל איז איינע פון די קלענערע עף באטטענס.

וואס איז די קלענערע עף קנעפלעך?

קא משמע לן » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 2:45 pm

· #456660
די שורה קנעפלעך העכער די נאמבערס.

כרם זית » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 2:56 pm

· #456666
קא משמע לן
די שורה קנעפלעך העכער די נאמבערס.


זאלסט זיין געבענטש, סארבעט שוין.

יום טוב ליפמאן צונז » זונטאג יוני 11, 2023 11:34 pm

· #527984
מראות הקודש בעלזא ווי מ׳רופט עס. איז א עפפ פון די מייקראסאפט עפפ סטאר. לעצטענס זענען זיי ארויס געקומען מיט א חידוש אז דאס ארבעט נישט מיט ׳ לאג מי אין׳ וכדו׳ ד.מ. אז ווען איך וויל אנצונדען דעם סיסטעם פאר מיין אלטן פאטער דארעך רימאוט עקסעס ווערט מיין סקרין שווארץ…… ווייסט איינער אפשר ווי אזוי איבער צו קליגן דעם סיסטעם אז מ׳זאל יא קענען אריין לאגען דורך רימאוט עקסעס???